געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.
יואליש האט געשריבן:איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מיט וואס קען איך העלפן?
יואליש האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.
חוץ "דערהיינטיגן" וואס איז אזוי אויסערארדערליך?
קטלא קניא האט געשריבן: קומענדיקע ייִנגלעך אידייען שטרעזלען דערהיינטיקן כסדרדיקן
קטלא קניא האט געשריבן:ברשות די גבאים שליט"א עפן איך דעם פאָדעם\אשכול פאַר דאָס קונטרסל ותינוק ללמדו ספר וואָס שטייט גרייט צו ערשיינען אין די קומענדיקע וואָכן. דער נושא פונעם קונטרס איז דער קריזיס אין חינוך פון ייִנגלעך אין חסידישע קרייזן בכל מקומות מושבותיהם און דאָס ווערט באַאַרבעט אינעם קונטרס אויף גאָר אַ ברייטן פאַרנעם. די תכלית איז אָבער נישט קריטיק נאָר אויפצוטון למען תינוקות של בית רבן און פאָרשלאָגן אַ נייער דרך אין חינוך פאַר די עדרי צאן, אונזערע אייגענע קינדער.
איך דריי מיך אויף קאַווע שטיבל שוין אַ היפּשע פּאָר יאָר און איך ווייס אַז דאָ וועל איך געפונען אַן אוזן קשבת פאַר מיינע אידייען. איך ערוואַרט נישט מען זאָל מיט מיר מסכים זיין און אדרבה זאָל מען זיך דינגען און זאָל נתברר ווערן דעם מצב בדקדוק חבירים ובפלפול התלמידים. דער נושא איז אָבער אַ דרינגענדע און בלויז מיט דורכטון דער סוגיא, זה אומר בכה וזה אומר בכה וועט מען קלאָרער ווערן. די גרעסטע סכנה איז ווען מען פאַרשווייגט און פאַרהוילט אונזער מצב און כאָטש זאָל איך דאָס אויפטון אַביסל אויפצודעקן וואָס אַנדערע ווילן באַהאַלטן.
דרך ארץ קדמה לתורה און איידער מיר גיין צום דרוק מוזן מיר דעקן די הוצאות, דמים חד משמע. בקרוב ממש פּלאַנען מיר אָנהייבן מיט אַ מעכטיקער קאַמפּיין מיטן נאָמען בֵּן חָכָם יְשַׂמַּח אָב צו גיין שטרעזלען ביים עולם. וואָס טוט מען נישט פאַר די קינדער, און אַז קטלא איז באַשערט זיין אַ מוכר ספרים זאָל ער אָפּקומען מיט דעם.
מיר וועלן אי"ה דערהיינטיקן דעם עולם מיט דעם כסדרדיקן מצב, זיך טיילן מיט די מחשבות הינטער דעם קונטרס, אויסטיילן אַ ביסל טועמיה, מגלה זיין אַ טפח און אפשר אפילו אַ סאה גדושה, פירן אַ שמועס מיטן עולם און האָפנטלעך אויפוועקן דעם עולם איינצוזען אַז וואָס איז קען נישט און טאָר נישט ווייטער אָנגיין.
עינינו נשואות אַז דער עולם וועט זיך וואַרעם אָפּרופן און זיך צושטעלן בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד.
אַ דאַנק!
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......
וואס מיינט ׳אל תגעו׳? אז מע טאר נישט טוישען די סיסטעם וואס איז שוין מער ווי צוויי יאר אלט? אדער אז מ׳טאר נישט באהאלטען אמת פון קינדער? אדער אז מ׳טאר נישט מאלעסטען? אדער סתם אזוי, מע פירט זיך צו זאגען די ווערטער יעדעס מאל עס רעדט זיך וועגען חינוך, און דערנאך גייט מען ווייטער?
קטלא קניא האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?
ביידע לימודי קודש און לימודי חול און בעיקר קאָנצענטרירט אויף חדרים\תלמוד תורהס, כלומר עלעמענטאַר שול, ווי איידער ישיבה קטנות און העכער.
berlbalaguleh האט געשריבן:קטלא קניא האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?
ביידע לימודי קודש און לימודי חול און בעיקר קאָנצענטרירט אויף חדרים\תלמוד תורהס, כלומר עלעמענטאַר שול, ווי איידער ישיבה קטנות און העכער.
קטלא קניא: ייש"כ פאר נעמען ד'י טירחה און אפשרייבן א ספר'ל. אבער לאמיך זיין א קאנסטרוקטיווער קריטיקער.
ביים ערשטן ווארט פון דיין תשובה, האסטו פארפעלט א וויכטיגע נקודה. א קאומא אדער א פינטל. עצה טובה קא משמע לן. דו זאלסט דיר פארשאפן א גוטן עדיטאר און מגיה. כדי אז דיין פרי עמליך זאלל ארויסקומען סולת נקייה. מנופה בי"ד ניפין...!
קטלא קניא האט געשריבן:עס פרייט מיך צו מעלדן אַז דער קאַמפּיין איז לייוו - חי וקים!
כל נדיב לבו יביאה ואחד המרבה ואחד הממעיט נאָר אעפ"כ בעט מען דעם עולם געבן למעלה מכפי יכלתם
העלפט ראַטעווען דער חינוך פון חסידישע קינדער - פאַר זייער היינט און פאַר זייער מאָרגן
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט