שידוכים ביים היימישן עולם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שידוכים ביים היימישן עולם

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יולי 24, 2012 9:49 am

אין די אשכול אינטערסאנטע לינקס האט שמילי געלינקט צו א זייער אינטערסאנטע שמועס וועגען שידוכים וואס דארף קלאר א עקסטרע אשכול.
דא איז די לינק
http://yiddishvort.org/2012/07/24/בנוגע-שידיכים-ביים-היימישען-עולם/#more-103

בנוגע שידוכים ביים היימישן עולם

איך וויל דא שרייבן וועגן א ענין וואס איז שטארק נוגע ביים חסיד'ישן עולם, א פראבלעם וואס מער אין מער מענטשן הייבן אן איינצוזעהן אז ס׳איז טאקע א פראבלעם.
איך וויל ארויסברענגען די ענין פין שדוכים. זייער אסאך מענטשן הייבן אן איינצוזעהן די פראבלעמען וואס די היינטיגע סיסטעם פין שדוכים האבן צוגעברענגט.
אסאך גיטין זענען שוין געוועהן נאר וועגן איין סיבה... די קאפל האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צו מעטשען... ס'איז בכלל נישט געוועהן קיין מעטש...
יא, די משפחות האבן געמעטשט פערפעקט, צוויי שיינע משפחות. ביי די רעבישע איז עס געוועהן צוויי שיינע רעבישע משפחות, בעלי יחוס, אלע מעלות, און ביי אן אנדערע איז עס געוועהן צוויי שיינע בעל-בית'ישע משפחות, געלט איז געוועהן ווי וואסער.. ממש א שידוך מלא טעם אז די גאנצע בית מדרש איז געוועהן ביזי... פשששש.. אזא שיינע שידוך... ער האטזעך דאך משדך געוועהן מיט דעים ווייס... פשששש! א שיינע משפחה, די בחור מיט די מיידל איז נאר בדרך אגביי גייען פרצופאל אויך חתונה האבן..
אבער די עיקר אידעך אז די מחותן יענקל זאל זיך קענען רייבן די בויך און זאגן אין בית מדרש אז כ'האב געטוען א שידוך מיטן עושר געציל ווייס אין יעדער זאל גיין פשששש...

דעם בחור, סך הכל אן אכצן יעריגער, איהם זעצט מען אוועק ביי א בעשוי, ער זיצט די ערשטע מאל מיט א פרעמדע מיידל אין זיין לעבן, ער איז אינגאנצען צומישט, קיינער זאגט אהים נישט וואס דאס חתונה האבן מיינט בכלל ( דאס וועט ער שוין אויסגעפינען ביי די חתן שיעורים...)
א חתן וויל ער שוין פון לאנג ווערן ווייל די מגיד שיעור קריכט איהם שוין א לאנגע צייט אויף די נערווען.. ער וויל אויך אז די שידוך זאל ווערן, ווייל איינמאל מ'זיצט שוין ביי א בעשוי איז פאני אויב דער שידוך לאט זיך אויס א בוידעם, במילא האט ער שוין א שטיקל פרעשור אויך...
און דערצו וועט ער זיך שעמען פון זיינע חברים וואס ווייסן אז ס'טוטסעך עפעס, ווייל מען האט דאך זיי געפרעגט אינפארמעשאן, אין ס'וועט זיין בושות צוריק צו קומען אין ישיבה מארגן און ער זאל נישט זיין א חתן אזוי ווי האלב פון זיינע חברים שושקענען זיך שוין אונטער, און ער זאל ווייטער דארפן ציען די דזשאק אז ער פילט זיך שוין ב"ה גוט און די פיבער איז אוועקגעגאנגען...
בקיצור, ס'איז נישט אזא פשוטע זאך צו זאגן ניין נאך א בעשוי...

אין די עטליכע וואס מאכן שוין אפילו יא צוויי בעשוי'ס, האט דער בחור אויך א פרעשור ווייל ער מוז מאכן היינט די דיסישען.... און די זעלבע פרעשור גייען דורך די מיידלעך אויך.
און די מחתונים שמועסן שוין אינדרויסן וואו מען וועט מאכן די חתונה, צו מ'זאל יא גיין תקנות נישט גיין תקנות, וועלעכע דזשולערי מ'זאל קויפן וכו' וכו'
דער בחור זיצט אינעווייניג, ער זעהט גארנישט שלעכט, אבער ס׳ציעט איהם עפעס נישט אזוי מורא'דיג, ער פילט זיך שלעכט צו זאגן ניין, ווייל אלע קעיק און סאדע וואס די מחותן האט שוין איינגעקויפט וועט גיין אין גארביטש..
און נאך די בעשוי, אויב דער בחור אדער די מיידל זאגן אז איך בין צומישט, וועט די מאמע זאגן אז אויב וועסטו ווארטן נאך א טאג וועסטו ווערן סאך מער צומישט.
פארשטייט זיך אז אויב ער זעהט נישט א גרויסע סיבה צו זאגן ניין וועט ער זאגן יא, אפילו ער האט נאך פיל מיט ספיקות אין די גאנצע זאך, ווייל אויב ער וויל זיך איבערטראכטן האט ער בכלל נישט קיין טשויס ווייל ער "מוז יעצט" באשליסן צו ער וויל יא צו ער וויל נישט. און די זעלבע פראבלעם איז דא ביי די מיידלעך...
אסאך מאל קען מען טרעפען חתנים אדער כלות וואס זענען זייער עקסיידעט מיטן פאקט אז ער/זי איז א חתן/כלה, אבער זענען אינגאנצן צומישט מיט וועם זיי זענען א חתן/כלה.

טראכטס אריין!  איז עס נישט א משוגע'נע זאך???
איינע פון די גרעסטע פראבלעמען איז אז מען עדזשיוקעיט אפילו נישט די בחורים און די מיידלעך ביי די שידוכים יארן וואס דאס חתונה האבן מיינט בכלל, אז ווען זיי גייען אריין צו א בעשוי ווייסן זיי בכלל נישט אויף וואס צו קוקן... זייער אסאך בוחרים ווייסן נישט געהעריג וואס מען מעג טוען נאך די חתונה מיטן ווייב, זיי מיינען אז נאר די גוים מעגן, אודאי איז דאס נישט די עיקר פארט פון מערידזש, אבער לאמיר זיך נישט פאפן, ס'איז א גרויסע פארט...
און וואס געשעהט... קיינער זאגט זיי גארנישט, זיי ווייסן נישט אז מען מעג קושן א ווייב, זיך ארומנעמען, און די אלע זאכן... סא ווען זיי קומען אריין צום בעשוי קוקן זיי בכלל נישט אויף די פארט, זיי ווייסן ניטאמאל אז ס'איז דא אזא זאך, זיי מיינען אז מיט א ווייב קען מען נאר געשמאק שמועסן, און זיי זעהען אז זי קוקט אויס געשמאק, זאגט מען יא..
אין נאך דעם ווען זיי געפינען אויס פין זייער חתן רבי קענען אסאך חתנים טראכטן אין בעק אויף די מיינד … העי מ׳מעג יא?? דעיס איז בכלל נישט מיין טעיסט וכו׳ וכו׳ פארוואס האב איך נישט געוויסט פין פארדעים??
אין ס׳איז א פראבלעם פארוואס זאל א חתן וואס גייט יעצט האבן א רילעישינשיפ מיט איינעם האבן צעמישענישן אין זיין קאפ אז אפשר האב איך געדארפט זאגן ניין…
פארוואס זאל א חתן זיך נישט קענען ארום דרייען אין וויסן אז אויף די מיידל האב איך געזאגט יא וויייל איך האב דיסיידעט אזוי ווייל איך האב געוויסט וואס ״איך״ וויל וועלעכע טייפ מיידל איך זיך וועלעכע טייפ לאקס (looks) איך האב ליב, אין נאכן זיך גיט איבערטראכטן אפאר טעג אן פרעשור פין קיינעם האב איך געזאגט יא… נישט קיין פרעשור פין די טאטע נישט פין די מאמע נישט פין קיין חברים נאר ווייל ער האט ליב די מיידל
פארוואס קען א טאטע נישט פארשטיין אז ווען זיין זיהן זאגט איהם איך זיך אזא טייפ מיידל מיינט ער עס אמת׳דיג.. אין אויב די גייסט איהם צווינגען אפילו אויף א שיינע וועג אין איהם סטם דרייען א קאפ, אז ער זאל זיך שעמען צו בעטן נאכאמאל אז ער דארף נישט קיין שפיצל אדער אז ער זיכט  נישט אזא פרימע מיידל וועגן דיינע אייגענע איטערעסן ווייל די ווילסט ס׳זאל הייסען אז די האסט פיינע קינדער, אדער אז די טיסט שיינע שדוכים.. גייט דיין זיהן נישט זיין אזוי העפי מיט זיין ווייב אדער גייט ער בכלל נישט זיין העפי
פארשטייט זיך יעדע טאטע וועט זאגן ער מיינט די טובה פין זיין זיהן… ער איז נאך אינג ער איז קוים ארויס פין די פעמפערס ער ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל… וועגן דעם רעדט ער אזוי…
אויב די האלסט ער איז נאך צו אינג וואס מאכסט איהם חתונה אזוי אינג???  מאך איהם חתונה ווען ער איז עלטער… מאך איהם חתונה ווען ער איז פינף אין צוואנציג…  אז די האלסט אז ער איז רעדי חתונה צו האבן יעצט, האלט אויך אז ער איז גענוג מעטשור יעצט צו פיקן זיין ווייב… געב איהם די טשויס צו פיקען וועם ער האט ליב… אויב די האלסט אז ער ווייסט נאך נישט וואס ער וויל מיינט אז ער קען נאך נישט חתונה האבן… אבער די האסט זעכער נישט קיין רעכט איהם צו לייגען פרעשור וועמען צו נעמען….
בעפאר איינער זאל ווערן א חתן דארף ער ערשט וויסן וואס דאס גאנצע זאך פין חתונה האבן מיינט בכלל,ער זאל וויסן אויף וואס צו קיקן ביי די בעשוי.  נישט אז ער זאל דארפן געוואר ווערן פין זיין חתן רבי אז מ׳דארף געבן לאב פאר א ווייב, ער זאל שוין וויסן פאר די בעשוי וואס א עכטע רילעשנשיפ מיינט, ער זאל שוין וויסן פאר די בעשוי אז אידן מעגן אויך טיען……….  , אז ס׳איז א פארט פין די רילעשנשיפ, ער זאל וויסן אז ״איי לאב יא״ זאגט מען אויך אין זי רעבישע הייזער, ס׳איז בכלל נישט קיין גוי׳אישע זאך! פארוואס דארף ער עס געוואר ווערן פין א חתן רבי????
יא! די טאטע זאל ריפען די קינד אין די זייט די בחור, אין אויך די מיידל, בעפאר מען וויל אנהויבן די שדוכים מיט זיי אין זאגן…
 יא מיין טייערע קינד איך ווייס נישט וויפעל די ווייסט שוין אבער יעצט וויל איך דיר עס זאגן .
איך האב דיר עס נישט געזאגט ביז יעצט ווייל איך האב נישט געוואלט זאלסט טראכטן פין דעם א גאנצן טאג אבער יעצט איז געקימען די צייט ווען די גייסט קיקן מיט וועמן צו זיין דיין פארטנער א גאנץ לעבן וויל איך זאלסט וויסן וואס מעריזש איז אל עבאוט, וואס חתונה האבן מיינט בכלל. יא מען מעג איהם, אדער זי, זאגן אז ״איי לאב יא״ איז א זאך וואס מ׳דארף זאגן!! ער זאל וויסן אז יא מען מעג זיך טאטשען…  מען דארף איהם נישט זאגן פינקטלעך אלע דיטעילס וואס מען טוט, מען דארף איהם נישט אינגאנצען אויפקלערן אבער כאטש אזוי פיל אז ער זאל וויסן אז ער קען קיקן אויף די פארט אויך ביי א בעשוי …
 אין ווען ער קיקט ביי א בעשוי זאל ער קיקן צו ער וואלט זיך געפילט קאמפטעבאל מיט איר, אדער פארקערט צו זי וואלט זיך געפילט קאמפטעבאל מיט איהם.
די טאטע דארף וויסן אז נישט ער איז דער וואס נעמט אן איידעם אין די מאמע דארף וויסן אז נישט זי איז דער וואס נעמט א שניר, עס דארף זיין די בחור אין די מיידעלס דיסישען…
פאר יעדע שידוך זאל די טאטע פרעגען פין זיין זיהן אדער טאכטער וואס זוכסטו וועלעכע טייפ וועלעכע פעמעלי… אין ביי יעדע שידוך זאל די בחור אדער די מיידל וויסן גלייך ווען מען טראגט עס אן אין זיי זאלן זיין דער וואס זאגט יא צו ניין, מען קען אפילו ווייזן א פיקטשער ווען א שידוך הייבט אן ווערן ערענסט… אין זיי זאלן זיין אינוואלפט אין יעדע זאך… א שידוך מיז נישט זיין קיין ראש (Rush) ס׳מעג נעמען אפאר וואכן … געב זיי גענוג צייט זיי זאלן עס קענען איבער טראכטען… אין זיי זאלן זיין דער וואס מאכט די לעצטע דיסישען…
אין בכלל די וועג וויאזוי ס׳איז איינגעפירט אין די סיסטעם וויאזוי די בעשוי גייט צו מען זעצט זיך אוועק ביי א גראבע ברייטע דיינינג רום טיש כרחוק מזרח ממעריב פין די אנדערע זייט זעהט מען א קאפ זיך ארויסשטעקן …  מען הייבט אן שמיעסן… א גיטן ווי ארבייט איר … ביידע דארפען זיצען גראד אין מען דארף שמיעסן שטיל ווייל די טאטע׳ס אין מאמע׳ס זיצען גלייך נעקסט דאר אין קיטשען… אין נאך א האלבע שעה קימט איינער פין די טאטע׳ס אריין נא! מ׳האט גיט געשמיעסט?
 אין ביידע ענפערן שעמעדיג אין צומישט יא…
אין די טאטע זאגט שוין אקעי לאמיר ערשט א אהיים גיין אין מען וועהט שוין זעהן …
שוין גיטע נאכט גיטע נאכט…
שוין מען קימט אהיים פרעגט די טאטע נא? וואס זאגסטע? איך האלט אז ס׳איז א מורא׳דיגע זאך פאר דיר…
איך האלט אז ס׳קען נישט זיין בעסער זאלסט עס כאפן מיט ביידע הענט
אין די בחור/מיידל שטייט אינגאנצן צומישט אין מען מיז מאכן יעצט גלייך א דיסישען….
אפילו די בחור וועט ענפערן יא מיינט נישט אז ער איז זעכער אז ער וויל טאקע ער איז פלעין צומישט…
אין די סיסטעם פין בעשוי׳ס איז א פראבלעם… אין יא די ליטפישע וועג פין דעיטן איז אין א געוויסע זין בעסער…
מאנכע טענען אז ביי די ליטפישע איז דא סאך מער גיטן ווי ביי די חסידישע…
 וויל איך פרעגן ווער האט עס געציילט אז זאלסט קענען זאגן אלץ א פאקט אז ס׳איז דא מער גיטן ביי די ליטפישע???
איז דען דא איין רב וואס איז אינוואלפט ביי אלע גיטן פין כלל ישראל וואס זאל וויסן וויא ס׳דא מער גיטן???
אין לאמיר זאגן ס׳איז טאקע דא מער גיטן לאמיר שוין זאגן אז יא מיינט עס נאך נישט אז די חסידישע זענען מער העפי מיט זייער שדוכים… נאר וואס דען ביי די חסודישע איז עס א מורא׳דיגע בושה זיך צו גט׳ן מ׳גייו ענדישער זיך הרג׳נען מיט די ווייב טעג נאך טעג וויא זיך גט׳ן..
סא לאמיר שוין זאגן אז ס׳איז טאקע דא מער גיטן ביי די ליטפישע איז עס נאר וועגן בושה, ס׳מיינט נאך נישט אז דעיטן איז א שלעכטע וועג…
אין לאמיר עס צולייגען וויפעל מאל הערט מען ביי די ליטפישע אז א קאפל האט זיך סעפערעידיט 3 חדשים נאך די חתונה?
כמעט קיינמאל… אין ביי די חסודישע האלט מען עס אין איין הערן …
פארוואס הערט מען עס כמעט נישט ביי די ליטפישע?
 ווייל די ליטפישע קענען זיך פאר די חתונה זיי ווייסן אין וואס זיי גייען אריין אין ווען מען סעפערעידיט זיך שוין יא איז עס נאר וועגן אנדערע סיבות… צו איינער האט געהאט שלעכטע מידות וכו׳ וכו׳
אוואדאי ביי א דעיט קען מען אויך נישט אלעס זעהן… מען קען נישט זעהן וויאזוי די מענטש ריעקט ווען איינער רעגט איהם אויף מען קען נישט אלעס זעהן. אבער מען קען כאטש זעהן צו מ׳איז די זעלבע טייפ די זעלבע פרום… די עיקר צו ער וואלט געוואלט האבן א רילעשנשיפ מיט איר … אדער זי מיט איהם…
וויפעל מאל הערט מען ביי די חסודישע אז… איך האף אז ביי שמואלי גייט זיך אלעס אויסארבייטן גיט ווייל מיין שוועסטער זאגט מיר אז זי איז געהעריג א פרומע מיידל זי איז בכלל נישט אזוי ווי איהם…
אדער זי איז בכלל נישט אזא פרומע מיידל אזוי ווי איהם זי איז א פלעינע נארמאלע מיידל, איך האף  אז ס׳גייט זיין שלום דארט…
ביי אינז גייט עס… די טאטע קאלט אן די מגיד שוער אז איינער גייט דיך פרעגן אינפארמעשאן זאג אז ער איז א לערנער… אין די בוחרים לערענט מען אויס אז מען דארף זאגן נאר גיטע אינפארמעשאן אז ער לערענט א גאנצן טאג אין אז ער גייט זיצן פינף יאר כולל…
איי די בחור איז בכלל נישט ערענסט אין זעכער נישט קיין לערנער… אבער ס׳וועט זיין גיט ס׳וועט זיך שוין אויסארבייטן… אין מען מיירעט איהם אריין מיט א כלה וואס אינספעקט פין איהם ער זאל לערנען…
אין וואס געשעהט נאך דעם … די ווייבל איז מלאך תענות אז די מאן האלט נישט דערביי… אין דעמאלס איז שוין דא פראבלעמען..
בקיצור די וועג וויאזוי די שדיכים גייען צו איז זייער שלעכט יעדער ליידט צום סוף פין דעם סיי די מחותנים, ווען מען זעהט ס׳דא פראבלעמען נאך די חתונה אין פארשטייט זיך אז די קאפל ליידט זעכער פין דעם
נו סא וואס קען מען טאקע טיען עס צו פארעכטן?
מען קען דאך נישט מאכן אז די חסודישע עולם זאל אנהייבן דעיטן….
נאר וואס דען.. אינז דארפען פרובירן אינער בעסטע וואס אינז קענען טיען אז אינזערע קינדער זאלן זיין העפי…
צום ערשט פארוואס דארף א בעשוי זיין אין א דייניג רום? פארוואס קען עס נישט זיין אין א שטילע פארק?
 די טאטע אין מאמע זאלן ברענגען די בחור אין די מיידל צו א שטילע פארק ווי מענטשען דרייען זיך נישט אין די טאטע אין מאמע זאלן זיך אראפזעצן אין א זייט אין לאזן די בחור אין די מיידל ארום שפאצירן רוהיג…
אין מען זאל זיך אויסנעמן פין פארדעם אז מען גייט מאכן מער ווי א איין בעשוי אין מער ווי צוויי, סזאל זיין מינומים פיר בעשויס אין די יעדע בעשוי זאל זיין אפגעריקט מיט אפאר טעג…
ס׳זאל זיין אן קיין פרעשור פין די עלטערן… סאיז בכלל נישט זייער ביזנעס צו אריין רעדן אין א ענין וואס באלאנגט פארן קינד
אין בכלל די גאנצע שבת׳דיגע אנגעטיאכטס דארף נישט זיין, די בחור זאל קענען ארום וואקן מיט די וואלנע ציצות אין די מיידל מיט א שיינע וואכענדיגע קלייד…
ביי די בעשוי זאל מען מען נישט עקטן מען זאל זיין אפען אין זאגן זאכן פין זיך. למשל וואס מען האט ליב צו טיען וואס מען אינזשויט צו טיען מען זאל זיך נישט טרייען צו מאכן פרימער וויא מען איז עכט… מען דארף זיין אפן…  ס׳זאל זיין נארמאל צו זאגן אז איך וואלט נישט געוואלט זיצן צו לאנג אין כולל אדער איך וויל בכלל נישט זיצן אין כולל…
פארוואס זאל מען פאפן?? וואס איז די פאפעריי א קאפעל דארף באמת מעטשן אן קיין פאפערייען אז ס׳מעטשט!!
אין די עיקר איז אז זיי דארפען זיך ליב האבן אין נאך דעם קען מען מאכן לחיים…
די תורה פארלאנגט עס!! די אייבערשטער וויל אז א מאן אין ווייב זאלן זיך ליב האבן… ס׳שטטייט נישט אין די תורה אז די עלטערן דארפען זיין צופרידן פין די שידוך…
ס׳איז שוין גענוג געוועהן !! ס׳איז שוין געוועהן געניג סעפערעישאנס וועגן דעם!!! די באשעפער האט זיך געלאזט אויסמעקן זיין נאמען וועגן שלום בית…
איך האף אז מענטשען וועלן פארשטיין דעם ענין אין מען וועט טיען צום זאך!!!


Share
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך אבי גערעדט » דינסטאג יולי 24, 2012 10:25 am

מורא'דיג גערעכט.
איך דאנק נאר דעם אויבערשטן אז כ'האב שוין חתונה געהאט, נאך פאר איך האב געוויסט פון די אלע פראבלעמען, אזוי בין איך כאטש צוגעגאנגען רוהיג צו די זאך, נישט חלומ'נדיג אז ס'איז איכא דרכה אחרינא
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 537 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג יולי 24, 2012 10:46 am

איך האף אז עס איז נישטא דא קיין בחורים דא וואס ליינען עס, עס וועט זיין א רחמנות אויף זיי אז זיי וועלען האבען אזלכע פייגלעך און קאפ
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 10:53 am

מורא'דיגע אמת'ע דיבורים. מי יתן והי'. איך וועל אפילו נישט דערמאנען וויפיל טעותים עס איז דא אין דעם ארטיקל, ווייל די תוכן איז שטארקער פון די קלייניגקייטן.

גראדע מיר האט מען יא געוויזן א פיקטשער פון די מיידל בעפאר דעם שידוך.
און מיינע עלטערן, כאטש דער שידוך איז צוגעגאנגען ווי די היינטיגע סיסטעם, סך הכל האב איך גערעדט בלויז 15 מינוט (!) הכל בכל מכל ביים באשוי בעפאר מען האט געוואונטשן לחיים, אבער זיי האבן געזוכט א שיינע מיידל (עכ"פ אין זייערע אויגן) וועלכע וועט האבן חן אין די קינדער'ס אויגן. ביי אלע שידוכים האבן זיי אזוי געטון. מען האט נישט געקוקט נאר אויף די מחותנים, נאר אז די מיידל זאל אויך זיין א בא'טעמ'טע.

ס'איז נאך אסאך טינט געבליבן אין פעדער, ובעז"ה לכשירחיב הזמן, אאריך עוד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג יולי 24, 2012 11:14 am

ער האט אפאר גוטע פוינטס אבער כאילו די שידוכים וואס מ'וועט געבען פארן בחור צו דיסיידען וועט זיין בעסער?? רוב מאל ווען א בחור פילט ס'איז נישט פאר עם זאגט ער, איך קען אפאר אזאלעכע מעשיות.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך Espresso » דינסטאג יולי 24, 2012 11:59 am

לעמיל האט געשריבן:איך האף אז עס איז נישטא דא קיין בחורים דא וואס ליינען עס, עס וועט זיין א רחמנות אויף זיי אז זיי וועלען האבען אזלכע פייגלעך און קאפ

לעמיל דו מאכסט א דזשאוק? איך קען אסאך אינגערלייט וואס וואלטען סאך בעסער אויסגעזען ווען זיי וואלטען ווען געלייענט דעם ארטיקעל אלס בחור.
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך משכיל » דינסטאג יולי 24, 2012 12:15 pm

דער פראבלעם איז אז דער בחור איז על פי רוב דעספערעט און ער וויל זייער שטארק, אפ גערעט אין די קרייזען וואס מען שרעקט די בחורים אפ וועגען עניני קדושה, איז ער סטאק,
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 12:26 pm

געוואלדיג איך האב שטארק הנאה דערפון. אינאיינוועגס וועל איך שוין אויך לינקן מיין פערזענליכע איבערלעבעניש (נאר אוועיליבל פאר די וואס האבן רשות כניסה צום פריוואטן פארום) וואס איך האב לעצטנס אפגעשריבן. און זאלט איר מיט די אייגענע אויגן זען די פארווייטאגטע מעמוארן פון א סיסטעם געליטענער.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 12:29 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:מורא'דיגע אמת'ע דיבורים. מי יתן והי'. איך וועל אפילו נישט דערמאנען וויפיל טעותים עס איז דא אין דעם ארטיקל, ווייל די תוכן איז שטארקער פון די קלייניגקייטן.

גראדע מיר האט מען יא געוויזן א פיקטשער פון די מיידל בעפאר דעם שידוך.
און מיינע עלטערן, כאטש דער שידוך איז צוגעגאנגען ווי די היינטיגע סיסטעם, סך הכל האב איך גערעדט בלויז 15 מינוט (!) הכל בכל מכל ביים באשוי בעפאר מען האט געוואונטשן לחיים, אבער זיי האבן געזוכט א שיינע מיידל (עכ"פ אין זייערע אויגן) וועלכע וועט האבן חן אין די קינדער'ס אויגן. ביי אלע שידוכים האבן זיי אזוי געטון. מען האט נישט געקוקט נאר אויף די מחותנים, נאר אז די מיידל זאל אויך זיין א בא'טעמ'טע.

ס'איז נאך אסאל טינט געבליבן אין פעדער, ובעז"ה לכשירחיב הזמן, אאריך עוד.

איך האב געבעטן א פיקטשער איידער די שידוך, און וויפיל איך האב עס געמאנט האט מען מיר איגנארירט, ווען איך באקום עס ווען דען, וואלט עס מסתמא בלויז געבליבן א פיקטשער...
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 12:31 pm

טאמבעלע, נישט אלעס קען מען זעהן אויף א פיקטשער.

קענסטו דען זעהן וויפיל ענגליש זי קען??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 12:35 pm

גלייב מיר אויף די שטערן קען מען אסאך זען. ;) אזוי האט מיין מלמד געזאגט.
און האב איך דען געזאגט אז ענגליש איז געווען דאס איינציגסטע פראבלעם?
קיין הירהורי עבירה וואלט זי מיר זיכער נישט גורם געווען.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 12:40 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:קיין הירהורי עבירה וואלט זי מיר זיכער נישט גורם געווען.


:lol: :lol: :lol:

איך פארשטיי דיין פוינט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך קליינע רעבעלע » דינסטאג יולי 24, 2012 9:42 pm

אמת'דיג גרעדט זעי איך אין גאנצען נישט וואס איך פארפאסט מיט נישט וויסן דעי אלע זאכן. אדרבה צעינדליגע זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געכאפט נאר מיינע עלטערן מיט זייערע עקספריענס האבען זיי מיר צי געטראפן דע ריכטיגע
אין וועגן וואס מען טיט נאך דע חתונה האלט איך נישט אז עס דא נאך איין בחור וואס ווייסט נישט וואס מען טיט אין פארשטייען אז א שיינע זאך איז גיט. אין אפילו מען זיכט א שיינע דע וועפט אויס נאך דע חתונה דע עיקר דארף מעןנ א גיטע בעל מידות
חוץ אייןמען זאך מען זאל חתונה מאכן ביי דע 25 יאר ווען מען שוין אינגאנצען רייף
אבער דאס איז שוין קעגען אינזער מסורה ווי אזוי מיר הבען מקבל געווען פין דע פריעדיגע
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך אשכנ » דינסטאג יולי 24, 2012 10:14 pm

ווי אזוי האט די סיסטעם זיך אויסגעארבעט אין די לעצטע דור? זענען די תוצאות געווען בעסער, אדער האט מען געהאט ווייניגער השגות?
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 24, 2012 11:56 pm

קליינע רעבעלע האט געשריבן:אמת'דיג גרעדט זעי איך אין גאנצען נישט וואס איך פארפאסט מיט נישט וויסן דעי אלע זאכן. אדרבה צעינדליגע זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געכאפט נאר מיינע עלטערן מיט זייערע עקספריענס האבען זיי מיר צי געטראפן דע ריכטיגע
אין וועגן וואס מען טיט נאך דע חתונה האלט איך נישט אז עס דא נאך איין בחור וואס ווייסט נישט וואס מען טיט אין פארשטייען אז א שיינע זאך איז גיט. אין אפילו מען זיכט א שיינע דע וועפט אויס נאך דע חתונה דע עיקר דארף מעןנ א גיטע בעל מידות
חוץ אייןמען זאך מען זאל חתונה מאכן ביי דע 25 יאר ווען מען שוין אינגאנצען רייף
אבער דאס איז שוין קעגען אינזער מסורה ווי אזוי מיר הבען מקבל געווען פין דע פריעדיגע


ערשטענס סאיז דא גענוג אין נאך בוחרים וואס זיי ווייסן נישט געהעריג... אין מה נפשך אויב ער ווייסט יא וואס האסטו איהם עס מורא צו זאגן ער ווייסט דאך במילא...

אין צווייטענס אין די גמרא שטייט שוין אסור לאדם שיקדש את אשה עד שיראנה... א מענטש דארף זיין סערספייד מיט זיין ווייב... אין כל שכן היינט ווען סאיז אזא שווערע וועלט!
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך יולי 25, 2012 12:21 am

לאמיר שוין זאגן אז מען גייט צו צום בעשוי אזוי ווי ראשעקאל זאגט, אין פארק רואיג אן פרעשער.
איז נאך אלץ דא א גרויסער פראבלעם. ווער איז די מיידל וואס קומט אין פארק? די עלטערן ברענגען דיינע אפשענס!
וועסטו זאגן ניין, וועט מען דיר ברענגען נאך א גרעסערע עושר'ס טאכטער אין פארק.
איך מאך נישט אוועק ראשעקאלס איידיעס, יעדע סטעפ וואס קען עפעס פארבעסערן די שידוכים פראבלעם איז א מצוה מן התורה. ס'איז די גרעסטע סטעפ אין א מענטשנ'ס לעבן, ס'איז נוגע יעדן טאג פון לעבן!
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3771
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4530 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך smart » מיטוואך יולי 25, 2012 12:32 am

קודם זייער שיין ארויסגעברענגט

דעי פראבלעים איז א אלטע פראבלעים אין נישט קיין נייע שוין געווען עטליכע מאל געשריבען דא אין אין אייוועט, נאר יעדע ברענגט עס ארויס אויף זיין אויפן און אויף זיין שפראך

אבער לאמיר זיך נישט נארן איז די אנדערע וועג בעסער? פאלן דען אוועק די פראבלעמען אויב מען גייט דעיטען?? יא! אסאך פראבלעמען פאלן אוועק אבער עס קומט צו חסרונות סאך מער ווי די מעלות יצא שכרה בהפסדו. דוק ותשכח כי קצרתי
א לייק ביטע!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 611
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 602 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 1:03 am

ביי אינז גייט עס ביי די בעשויס אז יעדער פאפט... די וועג וויאזוי סאיז אויסגעשטעלט... מען באהאלט אלעס פין די כלה ביי די בעשוי מען מאכט זיך מער פרום מער ערענסט... 

גייסט דאך אפשר חתונה האבן צו יענעם זיי אפן זאג איר וואס די ביסט, וואס איז די פאפעריי?? 

אין וואס געשעהן מען האט חתונה אין מען בלייבט ביים פאפן... 

פארקרימטע סיסטעם...!!! 

ב״ה איך האב געהאט די שכל אין איך בין אייביג געוועהן אפן צו מיין ווייב!
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 1:10 am

smart האט געשריבן:קודם זייער שיין ארויסגעברענגט

דעי פראבלעים איז א אלטע פראבלעים אין נישט קיין נייע שוין געווען עטליכע מאל געשריבען דא אין אין אייוועט, נאר יעדע ברענגט עס ארויס אויף זיין אויפן און אויף זיין שפראך

אבער לאמיר זיך נישט נארן איז די אנדערע וועג בעסער? פאלן דען אוועק די פראבלעמען אויב מען גייט דעיטען?? יא! אסאך פראבלעמען פאלן אוועק אבער עס קומט צו חסרונות סאך מער ווי די מעלות יצא שכרה בהפסדו. דוק ותשכח כי קצרתי


יא הינדרעט פראצעט די אנדערע וועג איז בעסער!!!

אין לאמיך הערן וואס איז די חסרונות פין די אנדערע וועג??

וואס ווייל די האסט נישט חתונה געהאט אויף יענע וועג??
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

טראכטן וועגן א טויש ביי שידוכים

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2012 1:26 am

ראשעקאל: א יישר כח. דו האסט געטראפן אין פינטל. איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט זעקס קינדער. איך בין מסכים מיט א יעדע ווארט. אללע נקודות וואס דו האסא אנגערירט זענען אמת און דער מצב איז צריך תיקון גדול. אנגעהויבן בי דעם אז ביי שידוכים קוקט מען ענדערש "וואס מען וועט זאגן (צום שידוך/מחותן אין ביהמ"ד. צי מען וועט פאטשן מיט די הענט און זאגן פססס. אזא באמבעדיגע שידוך, אזא מחותן... און פון די צווייטע זייט ווארפט מען אוועק שידוכים פון פיינע שטיבער, אוואו די חתן-כלה זענען באמת א מעטש.
אויך איז דא געוויסע קרייזן וואו די מחותנים האבן א פארמעסט ווער ס'קען געבן "מער קעסט". אויב די חתן-כלה האבן איין שפראך און זיי וועלן קענען לעבן צוזאמען, דאס איז נישט וויכטיג. איך האב געטראכט פון אזא ווערטל/מעשה'לע. איינער האט זיך משדך געווען מיט א מאפיאנער. )לאוו דווקא מיליאנער). איין מחותן זאגט "איך וועל געבן פיהר יאהר קעסט. זאגט דער צווייטער "מחותן" איך וועל דיר געבן (א) קעסט cast וואס וועט דיר האלטן א גאנצן לעבן...! :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2012 1:33 am

שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבעלע, נישט אלעס קען מען זעהן אויף א פיקטשער.

קענסטו דען זעהן וויפיל ענגליש זי קען??

אבער ווען מען שמועסט )דער בחור און די מיידל( זעהט מען יא מיט ועם מען גייט צום טיש וכו': :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 1:41 am

בעל עגלה, וואס גייט פאר מיט דיינע רינגעלעך ? )סהייבט מיר אן צו נערווירן(
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 2:02 am

100 פערסענט גערעכט ארויסגעברענגט שטארקע פוינטס, אבער די אמת איז נעם א יונגע 19 יעריגער בחור און קלער עים אויף,ער ווייסט נישט וואס טיט זיך מיט עים ער האט אין זיין ווילדסטן ווילדסטן חלום נישט געחלומט וואס חתונה האבן באדייט אמת'דיג!! און בכלל וואס האסטו טענות אויף די עלטערן אז זיי פיקן אויס,אז זיי מאכן די דעסידזען,ער איז דאך קוים 19 יאר קען ער דען מאכן א דעסידזען? ווייסט ער וואס ער דארף?ווייסט ער וואס "שיין" מיינט? ווייסט ער ווי צו קיקן? ס'זייער נארמאל אז די עלטערן העלפען עים צו!!

נאר וואס דען? אנטשטאט אונז זאל מיר קיקן אויף די סימפטאמס, יא יא רוב זאכן וואס די שרייבער שרייבט זענען סימפטאמס נישט די עיקר פראבלעם. און מען וועט אנהייבן צו פאקעסן אויף די עיקר פראבלעם וועט מען ניטאמאל דארפן רעדן פון די סימפטאמס ווייל ס'וועט נישט זיין!!

ווער זאגט אז מען דארף חתונה האבן ביי די 18 געב עים אביסל צייט שיק עים אויף לעיקוואד אדער אויף ארץ ישראל, ס'א מציאות א יונגערמאן וואס האט געלערנט און ארץ ישראל איז א צוויטע מענטש,ער פארשטייט לייף בעסער ער האט מער לייף אין זיך,ער האט מער ריספאנסיביליטי..

יעצט ער איז שוין 21 אדער 22,קומט ער צום בעשוי ווי א מען, הי נויהס וואט הי נידס, ער איז שוין נישט קיין בעיבי וואס דער טאטע דארף עים צוהעלפען!! עטס זעהטס פשי הא!! אלע פראבלעמען האבן גיווענישט מיט איין אויגן בליק!!
און דא שטעקט דער סוד פון די ליטווישע פארוואס ביי זיי גייט די סיסטעם בעסער,נישט וועגן די דעיטינג אה ווייס איך וואס.. נאר ווייל זיי גייען נישט צום דעיט ווי בעיביס זיי האלטען נאכן לערנען 5 יאר אין ארץ ישראל 3 יאר אין לעיקוואד..יא גאט מיי פוינט?!!
און אדרבא מאכטס א סטאטיסטיק וויפיל גט'ן ס דא ביי קאפעלס וואס האבן חתונה געהאט ביי די 19, און וויפל ג'טן ס'דא וועלכע האבן חתונה געהאט ביי די 21 ?
פרעיגסט די מערידז קאנסלערס פון וועלכע קעיסעס ער האט מער, אדרבא פרעיגטס, עטס ווייסט וואס די ענפער וועט דעפיניטלי זיין..

