ווילן מיר טאקע פאררעכטן אונזער געזעלשאפט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

ווילן מיר טאקע פאררעכטן אונזער געזעלשאפט?

שליחה דורך mevakesh »

דעם פארגאנגענעם וואך איז די מערכה איבער עדיוקעישן פאר די היימישע מוסדות געקומען צו א ווענדפונקט , די היימישע עסקנים האבן באוויזן אדוירעך צו פיהרן א געזעץ וואס גיבט מער רעכט פאר עלטערן צו באשליסן אויב די קינדער באקומען א סעקולערן עדיוקעישן.
די פרטים איבער דעם ווערט שוין אויסגעשמועסט אין א שכינות'דיגן אשכול
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=12201
איך וויל דא ארויסברענגן א נקודה איבער דעם איבערקערעניש וואס איז על הכלל כולו יצא.
יעדער איינער צווישען אונז ווייסט גאנץ גוט אז די סעקולערע עדיוקעישן ביי אונז איז גאר שוואך. רוב המון עם וויל אז דאס זאל ווערן פארבעסערט און מען זאל מער משקיע זיין אין דעם
קומט א מענטש מאסטער און הייבט אהן צו ארבייטן אז עס זאל ווערן א שינוי אין די נושא דורך לייגן דרוק אויף די גאווערמענט צו אינפארסירן די געזעץ .
לכאורה וואלט געדארפט הערשן א שטארקע צופרידנהייט ביים עולם אז ענדליך איז דא פאטענציאל פאר א שינוי, אבער די מציאות איז בכלל נישט אזוי
ווען מען שמועסט מיט חברים הערט מען על פי רוב א גאנצע טוץ מיט טענות אויף מאסטער
ער זיכט נאר אונז אונטערצוברענגן
די עדיוקעישן איז בכלל נישט אזוי שלעכט
מען קען זיך אן עצה געבן אהן עדיוקעישן קוק אהן יודל באנדא וכו'.

די אבסורד אין דעם איז ממש הימל שרייענד וואס איז געשעהן דא? ביז א טאג צוריק האבן מיר מסכים געווען אז דא איז דא א פראבלעם

נניח אז מאסטער האט נישט קיין גוטע כוונות ,איז וואס? שמחה פעלדער האט אויך נישט אלץ גוטע כוונות

איך ווייס נישט פונקטליך ווי אנצואווייזן וואס די סיבה איז אבער עס קוקט אויס אז מיר האבן ליעב צו שרייען אז זאכן טויגן נישט אבער ווען עס איז דא א פונק פון האפענונג לויפן מיר שנעל אוועק

די נושא פון עדיוקעישן איז נאר א משל די זעלבע איז מיט א יעדע נושא

אלזא קומענדיקע מאל וואס איהר רעדט זיך אפ שרייבט עס אראפ אזוי ווען איינער וועט עפעס ארבעטן פאר אייך געדענקטס אז איהר האט טאקע געהאט דעם פראבלעם

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר