מיינע געדאנקען איבער'ן פילם "וואן אף אס."

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

מיינע געדאנקען איבער'ן פילם "וואן אף אס."

שליחה דורך יואב »

מיינע געדאנקען איבער'ן פילם "וואן אף אס."

קודם כל, דער פילם איז נישט קיין דאקומענטאר איבער חרדים אדער חסידיזם, מילא איז נישט שייך צו פארלאנגען אָנ'פניות'דיגע און גלייכע דעקונג. לפענ"ד איז עס נישט בכיוון נעגעטיוו, ס'איז אבער מגלה א טונקעלע זייט אין דער רעאליטעט. ליידער איז דאס מציאות, און געוויס אזוי דער דאזיגער חלק פון פראבירן אוועקצוגיין פון היימישן לעבנסשטייגער, אביסל שווארץ. אזוי ווי א דזשורנאליסט וואס טוט זיין ארבעט אויף אן אביעקטיוון אופן בשעת'ן דעקן פארוואלקנטע ערטער, און ווערט באשולדיגט דורך פארטייאישע מענטשן אין זיין איינזייטיג. דאס מציאות מאנגלט צומאל אין זייטן, און נישט יעדער איז מסוגל אויף באשאפן "אלטערנאטיווע פאקטן."

די געשיכטע פון עטי'ן ושבעה בניה קרענקט אין זיבעטער ריפ אריין — א ריפ פער קינד. פון אנפאנג ביז'ן סוף. אמת, כ'בין אינגאנצן נישט באקאנט מיט אלע צדדים, און מעגליך אז אין דאזיגן פילם האט מען דעם מציאות נישט צוגעטיילט א פולע ערליכע רעפרעזענטירונג; צי געוויסע פרטים זענען איבערגעטריבן, אדער גלאט אזוי א פראדוקט פון דמיון און פּיין. (א ביישפיל, כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'איז נישט מאריך דארט איבער'ן מארד פרואוו. ס'איז פארגעקומען ארעסטן? ס'טייטשט עמיצער האט בזדון פיזיש געוואלט רצח'נען א מענטש, א מאמע פון קינדער, און די וועלט שווייגט? כ'חידוש מיך איבער דער ווירקליכקייט פון דאזיגן פרט, נישט איבער דער געוואגטקייט אדער מעגליכקייט פון קענען האבן פאסירט. ס'איז ביי מיר קיין ספק נישט פאראן אז טעראריסטן זענען עלול דערצו, און ווייטער איז ביי מיר קלאר אז חרדישע עקסטרעמיסטן, גענוי ווי עקסטרעמיסטן פון אנדערע רעליגיעס אדער אידיאלאגיעס, זענען מאראליש קאפאבל אראפצורוימען מענטשן בלויז צוליב א דיפערענץ אין גלויבונגען. ואלמלא מוראה של מלכות...)

אבער בלויז א בליק צו טאן אויף די טראַנסקריפּטן פון געריכט, כאפט א שוידער און איבל. ס'איז דאך נישט דער ערשטער און לכאורה נישט דער לעצטער אזא פאל. ואם אינו ענין לזה תנהו ענין לחבירו. דער פילם דעמאנסטרירט צו דער דרויסנדיגער וועלט א רשעות-דורכגעווייקטן פענאמען וואס איז ליידער דער נארם אינערהאלב דער חרדישער געזעלשאפט. פון קאמפיינס, משפחה אדער גוטע פריינט, ס'איז יעדער דא באקאנט אז דער רעליגיעזער צד ווערט שטענדיג געזען אלס לחלוטין גערעכט, אפגעזען וויפיל בלוט, אביוז, בילבולים, פאלשע נידריגע מעשים און קינדער ס'זאל נאר קאסטן אדער האבן געקאסט. איראניש, די פרומע אנערקענען אין דער ווארהייט פון די גרויליגע מעטאדן און שמוציגע אקטיוויטעטן וועלכע ווערן איינגעשפאנט און געלאזט אין שוואונג בכגון דא. זיי האלטן פשוט אז ס'מוז אזוי זיין, ווארום אָן קיין באדינגונגען, קומען טרערן ביי די שבת-ליכט בעפאר טרערן פון איבעראל אויסער די שבת-ליכט; די נשמה קומט שטענדיג בעפאר דעם גוף, הפנים, זיכער אזוי יענעמ'ס.

מילא דאס איז אַן אספעקט אין אונזער מהלך החיים ריכטיג און באַרעכטיגט דאקומענטירט. דאס גיבן צו פארשטיין פאר דער אלגעמיינער גאס, אז ווען עמיצער געפינט זיך אין דאזיגער לאַגע, וועט איר/זיין אייגענע משפחה צומאל קעגן דעם דיקטאט פון מענטשליכן אינסטינקט אדער אפילו אנגענומענער לאגיק, זיך שטעלן מיט'ן צד שכנגד. דער דרויסנדיגער ברויך זיך וואונדערן פארוואס אזא איינע זאל האבן זיך אונטערגענומען אזאנס. שטייט א פרוי עלנד אליין, אן אביוסיוו און באעוולטע פארגאנגענהייט, איר אייגענע עלטערן און משפחה זענען קעגן איר, קינדער זענען נישט מיט איר, און אין אומצאליגע פעלער ווערן גאר דערצויגן איר/אים צו האסן, און אפהאקן אפילו דאס מינדעסטע שייכות. געלט האט זי אויך נישט, אבער אויף עפעס א וועג מוז זי זיך פארמעסטן מיט א מאשין, א טויטליכן מאשין באוואפנט און אויסשטאפירט מיט פילצאליגע רעסורסן און אמביציעס, און אלץ וואס דער מאשין מאנגלט איז אפשר א האַרץ מיט געפילן.

פארוואס האט זי זיך לכתחילה אריינגעלאזט אין אזא גרוב, אפשר געפאלן אין ליבע מיט עמיצן? נייין, בן שמונה עשרה לחופה — א בפירוש'ע משנה; און בן שמונה עשרה ויום אחד גאלט מען אפ די האר פון קאפ — גראדע נישט קיין משנה, נאר תורת אמך מיט א ואל-תיטוש עקספיירעישאן-דעיט ווען די נערווען פלאצן נאך צוועלף יאר פון קושי השעבוד. דעמאָלט עקספייערט אויך מצוות כיבוד אב ואם.


נניח דער סיסטעם קריכט שוין איינמאל פאר אלעמאל ארויס פון יענעמ'ס שלום בית, צי מהלך החיים וועלכן ער אדער זי קלויבט זיך אויס. פון עדוקעישאן ביז מאלעסטעישאן — "זאכן וואלטן געמעגט זיין בעסער," זעט מען דעם הדרת פנים פון אונזער באליבטן ר' יוסל ראפאפארט. זיינע אויגן אנגעפילט אי מיט ליבשאפט און מיטגעפיל אי מיט צעבראכענקייט, דרייען זיך פון קאמערא אריין צום יונגען נארוואס-רעהאביליטירטן נארקאטיגער, און צוריק. דא דארט גנב'ען זיי אראפ א בליק צום טעצל דזשעלי-ביענס, פילייכט א נישט-שלעכטער אויסוואל, אויב זוכט מען סיי וואס זיס אין דער מערקווערדיגער ביטערקייט.

כ'קלער אז ר' יוסל איז געווען א פערפעקטער קאנדידאט פאר דער פרומער זייט. שאנסן זענען אז אויב וואלט ער נישט מסכים געווען וואלט עפעס א ראדיקאלער זיך אנגעטראגן אנשטאט, און געוויזן דער אמעריקאנער גאס אז ריכטער רוי מאָאר פון אלאבאמא איז גאר א ליבעראלער.

לוזער טווערסקי מוז איך זאגן איז זייער זיס דארט ממש יעדעס מאל מ'זעט אים. ער קומט אפיר גאר האמבל, און מיט א געשמאקן סענס-אף-הומער. וכלשונו: " איי העוו מעלאויד." כ'האלט ער האט געטאן א גאר גוטן דזשאב. ס'איז זייער רירנד ווען מיט נאסע אויגן לייענט ער אין בריוו "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאט," אז ער האט זיך געשעמט פאר'ן הונט דערפאר וואס ער איז נישט קיין הונט, נאר א מענטש. און ס'טוט וויי צו זען וויאזוי ער זאגט אז ער האט אויפגעגעבן די רעכטן אויף זיינע צוויי קינדער ווייל אנדערש וואלט ער נאך איצט געווען פארהאנקערט אין געריכט. אין מיט עטי'ן אין פערספעקטיוו, איז זייער גרינג אים באלד צו פארשטיין.

הערשקאוויטש מאכט אויך גאנץ א גוטע ארבעט. צווישן אנדערע, קלער איך איז דאס שטיקל פון ר' אפרים וואקסמאן ביי כינוס כלל ישראל אייזן גוט, און אין פלאץ. אזוי אויך איז ער דווקא יא פאזיטיוו אויף זיינע עלטערן, און זאגט אז ס'איז פאראן דארט א פארשטענדעניש. ער ברענגט אויך ארויס די פראבלעם, ווייטאג און מציאות פון דער לופטיגער זינלאזער דערציאונג סיסטעם, און שפייט נישט אומזיסטיגע האַס. הגם, כ'מוז זאגן אז אויב איז דא א פלאץ דורכאויס דעם פילם וואו כ'האב געהאט בלויז מינימאלע סימפאטיע, איז עס הערשקאוויטש'ס פלאנטער מיט גוגל'ן.

זעענדיג די איבערלעבענישן און דורכגאנגען פון די דריי, לייגן זיך די רייד פון חני געטטער שטארק אויפ'ן שכל. "דאס איבערלאזן די היימישע געזעלשאפט קאסט א פרייז וואס נישט יעדער איז גרייט אדער ביכולת צו צאלן." דאס איז פון די הויפט צילן אין דאזיגן דאקומענטאר, און איז היפש גוט ארויסגעברענגט געווארן.

כ'בין נאר נישט אזוי קלאר מיט וואס זי זאגט איבער דער שארית הפליטה פון נאכ'ן האלעקאסט. בעת וואס כ'בין איינשטימיג מיט איר אז קינדער אין היימישער געזעלשאפט ווערן אפט באטראכט ווי אייגנשאפטן, זע איך נישט די דווקא'דיגע שייכות צום האלעקאסט. ווי ווייט כ'האב געלייענט אין אלטע ביכער האבן זאכן נישט אויסגעקוקט צופיל אנדערש צװישן די "גאר פרומע" (און לוזער טווערסקי'ס פרומער חבר וואס רעדט איבער דייטשלאנד זאל מוחל זיין אריינוואנדערן קיין הוידאנאנאש צי אפילו ווארשא אדער גאר ווילנא אביסל.)

די שבת'דיגע סעודה איז עמעזינג. ס'איז עמאציאנאל, און אין פלאץ. "קלי קלי למה עזבתני," ס'רירט א סטרונע אין הארץ. אנדערש ווי די פילע קליפס מאכנדיג די רונדעס, אין וועלכע ס'ווערן געזען בחורים וגם עקס-בתולות
מיט הוילע קעפ ציקלען זיך ביי קה אכסוף, איז די דאזיגע סעודה מיך יא שטארק געפעלן.

פון צווישן די בני-היכלא אידן וועלכע מ'זעט אין פילם: דער וואס פרעגט זיך נאך איבער'ן ווייפיי אין פארק, דער איז ווערט כסף עובר לסוחר. זיין אומבויגזאמע קנאות צעברעקלט זיך ווען דער בחור טוט באשטעטיגן אז אכן, ער איז א היימישער. גולמ'ט און קראצט זיך אביסל אין שאק, און שלאגט פאר ער קען און זאל נאך תשובה טאן סאמע דא — נישט אבער איידער ער פרעגט זיך נאך אויף דער טשופרינע, און ווילאנג עס האט גענומען זיך איינצוהאנדלען אזאנס.

דער טשעק-טוישער וועלכער וויל נישט אויסשליסן די מעגליכקייט אז לוזער טווערסקי איז אַן עסס-האָלל נאך מקדמת דנא, איז אויך זייער זיס. יענער האט א פאזיטיוון עטיטוד צו אים, עפעס אזא אפטימיזם און ביטחון אז גאט וועט זיך שוין אן עצה געבן מיט זיינע פושעים, און אויטאמאטיש נעמט דאס אראפ א שטיקל אחריות פון אים גופא. אויך שיין פון זיין געוועזענעם שוואגער, וועלכער איז לכבוד דעם פילם גרייט געווען צו שלעפן א דיקע בלויע קאַסטן אנגעפילט מיט באקסעס.


"אין עוד, מלבדו אין עוד, מלבדו ה', הוא האלוקים." איינס פון די שענסטע און מערסט נשמה'דיגע מינוטן אין פילם. צעבראכן און צעשאסן נאך שווערע נייעס פון געריכט איבער קאסטאדי, זעט מען די באקאנטע "רוממו - דשואיש רינועל" שול אין מאנהעטן. אלץ אין שול וויגט זיך אין דעם ווארעמען "אין עוד מלבדו," געזאנג, און עטי', ארויפגעווארפן אויף א פאר'טלית'טן האלדז מבכה על בניה כי איננו. די סצענע איז רירנד ביז גאר, און ס'שווער צוריקצוהאלטן די טרערן פון לויפן פריי.

צום שלוס: קען זיין מ'וואלט געברויכט מער מאריך זיין אין געוויסע ערטער, דער פילם איז אבער למעשה זייער זייער גוט, און ווי געזאגט אויבן, נישט אנטי אונזער לעבנסשטייגער, נאר איבער די שוועריקייטן ס'גייען א דורך אזאנע וואס ווילן אים איבערלאזן. כ'גלייב נישט אז דער וואס האט געפלאנט זיך צו מגייר זיין, און דווקא ווערן א חסיד, וועט זיך צוריקהאלטן צוליב'ן דאזיגן פילם. די שאלה איז נאר לגבי אזאנע וועלכע האבן נישט געהאט קיין גיור פלענער אויפ'ן געדאנק. זיי אוודאי האבן געוויס רחמנות אויף אונז, און נעקסטיים עמיצער באמערקט א פרומער איד אויפ'ן סאבוועי, וועט פאר זיי איבערבלייבן צו זיך וואונדערן צי מיר זענען פון די רודפים אדער נרדפים; צי מ'גיימער אין געריכט צו פארלאנגען יוסטיץ, אדער דערגרייכן א לויטער רעליגיעזן דערפאלג.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר