איר פארט אויף קערעסטיר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

איר פארט אויף קערעסטיר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

ס'איז פארהאן א מנהג הקדמונים צו וועלכע אחב''י בני עדות המזרח האלטן זיך נאך צו דערצו ביז צום היינטיגן טאג.

אין יעדן בית אבל ווערט צוגעשטעלט א בינטל פרישע פיין-שמעקעדיגע הדסים, און די באזוכענדע-טרייסטער מאכן איטליכער א ברכה מיט גרויס כוונה און מ'האט אינזינען אז די נשמה פונעם נפטר זאל האבן אן עליה.

אונזערע רבי'ס די הייליגע תלמידי בעל שם זי''ע, האבן איינגעפירט אז מ'זאל ליבערשט מאכן א קנאק יענקל און טרינקען א פיינעם גלעזל שנאפס נאכן דאווענען פאר די וואוילזיין פון א נשמה. זיי האבן זאגאר געהאלטן אז ס'איז ווארשיינליך א גרעסערע געפעליגקייט פאר די נשמה אז מ'מאכט א ברכה מתוך שמחה והרחבת הלב, ווי איידער בלויז צוצולייגן א בינטל גראז צו די נאניע און כאפן א שמעק.

מאכן א יארצייט סעודה איז געווען איינגעפירט ביי אלע שיכטן און קרייזן פונעם כלל ישראל. מ'האט זיך געוואשן צו א סעודה, מ'האט אנגעצינדן ליכט, און געזונגען מכתם לדוד, און מעלה געווען דאס געדענקעניש פונעם נפטר לטובה. דאס האלט נאך אזוי אן ביז צום היינטיגן טאג. אין אלגעמיין זענען יארצייט מאלצייטן ערענסטע מאמענטן ווי די באטייליגטע זענען פול מיט אינספעראציע פונעם ערנס6קייט פונעם מאמענט.

דאס איז מער ווייניגער געווען דער שטייגער ווי אזוי אידן האבן אנגעהאלטן אנקניפעניש מיט נשמות פון פארשטארבענע ביז צום היינטיגן טאג.

[center]*[/center]

פאר עטוואס מער ווי הונדערט יאר צוריק האט אין א קליין אונגארישער שטעטל מיטן נאמען באדאראג-קערעסטיר, וועלכע געפינט זיך אין די שאטענעס פון די בארימטע טאקייער בערג, געוואוינט א הייליגער צדיק מיטן נאמען רבי ישעי' שטיינער זי''ע. דער דאזיגער צדיק האט זיך פאר זיך זעלבסט אויסגעקליבן די זעלבע סדר העבודה מיט וועלכע אונזער הייליגער פאטער אברהם אבינו האט זיך געפירט. נעמליך, טיילן עסן מיט אן אויסטערלישער ברייטקייט פאר יעדן מענטש - אידן צו גוים צו גלייך.

דער זיידע אברהם איז נאכגעלאפן א צעווילדעוועטן קוה מיילן ווייט, בלויז צו קענען ארויסצורייסן איר לאנגע צינג מיט וועלכע ער האט געוואלט אנפיטערן א בארפעסער בעדואינער...

השגות פון א הייליגער צדיק.

ער האט פילייכט מיט די דאזיגע עבודה געצילט ממשיך צו זיין מידת החסד אויף די וועלט, סיי פאר די וועלכע זענען געווען ראוי און סיי פאר די וועלכע זענען נישט געווען ראוי. דאס איז געווען זיין אייגענארטיגן הייליגע עבודה אין וועלכע מיר האבן גאר קיין השגה ניט.

דער אונגארישער צדיק רבי ישעי' זי''ע האט פילייכט אדאפטירט דאס זעלביגע סארט הייליגע עבודה.

ער האט שטענדיג פארטיילט צו עסן מיט אן אויסטערלישער ברייטקייט פאר יעדע באשעפעניש וועלכער איז באשאפן געווארן מיטן געשטאלט פון גאט. אפגעזען אידן אדער מאדיארן. ווי נאר עמיצער האט איבערגעטרעטן זיין שוועל האט ער אים נאך בעפארן געבן שלום, זאפארט באפוילן: גייט אייך וואשן. דאס איז געווען דער אויסטערלישער הייליגער עבודה מיט וועלכער דער הייליגער צדיק האט ממשיך געווען מידת החסד אויף דער וועלט לרעים ולטובים. מיטן נישט-בודק זיין די ציצית פון זיינע עסערס, האט ער ממשיך געווען אז גאט, געלויבט זאל זיין זיין הייליג נאמען, זאל נישט בודק זיין די ציצית פון די מענטשהייט, נאר ער זאל ממתיק זיין די דינים בשרשם און משפיע זיין חסד און רחמים פאר די גאנצע וועלט אפגעזען צו די וועלט איז יא ראוי אדער נישט. זי''ע

[center]*[/center]

יארן שפעטער אין די מיטעלע ע' יארן. זענען אויפגעשטאנען עטליכע פיפיגע יונגען, און באשלאסן צו עפענען א קעטערינג ביזנעס אין דעם ווייטן אונגארן. און אלס א מארקעטינג טעכניק האבן זיי באשלאסן זיך צו באנוצן טאקע מיט דעם דאזיגען הייליגן צדיק ר' ישעי'לע זי''ע.

מ'האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן אין די אידישע גאס, אז אין קערעסטיר איז דא צו האקן און צו בראקן אויף אלע זיבן באקן. פרישע שמייכלדיגע ראפאגאש בארכעס ראמפאזשירן ארויס פונעם אויוון יעדע 18 מינוט, גראנדיעזע פעטע אונגארישע קארפן פיש, אקורשט געכאפט פונעם דערבייענדיגע באדאראג טייך, פארקאכט מיט א טאנצענדיגע קאטשוניו ווערט נאכאנאנד סערווירט אונטערגעשלאגן מיט כותח הבבלי און זיתום המצרי. פעטע עופות יוך פון וועלכע ס'פארגייט זיך א הייסע פארע, זיך עטוואס אנצווארימען די גוף און די נשמה באנאזאם ווערט פארטיילט מיט א ברייטקייט. פליישן פון אלע סארטן מיט אלערליי צימעסן, מיט א קאלטע קאמפאט עטוואס אראפצוואשן ווערט סערווירט כיד המלך.

אבער ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, דאס אלעס קאסט געלט. דערפאר בעטן מען פון די מאסן-עסערס עטוואס צו באשטייערן א נדבה פארן קעטערינג און אזוי ארום שטיצט מען די נויטבאדערפטיגע פאמיליעס פון די קעטערינג אייגענטומער.

איי קומט נישט אויף קערעסטיר, וועט איר נישט דארפן קיין עסן? ח''ו... מען פלעגט די געפילן פון די מאסן, מ'פארקויפט נישט געשטויגענע ישועות, מ'שפאנט איין די הייליגע עבודה פון רבי שייעלע זי''ע פאר די גראנדיעזע מארקעטינג קאמפיין פון די קעטערינג געשעפט... אלעס כדי אפאר פיפיגע לצים זאלן האבן פון וואס צו מאכן א לעבן... סארא שאנדע.....

אין רעזולטאט איז דער הייליגער טאג פון ג' אייר, די יומא הילולא קדישא פון רבי שייעלע זי''ע, פארוואנדעלט געווארן אלס דער אונטערנאציאנאלע פרעסן טאג, אין וועלכע דער עולם עפענט זיך עטוואס אויף די פאסיקעס און מ'לאזט זיך וואוילגיין אין גרויסן. און מ'רעדט זיך נעבאך איין אז ר' שייעלע זי''ע קוועלט אין גן עדן פון די פרעסעריי זאווערוכע וועלכע בושעוועט אויף זיין קאנטע.

איר פארט נישט אויף קערעסטיר? ניין איך פאר נישט אויף קערעסטיר! און עס וועטשערע היינט ביי גאטליב, און ס'קאסט מיר בלויז 10 טולער. איך האלט נישט ביים פארן ביז קערעסטיר פאר א טעלער טשולענט, און טוט מיר א טובה און האקט מיר נישט קיין טשייניק.

ביי רובאשקין....

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר