וואו איז אונזער שטימע? ווילן מיר עפעס פון "שומרים"?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואו איז אונזער שטימע? ווילן מיר עפעס פון "שומרים"?

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:07 am

וואו איז אונזער שטימע? ווילן מיר עפעס פון "שומרים"?

העניך, קאווע שטיבל

עס וואונדערט אסאך מאל צי ווי א געמיינדע זענען מיר ווי א חרש שאינו מדבר. האבן מיר א שטימע? האבן מיר מיינונגען? ווילן מיר עפעס? האבן מיר פארלאנגען?

ס'טוט זיך א טומל וועגן עדיוקעישאן, און דווקא איינער וואס איז מער נישט במחנינו פירט די מערכה. אין מיינע שמועסן מיט משפחה, חברים וידידים ווייס איך אז א גרויסער פראצענט פון אונזער ציבור ווייסט אז דער מצב פון לימודי חול אין די מוסדות איז א חורבן און א געפערליכע עוולה. אבער ווי ווייט מיר ווילן א שינוי לטובה בלייבט א מיסטעריע. ווילן מיר טאקע, אדער לעבט העניך אין דמיונות? איז אלעס פערפעקט פיין ווי משה דוד נידערמאן שרייט, און איז דער ציבור מסכים מיט אים? מיר ווייסן גארנישט קלאר ווייל קיינער רעדט נישט. מיר זענען שטים.

ווי וויכטיג עדיוקעישאן איז, ווערט אונזער שטימקייט פראבלעם נאך שארפער דערקענט ווען עס קומט צו זאכן וואס זענען ממש סכנת נפש ונשמה. פאריגע וואך איז ארעסטירט געווארן אן איש מכובד במחנינו אויף שרעקליכע באשולדיגונגען פון מאנס זיין א 15-יעריג אידיש מיידל אין לויף פון א תקופה פאר עטליכע חדשים צוריק. דער דאזיגער איד איז נישט סתם א פערזענליכקייט, נאר דער סאמע פירער פון דער בארא-פארקער "שומרים" ארגאניזאציע וואס ברויך צו באהיטן אונזער געמיינדע פון ממש אזעלכע שוידערליכע פארברעכנס.

ווער עס האט געלייענט די באריכטן ווייסט אז די באשולדיגונגען זענען נישט קיינע קאליקעס. זיי זענען פעסט באזירט אויף רעקארדירונגען און אנדערע ראיות. אמת, דאס זענען נאר באריכטן, און אמת, מיר ווייסן אז "אינאסענט אנטיל פרואוון גילטי," און דערפאר הערט איר מיך נישט שרייען אז מ'דארף דעם איד שוין אריינשפארן אין טורמע – ס'איז קלאר אז ער דארף דורכגיין א געהעריגן משפט.

אבער אין דער גאנצער ציוויליזירטער וועלט ווייסט מען אז ווען ערנסטע באשולדיגונגען קומען ארויס אויף א מענטש וואס איז אין א מצב פון מאכט, הייבט מען אויף א ויצעקו. די באשולדיגונגען קעגן ניו-יארק אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן זענען ווייט נישט געווען אזוי הארב ווי אויף אונזער שומרים-פירער, אבער די נאטירליכע רעאקציע איז געווען א ויצעקו פונעם פאלק, א דעקלעראציע פון מענטשן אין מאכט ווי גאווערנאר קאומא, און א רעזיגנאציע פונעם באשולדיגטן.

די באשולדיגונגען קעגן דעם בארא-פארקער איד זענען נישט סתם א קוריאז, נאר א קריזיס ממש! דא רעדט מען פון דעם מענטש וואס שטייט אין שפיץ פון דער ארגאניזאציע וואס דארפן היטן רואיגקייט, געזעצליכקייט, און מאראלישקייט אין דעם אידישן בארא פארק. דאס איז דער מענטש וואס האלט מיט יעדע פריוואטע געשיכטע אין שטאט, אלע פערזענליכע פראבלעמען, אלע אינדיווידועלע קריזיסן, יעדע שמוץ, יעדע טרויער און צער. צו הערן אז דער מענטש אליין איז עלול אויף אזא שרעקליכן פארברעכן קעגן א אידישער טאכטער דארף צעטרייסלען יעדן אידיש הארץ!

אבער וואס טוט זיך ביי אונז? די שטילקייט איז דאך ממש שוידערליך. איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז קיין שום רב אדער עסקן שפירט נישט ווי ער דארף עפעס טון אדער זאגן וועגן אזא קריזיס. אבער וואו זענען מיר?! זענען מיר אקעי אז דער מענטש זאל ווייטער שטיין אין שפיץ פון שומרים? איז ער נאך בכלל אין שפיץ פון שומרים? קען איך טראסטן שומרים? זענען מיר אקעי אז ער זאל קענען זיך דרייען צווישן אונז און האבן צוטריט צו נאך פאטענציאלע קרבנות? זענען מיר אקעי אז די אלע וואס ווייסן וואס גייט פאר און זאגן און טוען גארנישט, זאלן ווייטער זיצן שטיל ווי כאילו עס מיינט נישט זיי און עס מיינט נישט אונז?

איך ברעך מיך קאפ און איך פרוביר צו פארשטיין די אלע עסקנים וואס לאזן זיך הערן אויף זייערע פלאטפארמעס אויף טוויטער און אנדערע מקומות. איך קען זיי נישט איינטיילן וואס זאל זיי יא שטערן און וואס נישט. אהרן ווידער און אנדערע מעגן ווערן צעטרייסלט ווען מאסטער וויל איינפירן שינויים אין לימודי חול אבער נישט ווערן צעטרייסלט ווען אונזער באשולדיגטער איז דער פירער פון שומרים. אבער וואס גייט פאר אין זייער מוח? קעירן זיי באמת נישט? האבן זיי באמת מער מורא אויף דעם עתיד פון זייערע קינדער אויב ישיבות וועלן לערנען מער לימודי חול ווי אז מאנסים פון 15-יעריגע זאלן נישט ווערן פארשריגן און פארדאמט און בלייבן אין מאכט-פאזיציעס?

איך מיין אז ווען מ'רעדט פונעם ציבור איז נישט קיין שאלה אז יעדער נארמאלער מענטש איז צעשוידערט פון די באריכטן, און וויל אן ענטפער פון שומרים און אונזערע עסקנים. די פראגע איז נאר וואו מיר זענען. וואו איז אונזער שטימע?

ווי קען זיין אז דאס אויסדערוועלט פאלק וואס גייט אט אט פייערן דעם אתה בחרתנו זאל נישט קענען הייבן א שטימע ווען עס קומט צו דאס סאמע ערגסטע? ווי קען זיין אז א פאלק וואו מ'איז אפגעהיטן מיט כל מיני זהירות אפילו אויף אן אבק פון א מנהג, זאל זיך נישט קענען עפענען דעם מויל ווען די שומרים ארגאניזאציע – א יסוד פון אונזער פיזישער און מאראלישער סעיפטי אין די לעצטע 40 יאר – איז אונטער אזא שרעקליכער פראגע-צייכן?

נאר די טמא'נע גוים פון אלע שיכטן פון פאלק פארשטייען אז שניידערמאן דארף רעזיגנירן פאר'ן פאטשן א פאר פרויען, אבער מיר, דער עם הנבחר, קריכן אריין אין מייזן-לעכער ווען אונזערס א קאמיוניטי פירער ווערט באשולדיגט אין מאנס זיין א 15-יעריג מיידל?!

קעירן מיר פאר אונזער קדושה אדער נישט? קעירן מיר פאר דעם וואוילזיין פון אונזערע קינדער אדער נישט? האבן מיר א שטימע אדער נישט?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:16 am

שומרים איז א יסוד פאר אונזער פיזישער און מאראלישער סעפטי?! זייט ווען?

זיי זענען דא צו כאפן שווארצע רויט האנטיג, אנשטאט מאכן א פארצייטישער כאפטס אים, האמיר שומרים. אז דו ווילסט זיי נוצן ארויסצוטרייבן בחורים פון מקוה און צוטיילן מענער פון פרויען אויף אשען פארקוועי, כל הכבוד. קיין נארמאלער מענטש האט זיך נישט פארלאזט אויף זיי צו אפהיטן אונזער שטאט פון די יצר הרע.

והשנית, וואס איז יעצט דא צו קעמפן? ווילסט הערן פון שומרים אליין אז ער איז אומשולדיג? די פאליציי האט שוין געטון וואס זיי דארפן, יעצט ווייס אליין וואס דו דארפסט טון.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1447 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:08 am

א צישטעל
זיכער מאכן אז די עתיד פין אינזערע קינדער ווערט נישט איבערגעגעבן אין די הענט פין די וואס מיינען יא אדער נישט אינזער טובה
פארשרייען איינעם וואס מען האט געכאפט ביי די מעשה

איינס איז וויכטיג די אנדערע פילט וויכטיג.
איינס איז אידיש די אנדרע קימט פין זיך ציפיל פארגוישען ביז די געדאנגען גאנג קיקט דאס שוין אויס פשוט, און די שאלה ווערט גאר א הלמאי???

העניך האט געשריבן:נאר די טמא'נע גוים פון אלע שיכטן פון פאלק פארשטייען אז שניידערמאן דארף רעזיגנירן פאר'ן פאטשן א פאר פרויען, אבער מיר, דער עם הנבחר, קריכן אריין אין מייזן-לעכער ווען אונזערס א קאמיוניטי פירער ווערט באשולדיגט אין מאנס זיין א 15-יעריג מיידל?!

און אז די טמא'נע גוים פון אלע שיכטן פון פאלק פארשטייען אזוי ווערט דאס שוין באמת פרייארעטי נאמער איינס?
די האלסט טאקע אז דארך שניידערמאן רעזיגנירן גייען ווייניגער פרויען כאפן פעטש?
אדער פשוט ס'פילט ווי די ריכטעגע זאך צי טון (איך זאג נישט אז ער דארף נישט רעזעגנירן, אבער איך האלט אז דיין סולם הערכה דארף דרינגענד א בעטערי change )

ווען די רעדסט פין לאזען א מלמד אין קלאס אדער א באס דרייווער אויפן באס בין איך 100% מיט דיר!

אבער דא? דו האלסט אז זיין פין די שומרים געט אים טאקע מער מעגליכקייט?
איך האב נישט געקלעטערט אין אשפה, און איך ווייס נישט צי ער איז שילדיג צי נישט, איין זאך איז אבער קלאר, ער איז יעצט מן הסתם מער סעיף וואו די

איך בין אויך מודה אז נאך ווארפען שטיינער נאך זיין מצבה איז די פאליטיקיל קארעקט זאך צי טון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2079 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:47 am

ער האט זיך אפגעזאגט פון פירן שומרים אין פון זיין ראלע אין שמחה אייכענשטיין'ס קאמפעין.
שומרים האט אויפגענומען צוויי נייע קארדינעיטערס עם איבערצונעמן.
Treasurer for Brooklyn assemblyman hopeful’s campaign steps down amid child rape accusations
http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.3993015
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1595
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 691 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:53 am

איסר האטלקי האט געשריבן:שומרים איז א יסוד פאר אונזער פיזישער און מאראלישער סעפטי?! זייט ווען?

זיי זענען דא צו כאפן שווארצע רויט האנטיג, אנשטאט מאכן א פארצייטישער כאפטס אים, האמיר שומרים. אז דו ווילסט זיי נוצן ארויסצוטרייבן בחורים פון מקוה און צוטיילן מענער פון פרויען אויף אשען פארקוועי, כל הכבוד. קיין נארמאלער מענטש האט זיך נישט פארלאזט אויף זיי צו אפהיטן אונזער שטאט פון די יצר הרע.

והשנית, וואס איז יעצט דא צו קעמפן? ווילסט הערן פון שומרים אליין אז ער איז אומשולדיג? די פאליציי האט שוין געטון וואס זיי דארפן, יעצט ווייס אליין וואס דו דארפסט טון.


אה סאיז א ארגאנזאציע וואס געט זיך אפ צו כאפן שווארצע? און ווער כאפט די ווייסע?
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6391
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:54 am

שמירה
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1850 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:55 am

די ווייסע איז פיל שווערער צו כאפן. פארדעם דארף מען געוועליך פאליציי און דעטעקטיווס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4185
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3436 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:56 am

שבת אחים האט געשריבן:און ווער כאפט די ווייסע?

https://youtu.be/Jx8U-czwIGE
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4185
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3436 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:14 pm

דאכצעך אז היטלער ימ״ש שרייבט (קלעימט) אז ווען ער איז געוועהן א קינד איז ער געוועהן זייער הונגעריג. און ער האט געזעהן ווי א אידישע יונגלע קומט ארויס פון א בעקעריי מיט א קארב פון פרישע שמעקעדיגע ברויט. און ער האט געגנבט איין שטיקל ברויט. און די ׳אידישע פאליציי׳ האט אים פארדעם אנגעהאקט די ביינער... פאר א קליין שטיקלע ברויט... פאר א הונגעריגע קינד.... ווען איך בין געוועהן א קינד געדענק איך גוט ווי שומרים אין ווילימסבורג פלעגט אנברעכן די ביינער קליינע שקצים פארן גנבנן קלייניקייטן. איינמאל געדענק איך קעגן איבער וויזניצער ת״ת אויף ליע עווניא איז געוועהן א קליינע פארק מיט א געיט ארומגענומען און אפאר ציווילדעווטע שומרים יונגען האבן געכאפט א גוי וואס האט געגענבט א פלעסטיק זייגער פון א קינד אין וויזניצער חדר ביי לאנטש ווען זיי האבן זיך געשפילט אינדורסען. שומרים איז געקומען און זיי האבן געהאקט זיין קאפ אריין אין די ״אייזנע געיט״ פון די פארק און אים געשפאלטן די קאפ פון דעם קליין שייגעצל פארן גנבנן א נערישע זייגער (וואס מהאט אויסגעפאונטשט פון א מאשין פאר א קוואדער...)

ווער דארף נאך שומרים היינטיגע צייטן?
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6391
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:16 pm

זיי טוהן שוין לאנג נישט די זאכן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1595
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 691 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:23 pm

בן ישי האט געשריבן:זיי טוהן שוין לאנג נישט די זאכן.


אזוי? ווילאנג? ווייל ממש מיט צוויי, דריי יאהר צוריק איז געוועהן אין די נייעס אז זיי האבן צומזיקט און צושלאגן א אומשולדיגע גוי ״בטעות״. און אפאר שומרים מעמבערס זענען ארעסטירט געווארן און געהאט ערענסטע ליגעאלע פראבלעמען.
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6391
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3819 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:24 pm

שבת אחים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שומרים איז א יסוד פאר אונזער פיזישער און מאראלישער סעפטי?! זייט ווען?

זיי זענען דא צו כאפן שווארצע רויט האנטיג, אנשטאט מאכן א פארצייטישער כאפטס אים, האמיר שומרים. אז דו ווילסט זיי נוצן ארויסצוטרייבן בחורים פון מקוה און צוטיילן מענער פון פרויען אויף אשען פארקוועי, כל הכבוד. קיין נארמאלער מענטש האט זיך נישט פארלאזט אויף זיי צו אפהיטן אונזער שטאט פון די יצר הרע.

והשנית, וואס איז יעצט דא צו קעמפן? ווילסט הערן פון שומרים אליין אז ער איז אומשולדיג? די פאליציי האט שוין געטון וואס זיי דארפן, יעצט ווייס אליין וואס דו דארפסט טון.


אה סאיז א ארגאנזאציע וואס געט זיך אפ צו כאפן שווארצע? און ווער כאפט די ווייסע?

שבת אחים: דיבר הכתוב בהווה...! דיינע סאציאליסטישע יושר'דיגע סענסיביליטיעס זענען בארירט געווארן...? נו, מילא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:27 pm

שבת אחים האט געשריבן:ווער דארף נאך שומרים היינטיגע צייטן?

די שומרים איז געגרינדעט געווארן פאר די דשוליאני עפאכע, דעמאלט האט עס שוין איינמאל אויסגעפעלט. צי היינט פעלט עס בכלל נישט אויס? קען זיין, אבער מסתבר אז מ'דארף עס יא, והא ראיה אז אין לאנדאן און אסטראליע האט מען עס אויך געמאכט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4185
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3436 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:46 pm

רביה"ק זי"ע: אין אויסטראליע ווייס איך נישט וואס דער מצב איז. אבער אין לאנדאן פעהלן זיי יא שטארק אויס. ווייל די לאנדאנ'ער פאליציי גייען טאקע באצירט מיט זייערע גלאנציגע יוניפארמס. אבער זיי זענען ווערד א רעטעך. ספעציעל ווען ס'קומט צו כאפן אנטיסעמיטישע וואנדאליזירער און פארברעכערס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:59 pm

שבת אחים האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:זיי טוהן שוין לאנג נישט די זאכן.


אזוי? ווילאנג? ווייל ממש מיט צוויי, דריי יאהר צוריק איז געוועהן אין די נייעס אז זיי האבן צומזיקט און צושלאגן א אומשולדיגע גוי ״בטעות״. און אפאר שומרים מעמבערס זענען ארעסטירט געווארן און געהאט ערענסטע ליגעאלע פראבלעמען.

נישט אלע וואס זענען ארעסטירט געווארן זענען געווען פון שומרים.
אין אז די טרעפסט איין מעשה מיינט נישט אז זיי טוהן דאס נאך יא, זיי פלעגן יארן צוריק זיין זייער ווילד אין אנגעהאקט גוים וואס דאס געשעהט שוין נישט היינט ב"ה
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1595
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 691 מאל

Re: וואו איז אונזער שטימע? ווילן מיר עפעס פון "שומרים"?

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג מאי 17, 2018 6:36 pm

העניך האט געשריבן:וואו איז אונזער שטימע? ווילן מיר עפעס פון "שומרים"?

העניך, קאווע שטיבל

[i]מען אויף א ויצעקוהאבן מיר א שטימע אדער נישט?


איך זע נישט וואס די ווינדער איז, די ענטפער איז פשוט מיר האבן נישט קיין שטימע, און טאקע היינו טעמה דשופר היינו טעמה דמגילה, שומרים, עדוקאציע, רבנים, חרידיזם אלעס איז די זעלבע שיף,
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מאי 17, 2018 6:53 pm

נאר אויף קאווע שטיבל האבן מיר שטימעס, אנאנימע שטימעס, ווען מען זאל האבן אמת'ע נעמען ווי אויך טוויטער וואלט מען גערעדט אסאך ווייניגער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3084
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1632 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג מערץ 05, 2021 12:02 am

און "שומרים" איז ווייטער שטיל.

און די זעלבע וואס פאסמאקעווען זיך מיט א מעשה פון קאומא אז ער האט געפרעגט א פרוי צי ער מעג איר קושן, זאגן נישט קיין ווארט ווען עס זענען דא קראנטע באשולדיגונגען אויף א מענטש אז ער האט מאנס געווען אונזערס א שוועסטער ביי אונז אין שטאט ה"י.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 05, 2021 12:22 am

פערזענליך אראפרייסן א איד באזירט אויף לשון הרע און רכילות איז אומענשטלעך! ספעציעל ווען ער איז אין אזא מצב! איך בין פערזענליך נישט קיין גרויסע חסיד פון דאסקאל אדער שומרים.... אבער מיר דארפן שוין זיין גענוג וויסענד נישט אנצונעמן וואס די פרעסע און פראקורארן פארקויפן! שעמט אייך!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג מערץ 05, 2021 12:27 am

כ'האב נישט דערמאנט זיין נאמען (דו ביסט דער ערשטער וואס שרייבט דא זיין נאמען), און כ'האב קלאר געשריבן אז ער איז אינאסענט אנטיל פרואווען גילטי. עס קוקט אויס ווי דו האסט פארפאסט די נקודה אז אפגעזען פון זיין שולד אדער אומשולד איז א הימל-געשריי אז שומרים איז שטיל.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 05, 2021 12:33 am

וואס זאל שומרים זאגן?

וואס איז אויב איז עס נישט אמת?

די איינציגסטע סיבה פארוואס אזא איינער וואלט געדארפט רעזיגנירן, איז נאר אויב ווערט ער צו פארנומען מיט די פראבלעמען אז ער זאל נישט קענען אפגעבן גענוג צייט פאר שומרים ס'זאל זיך געהעריג פירן.

ווען ס'וואלט אנדעקט געווארן די פרשה בדרך אגב דורך אבי איינער איז איין זאך. אבער ס'האנדלט זיך דא פון א בלוטיגע פארפאלק וואס זיכן אויפצועסן איינער דער אנדערן און דאסקאל איז געווען אויף איין זייט. ס'דא ריזיגע אגענדעס און נגיעות פון אלע זייטן. פון די מערערע קעיסעס וואס איך האב מיטגעהאלטן ווייס איך אז ס'איז קיין ראי'. א גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג מערץ 07, 2021 3:26 am

איך דיסאגרי מיט די שארפע צוגאנג פון אונזער באליבטע @העניך. עס פאר עס איים קאנסירנד איז זייער מעגליך אז די גאנצע מעשה איז אן אויסגעדטראכטע בלבול און ס'איז נישט ריכטיג צו פארדאמען די מעשה ווען ס'נישט אויפגעוויזן געווארן די ווירקליכקייט דערפון.
פונדעסוועגן וואלט געווען א קלוגע זאך ווען שומרים קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז כאטשיג ער איז אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, וועט ער פרייוויליג אפטרעטן פון די פירערשאפט כדי נישט אפצושוואכן די עפעקטיוונס פון די ארגענעזאציע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2697
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2815 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג מערץ 07, 2021 6:12 am

העניך האט געשריבן:כ'האב נישט דערמאנט זיין נאמען (דו ביסט דער ערשטער וואס שרייבט דא זיין נאמען), און כ'האב קלאר געשריבן אז ער איז אינאסענט אנטיל פרואווען גילטי. עס קוקט אויס ווי דו האסט פארפאסט די נקודה אז אפגעזען פון זיין שולד אדער אומשולד איז א הימל-געשריי אז שומרים איז שטיל.

וואס ווילסטו אז זיי זאלן זאגן?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 341 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 643 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מערץ 07, 2021 1:24 pm

דער עפ בי איי בעהט זיך אז אנדערע וויקטימס זאלען קומען איבערגעבן. שמע מינה אז קיין גרויסע באווייזונגן האבן זיי נישט. פין איר פאון קאל איז נישט קיין גרויסע ראי' ווייל ער קען האבן מיט געשפילט. זעהט אויס אז עס גייט זיך אויסלאזן א גרויסע אויפגעבלאזענע איי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3084
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1632 מאל

הודעהדורך בת קול » זונטאג מערץ 07, 2021 3:33 pm

די עף בי איי מישט נישט א קוגל און לייגט נישט 4.5 מיליאן בעיל פאר אן אויפגעבלאזענעם איי.

ס'שמעקט פון ס*קס טרעפיקינג צו וואס.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 863
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט

cron