האסט הנאה געהאט געב א לייק ס' קאסט נישט קיין געלט!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך zurich אום מיטוואך יולי 25, 2012 1:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 10:00 am

zurich האט געשריבן:100 פערסענט גערעכט ארויסגעברענגט שטארקע פוינטס, אבער די אמת איז נעם א יונגע 19 יעריגער בחור און קלער עים אויף,ער ווייסט נישט וואס טיט זיך מיט עים ער האט אין זיין ווילדסטן ווילדסטן חלום נישט געחלומט וואס חתונה האבן באדייט אמת'דיג!! און בכלל וואס האסטו טענות אויף די עלטערן אז זיי פיקן אויס,אז זיי מאכן די דעסידזען,ער איז דאך קוים 19 יאר קען ער דען מאכן א דעסידזען? ווייסט ער וואס ער דארף?ווייסט ער וואס "שיין" מיינט? ווייסט ער ווי צו קיקן? ס'זייער נארמאל אז די עלטערן העלפען עים צו!!

נאר וואס דען? אנטשטאט אונז זאל מיר קיקן אויף די סימפטאמס, יא יא רוב זאכן וואס די שרייבער שרייבט זענען סימפטאמס נישט די עיקר פראבלעם. און מען וועט אנהייבן צו פאקעסן אויף די עיקר פראבלעם וועט מען ניטאמאל דארפן רעדן פון די סימפטאמס ווייל ס'וועט נישט זיין!!

ווער זאגט אז מען דארף חתונה האבן ביי די 18 געב עים אביסל צייט שיק עים אויף לעיקוואד אדער אויף ארץ ישראל, ס'א מציאות א יונגערמאן וואס האט געלערנט און ארץ ישראל איז א צוויטע מענטש,ער פארשטייט לייף בעסער ער האט מער לייף אין זיך,ער האט מער ריספאנסיביליטי..

יעצט ער איז שוין 21 אדער 22,קומט ער צום בעשוי ווי א מען, הי נויהס וואט הי נידס, ער איז שוין נישט קיין בעיבי וואס דער טאטע דארף עים צוהעלפען!! עטס זעהטס פשי הא!! אלע פראבלעמען האבן גיווענישט מיט איין אויגן בליק!!
און דא שטעקט דער סוד פון די ליטווישע פארוואס ביי זיי גייט די סיסטעם בעסער,נישט וועגן די דעיטינג אה ווייס איך וואס.. נאר ווייל זיי גייען נישט צום דעיט ווי בעיביס זיי האלטען נאכן לערנען 5 יאר אין ארץ ישראל 3 יאר אין לעיקוואד..יא גאט מיי פוינט?!!
און אדרבא מאכטס א סטאטיסטיק וויפיל גט'ן ס דא ביי קאפעלס וואס האבן חתונה געהאט ביי די 19, און וויפל ג'טן ס'דא וועלכע האבן חתונה געהאט ביי די 21 ?
פרעיגסט די מערידז קאנסלערס פון וועלכע קעיסעס ער האט מער, אדרבא פרעיגטס, עטס ווייסט וואס די ענפער וועט דעפיניטלי זיין..



מורידיגע פוינט אז מען זאל חתונה האבן ווען מען איז עלטער!!!  ...  

אבער דעיס וואס די זאגסט אז סאיז נארמאל אז די טאטע מאמע זאלן העלפן,  זאל טאקע מיינען נאר העלפן אין נישט איינטיילן... 

אדרבא זיי זאלן העלפן דעים אכצען יעריגער מיטן זאגן וואס דאס חתונה האבן מיינט פינקט פארקערט ער זאל איהם זאגן... פארוואס מעג ער עס נישט וויסן???? וואס איז די סוד???? 
 
איך פארשטיי אז מען באהאלט עס פין אן עלעף יעריגער... אבער פין א אכצען יעריגע בחור????  

אין פליצלינג נאך די חתונה מעג ער שוין יא וויסן??? 

איין זאך איז זעכער קיינער וויל נישט אז זיין טאטע זאל מאכן דעם דיסישען... 
ס׳איז א עקעלדיגע זאך!!!!

וויפעל מאל הערט מען ביים חסידישן עולם ווען איך וועל נעמען א שניר אדער ווען איך וועל נעמען א איידעם.... 

משוגענער דו... די נעמסט א שניר ??? די נעמסט אן איידעם ???? 

לאז דיין זיהן נעמען מיש דיך נישט אריין!!! 

ער גייט לעבן מיט איר א גאנץ לעבן?
ער גייט האבן קינדער מיט איר?
ער גייט איר אויסהאלטן?
ער גייט ליגען אין בעט מיט איר יא? 
ער גייט איר קויפן פרעזענטס?

לאז איהם באשליסן!!!! 
ער זאל נעמען א ווייב!!!! 
אין נישט אז די זאלסט נעמען א שניר!!!!
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך smart » מיטוואך יולי 25, 2012 10:24 am

די נקודה פון חתונה האבן ווען מען איז עלטער איז א גוטע נקודה און עס קען סאלווען א סאך פראבלעמען. אבער מיטן רוחניות'דיגע בליק פארשטייען מען זייער גוט פרוואס מען האט חתונה פריער.
א לייק ביטע!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 611
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 602 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 10 געסט