וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

שליחה דורך קטלא קניא »

Cover, high rez-min.jpg
ברשות די גבאים שליט"א עפן איך דעם פאָדעם\אשכול פאַר דאָס קונטרסל ותינוק ללמדו ספר וואָס שטייט גרייט צו ערשיינען אין די קומענדיקע וואָכן. דער נושא פונעם קונטרס איז דער קריזיס אין חינוך פון ייִנגלעך אין חסידישע קרייזן בכל מקומות מושבותיהם און דאָס ווערט באַאַרבעט אינעם קונטרס אויף גאָר אַ ברייטן פאַרנעם. די תכלית איז אָבער נישט קריטיק נאָר אויפצוטון למען תינוקות של בית רבן און פאָרשלאָגן אַ נייער דרך אין חינוך פאַר די עדרי צאן, אונזערע אייגענע קינדער.

איך דריי מיך אויף קאַווע שטיבל שוין אַ היפּשע פּאָר יאָר און איך ווייס אַז דאָ וועל איך געפונען אַן אוזן קשבת פאַר מיינע אידייען. איך ערוואַרט נישט מען זאָל מיט מיר מסכים זיין און אדרבה זאָל מען זיך דינגען און זאָל נתברר ווערן דעם מצב בדקדוק חבירים ובפלפול התלמידים. דער נושא איז אָבער אַ דרינגענדע און בלויז מיט דורכטון דער סוגיא, זה אומר בכה וזה אומר בכה וועט מען קלאָרער ווערן. די גרעסטע סכנה איז ווען מען פאַרשווייגט און פאַרהוילט אונזער מצב און כאָטש זאָל איך דאָס אויפטון אַביסל אויפצודעקן וואָס אַנדערע ווילן באַהאַלטן.

דרך ארץ קדמה לתורה און איידער מיר גיין צום דרוק מוזן מיר דעקן די הוצאות, דמים חד משמע. בקרוב ממש פּלאַנען מיר אָנהייבן מיט אַ מעכטיקער קאַמפּיין מיטן נאָמען בֵּן חָכָם יְשַׂמַּח אָב צו גיין שטרעזלען ביים עולם. וואָס טוט מען נישט פאַר די קינדער, און אַז קטלא איז באַשערט זיין אַ מוכר ספרים זאָל ער אָפּקומען מיט דעם.

מיר וועלן אי"ה דערהיינטיקן דעם עולם מיט דעם כסדרדיקן מצב, זיך טיילן מיט די מחשבות הינטער דעם קונטרס, אויסטיילן אַ ביסל טועמיה, מגלה זיין אַ טפח און אפשר אפילו אַ סאה גדושה, פירן אַ שמועס מיטן עולם און האָפנטלעך אויפוועקן דעם עולם איינצוזען אַז וואָס איז קען נישט און טאָר נישט ווייטער אָנגיין.

עינינו נשואות אַז דער עולם וועט זיך וואַרעם אָפּרופן און זיך צושטעלן בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד.

אַ דאַנק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר