בלאט 5 פון 6

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 09, 2018 4:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
שווייץ זעט מיר אויס צו זיין א small federal goverment & strong local goverment אין אנדערע ווערטער a loose confederation ווי יעדע סטעיט/פראווינס מאכט שבת פאר זיך. וואס דאס האבן די founding fathers געוואלט, און לויט ווי איך פארשטיי דארף עס צו זיין די בעסטע סיסטעם.
http://www.post-gazette.com/opinion/let ... 1710020025


So what happens if you are, say, a young mother in Switzerland with a little baby but no husband or similar on the scene and nowhere to live? There is no countrywide answer to this question because it is not dealt with on a national basis. It is not even dealt with by one of the 26 cantons. It is dealt with by your local commune. There are 2,900 of these and their population can be anything from 30 to 10,000 or more.


Officials from this ultra-small local government will come and investigate your individual circumstances. The father will be expected to pay. The mother’s family, if it is in a position to, will be expected to house and pay for her. As a last resort, the young mother will be given assistance by the commune. But the people who pay the local commune taxes will be paying part of the cost. You can imagine that they will not be thrilled at paying for a birth or separation that need never have taken place. Putting yourself in the position of the mother — and perhaps the father — you can imagine that you will be embarrassed as you pass people in the street who are paying for your baby. Instead of feeling you have impersonal legal rights, as in Britain, you are taking money from people you might meet at your local café. No wonder unmarried parenting is less common.

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 09, 2018 8:14 am
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:כהאב אסאך צוצולייגן. איך האלט דו און אלע ליבעטערינס מאלן וואסער.

איך וויל אבער נוצן דיין משל: כינע. כינע איז גראדע אסאך מעהר א ליבטעריען לאנד אין געוויסע ענינים ווי אמעריקע. און מקען טאקע זעהן פון זייער לאנד אז ליבעטרעיניזם ארבעט נישט. למשל סעיפיטי רעגיולאציעס איז כמעט נישט פארהאנען דארט. דו קענסט דארט בויען אן כמעט די גאווערמענט זאל זיך אריינמישן אין דיינע ענינים. און די רעזולטאטן פונדעם איז קלאר. אסאך מעהר עקסידענטס און אסאך מעהר בילידינגס לייגן זיך צאם ווי אין אמעריקע וועגן דעם. ווידער ווען דו פארסט אויף די הייוועי און א גרויסע טראק מיט א ריזיגע אייזנע ביעמס פארט לעבן דיר, אין כינע איז דא אסאך א גרעסרע טשאנס אז דעס זאל פאלן אויף איינעמס קאפ אין אים דערהארגענען. און טאקע סאיז דארט דא אסאך אסאך מעהר פראבלעמען און עקסידענטס טאקע דערפאר ווייל די גאווערמענט טוט זיך נישט אריינמישן. אין כינע אז דו גייסט אריין אין א רעסטעראנט ביסטו נישט זיכער צי ער גייט דיר צועסן עפעס וואס גייט דיך פארסמן ח״ו. די פאבריקן געבן ארויס אזעלכע שווערע רויעך אז מקען נישט אטעמען און אסמא און אנדערע קרענק איז אסאך שטערקער דארט ווי דא.

חוץ מזה איך בין נישט זיכער צי די היינטיגע אמעריקע איז עפעס אזוי סאך בעסער ווי די היינטיגע כינע. איך בין געוועהן אין כינע גענוג און נאך. איך בין דארט געוועהן א יאר צוריק פאר א גאנצע חודש. די רייכע שטעט אין כינע קענען זיך שוין איינמאל פארמעסטן מיט אמעריקע. סאיז דא דארט פראספערטי, און גענוג און נאך רייכע לייט וואס מאכן א לעבן. סאיז דא זאכן וואס אמעריקע איז בעסער און ווידער איז דא געוויסע ענינים ווי כינע איז בעסער.


הוא הדבר, ווען דער אמת קומט ארויס פין דער ליבעראלע, ער איז א קאמיניסט, משבח כינע, וואס האט נישט קיין פראפערטי רעכטען, און אפילו קיין רעגליעזע רעכטען, מען צווינגט פרויען צו אבארטירען, און ביזנעס ווערט געפירט דורך דער פארטיי אדער משפחה פין פארטיי.

ווען איינער איז משבח א סיסטעם ווי דאס, ברויך מען נישט מער הערען, גרויזאמע קאמיניסט, גיי דיר צו אלע שווארצע יאר.

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 09, 2018 5:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז גראדע אן אינטערנאציאנאלע פראבלעם. דאס אז מ׳קען נישט צוטיילען זאכען. קיינער האט נישט געזאגט אז אלס וואס זיי טוהן איז ריכטיג, און שבת האט זאגאר אויסגערעכענט חסרונות זייערע. אבער טאמער איין זאך טויג יא, איז אלס שוין געכשר׳ט.

דער חותם פון א רעכטער, איז דאס נישט קענען פארשטייען פרטים. ביי זיי איז עס אוועק געשטעלט אז נאר א כלל איז פארהאנען. נישט יעדער רעכטער איז אזוי, אבער דאס איז א רעכטער פעלער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 09, 2018 5:24 pm
דורך אישתישבי
מען קען זאגען פארקערט אויך, אז א לינקע פארשטייט נאר א כלל נישט א פרט, און עס איז א לינקע פראבלעם וכו'.

לדעתי נראה, אז ביסט זעהר גערעכט, ד.ה. אז בכלל אהנעמען א שטעלונג אין סיי וועלכע נושא נאר ווייל מען איז א רעכטע אדער א לינקע, אהן אריינגיין אין די שיקול פין דער געוויסע ענין איז א פעלער, און א נישט ריכטיגע וועג פין דן זיין א נושא. ליידער איז זעהר אנגענומען סיי אין אידישקייט סיי אין די גאנצע וועלט, אריין גערעכענט פרייער מדינות, סאציאליסטישע דעמאקראטישע ראפאבליקס און קאמיניסטען אוודאי, אז מען האלט געוויסע שיטות נאר ווייל מען איז א .... פיל אריין די בלענק, און דאס מאכט עס גאר שווער צו אהנעמען סיי וועלכע שיטה פין סיי וועמען, און אפילו פין זיך אליין.

למשל, עס איז זיכער אז דייטשלאנד האט א נקודה מיט אריין נעמען געליטענע מוסלמענער פין סוריא, אבער זיי גייען איבער די מאס. און יעדער זאך איז אזוי. טראמפ למשל פלעגט האלטען דעמאקראטישער שיטות, און ווערענדיג פרעזידענט האבען זיך זיינע שיטות געטוישט צו רעכטע רעפאבליקאנער שיטות. און אלע דעמאקראטען זענען מחולק מיט אים נישט קיין חילוק וואס ער טוט, ווייל ער איז א רעכטער און זיי זענען לינקע. און אזוי איז אויך ביי אונז ל"ע, דער זאלוני מוז זיין מחולק מיט ר' אהרן וועגען אריזאנא ווייץ און צומת הגידין ווייל ער האט עס געזאגט.

עס איז כמעט נישטא קיין וועג ארויס פין דער קרענק.

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 11, 2018 3:02 am
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך האב לעצטנס געטון א ביסל אין חקרנ'ען די עצם איידיע פון קאמוניזם. און פאר וואס און וויאזוי אזא מאסן מערדער ווי סטאלין האט געקענט אנגיין מיט זיין דיקטאטורישע און מערדערישע ווערטשאפט פאר דרייסיג יאר. און דאס פאלק האט נישט רעוואלטירט אקעיגן איהם. ס'איז נישט נאר דער פחד וואס איז געליגן אין די ביינער פן די מענטשן. נאר אויך זיין פאפולאריטעט. ווייל ער האט געטון א סאך גוטע זאכן אויך. נאר ס'איז געווען מעורב טוב ברע. למשל ער האט ממש אויפגעבויעט די אינדוסטרי אינ'ם לאנד. פון גארנישט. ווייל רוסלאנד דורכאויס די רעגירונגען פון די צאר'ס למיניהם (די ראמאנאוו'ס) האבן נאר אויסגעניצט דאס פאלק פאר שטייערן כדי צו פינאנסירן זייער הולטיי'אישן לעבן און פינאנסירן זייערע מלחמות. אבער זיי האבן אינגאנצן נאכגעלאזט די דעוועלאפמענט פון אינדוסטרי. אנדערש ווי למשל ענגלאנד אדער פראנקרייך. אזוי ווייט אז מ'האט געשאצט אז רוסלאנד איז בערך 100 יאר אונטערשטעליג פון אנדערע מאדערנע, אינדוסטריאליזירטע לענדער. און סטאלין האט מיט גרויס כח און געוואלד אויפגעבויעט דעם אינדוסטריאלן כח פון רוסלאנד. ער איז אויפגעקומען מיט די איידיע פון 5 יאר פלאן'ס. ד.ה. אז מ'פלאנירט וועלכע פראיעקטן מ'וועט אונטערנעמען אין די נעקסטע 5 יאר. און ביים סוף פון די צייט מאכט מען א חשבון וויפיהל מ'האט דערגרייכט. און וואס מ'דארף פאררעכטן. אין משך פון 10 יאר (2 5 יאר פלענס) האט מען אויפגעבויעט זייער א סאך פאבריקן מיט מאשינען. אויך אונטערגענומען ריזיגע אינפרא-סטרוקטור פראיעקטן. א טייל זענען געלונגען. און אנדערע האבן געפלאפט. אבער ער מיט זיינע רישעות'דיג קאמיסארן האבן אויסגעצאפט דעם דם התמצית פון די מענטשן וועלכע האבן געארבעט ביי די פראיעקטן. און פאר די קלענסטע טעות האט מען געקענט באשולדיגן איינעם אין סאבאטאזש. און ער איז אויסגעשטאנען אדער צו ווערן געהרג'עט אדער פארשיקט ווערן קיין סיביר. אבער ער האט ..."ביי האאק אר ביי קראאק"...ארויפגעארבעט די אינדוסטרי אז סאוויעט רוסלאנד איז געווארן א וועלט'ס מאכט. ער האט אויכעט אויפגעבויעט אוניווערזיטעטן אין די גרויסע שטעט ווי מאסקווע און לענינגראד. און די סטודענטן האבן דארט געלערנט פריי פון אפצאל...!

ווען ס'איז געקומען צו אגריקולטור (דער צווייטער סימן אויף דעם סימבאל פון קאמוניזם) איז שוין געווען אן אנדערע מעשה. אוקריינע. וועלכע סטאלין האט מיט געוואלד צוגעטשעפעט צו זיין א טייל פון סאוויעטן פארבאנד איז געווען באוואוסט מיט איהרע רייכע פעלדער פון תבואה. און ווען דער רויבער און רוצח סטאלין האט געוואלט איינפיהרן דאס קאמוניזם דארט האט ער געוואוסט אז די אייגנטומער פון די פעלדער וועללן זיך אקעיגן שטעללן. איז ער געקומען ווי א חכם. און ר'האט זיי געזאגט אויב זיי נעמען אן זיין פלאן צו קאלעקטיוויזירן. דאס מיינט צו ווערן ...."שותפים"... מיט'ן גאווערנמענט, וועללן זיי קענען האלטן 15% פון די תבואה פאר זיך. און די איבריגע וועט גיין פאר'ן וואוילן פעטער. פארשטייצעך אז זיי האבן אפגעווארפן זיין פלאן. האט ער זיי געזאגט, כדרכו..."עטץ וועטץ נאך חרטה האבן און עטץ וועטץ ענק נאך קומען בעטן"...ויהי היום. ס'איז געקומען סוף זומער. ווען מ'דארף אנפלאנצן די תבואה פאר'ן קומענדיגן יאר. און די פארמערס האבן געדארפט סחורה פאר פלאנצונג ווי כעמיקאלן און טראקטארס.זענען זיי געגאנגען צו דעם גוטן פעטער סטאלין בעטן. האט ער זיי געזאגט אויב עטץ נעמטץ אן מיין פלאן באקומט עטץ אלעס. ס'איז דא פון אלעם בשפע. אבער אויב נישט באקומט עטץ א פייג...! (ווייל מ'דארף געדענקען אז דאס קאמוניזם האט געלייגט א קאנטראל אויף אלעם). ולא עוד. ס'איז געקומען די קאלטע טעג. און די מענטשן האבן פארלאנגט האלץ און קוילן פאר הייצונג. האט ער און זיינע שליחים געענטפערט די זעלבע. אויב עטץ נעמטץ אן דעם פלאן פון קאלעקטיוויזאציע באקומט עטץ אלעס. אנישט באקומט עטץ א פייג. און דאס אויכעט נישט...! ווען זייערע רעפרעזענטאטיווס זענען געקומען צו לויפן צו סטאלין און געבעטן בתחנונים אז מענטשן שטארבן פאר קעלט און הונגער האט ער געענטפערט קאלטבלוטיג...."איך האב ענק שוין געזאגט וואס עטץ האטץ צו טון"...און---די סטאטיסטיקס זאגן--- אז בערך 5 מיליאן מענטשן זענען געשטארבן פאר הונגער און קעלט יענעם ווינטער. ולא עוד. דער רשע און רוצח האט נאך אריינגעשיקט זיינע קאמיסארן און זיי זענען געקומען באזוכן ביי אלע פויערן אין אוקריינא. און די ביסל עסן וואס זיי האבן באהאלטן האבן זיי אוועקגערויבט פון די מענטשן...! און ס'האט איהם נישט בארירט קייין כי הוא זה...!

נאך א סטראטעגיע האט ער געהאט. אז ער האט גענומען איין מענטש פאר'ן הויפט פון די זיכערהייטס פאליציי. און ער האטציך גענומען בעיקר צו די מענטשן וועלכע האבן זיך שוין געהאט ארויפגעארבעט אין די קאמוניסטישע פארטיי און זענען געווען גרויסע פריצים. און בין יום ללילה האט מען זיי ארעסטירט . און געמאכט פאלשע בילבולים אויף זיי . און מ'האט זיי געשאסן. אדער פארשיקט קיין סיביר. נאכדעים האט ער גענומען אנדערע מענטשן אויף זייער ארט. אן נאך א שטיק צייט האט ער זיי אויך געלאזט ארעסטירן און אויסשיסן. אויך די הויפטן פון די זיכערהייטס פאליציי די טשעקא און שפעטער די נ.ק.וו.ד.../ק.ג.ב. האט ער געטוישט א יעדע פאר יאר. זיין ערשטער הויפט פו די טשעקא איז געווען (ליידער א איד) דזשערזשינסקי. וימת זשערזשינסקי. ווייל סטאלין האט געהייסן מ'זאלל איהם הרג'נען וימלוך יעזשאוו (אויך א איד'ל. וועמענ'ס ווייב האט געהאט א שטארק אידישן נאמען. חנה פייגנבוים.) און דער איז געווען גאר א גרויסער רוצח. ער האט בידים אויסגערהג'עט א סאך שולדיגע און אומשולדיגע מענטשן. און זיינע אגענטן האבן אויכעט אויסגעפיהרט מאסן רציחות. און ווען מענטשן האבן אנגעהויבן צו רעדן אז מ'הארג'עט עפעס אויס א סאך מענטשן. האט סטאלין עס געבלעימט אויף זיין פאליס טשיעף. און ער האט איהם מעביר געווען. אבער אין רוסלאנד מעביר זיין האט געמיינט מאכן מיט א קאפ קערצער. והך קאווע. און ער האט אזוי געטון. ער האט אויפגענומען א נייעם פאליס טשיעף. איינער א האלבער איד מיט'ן נאמען לאוורענטי בעריא. זיינער א לאנדסמאן פון גרוזיניע. דער בעריא איז פארשטייצעך אויכעט געווען נישט קיין קליינער רוצח. און ער האטציך באלד גענומען צו די ארבעט. איינס פון די ערשטע זאכן וואס ער האט געטון איז ארעסטירן זיין (געוועזענעם) באס. יעזשאוו. איין שיינעם פרימארגן וואקט ער אריין צו זיין באס יעזשאוו אין אפיס. און ער זאגט צו איהם.."דו ביסט ארעסטירט"...יענער האטציך קודם אויסגעלאכט פון איהם. דו ראצער, וואס רעדסטו נארישקייטן. הקיצור. ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. מ'האט איהם געקייטלט און אריינגעפיהרט אין די חד גדיא. טאקע אין דעם זעלבן בילדינג וואו ער האט געפייניגט און געהרג'עט א סאך מענטשן. און מ'האט איהם דערשאסן...וימות...נאכנישט פארטיג. די קאמוניסטן האבן געהאט אן אנדער'ן טאקטיק. נאכדעים וואס זיי האבן געהרג'עט א מענטש האבן זיי געשיקט פאר זיין משפחה א בילל פאר די בולעטס וואס זיי האבן געניצט...שומו שמים...! ס'איז נאך דא א סאך צו פארציילן. ועוד חזון למועד...!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 12, 2018 12:49 am
דורך berlbalaguleh
המשך פון פריער:וימלוך בעריא. און בעריא . דער..."נייער"... פאליס טשיעף האט געקעניגט. וואס מיינט ..."געקעניגט"...ער האט געטון כל מה שליבו הטמא חפץ. ער האט געמאכט ליסטס פון מענטשן וועם מ'דארף ארעסטירן און פייניגן און הרג'נען. און אויכעט וועים זיין באס , סטאלין האט געהייסן ארעסטירן און הרג'נען אדער פארשיקן קיין סיביר אין די גולאגס. צווישן זיי הויעכע פאליטישנ'ס און אפיצירן פו די ארמיי. און אפילו גענעראלן. ווייל סטאלין האט געליטן פון א מחלה וואס הייסט פאראנויא. און ער האט מורא געהאט אז זיי וועללן מאכן אן אויפשטאנד אקעיגן איהם. אזוי ווייט אז ווען ס'איז געקומען די צייט וואס די נאציס האבן אינוואדירט רוסלאנד האט ער נישט געקענט אהערשטעללן א פעסטע ארמיי וואס זאלל ארויסגיין און זיך שלאגן אקעיגן זיי. ס'זענען נאר געבליבן 2 גרויסע גענעראלן. איינער פון זיי האט געהייסן דזשארדזשי דזשוקאוו. (א גוי) און איינער א איד מיט'ן נאמען שאפאשניקאוו.און די נאציס, ימ"ש זענען שוין אנגעקומען ביז 20 קילאמעטער (בערך 18 מייל) פון מאסקווע. אין די זעלבע צייט האט דער הויפט פן די נ.ק.וו.ד. בעריא געלעבט א הולטיי'אישן לעבן. ער האט געטון דאס וואס רש"י זאגט אויף עשיו הרשע...הי' צד נשים ומענה אותן , וכו'... און ס'איז נישט געווען קיין דין ודיין וואס זאלל איהם קענען סטאפן. ווייל זיין באס איז נישט געווען בעסער פון איהם. און ס'האט איהם נישט אינטרעסירט. ווילאנג ער האט אויסגעפיהרט זיינע באפעלן פון ארעסטירן און הרג'נען טויזנטער מענטשן...!

ויהי היום. און דער הויפט מערדער סטאלין האט פלאנירט זיך ארויסצולאזן אויף א נייעם קאמפיין פון מאסן ארעסטן און רציחות. און ער האט געזוכט תירוצים וויאזוי אדורכצופיהרן די ארעסטן פון א סאך אנפיהרערס פון די פארטיי. מ'דארף געדענקען אז ער איז אויכעט געווען א גרויסער שונא ישראל. וואס צוערשט האט ער געלאזט די תינוקות שנשבו . די אידישע קינדער. די וועלכע זענען שוין אויפגעוואקסן אונטער'ן קאמוניזם, אן קיין טראפ פון אידישקייט. חוץ פון רעדן די אידישע שפראך. און זיי זענען געווען זייער שטארק טאלאנטירט. א סאך פון זיי זענען געווען זינגערס און שפילערס אין אידישן טעאטער.ער האט זיי געלאזט שפילן איבער גאנץ רוסלאנד. אין די גרויסע שטעט. און זיי האבן געלעבט זייער א ברייטן און רואיגן לעבן. און ווען די 2'טע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן . זענען א גרויסע טייל פו זיי ארומגעפארן איבער גאנץ אמעריקע . און זיי האבן געמאכט א סאך געלט פון די שאוס וואס זיי האבן אראפגעלייגט. און דאס אלעס געשיקט קיין רוסלאנד פאר דעם וואוילן פעטער סטאלין. (פארשטייצעך נאכ'ן אראפנעמען א גוטן חלק פאר זיך). די פרייע אידישע באפעלקערונג אין אמעריקע. ספעציעל אין ניו יארק האט זיי אויפגענימען מיט אפענע ארעמס. מ'האט זיי געקויפט די שענסטע און טייער'סטע סוטס. און אנהייב די '50'גער יארן האט זיך עפעס געגעבן א דריי אין דעם גרויסן מערדער סטאלין'ס קאפ. און ער האט זיך גענימען רודפ'ן די אידן. אלס אידן. אויסער פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט. וואס זיינע רעבעס ווי לענין און טראצקי האבן נאך געטון ביים סאמע אנהייב פון קאמוניזם.אין די זעלבע צייט האט ער אויכעט געוואלט פטור ווערן פון א סאך גרויסע פריצים אין די רעגירונג און די פארטיי. האט ער זיך דערטראכט צו א בילבול וואס ער האט געמאכט אויף די אידישע דאקטוירים. אז זיי האבן געוואלט פארסמ'ען א סאך מענטשן אין די קאמוניסטישע פארטיי. און אויך איהם. און ער האט אנגעהויבן אדורכצופיהרן מאסן ארעסטן. און א סאך פון די גרויסע אידישע טעאטער שפילערס און זינגערס האט ער געלאזט הרגנ'ען דורך זיינע פערזענליכע רוצחים וואס ער האט געשיקט. זיי האבן גארנישט חושד געווען וואס ער פלאנט צו טון צו זיי. ווייל זיי האבן דאך געהאט ..."קרעדיט"...ביי איהם. זיי האבן געשיקט מיליאנען דאללערס קיין רוסלאנד בשעת די וועלט מלחמה, וואס זיי האבן פארדינט אין אמעריקע. אבער זיין פאליס טשיעף בעריא האט אנגעהויבן חושד צו זיין אז זיין באס, סטאלין איז נישט כתמול, שילשום. און ער וויל איהם אויכעט אפפטר'ן. און בעריא האט געוואוסט אז ביי סאטלין ..."פטור".. ווערן מיינט הרגנ'ען. האט ער זיך מקדים געווען. אבער אין די זעלבע צייט איז געווען אן עת צרה ליעקב. ווייל דער מאסן מערדער האט געפלאנט אנצוהעצן די גוי'אישע באפעלקערונג אויף די אידן אז ס'זאללן ח"ו אויסברעכן פאגראמען אויף די אידן. וויייל די מידיא האט געהאלטן אין איין העצן אקעיגן די אידישע דאקטוירים. און אקעיגן אלע אידן. דאס אלעס האטציך אפגעשפיעלט אין חודש אדר. און פונקט אזוי ווי ס'שטייט אין די מגילה ביי אחשורוש. והמלך והמן ישבו לשתות. והעיר שושן נבוכה.... דער רשע סטאלין האט געמאכט א גרויסע פארטי און געהוליעט ביז שפעט אין די נאכט. און צווישן די איינגעלאדענע געסט און (געוועזענע) מקורבים איז אויכעט געווען דער הויפט פון די נ.ק.וו.ד., לאוורענטי בעריא. און ער האט (מסתמא. אזוי האלטן רוב עקספערטן) אריינגעגאסן א סם וואס הייסט ווארפארין. דאס איז א בלוט פארדיננער. מ'נוצט עס אויך אלס מעדיצין. אבער סאך פון דעם איז שעדליך. אין זיין (סטאלינ'ס) פעיוואריט דרינק. וויין פון זיין היימלאנד גרוזיניע. ווייל מ'דארף געדענקען אז דער גרויסער רוצח האט זיך זייער שטארק געהיטן. ווייל ער האט טאקע אייביג מורא געהאט אז מ'וויל איהם פארסמ'ען. האט ער געהאט א מנהג אז ער פלעגט געבן צו עסן פון זיין טעלער פאר א יעדן (..."שיריים"...) און מ'האט געמוזט עסן. ווייל ער האט געוואלט מאכן זיכער אז די עסן איז נישט פארסמ'ט. אבער בעריא איז געווען פון זיינע נאנטע מענטשן. און ער האט דאס געקענט אריינלייגן. און דער סם האט נישט קיין גערוך אדער א טעם. דאס אלעס איז געשעהן פורים ביינאכט ביי די מגילה ליינען. און א פאר רבי'ס, וועלכע שטאמען פון רוסלאנד האבן געוואוסט וואס די אידן דארט גייען אדורך, זיי האבן געזאגט אז דער רשע גייט האבן א מפלה אין יענע נאכט. וכך הווה. ישועת ה' כהרף עין...דעם נעקסטן טאג, פורים. זיינע באדינערס און וועכטערס האבן געזעהן אז ער שטייט נישט אויף. און קומט נישט ארויס פון זיין צימער. זיי האבן געווארט א גאנצן טאג. ערשט ביינאכט זענען זיי אריינגעגאנגען צו איהם. און זיי האבן איהם געטראפן ליגן אויפ'ן פלאהר, מיט א סטראוק. אין א זייער נישט קיין בכבוד'דיגן מצב. און דער פאליס טשיעף בעריא איז אנגעקומען. און ער האט געזאגט. וואס מאכט מען דא א פאניק. ער איז בסך הכול געוען מיעד. און ער איז איינגעשלאפן. מ'האט געזעהן אז ער שלעפט די צייט. און וויל נישט ברענגען מעדיצינישע הילף פאר זיין באס, סטאלין. אבער די ארומיגע מענטשן האבן יא אלארמירט די דאקטוירים. אבער די פראבלעים איז געווען אז אלע גרויסע דאקטוירים וועלכע זענען געווען אידן, זענען געווען ארעסטירט. זענען זיי געגאנגען צו די דזשעיל און זיי האבן געברענגט אייינעם פון די גרויסע אידישע דאקטוירים. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט. ווייל דעם נעקסטן טאג איז ער געפגר'ט...כן יאבדו כל אויבך ה'...!

גלייך נאכדעים וואס סטאלין האט געפגר'ט האט בעריא איבערגענימען די מאכט פון די רעגירונג. און די ערשטע זאך וואס ער האט געטון איז געווען צו באפרייען אלע אידישע דאקטוירים פון תפיסה. און זיי איבערבעטן. און ער האט געלאזט וויסן איבעראל אז די גאנצע זאך איז נאר געווען א בילבול...! וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר...!

המשך יבוא, אי"ה...!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 12, 2018 9:44 pm
דורך berlbalaguleh
המשך פון פריער: (התנצלות המעתיק. ווען איך זעה אז דער עולם געט לייקס געט עס מיר קוראזש און מוט ווייטער צו שרייבן. נישט ווייל איך דארף די לייקס. נאר איך זעה אז דער עולם ליינט וואס איך שרייב. און איך רעד נישט צו די ווענט...!ייש"כ.)

וימלוך לאוורענטי בעריא. ער האט (נעבעך) געמיינט אז זיין מלוכה און ממשלה וועט מאריך ימים ונשים זיין. זיין מלוכה האט נישט אנגעהאלטן מער ווי 4 וואכן. ווייל מ'דארף געדענקען אז דאס קאמוניזם איז געווען הורתו ולידתו מיט רציחה און מערדעריי. און דאס זענען געווען די פירות פון דעם. איינער האט געמאכט קאנספיראציעס אקעיגן דעם צווייטן. ווייל ער האט געהאלטן אז זיין ..."בעסטער" חבר פלאנירט צו מאכן א יד אחת אקעיגן איהם. און איהם הרג'נען. האט ער איהם געוואלט מקדים זיין.

איינער פון די "מקורבים" ביי סטאלין איז אויכעט געווען ניקיטא כרושטשעוו. א יעדער האט איהם געהאלטן פאר א טיפש און א קלאון. אפילו סטאלין , ימ"ש פלעגט זיך אונטערהאלטן ביי זיינע הוליאנקעס מיט מאכן חוזק און שפאט פון איהם. ווען ער האטציך גוט אנגעשיכור'ט, כדרכם, האט סטאלין איהם געהייסן טאנצן א ..."קאדאטשקע"... און א יעדער האט געלאכט פון איהם. און מ'האט איהם באווארפן מיט זאכן ווי טאמעיטאס . הקיצור. ר'איז געווען קהל'ס נאר. קיינער האט איהם נישט גענומען ערנסט. אויך בעריא האט זיך נישט געהיטן פון איהם. אבער דערווייל, במחשכים האט דער טיפש ניקיטא כרושטשעוו געפלאנט איבער צו נעמען די מאכט. און אזוי ווי דער מנהג איז געווען אין רוסלאנד, האט מען געדארפט אפרוימען פון וועג דעם ..."שונא"...האט ער זיך אפגעשמועסט מיט 2 גרויסע גענעראללן און געזאגט צו זיי לאמור. אזוי צו זאגן..."עטץ זאלטץ נישט טראסטן דעם בעריא. ווייל ער וועט ענק אויך צום סוף אריינווארפן אין דזשעיל און הרג'נען. אשר על כן. וועט מען איהם ארייננארן אז ער זאלל קומען צו א וויכטיגע מיטינג אין קרעמלין. און ווען מ'וועט ענק געבן א סיגנאל זאלט עטץ אריינקומען אין צימער און איהם דערשיסן...! והך קאווע. און ס'איז טאקע אזוי געווען. כרושטשעוו (וועלכער איז אויכעט נישט געווען קיין קליינער רוצח בזכות עצמו) האט געלאזט רופן בעריא צו א מיטינג אין קרעמלין. און צו די באשטימטע צייט האט ער געהייסן איינעם פון זיינע אדיוטאנטן אז ער זאלל דריקן דעם באטטן פון דעם אינטערקאם וואס דארף געבן דעם סיגנאל פאר די צוויי חברה וואס ווארטן אין אנדער'ן צימער. אבער יענער האט נישט געהאט די ..."גאטס" דאס צו טון. איז געגאנגען כרושטשעוו און ער האט אליינס געדריקט דעם קנעפל. און די 2 גענעראללן ( וועלכע האבן געמעגט טראגן מיט זיך גאנס.) זענען אריינגעקומען. און בעריא איז געזיצן ביי א דעסק. ווען ער האט זיי געזעהן אריינקומען. וירא...האט ער פארשטאנען כי כלתה אליו הרעה. פארוואס פארא צוועק זיי זענען אריינגעקומען. און ער האט זיך אראפגעבויגן, ארויסצונעמען זיין אייגענעם גאן פון זיין בריעף קעיס. צו זיין גרויס ערשטוינונג האט ער באמערקט אז דער גאן איז נישט דא. מ'האט עס איהם ארויסגעגנב'עט. איז ער בלאס געווארן פאר שרעק. אבער בשעת ער האטציך אראפגעבויגן האבן איהם די 2 גענעראללן דערשאסן...! וימות. און ער איז געשטארבן...!

וימלוך תחתיו ניקיטא כרושטשעוו. אבער ער האט זעהט אויס מכח עניוות יתירה נישט געוואלט נעמען דעם גאנצן עול פון פיהרן די רעגירונג אויף זיינע אייגענע פלייצעס, האט ער זיך צו גענימען א שותף. איינעם מאלענקאוו. נאר עפעס אויף א וואונדערליכן אופן איז דער שותף נאך א קורצע צייט פלוצלינג נעלם געווארן. און כרושטשעוו איז געבליבן ביי די מלוכה אליין.

איך מיין אז איך האב שוין גענוג אויסגעמוטשעט דעם עולם מיט די שטותים. ע"כ וועללן מיר לאזן דעם המשך פאר א צווייט מאל. ועוד חזון למועד, אי"ה...!

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:59 pm
דורך berlbalaguleh
א שטיקל הוספה צו די פריער'דיגע באשרייבונג: נאכדעים וואס דער גרויסע פאטער פון די פעלקער יאסעף סטאלין'ס ערשטער פאליציי שעף, דזשערזשינסקי איז .."פלוצים" געשטארבן. און נאך פאר דער צווייטער אפיציעלער פאליציי שעף , דער קליינטשיג'ער איד'עלע יעזשאף איז אריין אין אמט. האט דער גרויסער און קלוגער פיהרער פון סאוויעטן פארבאנד אויפגענימען א צייטווייליגן הויפט פון די זיכערהייטס פאליציי די נ.ק.וו.ד.. ער האט געהייסן יאגאדא. דער מר. יאגאדא האט אויסער זיין הויפט מעלה אז ער איז געווען א גרויסער רוצח, איז ער אויכעט געווען זייער א דערבארעמדיגער מענטש מיט א ווייעך הארץ פול מיט רחמנות. ער האטציך זייער שטארק געזארגט פאר די אלע קינדער וועלכע זענען נעבעך געבליבן יתומים. וועמענ'ס עלטערן ער האט אויסגעהרג'עט. ער האט געלאזט אויפשטעללן גרויסע יתומים הייזער און געזארגט אז די קליינע יתומים'לעך זאללן האבן געניג צו עסן. און קליידער און שפילצייגן... עד שהגיע סופו. אין א שיינעם טאג האט מען איהם ארעסטירט און געשיקט בדרך כל האדם...ער האט נעבעך געענדיגט געשאסן אין די קלערן פון די לוביאנקא פריזאן אין מאסקווע..!

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 14, 2018 9:30 am
דורך נקודת-אמת
יישר-כח ר' בערל פאר'ן ברייטען באריכט איבער די קאמאניסטישע גאווערמענט.

איין נקודה איז וויכטיג צו חוקר זיין.

צו סטאלין זעלבסט איז געוועהן א רשע-מרושע און א סאדיסטישער-מאסן-מערדער אן קיין שייכות צו זיין שיטה אין הנהגת המדינה.

אדער גאר אז אט די שיטה פון קאמאניזם האט אין זיך א נטור אז ס'ברענגט אריין השחתת המידות אין די פיהרער'ס פונעם לאנד, איינמאהל זיי האבן אזא מאכט אונטער זיך.
און מ'ברויך האבן גאלדענע מידות צו זיצן אויף אזא בענקל און בלייבן א וואוילער מענטש.

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 14, 2018 9:43 am
דורך אונטער חכם
אין ר יצחק זילבערס בוך שרייבט ער דארט וויאזוי מענטשן האבן ממש גע'חלש'ט פאר צער ווען סטאלין איז געשטארבן, ער שרייבט וויאזוי א אידישע פרוי האט עם געזאגט וואס וועט זיין, ווער וועט זארגן פאר אונז, כאטש וואס עס איז דעמאלס געווען בעיצומו פון די אידישע דאקטוירים בלבול ווען אלע אידן האבן געלעבט אין א פחד איז זיי נעבעך נישט בייגעפאלן צו באשולדיגן סטאלין אין די גאנצע זאך , זיי האבן גאר באשולדיגט די דאקטוירים.
אבער ער שרייבט עס בעיקר צו צו די געוואלדיגע פראפאגאנדע וואס מען האט געמאכט , ווי צום ביישפיל מען האט אמאל געלייגט א בילד אין די צייטונגען ווי סטאלין זיצט אין זיין קאבינעט אינמיטן נאכט און ער ארבעט פארן לאנד , אין יעדן בוך האט דער מחבר געהאט אן הקדמה ווי ער האט אויסגעלויבט סטאלין , אין די סקולס האט מען געלערנט מיט די קינדער אז סטאלין איז דער מציל ומושיע, ( נישט קאמוניזם, נאר סטאלין) ועוד ועוד.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 14, 2018 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם: ייש"כ. דאס איז ממש די זעלבע וואס איך האב געזאגט אויבן אין דעם אשכול. און אין דעם אנדער'ן אשכול לידידנו התמים, ר' שבת אחים שליט"א. און הרב זילבער שליט"א קומט דאך פון דארט. איז עס אן ערשטהאנטיגע רעפארט. וואס איז ווערט מער פון טויזנט פעידזשעס אין א ביכל...!

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 14, 2018 9:37 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת-אמת האט געשריבן:יישר-כח ר' בערל פאר'ן ברייטען באריכט איבער די קאמאניסטישע גאווערמענט.

איין נקודה איז וויכטיג צו חוקר זיין.

צו סטאלין זעלבסט איז געוועהן א רשע-מרושע און א סאדיסטישער-מאסן-מערדער אן קיין שייכות צו זיין שיטה אין הנהגת המדינה.

אדער גאר אז אט די שיטה פון קאמאניזם האט אין זיך א נטור אז ס'ברענגט אריין השחתת המידות אין די פיהרער'ס פונעם לאנד, איינמאהל זיי האבן אזא מאכט אונטער זיך.
און מ'ברויך האבן גאלדענע מידות צו זיצן אויף אזא בענקל און בלייבן א וואוילער מענטש.

נקודת אמת: ייש"כ. טאקע מהאי טעמא. ווייל איך האב געהאט די זעלבע חקירה, און כ'האב געוואלט דערגיין דעם אמת, האביך געטון א ביסל (מחקר) ריסוירטש, בלע"ז ווי מ'זאגט אין אמעריקע...! איז, ביניך געקומען צו אן אינטרעסאנטע מסקנא. אז ביידע נקודות זענען ריכטיג. דער קאמוניסטישער סיסטעם איז געווען הורתו ולידתו מיט טעראר און רציחה פון מאסן שולדיגע (לשיטתם) און אויך אומ-שולדיגע מענטשן. נאר די נפקא מינה איז אז וולאדימיר לענין. דער ערשטער פרעזידענט פון די קאמוניסטישע מדינה האט געוואלט איינפיהרן גאנץ א מענטשליכן און יושר'דיגן סיסטעם פאר יחידים. מ'רעדט נישט פון גרויסע ביזנעס אונטערנעמונגען וואס אלע קאמוניסטן האבן לפי שיטתם חרוב געמאכט און בארויבט די בעלי בתים.דאס איז דאך איינס פו די עיקרי האמונה ביי די קאמוניסטן. אבער לענין האט געוואלט ערלויבן אז יחידים זאללן מעגן האבן אייגענע הייזער און קליינע פארמס. וואס די רעגירונג האט זיי געדארפט צו טיילן. אוועקנעמענדיג עס פון די פריצים. די בעלי בתים פון די גרויסע שטיקער לאנד. און אנדערע קליינע ביזנעס'ן ווי גראסעריס און אנדערע קליינע געשעפטן. אבער ער איז פריצייטיג געשטארבן. און דער גרויסער רוצח סטאלין האט פארכאפט די מאכט. און ער פערזענליך איז אויכעט געווען א קאלטבלוטיגער, צינישער רוצח. אבער דער קאמוניסטישער, פארדארבענער סיסטעם האט איהם געגעבן די געלעגנהייט אדורכצופיהרן זיינע רציחות. וואס ער וואלט נישט געקענט טון אין א דעמאקראטיע. הגם די אריגינאלע פריצים. די הויפט מאכערס אין די קאמוניסטישע פארטיי האבן יא געוואלט איינפיהרן עפעס א שטיקל יושר'דיגן סיסטעם. אבער ער האט זיי צו ביסלעך אלע פון די אלטע גווארדיע אויסגעהרג'עט. ער האט געמאכט קאנספיראציעס פון איינעם אקעיגן זיין חבר. און נאכדעים אקעיגן דעם. און דעם אנדער'ן. נאר ער האט אויך געקענט רעדן זייער שיין . מיט א שמייכל. און לסוף האט ער געהרג'עט זיינע בעסטע גוטע פריינט. ווייל איהם האטציך אזוי געלוינט. ואכמ"ל כמו שהארכתי במאמריי הקודמים...!

לסיכום: אז דער סיסטעם אליין איז אויכעט געווען פארדארבן. ווייל אלע זיינע חברים און נאכפאלגער. אפילו די וועלכע האבן לכאורה געהאלפן אים אפרוימען פון וועג. זענען געווען אויך גאנץ גרויסע רוצחים בזכות עצמם. אפשר נישט אזעלכע גרויסע רוצחים ווי ער. אבער זיי זענען געווען גאנץ קליינע צדיקים...!

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 14, 2018 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת" נאך איין קליינע נקודה. ביי זיי איז ריכטיג מקויים געווארן דער מאמר המשנה אין מסכת אבות ביי הילל הזקן. ווי די משנה ברענגט..."אף הוא ראה גילגולת אחת צפה על המים. אמר לה.."על דאטפת, אטפוך... וסוף מטייפך, יטופון"...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:29 am
דורך נקודת-אמת
דער עיקר וואס איך האב געוואלט חוקר זיין איז לאו דווקא וועגן די קאמאניסטישע רעגירונג אין ברית-מועצות-חבר-העמים

נאר בכלל אויב ס'איז מעגליך צו האלטן די סארט רעגירונג צו פיהרן א לאנד אן צו זיין אזא רויבער און מאסן מערדער,

לאמיר ניט פארגעסן אז רציחות איז נישט געוועהן די איינציגסטע עבירה וואס זיי האבן עובר געוועהן.

ס'איז געוועהן אן עכטע שלטון מושחתים דארטן וואס אלעס האסטו געקענט האבן פאר אפאר טאלער...

און דאס איז מיין שאלה, אויב ס'איז מעגליך צו געבן פאר א קבוצה מענטשן צו פיהרן א גאנצע לאנד מיט פול מאכט

אן אז זיי זאלן ווערן רויבער'ס מערדער'ס וכו'.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: אלס א דירעקטן ענטפער צו דיין שאלה. ניין. ס'איז נישט מעגליך צו ווערן דער הויפט פון א דיקטאטורישע רעגירונג און בלייבן אן ארנטליכער מענטש. ווייל די נסיונות זענען צו שטארק. ראשית כל האט דער דיקטאטאר א צוטריט צו א סאך געלט. און כח. און אט דעם אומבאגרעניצטן כח נוצט ער אויס אקעיגן זיינע פאליטישע (און פערזענליכע) שונאים. און ס'איז נישט דא קיינער וואס קען איהם צוריקהאלטן.

נאר אין דעם פאל פון דעם קאמוניסטישן סאוויעטן פארבאנד איז געווען נאך א נקודה וואס איז נישט געווען בנמצא אפילו אין כמעט קיין איין אנדערע דיקטאטורישע מלוכה. זיי האבן אקטיוו געזוכט שונאים . באהאלטענע און אפענע. דאס איז דער כלל. און דער פרט אז סטאלין אליינס איז געווען א בלוטדורשטיגער, קאלטבלוטיגער רוצח. וואס האט כסדר ארויס געזוכט נייע גרופס און יחידים וועם צו טעראריזירן און אפרוימען פון וועג. מיט'ן תירוץ אז זיי זענען שונאים פאר די מלוכה.

אפשר אלס א שטיקל לימוד זכות. (נישט אז ס'בארעכטיגט זייערע מעשים) אז די נייע קאמוניסטישע רעגירונג איז אדורך גאר שווערע און אומזיכערע צייטן. ווייל זיי האבן געקעמפט אקעיגן פארשידענע גרופס וועלכע האבן זיי געוואלט אראפזעצן פון די מאכט.ווי למשל די סאציאל דעמקראטן. אנגעפיהרט דורך קערענסקי (אויך א איד). נאר מיט איהם האבן זיי זיך לכאורה גאנץ גרינג אדורכגעקומען. זיין גרופ האט באקומען שלא ביושר דעם כינוי ..."מענשעוויקס"...וואס מיינט דער מיעוט. לעומת די קאמוניסטן האבן באקומען דעם כינוי..."באלשעוויקס".. די רוב. במציאות איז די מעשה געווען פארקערט. אבער די באלשעוויקן זענען געגאנגען מיט טעראר מלכתחילה. ואכמ"ל. אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט...! אבער די עיקר שונאים פון די באלשעוויקן וועלכע האבן נאך געהאט א גרויסן כח זענען געווען די צאריסטן. די..."ווייסע"...זיי האבן שטארק געקעמפט אקעיגן די באלשעוויקן. זייער מטרה איז געווען צוריקצוברענגען דעם צאר צו די מאכט. צווישן זיי זענען געווען א סאך מיליטערלייט. און הויכע אפיצירן פון די צארישע ארמיי. און ס'האט אויסגעבראכן א ציווילע מלחמה אין לאנד...!
און ווען די באלשעוויקן האבן זיך גובר געווען און ענדגילטיג אונטערדריקט א יעדן אויפשטאנד איז עס צוגעגאנגען מיט גרויס אכזריות און א סאך רציחה. בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער. מ'האט נישט געמאכט קיין לאנגע (און אפילו נישט קיין קורצע) משפטים. מ'האט איינעם חושד געוון אז ער איז א קאנטער רעוואלוציאנער. (פי, מתנגד לממשל המהפיכה .) איז געווען אחת דתו...! און נאך א פאקטאר אין די פארמערטע רציחות איז געווען. אז א יעדער איינער פון די הויכע פריצים אין די פארטיי האט באקומען א רעוואלווער. און ער האט געקענט לפי רצונו אראפשיסן איינעם וואס האט נאר געקוקט קרום אויף איהם. מיט'ן תירוץ אז ער איז א קאנטעררעוואלוציאנער...!

נאר סטאלין איז געקומען און ער האט נאך מוסיף געווען אויף די רציחות.ער האטציך גענימען צו אלע זיינע חברים. פארשטייצעך נישט אלע אויף איינמאל. נאר אחד, אחד, כמו שאמרנו למעלה. ביז די אלטע גווארדיע זענען שוין געווען אויסגעראטן. ווייל ער האט מורא געהאט אז זיי וועללן איהם אראפווארפן פון בענקל. און דארט האט נישט געמיינט גיין אויף וואקאציע. נאר ס'האט געמיינט, מיט א קאפ קורצער...!

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 18, 2018 4:54 am
דורך berlbalaguleh
אזוי ווי מיר האבן שוין געשריבן פון פריער, אז דער הויפט פון די נ.ק.וו.ד./ק.ג.ב. לאוורענטי בעריא, וועלכער האט מסתמא אריינגעלייגט סם אין די באליבטע געטראנק פון סטאלין, זיסע וויין פון זיין היימלאנד, גרוזיניע.און ער האט איבערגענומען די מאכט אין רוסלאנד, האט געחלומ'ט אז ער וועט מאריך ימים זיין על ממלכתו. דערווייל איז זיין אנידערפאל געקומען פון איינעם וואס ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער איז מסוגל אויף דעם. דער קלאון און קהל'ס נאר, ניקיטא כרושטשעוו. ער , מיט א שותף, מאלענקאוו האבן זיך אפגעשמועסט וויאזוי זיי וועללן ארייננארן דעם בעריא צו א מיטינג אין קרעמלין. וואו ס'איז שוין געווען אפגעשמועסט מיט 2 גרויסע גענעראללן אז צו א באשטימטע צייט, ווען מ'וועט זיי אריינרופן זאלן זיי אריינקומען און דערשיסן בעריא. ווען ער האטציך אראפגעבויגן ארויסצונעמען זיין גאן פון זיין בריעף קעיס האט ער צו זיין ערשטוינונג געזעהן אז דער גאן איז נישטא. מ'האט עס פון איהם אועק'געגנב'עט. אבער ווען ער האטציך אראפגעבויגן, האבן די 2 גענעראללן איהם פונקט דערשאסן. און כרושטשעוו האט איבערגענומען די מלוכה...!

און ווען ער האט איבערגענומען האט ער איינגעזעהן זייער א שווערן מצב וואס האט איהם זייער שטארק געשטערט. אמעריקע האט ---אלס אן ענטפער צו רוסלאנד'ס ווילדע אויפפיהרונג אין בערלין--- אריינגעלייגט גרויסע נוקלעארע מיסילס אין טערקיי. ביי די גרעניץ פון רוסלאנד. דאס האט איהם זייער שטארק געשטערט. און אוועקגענימען זיין מנוחה. ער האט געוואלט פארהאנדלען מיט אמעריקע וועגן ארויס ציען די מיסילס פון דארט. אבער די יו. עס. איז געווען אומבויגזאם...! צו זיין מזל האטציך אפגעשפיעלט די רעוואלוציע אין קובא, אין דעם יאר 1959. און דער יונגער פידעל קאסטרא וועלכער איז געווען א באהאלטענער קאמוניסט איז געקומען צו די מאכט. ער איז אבער געווען א גרויסער שנארער. ווייל נאכ'ן בארויבן די פאר רייכע מענטשן אין קובא איז ער געבליבן אן קיין געלט. און די גאנצע אינדוסטרי אין קובא איז געווען אפגעשטעלט. איז ער געקומען צו רוסלאנד בעטן הילף. וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו. כרושטשעוו האטציך צוגעכאפט צו די מציאה. ער האט איהם צוגעזאגט צו העלפן ביד רחבה. ער האט ממש אוועקגענימען די עסן פון די מויל פון זיינע אייגענע מענטשן און אלעס געשיקט קיין קובא. צו העלפן זיין נייעם גוטן פריינט פידעל קאסטרא. (בד.וו.. דער נאמען פידעל האט גארנישט צו טון מיט א פידל. ס'איז א נאמען פאר די גויים וועכע זענען געטריי פאר יאשקע. אזוי ווי אבדעל ביי די אראבערס. דאס מיינט עבד א-ל.) און בשכר זאת (אויסער די גאנצע צוקער פראדוקציע וואס רוסלאנד האט צוגענימען פון קובא) האט ער פארלאנגט אז ער זאלל איהם לאזן אויפשטעללן גרויסע מיסיל בעיסעס אין זיין לאנד. וועלכע זאללן זיין געציהלט דירעקט אויף אמעריקע. און ווען אלעס וועט שוין זיין פארטיג, וועט ער קומען צו אמעריקע און זאגן.אויב דו ווילסט אז איך זאלל אוועקנעמען מיינע מיסילס פון קובא, דאן זיי מוחל און נעם דו אוועק די מיסילס פון טערקיי...!

אבער אמעריקע האט געהאט אזעלכע עראפלאנען וועלכע די געוויינליכע ראדאר אינסטאלאציעס האבן נישט געקענט אויפכאפן ווייל זיי זענען געפלויגן זייער הויעך. זיי האבן געהייסן...יו.2...עראפלאנען. און די פלעינס האבן געכאפט פיקטשערס פון די גאנצע געגנט וואו זיי זענען אדורכגעפלויגן. וואס די סי איי. עי. און מיליטערישע עקספערטן האבן נאכדעים איבערגעקוקט. און זיי האבן באמערקט אז מ'מאכט עפס זייער גרויסע הכנות דארט אין קובא. מ'גראבט אויס גרויסע גריבער, וואס זעהען אויס ווי בעיסעס פאר גאר גרויסע מיסילס. און די מיליטערישע עקספערטן זענען געקומען צו די מסקנא אז רוסלאנד גרייט זיך אריינצוברענגען גרויסע מיסילס קיין קובא. האבן זיי באשלאסן צו אונטערזוכן די רוסישע שיפן וועלכע קומען אריין צו די אמעריקאנער וואסערן כדי צו ברענגען..."הילף".. פאר קובא. והך קאווע. ס'האטציך אויסגעשטעלט אז די שיפן וועלכע ברענגען ..."הילף"...פאר קובא, ברענגען אויכעט מיסילס. אונטער די זעק פון ווייטץ זענען גליגן מיסילס פאר וועלכע מ'קען אנטון נוקלעארע קעפ. דא האטציך דער פרעזידענט פון אמעריקע, דזשאן קענעדי אויפגערעגט. וחמתו בערה בו. ווייל ער האט געהאלטן אז דער כיטרער כרושטשעוו (פאניע גאנעוו) האלט איהם פאר א געספוילטן אמעריקאנער יונגל מיט וועמען מ'קען זיך ארומשפילן. און ער האט פארארדנט די אמעריקאנער נעיווי צו מאכן א בלאקאדע אויפ'ן ים. און דער רוסישער בער האטציך גענימען שרייען ווי דער קאזאק הנגזל. ס'הייסט, ער ברענגט הילף פאר די מענטשן אין קובא. און די שלעכטע אמעריקע לאזט נישט צו. האט איהם דער פרעזידענט געענטפערט. אז מ'וועט אדורכלאז די רוסישע שיפן וועלכע פארן קיין קובא מיט איין תנאי. אז אמעריקאנער אינספעקשאן טיעם'ס זאללן ארויפגיין אויף א יעדע שיף און אונטערזוכן אויב ס'איז דא נאר ווייטץ אדער מיסילס און אנדערע געווער אויך. צוערשט האט דער שטאלצער פארעך כרושטשעוו נישט געוואלט מסכים זיין צו דעם תנאי. און ער האט געהייסן פאר זיינע שיפן אז זיי זאללן ווייטער פארן. אבער אמעריקע איז געווען פונקט אזוי פארעקשנ'ט. און זיי האבן פארארדנט די נעיווי צו שיסן אויף א יעדע רוסישע שיף וועלכע פרובירט זיך אדורכצוברעכן. ווען די רוסישע שיפן זענען שוין אנגעקומען גאנץ נאנט. און די אמעריקאנער אפיצירן האבן זיי געווארנט נישט צו גיין ווייטער, האבן זיי זיך (בעל כורחם) אפגעשטעלט. און אנגעפרעגט אינסטרוקציעס פון מאסקווע, וואס צו טון ווייטער. און אמעריקע האט געשטעלט נאך א תנאי. אז רוסלאנד מוז ארויסנעמען אלע מיסילס וועלכע זענען שוין דארט... און דער אוקראינישער פויער, כרושטשאוו האטציך גע'עקשנ'ט און צוריק געסטראשעט אמעריקע, אז ער וועט אויס שיסן זיינע באליסטיק מיסילס קיין אמעריקע. און די גאנצע וועלט איז געווען זייער שטארק געשפאנט. מ'האט נישט געוואוסט מיט וואס דאס וועט זיך אויסלאזן. אבער אמעריקע האט באקומען פארלעסליכע אינטעלידזשענס רעפארטס אז די גרויסע, און שרעקעדיגע מיסילס מיט וואס רוסלאנד האט געסטראשעט אמעריקע זענען היפש צוריקגעשטאנען. און ווען מ'גרייט זיך זיי ארויסצושיקן, דארף מען 24 שעה פריער אנהייבן אריינצוגיסן דעם פיועל וואס זאלל זיי טרייבן. אזוי ארום האט אמעריקע געקענט פונקטליך וויסן ווען רוסלאנד וועט אנהייבן צו שיקן די מיסילס. און די אמעריקאנער באליסטיק מיסילס זענען געווען פארגעשריטן, אז מ'האט זיי מאמענטאל געקענט ארויסשיסן, ווייל זיי האבן געארבעט אויף גאר א מדערנע טעכנאלאגיע...! האט פרעזידענט קענעדי זיך אנגענימען מיט קוראזש און ר'האט געזאגט פאר דעם פויער כרושטשאוו אז אויב הייבט ער אן צו מאכן צוגרייטונגען צו שיקן באליסטיק מיסילס קיין אמעריקע, וועט ער שיקן די אמעריקאנער מיסילס קיין רוסלאנד...און דער טיפש און פויער האטציך געבויגן צו אמעריקע. און ר'האט מסכים געווען צו אלע תנאים וואס אמעריקע האט געשטעלט...!

המשך יבוא, אי"ה...!

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 18, 2018 6:57 pm
דורך cictim
berlbalaguleh האט געשריבן:אונטער חכם: ייש"כ. דאס איז ממש די זעלבע וואס איך האב געזאגט אויבן אין דעם אשכול. און אין דעם אנדער'ן אשכול לידידנו התמים, ר' שבת אחים שליט"א. און הרב זילבער שליט"א קומט דאך פון דארט. איז עס אן ערשטהאנטיגע רעפארט. וואס איז ווערט מער פון טויזנט פעידזשעס אין א ביכל...!


הרב זילבער איז אויך איינע פון די צדיקים וואס האבן גע'פועל'ט די פגירה, ווי ער ברענגט אין זיין בוך.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 12:31 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז אינטרעסאנט אז סיי דער ליובאוויטשער רבי, און סיי דער סטאלינער רבי האבן געזאגט בשעת קריאת המגילה אז דער רשע גייט האבן א מפלה אין די נאכט פון פורים. וכך הוה. דעם נעקסטן טאג האט מען איהם געטראפן אויפ'ן פלאהר ליגנדיג באוואוסטלאז אין זיין אייגענע השתנה. און זיין .."גוטער פריינט" לאוורענטי בעריא וועלכער האט איהם אייגנטליך פארסמ'ט, האט געזאגט פאר די ארומיגע.."וואס מאכט עטץ אן א פאניק. ער איז מיעד געווען און ער איז איינגעשלאפן. אבער ווען די אנדערע חברה האבן יא געוואלט רופן דאקטוירים האבן זיי געכאפט אז אלע גרויסע , אידישע דאקטוירים זענען ארעסטירט. זענען זייי געלאפן צו די תפיסה און געברענגט איינעם פון די גרויסע דאקטוירים. אבער ער האט געזאגט אז ס'איז שוין צו שפעט. מ'קען גארנישט טון. מ'האט איהם אריינגעפיהרט אין שפיטאל. און דארט האבן זיי ענדגילטיג פעסטגעשטעלט זיין פגירה...וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר...!

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 1:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קלער אז קאמוניזם קען נאר ארבעטען טאמער יעדער אין לאנד, אן אויסנאם, איז א מעמבער דערפון. מ׳קען נישט לאזען דער זיך פיהרען קאמוניסטיש און דער נישט. דעריבער מוז עס גייען מיט א געוואלדיגע מאכט, וואס טוט לייכט קארופטירען.

ווער ס׳האט אוועק געלייגט סטאלין איז א נערישע שאלה. דאס איז פונקט ווי רובאשקין חלומ׳ן אז ער גייט פריי. נעוואדע חלומ׳ט ער אזוי. איך חלום פון געווינען דער לאטטערי, הגם אז איך קויף נישט קיין טיקעט. מ׳האט נאכאנאנד גערעדט פון סטאלין׳ס מפלה, וראה זה פלא אז ער האט נישט אייביג געלעבט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 3:31 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז נישט אזוי. ווייל סטאלין האט רעפרעזענטירט נאך א טיפערע דרגא פן רישעות. רשע בתוך רשע.. ווייל אפילו אין דעם קאמוניסטישן , רישעות'דיגן און אכזריות'דיגן סיסטעם האט ער נאך מוסיף געווען מער רישעות, רציחה און אכזריות. והא ראיה. זיין דירעקטער נאכפאלגער, בעריא, האט איינס פון די ערשטע זאכן נאך וואס ער איז געקומען צו די מאכט, באפרייט אלע ארעסטירטע דאקטוירים. און די רעגירונג האט זיך אפיציעל אנטשולדיגט פאר זיי. בלשונם. זיי זענען רעהאביליטירט געווארן. און ער האט געלאזט וויסן אין די מידיא אז די גאנצע זאך איז געווען נישט מער ווי א בילבול. ממילא האבן די אידן געהאט האפענונגען אז ס'קומט בעסערע צייטן. און די עיקר מלחמה איז געווען צווישן די פריצים. וואו זיי האבן זיך געשלאגן איבער די מאכט. די טעאריע איז, אז בעריא, כאטש ער איז געווען א גרויסער רוצח בזכות עצמו, וואלט צוגעלאזט מער דעמאקראטיע און פרייהייט. און אויב ער וואלט געבליבן ביי די מאכט, וואלט דאס פאלק פרייער אפגעאטעמט. און די אידן וואלטן זיכער געהאט א בעסער לעבן...!

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 4:10 am
דורך cictim
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1185007
בא דער ליובאוויטשער רבי'ס פארבריינגען פורים ביינאכט תשי"ג
דער רבי האט דאמאלט דערציילט א מעשה אז עס איז געווען א צייט וואס דער רבי רש"ב האט געהייסען שטימען פאר א פארטיי אין רוסלאנד
{דאכטזאך עס איז געווען נאכן הארגנן דעם צאר פאר די קומוניסטין האבן איבערגענומען

דער חסיד ווייס פון גארניט דער רבי הייסט פאלגט מען, האט ער אנגעטאן א גארטל און געשטימט
נאכן שטימן האבן די גוים גערעט וועגן איינע פון די וואס האבן געלאפן- ער איז געווען א שונא ישראל
האבן זיי געזאגט הורה הורה
דער חסיד האט געמאכט מיט די הענט (ווי דער רבי מאכט אין בילד) און געזאט הוא רע הוא רע
און - דער רבי האט אויסגעפירט אז דער שונא ישראל איז א קורצע צייט נאכדעם געשטארבן

דער רבי האט דערציילט דער מעשה דריי מאל און געוויזען מיט די הענט יעדן מאל צו א אנדער ריכטונג פון שול

דערנאך האט דער רבי געזאגט א צווייטע מאמר חסידות
א דבר בלתי רגיל

יענע נאכט האט סטאלן געשטארבן.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 12:19 pm
דורך נקודת-אמת
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך חלום פון געווינען דער לאטטערי, הגם אז איך קויף נישט קיין טיקעט.
מ׳האט נאכאנאנד גערעדט פון סטאלין׳ס מפלה, וראה זה פלא אז ער האט נישט אייביג געלעבט.


ליטוואק, ביסט א פיינע לץ. וראה מה שכתב @cictim כאן

ובדבר הלאטערי האב איך געהערט יענע וואך פון דער בדחן הרב משה טויסיג הי"ו
אז אמאליגע צייטן האט מען נאך געקענט האבן א הו"א אז קויפן די קארטל פון די לאטערי איז נישט קיין סתירה מיט ביטחון,
אבער היינטיגע צייטן איז דאס אן אפענע סתירה מיט ביטחון,
ווייל אז ס'איז דיר באשערט זאלסט פארלירן דער צוואנציגער וואס פעלט אויס צו דאס פאטשקענען אויפן לאטערי-טיקעט,
דער אויבערשטער האט גענוג אנדערע וועגן זאלסטו דערלייגן דער צוואציגער... :lol: :lol:

Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 12:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די מעשה האט פיהל מער פרטים. איך ברענג דא פון א חב"ד טלגרם טשאנעל, מלא משיחיסטישע נערישקייטען מיט אינטרעסאנטע מעשות און פארטיי שוואנצעריי ושאר ירקות.

(י"ח באדר) יתקיים משפטם של הרופאים, ושבוע לאחר מכן, בשנים עשר במארס (כ"ה באדר) תתבצע הוצאתם להורג. מיד לאחר מכן יוחל בביצוע תכנית הגירוש. שבועיים-שלושה לפני מועד הגירוש המתוכנן, כבר הוכנו בתחנות הרכבת של כל אחת מהערים הגדולות בברית-המועצות עשרות רכבות שהמתינו לקליטת היהודים ולהובלתם לסיביר. במקומות סגורים וסודיים בסיביר הקפואה הוקמו בזריזות מחנות ריכוז עם צריפים שנועדו לאכלס מאות אלפי יהודים.

כעבור שנים רבות התברר עוד כי המזימה לא הסתכמה בכך – לא סתם גירוש למחנות עבודה בסיביר, אלא שילוח למחנות השמדה כפי שהקימו הנאצים שנים ספורות קודם לכן!

אף שיהודי רוסיה לא חלמו באותה שעה באיזו צרה הם נתונים באמת, ואפילו לא חשבו עד כמה עליהם לחשוש לעתיד, הם סבלו לא-מעט צרות שהתחילו כבר לרחף על ראשם. ככל שהתקדם מועד "משפט הרופאים", יהודים ברחבי ברית-המועצות סבלו יותר ויותר מעלבונות וגידופים, מביזיונות וחרפות. הם הושפלו ונרדפו בכל מקום. ברחוב, במקום העבודה וגם בקרב השכנים. השנאה הגיעה לממדים כאלו שיהודים נמנעו מלצאת לרחוב. היו גם מקרים שזרקו יהודים מהאוטובוס תוך כדי נסיעה…

"משפט הרופאים" צבר תאוצה. התעמולה הארסית גברה מיום ליום. התחושה של יהודים רבים בכל העולם הייתה שכלל ישראל ברוסיה – בשלטונו העריץ של סטאלין – עומד לפני סכנה מוחשית נוראה. שום מוצא לא נראה באופק ויהודים בכל העולם שפכו שיחם ודמעתם לפני היושב במרומים.

ד

יום שלישי, י"ד באדר. חג הפורים תשי"ג. ניו-יורק.

קהל גדול נאסף במוצאי פורים להתוועד במחיצת הרבי. עשרות מהנוכחים בהתוועדות היו יהודים מרוסיה שרק לפני שנים מספר יצאו מאחורי מסך הברזל. חלקם 'ישבו' בעצמם תקופות ארוכות והרגישו את נחת זרועו של סטאלין על בשרם ממש. הם וחבריהם בוודאי לא יכלו שלא לחשוב על אחיהם הנתונים היום בצרה ובשביה ובסכנה נוראה מאחורי מסך הברזל.

ההתוועדות, כדרכו בקודש של הרבי, נמשכה שעות ארוכות. במהלך ההתוועדות אמר הרבי אחת-עשרה שיחות קודש. כדרכו בקודש, בתחילת ההתוועדות אמר מאמר חסידות עמוק מאוד המבוסס על הפסוק במגילת אסתר "ויהי אומן את הדסה". לאחר מכן המשיך באמירת שיחות בעניינא דיומא, כשבין לבין שרו ניגונים ואמרו 'לחיים' כנהוג.

שעות הלילה התקדמו במהירות. בשעה של לפנות בוקר, חוורו לפתע פני קודשו של הרבי ונעשו להבים מתוך דבקות מיוחדת. החסידים כבר זיהו כי מדובר באותה דבקות שלפני אמירת מאמר חסידות, דברי אלוקים חיים. כולם היו בהפתעה, שכן אף לא פעם נאמרו שני מאמרים בהתוועדות אחת.

אחרי דקות אחדות, בעוד הכול ממתינים למאמר ועל פניו הק' ניכרות היטב הרצינות והדבקות המיוחדת – פתח הרבי והפתיע בסיפור:

"בתקופת המהפכה ברוסיה לאחר מפלתו של הצאר, הורה כ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע לחסידים שישתתפו בבחירות שנערכו במדינה. לאור זאת, הגיע למקום שבו התקיימו הבחירות גם אחד החסידים שהיה מופשט לגמרי מהוויות העולם, ולא ידע כלל מה מתרחש במדינה. הוא הגיע בפשטות גמורה רק כדי לקיים את ההוראה של הרבי. מובן שהוא עשה זאת לאחר טבילה במקווה וחגירת אבנט, כראוי לקיום הוראה של הרבי. לאחר שעשה מה שצריך לעשות בשביל הבחירות, כפי שהורו לו חבריו – ראה אנשים עומדים ומכריזים "הו-רה", ועמד גם הוא והכריז "הו-רע, הו-רע, הו-רע"…

בספרו זאת, תיאר הרבי איך עשה בדיוק אותו חסיד – הוא עצם את עיניו, הרים את שתי ידיו יחד כלפי מעלה והכריז שלוש פעמים "הו-רה הו-רה, הו-רה". כשציבור החסידים שנכח בהתוועדות ראה את הרבי עוצם את עיניו הקדושות, מניף את שתי ידיו הקדושות יחד כלפי מעלה ומכריז כך שלוש פעמים "הו-רה, הו-רה, הו-רה" – לא הבינו החסידים מה קורה כאן…

אחרי שסיים הרבי לספר את הסיפור, הסתובב לימינו וסיפר שוב את כל הסיפור, כששוב הוא עוצם את עיניו הקדושות, מניף את שתי ידיו ביחד כלפי מעלה ומכריז שלוש פעמים "הו-רה, הו-רה, הו-רה"…

אחר כך הסתובב הרבי לצד שמאלו, ושוב סיפר את כל הסיפור, ושוב הראה בדיוק איך עשה החסיד. ושוב הסתובב הרבי לאחוריו, לעבר זקני החסידים שישבו שם, ושוב סיפר את הסיפור, ושוב הראה בדיוק איך עשה החסיד…

אלה היו המילים המפתיעות והמדהימות שהרבי השמיע, מתוך דבקות, כשפניו הק' יוקדות באש-קודש.

ציבור הנוכחים בהתוועדות היה נסער ונרגש, וכמובן – מופתע. אבל חסידים – שפיקחים הם – מיד הבינו שיש דברים בגו, והדברים שמימיים, נעלמים ונסתרים. ואז, מתוך התעוררות גדולה, קמו כולם על רגליהם והכריזו יחד בהתרגשות שלוש פעמים: "הו-רע, הו-רע, הו-רע"…

בין כה וכה השעין הרבי את ראשו הקדוש על גבי שתי ידיו על השולחן במשך דקות ארוכות, כשציבור החסידים נותר מופתע המום ולא קולט מה קורה פה. חלק מהחסידים ניגנו ניגונים, ואחרים שוחחו בתדהמה על המתרחש ברגעים אלה – קודם היה המחזה עם הסיפור המופלא, ומה קורה עכשיו?…

החסיד הרה"ח ר' יצחק גולדין ז"ל, חסיד קשיש יוצא רוסיה, פנה באותן דקות אל הרה"ח ר' מנחם מענדל שם טוב שעמד לידו ואמר לו:

"לי ברור שהרבי הורג עכשיו את סטאלין!"…

כעבור דקות ארוכות הרים הרבי הרים את ראשו, והחל באמירת המאמר השני באותה התוועדות מבוסס על הפסוק במגילת אסתר "על כן קראו לימים האלה פורים על שם הפור".

לאחר ההתוועדות דיברו החסידים ביניהם על הפלא שבאמירת המאמר השני, ובייחוד על הסיפור שקדם למאמר, וכולם הבינו שבוודאי הדבר קשור באירוע חשוב ברוסיה – אך יותר מכך איש לא ידע.

ה

באותן שעות ישב החסיד הרה"ח ר' אהרן חזן בביתו שבמוסקבה יחד עם עוד כעשרים וחמישה יהודים.

עצם הסעודה הייתה בגדר איסור מוחלט. האווירה ברחוב המוסקבאי הייתה לוהטת כנגד היהודים. אף על פי כן החליט הרב חזן שלא להישבר, והוא, רעייתו ילדיו וכמה אורחים התאספו לסעודת פורים.

מצב הרוח בסעודה היה קודר מאוד. השמשות בחלונות הבית היו שבורות; הן נופצו לילה קודם לכן על ידי השכן הגוי. במקום לשמוח בשמחת פורים, דיברו המסובים על צרותיהם של יהודים בעבר, מעין אלה שהם עדים להן באותה שעה. הרב חזן עצמו נשא דברי עידוד וביטחון.

כשסיים את דבריו, קמו לפתע מהשולחן שניים מהילדים הקטנים, שמו יד על כתף והחלו לרקוד ולשיר! עובדה זו הפליאה את הנוכחים ורוממה את רוחם. אחד מהמסובים לא התאפק ואמר בהתרגשות:

"אם ילדים קטנים רוקדים ושרים – סימן הוא לנס גדול שיקרה לנו"…

ו

4 במארס 1953. י"ז אדר תשי"ג. מוסקבה.

קריין הרדיו הסובייטי פותח את מהדורת החדשות בקול עצוב ומספר כי סטאלין חלה בצורה חמורה ואיבד את הכרתו. הודעה רשמית זו על מחלתו של סטאלין הייתה דבר בלתי רגיל בברית המועצות, שכן תמיד נמנעו מלהודיע על מחלתם של אישי הצמרת. ציבור התושבים כבר הרגיש כי סטאלין מת, וגרסת הרדיו נועדה להכין את אזרחי המדינה לקראת המאורע כדי למנוע זעזוע במדינה. אולם הידיעה טרם אומתה לחלוטין.

חלף יום נוסף, ורק אז יצאה הודעה רשמית מסודרת כי הצורר סטאלין, ימח שמו מת מיתה חטופה. ברדיו הממלכתי של ברית-המועצות הודיעו בדרמטיות: "לפני יומיים [התאריך היהודי: מוצאי פורים בזמן ההתוועדות אצל הרבי] חלה סטאלין בצורה חמורה ואיבד את הכרתו ולמחרת בבוקר הוא מת.

מה גרם למותו הפתאומי של סטאלין? כמו כל דבר בימים ההם, הכול היה לוטה בערפל, וכך עד היום הזה. היו שסיפרו כי לקה בשבץ ורק לאחר שלושה ימים של גסיסה – מת. יש מספרים כי הוא מת בתוך התקפת טירוף, אחת מאלו שהיו תוקפות אותו בשנותיו האחרונות, ויש אומרים כי רצה לירות בחברי ממשלתו והם הקדימו רפואה למכה וחיסלו את מי שרצה לחסלם.

בעיתון האנגלי "לונדון כרוניקל" סופר מפי אדם שהיה קרוב מאוד לסטאלין ומיד לאחר מותו של סטאלין ערק לאנגליה, כי סטאלין קרא באותו לילה לווארושילוב, מי שהחזיק בתפקיד הרשמי של "נשיא ברית המועצות" ומסר לידו פתק שבו הופיעה הגזירה שכל יהודי ברית-המועצות יוגלו ויישלחו לבירוביג'אן, ושם יהרגו את כולם!… מטרתו של סטאלין הייתה, רחמנא ליצלן, להשלים את זממו של הצורר הנאצי ימח שמו. ווארושילוב קיבל את הפתק מידי סטאלין, קרא את הכתוב בו ואז זרק בעצבנות את הפתק לעבר פניו של סטאלין. לחוצפה כזו לא הסכין סטאלין מעודו, ומרוב כעס ותדהמה לקה במקום בהתקף לב ואחר כך מת!

היו שגרסו כי סטאלין לא מת מהתקף לב אלא מזריקת-רעל שהוזרקה לו בהוראת ראש הק.ג.ב. בירייה, בעקבות החשש של בכירי המימשל הרוסי שגירוש היהודים יגרום למלחמת עולם שלישית והם חששו מניצחון של ארה"ב שימוטט את רוסיה לחלוטין.

שלא כהמן בשעתו – הרי שמוסקבה לא צהלה ושמחה. אולם יהודי רוסיה נשמו לרווחה. הם לא יכלו לתאר לעצמם סיום מוצלח ומופלא יותר לעלילת הרופאים…

בן-לילה התהפכו היוצרות: ההנהגה החדשה של ברית המועצות הוקיעה את כל מעשי הזוועה של סטאלין ובהם 'משפט הרופאים'. כעבור זמן קצר הנחתה הממשלה החדשה את העיתון 'פראוודה' לפרסם כי כל הסיפור על פרשת הריגול לא היה אלא עלילה שביים סטאלין עצמו. העצורים שוחררו והסיפור נגמר.

בעקבות מותו של השליט העריץ, השתנה המצב ברוסיה בצורה משמעותית מאוד, אסירים 'פוליטיים' רבים שוחררו, ובהם חסידים רבים שהוגלו למחנות סיביר הרחוקים. כך תמה תקופה נוראה בחיי יהודי רוסיה.

ז

הרבי, כדרכו בקודש, מעולם לא הסביר את פשר אותם מאורעות שמימיים שחולל בהתוועדות פורים תשי"ג. מעין "אישור" לכך ניתן רק כעבור ארבעים שנה, כאשר אותו מאמר דא"ח מופלא הודפס והוגה מחדש על ידי הרבי. הרבי גם הגיה את ה'פתח דבר' לקונטרס ובכך אישר את הכתוב בו:

"לקראת ימי הפורים הבאים עלינו לטובה, הננו מוציאים לאור את המאמר דיבור המתחיל 'על כן קראו לימים האלה פורים', שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א בהתוועדות פורים תשי"ג, המאמר השני שנאמר בהתוועדות דפורים בשנה ההיא, שאמירתו הייתה קשורה, כנראה, עם המאורעות שאירעו בתקופה ההיא עד למפלתו של המושל דמדינה ההיא שהיה צורר ישראל, כפי שהבינו בשעתו מהסיפור שסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א – כהקדמה ובסמיכות לאמירת מאמר זה – ע"דהוראת כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע בתקופת המהפיכה לאחרי מפלתו של הקיסר".

העיתוי המופלא למותו של סטאלין – בחג הפורים, יום מפלת צורר היהודים הראשון – הדגיש עוד יותר את העובדה שכמו בימים ההם, כך בזמן הזה נס גדול נעשה ליהודים בברית-המועצות וגרורותיה.


אבער קודם דארפסטו וויסען וויפיהל מאל ער האט דערמאנט די ענין פאר דעם אין מאמרים און שיחות.

זאגען חסידות צוויי מאל אין איין פארברענגען איז נישט קיין הימעל איבערקערעניש.

#מינות-וכפירה

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 3:01 pm
דורך נקודת-אמת
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאגען חסידות צוויי מאל אין איין פארברענגען איז נישט קיין הימעל איבערקערעניש.

איך ווייס ניט וויפהל איהר קענט זיך אויס אין ליובאוויטשע מושגים צו פארשטיין די חילוק פון "אחד-עשר-שיחות-קודש-שנאמרו-באותו-מעמד" צום "שהרי-אף-פעם-לא-נאמרו-שני-מאמרים-בהתוועדות-אחת"
די מאמרים איז (פון די) איינציגסטע רעבישע זאכן אין ליובאוויטש משא"כ שיחות וואס איז אויכעט א זאך וואס נאר די רביים האבן געזאגט אבער דאך איז דאס נישט ווי דעם.

שיחות האט ער געקענט זאגן עטליכע. מאמרים ניט.

אבער וואס קען א מתנגד פארשטיין... :roll: :twisted: :lol:

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 19, 2018 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: מיט דעם ביניך מסכים מיט דיר אז ס'איז נישט מער ווי חסיד'ישע הייפ (..."קרעפ"..כלשונך.)...!

ווייל בעריא, וועלכער האט אריינגעגאסן די ווארפארין סם אין סטאלינ'ס געטראנק. דאס האט איהם אוועקגעלייגט. נישט דעם רעבינ'ס מאכן מיט די הענט אויף אלע זייטן. שוין . מילא. חסידים זאללן זיי גלייבן. איך פארגין זיי עס...! אבער דער חידוש איז דא אז די רבי האט געוואוסט אז עפעס שפיעלט זיך אפ גרויסע זאכן אין רוסלאנד...די זעלבע איז אז דער סטאלינער רבי זצ"ל האט אויך דערמאנט דעם רשע. און זיינע גזירות אויף אידן. און אז ער וועט האבן א מפלה אין די נאכט פון פורים...!

אויך איז נישט אמת אז אין די קאנצענטרעישן קעמפס וואס סטאלין, ימ"ש האט געבויעט פאר די אידן איז געווען אן אופן פון הרג'נען זיי. אזוי ווי ביי די נאציס. נאר זיי וואלטן פשוט אויסגעגאנגען פאר הונגער און קעלט...! '...!