שידוכים ביים היימישן עולם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 10:56 am

smart האט געשריבן:די נקודה פון חתונה האבן ווען מען איז עלטער איז א גוטע נקודה, און ווי דו האסט שוין געזאגט קען עס סאלווען א סאך פראבלעמען. אבער מיטן רוחניות'דיגע בליק פארשטייען מען זייער גוט פארוואס מען האט חתונה פריער.

אודאי אזוי. חוץ וואס עס שטייט "בן שמונה עשרה לחופה", איז עס אזוי מקובל.

אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שוין נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
קומט מען ווייטער צוריק צו אונזער סיסטעם, אבער די נושא גייט שוין פון די געהירן (קרעדיט: שמואל הלוי, אויף א דיפערענט נושא)

זר זהב האט געשריבן:בעל עגלה, וואס גייט פאר מיט דיינע רינגעלעך ? )סהייבט מיר אן צו נערווירן(

אין געוויסע טעלעפאנען גייט די רינגעלעך פארקערט ווי נארמאל, און ווען מען טייפט דארף מען נוצן די פארקערטע, (לב חכם בימינו וכסיל בשמאלו)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 11:05 am

און נאך א אינטרעסאנטע פאקט.

ביי רוב עולם איז אנגענומען, אז חתונה האבן טוט סאלווען אסאך פראבלעמען. דער באקאנטער הרב טווערסקי, אין איינע פון זיינע פאפולערע בוכער, שרייבט אז ס'איז א טעות ביים עולם וואס מיינט אז חתונה האבן איז אזא סארט "שפיטאל" וואו אלע פראבלעמען היילן זיך אויס אויטאמאטיש.

אסאך עלטערן האבן פראבלעמען מיט די טינעידזשערס (לייען: די עלטערע בחורים אדער מיידלעך), אמאל נארישע פראבלעמען, און אמאל טאקע ערנסטע, מ'זעהט ווי זיין קאפ פארט, ס'גליטשט, דאן טראכט מען ביי זיך, לאמיר אים שנעל חתונה מאכן, באצייטנס, זאל ער זיך אויסגעבן זיינע תאוות מיטן ווייב, זאל ער מאכן א לעבן מיט איר אויפן כשר'ן אופן!

בשעת איך קען הערן אז פאר רוחניות אישוס יאגט מען זיך צו, איז פאר די אנדערע מער געווענליכע זאכן, ווי למשל ער מאכט טראבל אינדערהיים אדער ער פאלגט נישט און פירט זיין לעבן ווי אזוי ער וויל און פייפט אריין אין יעדן, דאס איז נאך נישט קיין סיבה צו לויפן חתונה מאכן.
אלע שלעכטע מדות וואס א מענטש האט, בלייבט מיט אים נאך די חתונה אויכעט. ס'איז טאקע חתן מוחלין לו על כל עוונותיו, אבער זיינע נאטורן טוישן זיך נישט. און נאכדעם וואס די ערשטע אויסערליכע ליבשאפט און עקסייטמענט פאלט אוועק, קריכט ער צוריק ארויס און די מדות הייבן אן צו ארבעטן בתוקפו, פונקט ווי בעפאר די חתונה.

איך האב שוין געשריבן אין אן אנדער אשכול, אויב איך וואלט געקענט טוישן דעם חינוך סיסטעם, וואלט די גרעסטע דגוש געווען אויף עבודת המדות. אבער הלואי זאלן די עלטערע בחורים, נאכן זיך אנלערנען מלא וגדוש מיט תורה און חסידות, ארבעטן אביסל אויף זיך בעניני מדות. ס'וואלט דאך אזויפיל געהאלפן אויף שפעטער, ס'קומט צוניץ א גאנץ לעבן. דאס וועט אסאך מער העלפן ווי אים "לויפן חתונה מאכן" און האפן אז ער וועט ער "ווערן א מענטש"...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 1:31 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שיון נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
הוא הדבר אשר דיברתי דאס איז אויך פארט אויף די טשעינדז אז יעדער גייט חתונה האבן ביי די 22 וועט א בחור ביי די 19 נישט טראכטן פון חתונה האבן,און אוודאי נישט זיין דע-פרעסט!! לאמיר דיר פרעיגן א ליטווישער בחור ווער טעפרעסט און דעספערט ביי די 19??
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך gehlungen » מיטוואך יולי 25, 2012 2:05 pm

zurich האט געשריבן:

I think you all have a big mistake. The main problem is that a young 18. 19. Year old boy or girl just don't know what marriage is all about. They really think its just playing house. But the truth is they are right because "ein chochom kebar nesoiyon"
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

תשובה לזר זהב שליט"א

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2012 2:12 pm

זר זהב האט געשריבן:בעל עגלה, וואס גייט פאר מיט דיינע רינגעלעך ? )סהייבט מיר אן צו נערווירן(

ערשטנס: זיי מוחל און נעם א אייסד קאפפי. (ס' דאך די ניין טעג( לענייננו: ווען איך שרייב אויף אידיש איז עס "לעפט טו רייט" נאר ס'פאהרט אריבער אויף רעכטס. אבער די אנדערע באטטאנס בלייבן אויף די לינקע זייט. ממילא קומט עס א סאך מאהל אויס "מוישה קאפויר" :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13287
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14855 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8495 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 2:16 pm

gehlungen האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שיון נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
הוא הדבר אשר דיברתי דאס איז אויך פארט אויף די טשעינדז אז יעדער גייט חתונה האבן ביי די 22 וועט א בחור ביי די 19 נישט טראכטן פון חתונה האבן,און אוודאי נישט זיין דע-פרעסט!! לאמיר דיר פרעיגן א ליטווישער בחור ווער טעפרעסט און דעספערט ביי די 19??

I think you all have a big mistake. The main problem is that a young 18. 19. Year old boy or girl just don't know what marriage is all about. They really think its just playing house. But the truth is they are right because "ein chochom kebar nesoiyon"

נו דאס טענה'ט ער דאך!! אויב זענען זיי צו אינג חתונה צו האבן, און זיי גייען נאר "שפילן הויז" כלשונך, ווי אזוי מאכסטו זיי חתונה? איז דען חתונה האבן א דזשאוק? גייסט בידיים נעמען א אומשולדיג בחור און מיידל וועלכע דארפן אויפשטעלן א ערנסטע אידישע שטוב, און דו הייסט זיי שפילן הויז? קענסט דאס טון ביי די 14 אויכעט.

אבער אויב האלטסטו אז זיי זענען יא ראוי לאותו איצטלא, דאן לאז זיי אינגאנצן דעסיידען. ס'איז א פעקעדזש דיעל! פארשטייסט? אדער כ'מוז עס איבערשרייבן אין ענגליש כדי זאלסט עס כאפן ;) :(
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך gehlungen » מיטוואך יולי 25, 2012 2:46 pm

You are right & I do understand what you are saying. But remember no matter what age they are when they get married its always going to be like playing house. Because "you are not in it until you are in it"
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך מויל מאכער » מיטוואך יולי 25, 2012 2:49 pm

zurich האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שיון נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
הוא הדבר אשר דיברתי דאס איז אויך פארט אויף די טשעינדז אז יעדער גייט חתונה האבן ביי די 22 וועט א בחור ביי די 19 נישט טראכטן פון חתונה האבן,און אוודאי נישט זיין דע-פרעסט!! לאמיר דיר פרעיגן א ליטווישער בחור ווער טעפרעסט און דעספערט ביי די 19??

איינער פין די סיבות פארוואס די בוחרים ווערן דיפרעסט זענען די ישיבות שילדיג... 

ווייל די איינציגסטע וועג אז א בחור זאל ווערן א מענטש פאר זיך איז דורך חתונה האבן... ווייל ווילאנג ער איז נאך א בחור האט ער פיפציג בעל הבתים העכער זיך!!! 

איז עס דען נארמאל אז די סיבה פארוואס א בחור זאל וועלן ווערן א חתן זאל זיין ארויצוגיין פין ישיבה????

מען דארף זיי געבן אביסל פרייהייט...!!
מויל מאכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 5:51 pm

נו, דערפאר שיק אים קיין מיר אדער א צווייטע ישיבה אין ארץ ישראל, וועט ער נישט זוכן קיין פרייהייט.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 7:50 pm

קען איינער מיר זאגען וואס מען דארף דערציילען פארן 18 יעריגער כדי ער זאל וויסען וואס ער דארף קיקען
אז מען וועט אים זאגען ברחל בתך הקטנה וואס וועט ער דעמאלטס טיען ?
איין זאך ווייס זאך ביי דע 18 יאר האב איך געוויסט נאר דעיס און נאר דיעס האב איך געקיקט ביי דע בישא. היינט וויס איך דעיס איז נאר א קליינער פארט פין חתונה האבן אין א מזל אז מיינע עלטערן האבען מיר עס געזיכט ווייל איך וואלט גאר אנדערש געוואלט
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 7:52 pm

פאר נייגעריקייט האב איך געפרעיגט איינער וואס טיט אין שלום בית ביי אינז און ביי דע ליטווישע ער זאגט מיר אז מען זיעט נישט מער גיטין ביי אינז ווי ביי זיי אפשר גאר מער
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 7:57 pm

קליינע רעבעלע. די טענה האט מען שוין איבערגעדראשן הונדערט מאל. די סיבה איז וויבאלד ביי ליטוואקעס אדער מאדערנע איז נישט אזא פראבלעם דאס גט'ן. פאר סאם ריזען, לאזט דער מזבח ווייניגער טרערן ביי זיי. והמבין יבין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יולי 25, 2012 8:29 pm

קליינע רעבעלע האט געשריבן:אמת'דיג גרעדט זעי איך אין גאנצען נישט וואס איך פארפאסט מיט נישט וויסן דעי אלע זאכן. אדרבה צעינדליגע זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געכאפט נאר מיינע עלטערן מיט זייערע עקספריענס האבען זיי מיר צי געטראפן דע ריכטיגע
אין וועגן וואס מען טיט נאך דע חתונה האלט איך נישט אז עס דא נאך איין בחור וואס ווייסט נישט וואס מען טיט אין פארשטייען אז א שיינע זאך איז גיט. אין אפילו מען זיכט א שיינע דע וועפט אויס נאך דע חתונה דע עיקר דארף מעןנ א גיטע בעל מידות
חוץ אייןמען זאך מען זאל חתונה מאכן ביי דע 25 יאר ווען מען שוין אינגאנצען רייף
אבער דאס איז שוין קעגען אינזער מסורה ווי אזוי מיר הבען מקבל געווען פין דע פריעדיגע

דיסלייק צוויי מאל!
:דיסלייק: :דיסלייק:
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2804 מאל

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 8:31 pm

פארוואס טיסטי מיר דאס?
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 8:37 pm

קליינע רעבעלע האט געשריבן:קען איינער מיר זאגען וואס מען דארף דערציילען פארן 18 יעריגער כדי ער זאל וויסען וואס ער דארף קיקען
אז מען וועט אים זאגען ברחל בתך הקטנה וואס וועט ער דעמאלטס טיען ?
איין זאך ווייס זאך ביי דע 18 יאר האב איך געוויסט נאר דעיס און נאר דיעס האב איך געקיקט ביי דע בישא. היינט וויס איך דעיס איז נאר א קליינער פארט פין חתונה האבן אין א מזל אז מיינע עלטערן האבען מיר עס געזיכט ווייל איך וואלט גאר אנדערש געוואלט

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען זענען נעבעך אזוי איינגערעדט אין דעם סיסטעם!!! 

ס׳איז זייער פשוט פארוואס מען דארף זאגן.... 

ער טאר נישט גיין צו א בעשוי אויב ער ווייסט נישט וואס חתונה האבן מיינט... 

אפשר שיקסטו  אויך דיין 13 יעריגע בחור ביי א בעשוי???

אין אדרבא זאג איהם אלעס פין מעריזש... 

די חתן רבי זאל ער נאר דארפען ניצען פאר הלכות!!!
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך כאפצעם » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:28 am

וואס גייט דא פאר??
10 הודעה׳ס זענען נעלם געווארן..
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך באריסטא » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:30 am

כאפצעם האט געשריבן:וואס גייט דא פאר??
10 הודעה׳ס זענען נעלם געווארן..

א טייל הודעות זענען אריינגעפירט געווארן אין דעם פריוואטן פארום. ביטע נעמען אין אכט צו שרייבן דא נאר וואס פאסט אין דער עפנטליכקייט.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

הודעהדורך נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:03 pm

ווער ס' פארשטייט פארשטייט און ווער נישט וועט ממילא נישט פארשטיין
ס' דא ווער ס' פארשטייט אבער איינער וואס נישט קען מען נישט אויפקלערן בשעת מעשה עס קען נאך מאכן מער קאמפליצירט כ'האב גיפרעגט איינעם צו ער'ט דורכגירעדט וועגן זיין לייפסטייל נאך די חתונה קוקט ער מיך אהן די מאדערנע טוען אזוי כ'האב געפרעגט ווי ארבייט איהר ווי ארבייט אייער טאטע וכדו'
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:38 pm

לא זכיתי להבין.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג יולי 29, 2012 6:26 pm

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2743 מאל

הודעהדורך shas » מאנטאג יולי 30, 2012 4:28 pm

In my opinion the problem is not the age and neither the system. when a child reaches 18,19 he should know what life is all about, and know what he wants.
im not disagreeing that our system can use some changes. but i can say from my experience in my family that we were all ripe by 17. and the credit goes to our parents.
we knew what life is all about and knew what to look for. from a very young age we were taught to think and think whats the purpose of life and why were here..my parents would hint us stuff here and there that made our brain think! i can say that slowly we were able to figure out almost everything on our own,by time i reached chusen classes there was nothing new revealed.and im talking about a very frume satmare family.
and i can say that the ones in our family that got married to older spouses (23+)were nothing more happy or knew what they want,maybe more confused.
shas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יולי 30, 2012 4:55 pm

שלום עליכם רב ש"ס, לכבוד דעם סיום הש"ס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » מאנטאג יולי 30, 2012 6:52 pm

לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

הודעהדורך zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 7:01 pm

shas האט געשריבן:In my opinion the problem is not the age and neither the system. when a child reaches 18,19 he should know what life is all about, and know what he wants.
im not disagreeing that our system can use some changes. but i can say from my experience in my family that we were all ripe by 17. and the credit goes to our parents.
we knew what life is all about and knew what to look for. from a very young age we were taught to think and think whats the purpose of life and why were here..my parents would hint us stuff here and there that made our brain think! i can say that slowly we were able to figure out almost everything on our own,by time i reached chusen classes there was nothing new revealed.and im talking about a very frume satmare family.
and i can say that the ones in our family that got married to older spouses (23+)were nothing more happy or knew what they want,maybe more confused.
זאגסטו אז די טשענדז זאל זיין.אז מען זאל אויפקלערן די קינדער פארן בישוי. ריכטיג?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 7:04 pm

פארשטאנד האט געשריבן:לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
דיין ניק פאסט אריין!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 9 געסט