שומרים עקזיסטענץ אין פרעספעקטיוו:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שומרים עקזיסטענץ אין פרעספעקטיוו:

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג מאי 14, 2018 11:08 am

בס''ד.

אין ליכט פון די שערירה וואס ס'שפילט אצינד אפ אין אונזער היימישער בארא פארק. נעמליך, די פאליציי באשולדיגט א פערזאן וועלכער זיצט אויף גאר א מאכטפולע פאזיציע, און פארטרעט אנגעבליך אונזער ציבור ביי די פאליציי, מיטן פארגעוואלדיגן א יונג צארטען אומשולדיג מיידל אויף גאר א געמיינעם פארנעם.

די דאזיגע באשולדינג אפגעזען צו ס'איז יא אמת אדער נישט. פאראורזאכט א פולשטענדיגע קאטאסטראפע פאר די אומשולדיגע אידישע איינוואוינער איבער גרעיטער ניו יארק.

ווען מ'קוקט זיך אזוי ארום צווישן אונז אנשי שלומינו, באמערקט מען גלייך אז ס'איז פארהאן צווייערליי באשעפענישן:

ס'איז פארהאן שטילע מענטשען וועלכע מאכן נישט קיין שום וועזן פון זיך. ער קומט אין אין בית מדרש אריין יעדן טאג צום דאווענען, ער גייט ארבייטן און קומט אהיים צו די פאמיליע. ער שטארצט נישט ארויס צווישן די מענטשהייט. ער טיילט קיינעם נישט איין וואס צו טאן, ער מישט זיך אין קיין אנגעלעגנהייטן וואס האבן נישט צו טאן מיט אים. ער לעבט זיך פאר זיך אינעם באשעפערס וועלטל און פראבירט צו טאן דאס בעסטע וואס ס'איז מעגליך צו פארפילן זיינע פליכטן אויף דער וועלט...

דאקעגן זענען פארהאן מענטשען וועלכע זענען געבוירן געבוירן געווארן מיט טשערי-לייטס אין מוח רח''ל. זיי זענען טאג און נאכט פארנומען זיך צו מישן אין אנגעלעגנהייטן וועלעכע האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט זיי, און פראבירן מיט זייער פיצקעלע שכל צו לינדערן די וועלטס פראבלעמען. זיי דרייט זיך ארום מיט רעדווערדיגע מכנסיים, אזש די צענדליגע וואקי טאקיס און טעלעפאנען אנגעהאנגען אויף זייערע ברייטע לעלו פאסיקעס, פארשווערט זיי גאר דאס גיין געהעריג. מאנכע פון די באגאבונדען טראגן זיייערע קומיוניקאציע אפאראטן אפילו אין סאמען שבת קודש. ( אויס זארג אז דער פענגעטאן אדער די ען.עס.עי. וועט זיך פארבינדן מיט זיי פאר א פרישע זיכערהייטס באריכט, די דאזיגע באשעפענישען זענען אנגעבליך ביי די מיינונג אז די גאנצע וועלט שטייט גאר אויף זיי, און זיי מיט זייער טיפן און אומנאטורליכע פארשטאנד, פארמאגן די קוואליפעקאציעס צו לעזן יעדע סארט סיטאציע וואס מאכט זיך =) (עיין ערך קלעצקי הי''ד וד''ל)

די דאזיגע יונקי שדיים, האבן באשיינפערליך געטראפן א פאסיגער אונטער-טירל זיך ארויפצוצווינגען אויף די געזעלשאפט, און שענקן פאר די אומשולדיגע ציוויליזאציע זייער אומנויטיגע-דינסט. זיי זענען אלע אנגעשלאסן אין די קינדערישע שומרים באוועגונג, וואס דאס שענקט זיי אוטומאטיש די לעגימיטאציע צו געוועלטיגען אויפן ציבור, און זיך צו מישן אין אלערליי פערזענליכע פאמיליע אנגעלעגנהייטן פון מענטשן (מערסטנסטייל גענצליך אומגעבעטן)

די פאליציי האבן אין אלגעמיין א גוטע שמעק צו דער 'שומרים בוגי מאן' מיינט ווירקליך דעם זיכערהייטס אן די וואוילזיין פון די פופאלאציע, אדער ער זוכט בלויז אטענציע און זיך ארויסצוגעבן זיין געמיינע 'הערשן-אויף-אנדערע' נאטור. און ווען זיי קומען צ די איבערצייגונג אז דער עסקן זוכט בלויז זיך אויפצובויען זיין מאכט אויפן ציבור, הייבן זיי באלד אן אין געהיים דער פארגעשריבענעם פראטיקאל פטור צו ווערן פון דעם דאזיגען גרוילהאפטיגן באשעפעניש, זיי הייבן ספאנטאן אן אריינצוקוקן עטוואס טיפער אין זיין פערזענליכע לעבן. און צום גרויס ווייטאג טרעפן זיי אין אלגעמיין אפיר אזעלכע זאפטיגע ווארע, אזש זיי פארסמאקווען זיך דערמיט מיטן געסטן מאס פארגעניגען.

די פארשטינקענער שומרים לעלו, די זאגסט אז די טרענירטע פאליציי טוען נישט זייער ארבייט ווי עס דארף צו זיין? און די ראצערל און ניקסט, פארפולסט גאר דאס ארט פון די פראפעסענאלע פאליציי אפיצירן? גוט... לאמיר א בליק טאן אין אייער פערזענליכע לעבן... כאבאר, פארזוך זיך איינצוהאנדלן אומלעגאלע געווער, (דאס פעלט אונז נאך אויס, אז די דאזיגע ממזירים זאלן גאר טראגן ביקסען, גאט באהיט די פאראייניגטע שטאטן) פארגעוואלדיגן יוגענטליכע (זכרים זענען פולשטענדיג נישט אויסגעשלאסן) חאשיש, זיך אפרעכענן מיט פערזענליכע פיינט, און אייגענליך וואס נישט?

און ווען אן ערענסטער עסקן קומט צו גיין צו די באהערענדע און פראבירט צו העלפן א צווייטער איד, וואס איז אין אלגעמיין די רעאקציע פון די פאליציי? איי איי די בישות און חרפות.....

די ארגענעזאציע שומרים, דארף פארשלאסן ווערן מיט שלאס און ריגל ווען ס'איז נאך צייט. ווארום אין ליכט פון די לעצטיגע געשענענישן וועט נישט נעמען לאנג ביז די פאליציי וועט דאס טאן, און ווי ס'איז זעלבסטפארשטנדליך וועלן זיי עס נישט טאן מיט קיין זיידענע הענטשוך....

והמבין יבין.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג מאי 14, 2018 5:21 pm

גייסט אביסל צו ווייט. עס איז דא א מקום פאר שומרים, נאר נישט אויף דעם אופן ווי אזוי עס איז.

הצלה גיבט זייער אכטונג נישט צו נעמען מעמבערס וואס טוהן עס נאר פאר די תאווה פון האבן לעלו וכו', (הגם לכאורה זענען אלע אין דעם געשלאגן, אבער יש ויש), שומרים האט נישט אכטונג געגעבן און איז פול געווארן מיט די נידריגע עלעמענטן.

דו לייגסט אראפ כאילו עס איז נאר דא צוויי סארט אידן, עס איז דא אסאך מער סארטן ווי די אידן...

עס איז דא גענוג און נאך אידן וואס זענען נארמאל באזעצט, נישט קיין אינגע פראים, וואס זענען גרייט אוועקצוגעבן אביסל פון זייער צייט צו היטן און ארויסהעלפן אידן וואס ברויכען הילף אינדערהיים פון א גנב, א גרויזאמער גוי, א שכן וכו', נאר די אנפירער פון שומרים האבן פארשטאנען אז מען ברויך האבן די קאקערס, און דאס האט זיי געלייגט אין דער ערד.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1231
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 18, 2018 10:07 am

עד מתי יהיה זה לנו למוקש?

דער רשעות, און אומקאפענעטץ, און נארישע בעבישקייטן פון די ארויפגעצווינגענע קרעציגע שומרים-לעלוס דערגרייכט שוין אזש ביז צום הימל! תושבי ברוקלין זענען צום באדויערן געצווינגען צו ליידן פון א גרופע ווערמדיגע-טשערי-לייט לאגאס אויף א פארנעם וואס לאזט זיך גארנישט גלייבן. מדארף זיך זאפארט צוזאמענעמען און שטורמען דעם 90 און 66 פאליציי-אמטן און שרייען גיוואלד!!! און פארלאנגן פון די שטאטישע פאליציי דאס באלדיגער פולשטענדיגער דעאקטיוואציע פונעם ווערדלאזן שאנדפולע לאגא-פארקערפערשאפט וואס רופן זיך שומרים. אן דעם וואס ס'זאל ח''ו שאדן פאר קיין שום אידיש קינד.

די דאזיגע נארישע לאגא-כוליגאנעס זענען בלויז אויסן פאר אומנויטיגע וויכטיג-מאכעריי, און אויסצונוצן זייער אנגעבליכער מאכט און הערשאפט-גליסטעניש צו אונטערדרוקטער דאס אידישן ברוקלינער באפעלקערונג. זייער השחתה האט דערגרייכט איבער די ברעגעס. דער צעקת בני ישראל מפני נגשיו הערט זיך אלס העכער און העכער. ס'איז העכסט צייט פטור צו ווערן פון די פארשאלטענע גלגולי היודנראט, והקאפאס, והזאנדאר קאמאנדאס...וועלכע האבן פלייסיג געארבייט פאר די נאציס אין מיידאנאק און אין טערבלינקא, און הארצלאז געפייניגט זייערע אייגענע אידישע ברודער צום טויט.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

Re: שומרים עקזיסטענץ אין פרעספעקטיוו:

הודעהדורך גראף » מאנטאג יוני 18, 2018 10:15 am

@קאך_לעפל שכוח פאר דעם אויסברוך נאר וואס איז יעצט געשעהן?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 691
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יוני 18, 2018 10:55 am

גראף האט געשריבן:@קאך_לעפל שכוח פאר דעם אויסברוך נאר וואס איז יעצט געשעהן?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


אפגעשפארט אכצן טע עווניו פאר א גאנצן טאג, צוליב אומנויטיגע פראפאגאנגע אורזאכן. און פארקריפלט א פארנומענע בעפאר-קעמפ שאפונג זונטאג. בלויז צו צייגן אז זיי קענען....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג יוני 18, 2018 12:13 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:@קאך_לעפל שכוח פאר דעם אויסברוך נאר וואס איז יעצט געשעהן?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


אפגעשפארט אכצן טע עווניו פאר א גאנצן טאג, צוליב אומנויטיגע פראפאגאנגע אורזאכן. און פארקריפלט א פארנומענע בעפאר-קעמפ שאפונג זונטאג. בלויז צו צייגן אז זיי קענען....

גראדע איז דאס פון די גיטע זאכן וואס זיי טוהן. זיי מאכן א יערליכע בייק רעגיסטרעישין וואס העלפט אסאך ביי גניבות.
מיך שטערט מער ווען גאסן זענען פארמאכט פאר שעות פאר א הכנסת ספר תורה אדער חופה וואס ס'גענוג די שעה צוויי
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 1:11 pm

איז דא וואו מען קען זעהן וויפול ביציקלעך די רעגיסטראציע האט שוין צוריק געברענגט? איך קען נישט קיינעם וואס צוריקגעזעהן א גע'גנב'ט ביציקל א דאנק די רעגיסטראציע פראגראם. אויב איינער ווייסט פון א מעשה בין איך נייגעריג צו הערן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג יוני 18, 2018 1:27 pm

איך האב אליינס מיטגעהאלטן ווי מיין שכן האט צוריק באקומען זיין בייק אדאנק דעם
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג יוני 18, 2018 1:28 pm

נעקסט טיים געב עס גלייך צוריק..
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2292 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יוני 18, 2018 3:43 pm

און איך האב געמיינט פונעם קעפל אז מען רעדט פון די טרויעריג בארימטע 'השומרים' ארגאניזאציע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17801 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג יוני 18, 2018 3:45 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:און איך האב געמיינט פונעם קעפל אז מען רעדט פון די טרויעריג בארימטע 'השומרים' ארגאניזאציע.

לעבט נאך? שוין לאנג נישט געזעהן ברוך השם.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יוני 18, 2018 5:40 pm

בן ישי האט געשריבן:איך האב אליינס מיטגעהאלטן ווי מיין שכן האט צוריק באקומען זיין בייק אדאנק דעם

מער געלט איז פארשווענדעוועט געווארן אויף טיקעטס און טאואינג דעם זונטאג, וויפיל בייקס זיי האבן שוין געראטעוועט.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1327
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 823 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אקטאבער 08, 2018 10:07 am

וואס נאך דארף פאסירן אז די בארא באפעלקערונג זאל אויסשרייען פאר די קרעציגע לעלוס אז זיי זאלן קיין צו העל?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט