אן אהרוני זוכט א חסידות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

אן אהרוני זוכט א חסידות

שליחה דורך נאך א מיינונג »

איך בין א סאטמארער חסיד, דא בין איך געבוירען געווארען, דא באלאנגט מיין משפחה און מיר פירען זיך אן מיט די לעבענסשטייגער.

ווען עס איז געווארען דער ריס אינערהאלב די קהלה, האבען מיר געקוקט ביידער צדדים און מיר האבען מחליט געווען ווי צו גייען. מיר האבען געזען אז די זאלי פארטיי האט מחליט געווען אז די בעלעבתים גייען פירען, דער רבי דינט אפיציעל די אינטערעסען פון משה גבאי, לעיזר קעסטענבוים ועוד. זיי וועלען איינטיילען וויאזוי די שיטה"ק דארף פארטייטשט ווערען אין די היינטיגע אומשטענדען, וואס איז ריכטיג און וויאזוי פאסקענט מען להלכה.

ווידער זענען די אהרונים געקומען און געזאגט אז זיער רבי איז אליינס א וועלטס ת"ח, און די אטאריטעט מוז באלאנגען צו תורה. וויבאלד מיר האבען פארשטאנען אז אזוי מוז זיין, די בעלעבתים זאלען געבען געלט און צושטעלען לאגיסטישע עצות, און דער פסק מוז זיין ביד די רבנים און על כולם דער רבי זז"ג, זענען מיר געגאנגען צו די צד. נישט אייביג איז עס לייכט געווען, אין ווסמב"ג האט מען געדארפט אויפשטעלען פון דאס ניי, און עס האט נישט אייביג געגלאנצט צו זיין אן אהרויני. אבער מיר סאטמארער שרעקען זיך נישט פון געלט פראבלעמען צו בזיונות פון די גאס, און געבליבען זענען מיר שטאלץ מיט די שטארקע מנהיג, ממשיך בדרכי אבותיו ורבותיו. אז די זאליס זענען געגאנגען זייער וועג, האט מיר נישט געשטערט. זאלען זיי גייען פירען וואס זיי ווילען, מיר האבען א רבי׳ן וואס טיילט איין וואס צו טוהן.

יעצט ווייס איך שוין נישט וואס צו טון. אז דער רבי זז"ג האט זיך געלאזט הערען אזא דרשה ווי פארגאנגענע וואך וועגען בני ברק, מה הועילו חכמים בתקנתם? אז ער שלאגט זיך מיט חיים הערש, גייט מיר נישט אן. אבער אויסצורופען אז די בעלעבתם און געלט געבערס זענען די וואס האבען די לעצטע ווארט, און דער ראש ישיבה מעג נאר רעדען מיט בחורים? פאר דעם האב איך געקענט בלייבען ביי די זאליס. וואס איז מיר א חילוק וועלכע בעלעבאס דאס איז? ווי קומט עס אזא 180? יעצט זענען מיר זאלי45, בכלל נישט קיין זעלבסשטענדיגע קהלה.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר