לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

שליחה דורך אישתישבי »

מי לד' אלי!!!!

דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.

יעצט ווען שמחה פעלדער האט געטוהן וואס זיינע ערוועהלער האבן אים געהייסן, און מאנופעלירט די סיסטעם אז די געזעץ זאל נישט אדורך במילואו, רייסען קאקערס אויף טוויטער, זעלבסט געקרוינטער קאקערס, אראפ נפתלי מאסטער מיט כל מיני בזיונות, פריוואטע און נישט פריוואטע, אלץ להגדלת הקאקערי שלהם, כאילו זיי זענען לטובתינו, און נפתלי מאסטער איז קעגן אונז.

אונז אלע ווייסן, אז נפתלי מאסטער וואלט געהאט אפענע סאפארט פין אסאך פין אונז, פין יעדער וואס וויל זיינע קינדער זאלען האבן א בעסערע עתיד, נאר עס איז דא א פחד פין די זאלסט קאקערס וואס רייסן אראפ נפתלי, זיין זאלען זיך נעמען צו אונז אלץ יחידים.

ממילא, ווען מען קען זיין אנאנים, דארפען אונז ארויס ווייזען שטיצע פאר די אמביציעס פין נפתלי מאסטער, און אים זאגן כה לחי.

א. נפתלי מאסטער איז גערעכט.

ב. אונז ברויכן בעסערע ענגליש.

ג. אונזערע מנהיגים זענען עצלנים.

ד. אונז לעבן מיר א לעבען פין פחד און אינטערדריקען

ה. קאקער שמחה פעלדער האט נאר זיין אייגענע דזשאב א דאנק זיין ענגליש.

ו. נפתלי מאסטער איז נישט אונזער וועג ווייזער, אבער ער האט געטוהן א זאך וואס וועט אים ברענגען עולם הבא זיכער. עולם הזה האט ער נישט פין דעם.

ז. ווער עס קען צולייגען א ווארט חיזוק פאר נפתלי מאסטער זאל עס טוהן. ווערט נישט המשך נאך אפאר סטופיד קאקערס וואס זענען נאר דא פאר זייער מינוט פין כבוד. אינוועסטירט אין די עתיד פין אייערע קינדער. אם אין אני לי מי לי, קיינער פין די קאקערס אדער רבי'ס וועלען אייך נישט העלפען ווען אייער זוהן וועט אייך פרעגען ביי די פינף און צוואנציג, טאטי וואס קען איך טוהן פאר פרנסה חוץ שלעפען באקסעס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 111 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר