העלפט ארויס די תנ"ך העלדן!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

העלפט ארויס די תנ"ך העלדן!!!

שליחה דורך חקרן »

איז אזוי!

פון צייט צו צייט באקום איך בריוו און ווענדונגען פון די תנ"ך העלדן, וועלכע ווענדן זיך צו מיר נאך הילף אין אומאיינגענעמע סעטואציעס און בעטן מיר הילף און ראט ווי אזוי זיך אומצוגיין אין געוויסע מצבים. מיט מיין עקספערטיז האב איך שוין געהאלפן פילע תנ"ך העלדן ארויסקריכן פון זייערע דיאלעמעס און זיי געשטעלט אויף די פיס מיט די הילף פון הוי"ה. איך ספעציאליר זיך דערמיט, דאס איז מיין פאך.

איך האב באשלאסן מיטצוטיילן עטליכע בריוו פון תנ"ך העלדן, מיט די מטרה אז די קאווע שטיבל מיטגלידער זאלן ארויסהעלפן און זאגן זייער מיינונג אויף די מצבים, און אפשר וועט נתקיים ווערן דער "ותשועה ברוב יועץ", אז אינאיינעם וועלן מיר באהאנדלען די געשעענישן און ארויסקומען מיט א זאכליכע לייזונג פאר די העלדן פון תנ"ך.

איך ברענג דא יעצט דעם ערשטן בריוו, און דער עולם ווערט געבעטן צו רעאגירן דערויף:

...
פרידן צו דיר מר. חקרן - דער יועץ און העלפער פון די תנ"ך העלדן.

מיין נאמען איז "נח בן למך". איך בין א סערווייווער פון א געפערליכער פארפלייצונג וואס האט באטראפן אונזער ראיאן. אויף א וואונדערליכער וועג האב איך איבערגעלעבט מיט מיין משפחה, זיך געפינענדיג איבער א יאר אין א פארמאכטן שיפל. איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער לעבן דארט איז געווען, און דער אפעקט וואס דאס לאזט איבער אויף א מענטש און אויף אלע זיינע ארומיגע. איך וויל אבער נישט אריינגיין אצינד אין קיין דעטאלן איבער יענע יאר און ווי אזוי מיר האבן זיך געהאלטן. נאך א מזל אז איך האב געהאט מיט מיר מיין משפחה, מיין ווייב, מיינע קינדער מיט זייערע פרויען (מיט נאך א הויפן פון באשעפענישן - ווילסט נישט וויסן וואס דארט איז געווען).

צוריקגייענדיג צו די נקודה: נאך א יאר זיך געפינען אויפן וואסער, זענען מיר אנגעקומען צו אן איזאלירטן אינזל, ליידיג פון מענטשן, אליין אויף א בארג. מיר האבן זיך געפריידט אז ענדליך האבן מיר שוין געענדיגט דעם שרעקליכן קאשמאר און מיר געפינען זיך שוין אויף די יבשה. וועלנדיג זיך אויסטשאכען די נערוון, און זיך דערהייבן אביסל, האב איך גענומען א גלעזל משקה, און נאך איינס, פארגעסנדיג אביסל פון די צרות און פון זיך אליין... קענסט זיך פארשטעלן וואס דארט האט זיך אפגעטאן, איך בין געווען אין די הימלען, געטאנצן און געשפרינגען. דו דארפט מיר פארשטיין, איך קום פון א שווערע בעקראונד, וואו איך האב געפילט אז איך מוז זיך אויסגעבן אביסל און פארגעסן פון זיך. בקיצור, מיר האבן געהוליעט און גע'שיכור'ט אין די נאכט אריין, ס'איז געווען א מצב וואס דו קענסט זיך פארשטעלן וואס דארט איז אלס פארגעקומען.

אבער צו מיין גרויס באדויערן, האבן מיינע בנים אויסגענוצט דער מצב, מען האט מיר געמאכט דאס גענאר. זיי האבן מיר אויסגעטאן נאקעט און איך האב אזוי געטאנצן פאר זיי, איך ווייס אליין נישט וואס איך האב דעמאלס גערעדט, איך ווייס נישט וואס איך האב יא געזאגט און וואס איך האב נישט געזאגט, וואס איך האב זיי דערציילט און וואס נישט, אבער דער סוף איז געווען אז איך בין אראפגעפאלן א נאקעטער אויף דער ערד, בשעת די קינדער און אייניקלעך שפעטן פון מיר און האלטן זיך אונטער. געענדיגט האט זיך עס, ווען מיינע צוויי זין האבן רחמנות געהאט אויף מיר און מיר צוגעדעקט מיט א דאכענע, אז די בושות זאלן נישט זיין אזוי שטארק.

מיין שאלה אצינד איז: ווי אזוי זאל איך אנגיין אין דעם פאל? - אצינד בין איך שוין אויפגעשטאנען, איך בין ניכטער. איך שפיר אז איך קען נישט קוקן מיינע קינדער און אייניקלעך אין פנים - אזעלכע בושות? - איך פיל אז איך מוז ראטעווען מיין פארלוירענע כבוד. סוף כל סוף האבן זיי איבערגעלעבט דעם פארפלייצונג בלויז אין מיין זכות, איך האב זיי פאקטיש גערעטעט. דאס איז די צוריקצאל וואס זיי באצאלן מיר צוריק? - קומט זיך מיר אזאנס? - בין איך זיי אזוי שלעכט געווען אז זיי מוזן דאס טון? - איך שפיר אז אויב זאל איך נישט טון עפעס דראסטיש למען ישמעו ויראו, וועל איך בלייבן חוזק און זיי וועלן אלעמאל טרעטן אויף מיר.

וואס זאגט איר געערטער מר. חקרן, ווי אזוי זאל איך אומגיין אין דעם פאל? - ווי אזוי קען איך צוריקקערן מיין פארלוירענע כבוד און די שרעקליכע בזיונות וואס מיינע קינדער האבן מיר אנגעטאן?

מיט עהערע און דאנק
נח בן למך

...
ביז דא איז דער בריוו פון נח, מיר בעטן אלע קאווע שטיבל מיטגלידער, זאלן מיטטיילן עצות און הדרכות וואס זיי וואלטן געגעבן פאר נח אין אזא פאל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר