בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

שליחה דורך קרעקער »

די גאס רודערט שוין עטליכע טעג איבער דעם אינטערעסאנטען שידוך פון א מיידעל 17 [לויט טייל ידיעות נאך 16] וואס איז א כלה געווארען מיט א 36 יעריגען גרוש, א טאטע פון 3 קינדער
מאנכע וועלען טענהען אז סאיז נישט שיין צו מישען אין יענעמס פרייוועט שידוך, אבער איך פיהל אז מדארף יא רעדען וועגען דעם אפען, ווייל סאיז נוגע די געזעלשאפט פין אינדזער ציבור בכלליות
עטליכע נקודות וואס כוויהל ארויסברענגען;

לדעתי איז עס א שרעקליכע עוולה וואס מטאהר נישט צולאזען, כוויל נישט הערען דעם טענה אז די מיידעל וויל דעם שידוך, זי איז נאך א קינד, און ווייסט מסתם נאכנישט ווי אזוי מהאט קינדער, זי איז געווארען געכאפט פון זיין געשליפען צינגעל, און אין 10 יאהר ארום ווען זי גייט זיין 25 יאהר גייט ער שוין זיין כמעט 50 מיט א ווייסע בארד,
איך קען עם נישט פערסאנעל מזאגט ער מאכט ספארדישע בעלי תשובות און לערנענט פאהר 8000 שיעורים אויף יוטוב, אבער ער איז 2 מאהל עלטער פון איר, זי קען ווען זיין זיין טאכטער, ווי אזוי האט ער א הארץ צו טוהן אזא אומרעכט מיט א קליין מיידעל?
מיין הארץ איז מיך אויסגעגאנגען צו הערען די צובראכענקייט פין דעם טאטע פון מיידעל, זיין הילפסלאזיקייט ווי ער קען גארנישט טוהן, ווייל זיין מיידעל וויל דעם שידוך, זי וויל נישט הערען פון עפעס אנדערש. ליידער איז דעס דער מצב ביי היינטיגע יוגענט, וואס עלטערען קענען זיי גארנישט איינטיילן, זיי האלטען אז זיי ווייסען און פארשטייען וואס זיי טיען, כאטשיג די אמת איז אז די עלטערען מיינען דאך די בעסטע פאר זייערע קינדער
די רבנים וואס זענען ביזי מיט אלע בייזע פראבלעמען פינעם דור דארפען זיך ווען צאמנעמען און אראפלייגען די פיס און נישט לאזען די מיידעל טוהן דעם שידוך, יא זיי האבען א כח און קענען עס אפהאלטען, עס גייט זיי אבער נישט אהן, זיי זענען ביזי מיטן עירוב און אינטערנעט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר