אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:19 pm

אקטאבער 20 קומט ארויס א אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי וועגן די חסידישע לעבן און OTD'ניקעס.
איך האף אז ס'איז נישט ווילד געמאכט , און אז ס'איז פעיר פאר אלע צדדים

דא איז די טרעילער:

במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1452 מאל

Re: אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים

הודעהדורך יהושע חיים » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:37 pm

שווער צו גלייבן אז איינער וואס איז נישט אטד זאל זיין גרייט צו רעדן
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:34 pm

גראדע איז דא דארטען א היימישע אינטערוויא פאר די פרומע זייט
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1452 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:55 pm

בולשיט ס'שמעקט נישט מיט קיין שום חידוש
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:53 pm

נעטפליקס זאגט אז ס'וועט זיין עוועילעבל אקטטבער 20. דאס מיינט היינט ביינאכט 12 אזייגער?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1452 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:42 pm

ניין, געווענליך קומט עס ארויפ בערך 3 פארטאגס
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 746
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:33 am

עוועילבעל
https://www.netflix.com/watch/80118101? ... f-73000253

אין חדש. דיסעפוינטעט. נישט אינטערסאנט פאר מיר. איינער וואס איז אויפגעוואקסן איינגעווייקט אין די קאטשעניו שמעקט שוין לאנג נישט די גערוך פון די פיש...
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 7:08 am

יעצט געענדיגט זען די פילם.

כ'האב פונקט לעצטענס געטראכט, אז כ'האב פארלוירן מיין לעצטע ביסל טראסט אין די וועלט פון מידיא, פילם און ביכער. איך פלעג אמאל לייענען מיט דורשט ביכער און ביאגראפיעס פון אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן אין פארשידענע רעליגיעס, סעקטעס און דריטע-וועלט לענדער, א שטייגער ווי מאלאלא, ברעיקינג אמיש, וכדומה. איך הייב אבער אן פארלירן אינטערעסע אין די סארט ביכער און פילמס, ווייל איך פיל אביסל ווי פאקטן ווערן פארדרייט, יחידים ווערן די רבים און די פראדוסערס און פאבליצירער מאכן זיכער אז די תוכן איז אין ליין מיט האליוואד / מעריב-וועלט ציוויליזאציע, ניסוח 2017.

ס'איז א שמועס פאר זיך, אבער אזעלכע נארישע סטעיטמענטס ווי "די חסידים ניצן סעקולארע געזעצן פאר זייער בעניפיטן" זענען, אנטשולדיגט מיר, ראסיסטיש-געשטומט. חסידים, צי מ'איז איינשטימונג מיט זיי צי נישט, זענען אמעריקאנער בירגער פונקט ווי יעדעם אנדערש, און האבן די רעכט צו ניצן די געזעצן לטובתם, פונקט ווי די וואס רעדן זיך אפ טוען.

די דאקיומענטרי האט נישט קיין חידושים אבער איז גאנץ אינטערעסאנט, און כ'וועל מודה זיין אז מיינע אויגן זענען נאס געווארן ווען כ'האב געהערט די טעלעפאן שמועס פון עטי מיט איר טאכטער. כ'האב שוין אמאל געשריבן, ביי די פאל פון שלום דין, אז לענ"ד הקלושה איז גארנישט אין דער וועלט מצדיק נישט לאזן עלטערן זיין אין קאנטאקט מיט זייערע קינדער. איך בין אויך א טאטע צו קינדער, און די מחשבה אז מ'זאל מיך אפטיילן פון מיינע קינדער, אפילו איין וואך, שאקלט אויף יעדעס ביין אין מיין גוף.

די פראבלעם מיט די פילם איז אבער אז ס'פארציילט נישט די אמת'ע געשיכטע פון חסיד'ישע אידן אין ניו יארק. קען זיין אז ס'איז טאקע נישט קיין פילם איבער חסיד'ישע אידן, נאר איבער דריי אינדיווידואלן. אבער למעשה באקומט א פרעמדע מענטש א בילד איבער א געזעלשאפט ווי די עולם איז פרימיטיוו, געפייניגט, דעפרעסט און קאנטראלירט, ווען דאס איז פיין איבערגעטריבן. ס'איז דא אסאך פראבלעמען וואס באדערט חרדי'שע אידן, וקאווע שטיבל יוכיח. אבער די מערהייט פילט נישט געפייניגט, פרימיטיוו און איז צופרידן מיט'ן לעבן.

צוריק צו מאלאלא, ווער ווייסט? אפשר איז זי גארנישט קיין העלד און די פאקיסטאנע זענען בכלל נישט אזעלכע רוצחים. פון עטי איז משמע אז סאיז דא א חסיד'ישע מאפיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן עלימענירן עקס-האסידים. זי טענה'ט אויך אז א חסיד'ישע איד האט איר פרובירט צו הרג'נען.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 11:23 am

אפטעמיסט, ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט. אבער אנשטאט געוואלדעווען יעדעס מאל נאכאמאל, איז די עצה ארויסצוגיין עפענטליך און האבן די שפראך צו טשאלענדזשען. אבער אויב וואלטן מיר דאס געקענט וואלט דאך דאס געמוזט זיין על כרחך צוליב וואס מיר זענען וואס אן אמת נישט אזוי פארקנאקט ווי זיי פרובירן עס אראפצומאלן... סאוי, רעאליסטיש גערעדט, קען איך נישט מער ווי זאגן, איים רילי סארי, עס מאטש עז איי טינק יו אר אן די רייט, איי קען סי וויי יו קיפ לוזינג!
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 11:31 am

און דער ענטפער ליגט באהאלטן צווישן דיינע ווערטער.

"כ'האב שוין אמאל געשריבן, ביי די פאל פון שלום דין, אז לענ"ד הקלושה איז גארנישט אין דער וועלט מצדיק נישט לאזן עלטערן זיין אין קאנטאקט מיט זייערע קינדער. איך בין אויך א טאטע צו קינדער, און די מחשבה אז מ'זאל מיך אפטיילן פון מיינע קינדער, אפילו איין וואך, שאקלט אויף יעדעס ביין אין מיין גוף."

"צוריק צו מאלאלא, ווער ווייסט? אפשר איז זי גארנישט קיין העלד און די פאקיסטאנע זענען בכלל נישט אזעלכע רוצחים. פון עטי איז משמע אז סאיז דא א חסיד'ישע מאפיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן עלימענירן עקס-האסידים. זי טענה'ט אויך אז א חסיד'ישע איד האט איר פרובירט צו הרג'נען."

"די חסידים" זענען נישט קיין רוצחים און "די פאקיסטאנער" זענען נישט קיין רוצחים אבער אויב קען א פאקיסטאנער אפטוהן א מעשה רציחה און די אנדערע פאקיסטאנער וועלן שווייגן כאטשיג ס'שאקלט אויף יעדעס ביין פון זייער גוף, לאזט דאס איבער א וואקיום פאר די מאלאלאס ארויסצוקומען און שרייען אז באמת זענען אלע פאקיסטאנער אדער אקאמפליסיס צו די רוצחים אדער אפגעהארגעטע, א ראיה: קיינער זאכליך, פרעגט איר נישט אפ.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך ברוך בער » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 12:15 pm

געוואטשט בכלל נישט אימפרעסט. נישט קיין מאווי איבער חסידים בכלל עס איז נאכאמאל פוטסטעפט מיט או טי די און דעפרעסיע. הלואי וואלט געווען א פילם איבער אונז א שטייגער ווי שטיסל טוט מיט די ירושלמים, אויטעטנטיש און פאני.

איבער פוטסטעפס וואלט מען פונקט אזוי הארצרייסנד געקענט אפמאלן די אביוז סקאנדאלן וואס גייט דארט פאר און ווי די פ"ס פירערשאפט קאווערד אפ אדער איז גאר א חלק דערפון. סדנא דארעא חד היא, הארווי וויינסטיין צו ראביי פרוינדל.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:45 pm

נו וואס האב איך געזאגט? בולשטיט, ס'שטינקט פון קאפ דאס גאנצע דאקומענטארי. אבער ס'נאכאלץ דא גוטע דאקומענטאריס, ווי א שטייגער אושפיזין, און שטיסל, און מנשה, און למלא את החלל, און האפענטליך קומט נאך ביי אונז יודען, ווייל ביי גוים איז אויך דא גענוג גוטע 'אויטענטישע'. און דאס וואס די ליבעראלע וועלט פראבירט צו פארדעקן מיט זייערע לאפעס איז א מחלה וואס איז אין אלע ליטעראטור נאכן האלאקאויסט בכלל.

פאר מיר אלץ שטארקע שטיצער פון רעכטע אקטיוויטעטן האב קיין ספק נישט, אז די א.ט.ד. האבן געוואלט מיט דעם דאקומענטארי זיך ארויסגעבן מיט א שלייער פון 'חסידים'. אין די צייט וואס זיי זענען זייער א קליינע צאל אינעם מאדערנע און אפילו סעקולערע וועלט בימינו אנו.
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:53 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:אפטעמיסט, ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט.

אז כ'בין גערעכט איז גוט.

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער אנשטאט געוואלדעווען יעדעס מאל נאכאמאל, איז די עצה ארויסצוגיין עפענטליך און האבן די שפראך צו טשאלענדזשען

פיין, דאס מאכט נאכנישט די דאקיומענטרי אויפריכטיג און אביעקטיוו. כ'האב מיך געראכטן אויף עפעס בעסער.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 9:06 pm

דער פילם One of Us האט מיך טיף צעשאסן, און האט ארויסגעצויגן כוואליעס פון טרערן. צוערשט דארף באטאנט ווערן אז דער פילם איז נישט וועגן חסידישע אידן און אונזער לייף-סטייל. אז איינער וויל וויסן וויאזוי חסידים לעבן, רעליגיע און געזעלשאפט, איז One of Us בכלל נישט דער פלאץ וואו אנצופאנגען. עס איז אויך נישט די כוונה פון די ארויסגעבער. דער פילם רעדט פון איין פרט: די ביטערע שוועריגקייטן פון אוועקגיין פון דעם חסידישן לעבן פאר די וואס אזא סארט לעבן ארבעט נישט פאר זיי.

אז איינער זאל פארלאנגען ניואנס אין דער סוגיא איז ליידער נישטא קיין סך פאזיטיוו צו זאגן. דער פאקט איז אז די זעלבע געזעלשאפט פון רחמנים בני רחמנים וואס איז פול מיט חסד אויף יעדן טריט און שריט אויף א פארנעם וואס איז כמעט נישטא ביי קיין שום אומה ולשון, ווערט פארוואנדלט אין א געמיינדע פון מאנסטערס און מטורפים ווען עס קומט צו אונזערע אייגענע קינדער וואס טרעפן זיך נישט דאס פלאץ ביי אונז. ניין, נישט יעדער יחיד איז אזוי, אבער ווי א געמיינדע זענען מיר דא צו צעטרעטן גייסטיש און פיזיש מיט'ן גרעסטן מאס אכזריות יעדן וואס וואגט זיך ארויסצוטרעטן פון אונזערע ד' אמות. אפילו עלטערן און געשוויסטער פארגעסן פון זייער בלוט און פלייש, און ווערן קאלטבלוטיגע דזשיהאדיסטן. ידי נשים רחמניות מבשלין ילדיהן.

שטעלט אפ דעם חסידישן איד וואס ס'גייט אים אין לעבן צו צאפן דאס בלוט און אוועקרויבן דעם לעבן פון אונזערס א קינד וואס האט פארלאזט דעם חסידישן לעבן. פרעגט אים פארוואס ער איז א חסידישער איד. נאך אלע פשט'לעך, נאך אלע מעשיות, איז דער תירוץ איין: ווייל ס'ארבעט פאר אים. פינטל. דו ביסט א חסידישער איד ווייל אזוי ביסטו באקוועם, ווייל אזוי ביסטו אויפגעוואקסן, און דו האסט בוחר געווען מיטצוגיין דערמיט ווייל דו קענסט דיך נישט זען לעבן אן אנדערן סארט לעבן. אז דו ווילסט דיך נארן קענסטו זאגן פארשידענע אנדערע שיין-קלונגעדיגע פראזן, אבער דער פאקט בלייבט אז נאר ווייל דו ביסט באקוועם ווי א חסידישער איד, ווי א קינד פון דיינע עלטערן, ווי א מעמבער פון דעם חסידישן געזעלשאפט, האסטו בוחר געווען צו לעבן אזא לעבן און צו גלייבן דערין.

דאס חסידיש לעבן איז הערליך פאר דיר און פאר צענדליגער טויזנטער אנדערע מענטשן. אבער די פראגע שרייט עד לב השמים: וואס ווילסטו פון דעם וואס דאס חסידיש לעבן ארבעט נישט פאר אים? פארוואס קענסטו נישט פארשטיין דעם וואס איז נישט באקוועם צו לעבן אזוי? וויאזוי קענסטו נעמען דאס וואס איז באקוועם פאר דיר, און מיט דעם מעסטן און אורטיילן אנדערע מענטשן?! איז דאס נישט דער שפיץ סעלפישקייט?

פערזענליך איז מיר א שאד אז דער פילם האט נישט קיין געלעגנהייט צו ווייזן א פאזיטיווער זייט פון חסידישע אידן. די שטיצע און הילף וואס מיר שטעלן צו פאר יעדן ווערט דערמאנט, די שמחת החיים וואס טייל באקומען פון דעם חסידישן לעבן ווערט נישט איבערגעהיפט, אפילו אונזער חסד-אימפעריע "חברה הצלה" מאכט א קאמעא. אבער הלוואי זאל ווען דער פילם קענען ווייזן אז מיר קענען ווי א געמיינדע זיין פארשטענדליך און גוטהארציג ווען עס קומט צו אונזערע אייגענע קינדער וועלכע קלויבן זיך אייגענע וועגן. אז קינדער זענען פאר אונז נישט נאר א שרויף אין דעם לעבן וואס מיר האבן אויסגעקליבן לויט אונזער אייגענער באקוועמליכקייט, נאר מיר באטראכטן זיי ווי מענטשן מיט אן אייגענעם גאט-געשאנקענעם נפש וועמען מיר דארפן רעספעקטירן און ליב האבן ווי... עלטערן האבן ליב די אייגענע קינדער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:10 pm

עס איז דא אזויפיל ארויסצולערנען פון דעם פילם, אט איז נאך אן אבזערוואציע. ארי הערשקאוויטש זאגט אז ער איז געווען א דרייצן יעריגער בחור ביי "כינוס כלל ישראל", און אז דער כינוס האט געלאזט אויף אים א רושם. שפעטער דערציילט ער ווי ווען ער האט געוואלט אויספרובירן דעם אינטערנעט, האט ער ניטאמאל געוואוסט וואס "גוגל" איז. ווער ווייסט צי ארי איז אפשר דער ערשטער קרבן פון אונזער קאפ-אין-וואנט עדיטוד וואס איז פראקלאמירט געווארן ביים כינוס כלל ישראל – אז אנשטאט געבן אונזערע קינדער די כלים און ידיעות וויאזוי זיך צו ספראווען מיט טעכנאלאגיע און די וועלט, ווען מען זיי אויפציען ווי כאילו טעכנאלאגיע איז טמא, און מיינט נישט זיי.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:16 pm

אזכיר על הציון
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:43 pm

ישראל גלויבער האט געשריבן:פארוואס יעדע זאך דארף מען יענעם צו'נער'ט מאכן
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:46 pm

יואב האט געשריבן:פון צווישן די בני-היכלא אידן וועלכע מ'זעט אין פילם: דער וואס פרעגט זיך נאך איבער'ן ווייפיי אין פארק, דער איז ווערט כסף עובר לסוחר. זיין אומבויגזאמע קנאות צעברעקלט זיך ווען דער בחור טוט באשטעטיגן אז אכן, ער איז א היימישער. גולמ'ט און קראצט זיך אביסל אין שאק, און שלאגט פאר ער קען און זאל נאך תשובה טאן סאמע דא — נישט אבער איידער ער פרעגט זיך נאך אויף דער טשופרינע, און ווילאנג עס האט גענומען זיך איינצוהאנדלען אזאנס

די שטיקל איז זייער אינטערעסאנט, אטענטיש און דראמאטיש, און אייגענטליך נישט געפלאנט. ווען ער כאפט אז דער בחור איז א היימישער פרעגט ער אים צעשאקעלט "דו ביסט איינס פון אונזערע?". דאס איז קען זיין די סיבה אונטער'ן נאמען One of Us.

ווער איז דער איד?
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:25 am

דער וואס זינגט קלי קלי למה ביים שבת סעודה איז שוין נישט קיין עקס-חסיד, ער האט שוין תשובה געטוהן און איז היינטיגע טעג א שות״מ. די ניגון האט ער מחבר געוועהן.

זעהט זיך אויס אז סאיז נאר געוועהן א ׳עזבתנו׳ פאר קורצע צייט... :lol:
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:05 am

I've seen him in the past on various clips and generally thought he came across as a
bit of an idiot. Not here! I liked him in every single scene. He comes across as much smarter and more nuanced than I'd given him credit for.

איך זע נישט ווי ער שטעלט זיך ארויס נארמאלער ווי אייביג. לוזער טווערסקי איז קענטליך נישט קיין קלוגע מענטש, ער איז אראגאנט, א בעל גאווה און רעדט אלס מיט אזא פרעכקייט און ביטול. אלס א שטיקל אקטאר, קען מען זען אז ער איז אסאך מער באקוועם ווי די אנדערע אויפ'ן קאמארע, אבער זיין עדידיוט און שפעטעריי קומט נישט פון קיין גרויס חכמה און מאכט נערוועז. די וועג ווי ער פארציילט קאלטערהייט וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיינע קינדער און האט מיט זיי נישט קיין שייכות, אן ארויסווייזן די מינדערעסטע געפילן, ברענגט אביסל ארויס וואס טוט זיך טיף אין זיינע קישקעס. עפעס מיז זיין נישט אין ארדענונג מיט אים. (הגם וואס זיינע חלקים אויפ'ן פילם זענען (פאר מיר) געווען די מערסט-אינטערעסאנט צו וואטשן, וויבאלד ער רעדט נישט פון דעפרעסיע און זיין ביטערע מצב און איז אין א מער פאזיטיווע שטימונג).

ארי הערשקאוויטש איז נאך די מערסטע אטענטיש פון אלע.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך פידלער » זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:20 am

אפטעמיסט האט געשריבן:

Everything I've seen in the past of Twersky agrees with your impressions, Optimist. But in this film I must say he didn't come across as either stupid or arrogant. It's true that the part where he talks about leaving his children without a backward glance threw me. He does seem like an asshole there. But in general, had I not seen anything of him previously and would base my opinion of him solely on what I've seen in this film, I would be generally impressed.

I agree that Ari comes across as least pretentious.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 604 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:52 am

פידלער, נוגע עטי, איך וויל נישט אוועקמאכן ווייל כ'קען נישט די פרטים, אבער אויב האט איר מאן איר געשלאגן פאר צוועלף יאר, פארוואס האט זי נישט גענומען בירט-קאנטראל? עפעס מאכט נישט קיין סענס, אבער אלעס קען זיין. כ'בין נישט באקאנט מיט די קעיס.

די שענסטע חלק בלייבט די תפילה אין רוממו שול. אזא מין הערליכע, ווארעמע ניגון! (מיט די הארמעני פון די נשים צדקניות). איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז? כ'וויל עס זינגען ביי מיין שבת טיש.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג אקטאבער 22, 2017 3:34 am

אפטעמיסט האט געשריבן:די שענסטע חלק בלייבט די תפילה אין רוממו שול. אזא מין הערליכע, ווארעמע ניגון! (מיט די הארמעני פון די נשים צדקניות). איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז? כ'וויל עס זינגען ביי מיין שבת טיש.

מאקסימום וואס כ'האב געקענט טרעפן
https://youtu.be/IbyzkOUY260
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5803 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:49 am

אפטעמיסט האט געשריבן:
I've seen him in the past on various clips and generally thought he came across as a
bit of an idiot. Not here! I liked him in every single scene. He comes across as much smarter and more nuanced than I'd given him credit for.

איך זע נישט ווי ער שטעלט זיך ארויס נארמאלער ווי אייביג. לוזער טווערסקי איז קענטליך נישט קיין קלוגע מענטש, ער איז אראגאנט, א בעל גאווה און רעדט אלס מיט אזא פרעכקייט און ביטול. אלס א שטיקל אקטאר, קען מען זען אז ער איז אסאך מער באקוועם ווי די אנדערע אויפ'ן קאמארע, אבער זיין עדידיוט און שפעטעריי קומט נישט פון קיין גרויס חכמה און מאכט נערוועז. די וועג ווי ער פארציילט קאלטערהייט וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיינע קינדער און האט מיט זיי נישט קיין שייכות, אן ארויסווייזן די מינדערעסטע געפילן, ברענגט אביסל ארויס וואס טוט זיך טיף אין זיינע קישקעס. עפעס מיז זיין נישט אין ארדענונג מיט אים. (הגם וואס זיינע חלקים אויפ'ן פילם זענען (פאר מיר) געווען די מערסט-אינטערעסאנט צו וואטשן, וויבאלד ער רעדט נישט פון דעפרעסיע און זיין ביטערע מצב און איז אין א מער פאזיטיווע שטימונג).

מיר האט זיך יא צוגעדאכט אז טווערסקי פארבייסט זיך די ליפן נישט ארויסצואווייזן זיינע רוישנדע געפילן וועגן זיינע קינדער. אויך ווען ער קוקט איבער זיינע אלטע בילדער זעט מען ווי די עמאציעס נעמען אים איבער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:50 am

אפטעמיסט האט געשריבן:די שענסטע חלק בלייבט די תפילה אין רוממו שול. אזא מין הערליכע, ווארעמע ניגון! (מיט די הארמעני פון די נשים צדקניות). איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז? כ'וויל עס זינגען ביי מיין שבת טיש.

יא, די סצענע אין רוממו איז אויך פאר מיר געווען גאר רירנד, ספעציעל קומענדיג נאך די הארצרייסנדע געריכט אורטייל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט