ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

הודעהדורך מי יקום » מיטוואך מאי 23, 2018 9:29 pm

אין א אנדערע אשכול דערמאנט ליפא עפעס וועגן די שווארצע און קרימינאלן.

הודעה דורך ליפא » דינסטאג מאי 22, 2018 10:00 pm

מ'דארף נאר וואטשן נישט צו שטארבן על קידוש השם ווי דער איד פון ק.ה. וואס האט באגריסט א שווארצן און שיעור געענדיגט זיין לעבן


אבער די זעלבע איז דאך געזאגט געווארן פאר די שווארצע און ספאנישע אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין די הענט פון די ״אידישע פאליציי״. ווי עס באוויסט פלעגן די אידן (ווי אויך גוים-די ווייסע פאליציאנטן) האקן שטיקער פון די ארימע גוים פאר יעדע קלייניקייט. און גאר אסאך מאל האבן זיי בכלל נישט געהאט די ריכטיגע פארברעכער, נאר זיך אנגעטעשפט אין אומשולדיגע שחורים און זיי צו׳מזיקט די ביינער על לא דבר. ווי עס איז ברייט באריכטעט געווארן אין די מידעא.

לעצטענס האב איך געהאט א שמועס מיט א חסידישע אינגערמאן. און ווען מהאט גערעדט פון פארברעכער (מינדערוויכטיגע קריים) האט ער זיי גערופן ״די שווארצע״ האב איך אים געפרעגט הלמאי רופסטו אן פארברעכער ״שווארצע״ סאיז דאך דא אסאך שווארצע וואס זענען איינשטענדיגע מענטשען און ווידער איז דאך דא פול מיט ווייסע וואס זענען קרימינאלן??? זאגט ער מיר, פשוט, גלייבסטוך אין סייענס און אין נומבערס, פאקטן, דאטא, איז רוב קרימינאלן זענען פאקטיש שווארצע (כ׳ווייס נישט פון ווי ער נעמט די סטאטיסטיקס אבער לאמיר אפילו איינזעצן אז יא) זאג איך אים הער אויס רוב ״גאסן קרימינאלן״ זענען לכאורה טאקע די מינארטיס- נעמליך ״די ארימע״ פשוט ווייל זיי זענען ארים און זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן פארדעם איז דא אזויפיל גניבות. די פאקטן ווייזן טאקע אז אין יעדער לאנד איז די ״קרימינאלע ראטע״ אסאך אסאך העכער ביי די ״ארימע״ ווי ביי די ״רייכע״ אפגעזעהן וועלכע מין קאליר הויט. די רייכע שווארצע דא אין אמעריקע זענען קיין קרימינאלן געווענטליך. און די זעלבע איז מיט די ארימע ווייסע, זיי זענען פונקט אזעלעכע גנבים ווי די שווארצע. יעצט, אויב איינער ליינט די היסטאריע פון אמעריקע וועט ער גלייך פארשטיין אז דאס אז די שווארצע זענען ארים און אזוי צוריקגעשטאנען אין די היינטיגע סאסייעטי איז פשוט ווייל די ווייסע האבן זיי אראפגענידעדט פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר און ביז נישט לאנג צוריק האט מען זיי נישט אריינגעלאזט אין סאסייעטי, און נישט אריינגעקומען אין קיין קאלעדזש׳ס. זיי האבן כמעט נישט געקענט באקומען א נארמאלע דזשאב. מהאט זיי געהאלטן און זיך אויפגעפירט צוזיי ממש ווי ״חיות״ ביז נישט לאנג צוריק, און עס וועט מסתמא נעמען נאך א שיינע פאר דורות ביז די שווארצע וועלן ווערן גלייך מיט די ווייסע. איז לויט דעם קומט אויס אז אונז ווייסע זענען שולדיג פארן אראפדרוקן די שווארצע איז וואס רופסטו זיי קרימינאלן? זאג ״די ארימע״ ווייל דאס איז די פאקט די ארימע זענען געווענטליך די קרימינאלן און פאר זייער א פארשטענדליכע סיבה.

נאך מעהר זאג איך פאר יענעם יונגערמאן. סאיז באוויסט אז ״רוב גנבי ישראל נינהו״ יעדער איינער אין די וועלט ווייסט אז די ״נידריגע גאסן קריים״ געשעהט געוונטליך דורך ״די ארימע״ ווידער די ריכטיגע שווינדעלריי און גניבות פון ״ גרויסע געלטער״ זענען ליידער געשעהן דורך אחבנ״י. וויפל די שווארצע גנבנן שוין, א דאללער דא און א סענדוויטש דארט האט מסתמא איין איד בערני מעידאף הנודע לשמצה געגענבט מעהר ווי אלע שווארצע צוזאמען פון גאנץ ברוקלין פון די לעצטע פופציג יאהר... די אידן זענען די גרעסטע שווינדלער און אין כמעט אין יעדע גרויסע מעיזעשאר שווינדלעריי אין די לעצטע פאר הונדערט יאהר זענען אונז אידן געשטאנען בראש.

פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.

צום שלוס דארף מען דא דערמאנען א אמת ווארט פון די באוויסטע קאמידיען דזשאורזש קארלין ז״ל

״די ריפובליקאנער זענען דא אוועקצולייגן די ״גאסן קרימינאלן״ און אנשטאט דעם מאכן פלאץ פאר די ״ביזנעס קרימינאלן״ (יא יא די חברה מיט די סוט און טיי) זיי ווילן אויסראטן ״סטריט קריים״ ווילאנג די סטריט איז נישט ״וואל-סטריט״....
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מאי 23, 2018 10:29 pm

מי יקום האט געשריבן:פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.

און וואס איז דא די תירוץ? אויך ארימע?
אדער אפשר ראסע שפילט יא א ראלע
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 23, 2018 10:38 pm

שלום עליכם: ר' מי יקום. איך פריי מיך זייער שטארק אז איך האב יעצט געפונען א חברותא. נאך א ליבעראל. ווייל ביז יעצט ביניך געווען דער איינציגסטער ליבעראל דא אין קאווע שטיבל...! ס'הייסט. אויסער אונזער טייערער ברודער דער וויזשניצער רבי/חסיד...! ס'איז געווען זייער שטארק איינזאם דא. יעצט האביך שוין פאר וועמען מיר אראפצורעדן פון מיין ליבעראלן הארץ.

איך האב נאר איין שאלה דיך צו פרעגן. ס'איז דאך באוואוסט אז אין יוראפ פאר די צווייטע וועלט מלחמה זענען די אידן געווען זייער ארים. רוב אידן. פארשטייצעך אז ס'איז געווען בעל בת'ישע מיטל קלאס אידן און אויך עשירים. אבער די גרויסע רוב איז באשטאנען פון ארימעלייט. ספעציעל אין פוילן. אין די גרויסע שטעט ווי ווארשא און לאדזש. אויך דא אין אמעריקע. אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, באסטאן און פילאדעלפיע. און סאן פראנסיסקא און לאס אנדזשעלעס. זענען די מערסטע אידישע איינווואוינער אין די לעצטע הונדערט יאר געווען ארימעלייט. ס'איז אויך געווען א קרימינאלער עלעמענט צווישן די אידישע יוגנטליכע. אבער די רוב איינוואוינערס פון די געטאס זענען נישט געווען קיין מאגגערס און קליינצייטיגע גנבים . וועלכע האבן איבערגעפאללן מענטשן און מיט אכזריות און רציחה זיי בארויבט פונ'ם לעצטן דאללער...!

אויך אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט הערט מען כמעט נישט (און די סטאטיסטיקס באווייזן דאס) אז מעמבערס פון אנדערע עטנישע גרופס ווי איטאליענער אדער טשייניז אדער אלבאניער זאללן ארומגיין און מיט אכזריות און רציחה באפאללן אומשולדיגע מענטשן...! נאר ביי איין גרופ. די אפרא-אמעריקאנער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13988
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9096 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מאי 23, 2018 10:41 pm

וואס איז שווער צי פארשטיין זיי זענען אויך געווען געפאנקיט אין פארשקלאפט א גאנצע לעבן משא"כ דער איד האט אייביק געלעקט האניג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך מי יקום » מיטוואך מאי 23, 2018 11:00 pm

הקטן האט געשריבן:
מי יקום האט געשריבן:פרעג איך דעם אינגערמאן, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען די זיצט צווישן שווארצע און ווען זיי רעדן פון שווינדלער וואלטן זיי געזאגט ״די נידריגע אידן״, ס׳וואלט דיר געשמעקט? דאס איז דאך אויך אמת לויט נומבערס? רוב אמתע גנבים זענען דאך אידן.

און וואס איז דא די תירוץ? אויך ארימע?
אדער אפשר ראסע שפילט יא א ראלע


זייער פשוט. ווען סקומט צו מינדערוויכטיגע קריים איז זייער פארשטענדליך פארוואס א ארימאן וואס קומט פון א נידריגע סאציאל-סטאטוס זאל גנבנן אביסל עסען צי א בייק וכודומה ווייל ער קען עס נישט אפפאדערן, און ער מאכט א חשבון אז די איינציגסטע וועג וויאזוי דעס צובאקומען איז בגניבה. ווידער ווען סקומט צו ״ווייט קאלער קריים״ זענען די אידן וואס זענען סייענטיפיש די קלוגסטע פאלק ווי באוויסט איז א עוורידזש אשכנזישע איד מיט 10-20 פראצענט קלוגער ווי א גוי -די סייענס האט מען שטודירט שוין הונדערט יאהר צוריק- פארוואס טאקע ווייסט מען נישט אפשר ווייל אונז זענען די ״עם הנבחר״, א טייל זאגן ווייל מהאט אונז ארויסגעטריבן פון איין לאנד צום צווייטן און זיי זענען געוועהן ״נע ונד״ און פון יעדער פלאץ ווי זיי האבן געוואוינט האבן זיי אדאפטירט און אויפגעפיקט געוויסע חכמה פון יעדע פלאץ באזונדער. אבער נישט קיין חילוק וואס די סיבה איז די ״פאקט״ איז אז אידן זענען די גרעסטע סייענטיסן, דאקטוירים, אינטלעקטיולס, שרייבער, פארשער, לויערס, וויסנשאפטלער וכו׳ וכו׳ אין יעדע פיעלד פון חכמה שטיין אידן בראש. און כדאי צוזיין ״א געריבנע שווינדלער״ דארף מען זיין ״קלוג״ און ראפינירט צוקענען ״איבערקליגן די סיסטעם״
למעשה נישט דעס איז געוועהן מיין פוינט. גיי אין די ארימע ווייסע ״טרעילער בויס״ אין אמעריקע איז דא פונקט אזויפיל קריים ווי ביי די שווארצע און לכאורה נאך אסאך מעהר- ״סטריט קריים״ האט צוטוהן מיט ״ארימקייט״ נישט מיט ״ראסע״ און דאס קען מען אויפווייזן ״סייענטיפיש״ אין אלע ארימע געגענטער אין די וועלט איז די ״קרימינאל ראטע״ העכער אפגעזעהן די קאליר פון די הויט.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך מי יקום » מיטוואך מאי 23, 2018 11:21 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם: ר' מי יקום. איך פריי מיך זייער שטארק אז איך האב יעצט געפונען א חברותא. נאך א ליבעראל. ווייל ביז יעצט ביניך געווען דער איינציגסטער ליבעראל דא אין קאווע שטיבל...! ס'הייסט. אויסער אונזער טייערער ברודער דער וויזשניצער רבי/חסיד...! ס'איז געווען זייער שטארק איינזאם דא. יעצט האביך שוין פאר וועמען מיר אראפצורעדן פון מיין ליבעראלן הארץ.

איך האב נאר איין שאלה דיך צו פרעגן. ס'איז דאך באוואוסט אז אין יוראפ פאר די צווייטע וועלט מלחמה זענען די אידן געווען זייער ארים. רוב אידן. פארשטייצעך אז ס'איז געווען בעל בת'ישע מיטל קלאס אידן און אויך עשירים. אבער די גרויסע רוב איז באשטאנען פון ארימעלייט. ספעציעל אין פוילן. אין די גרויסע שטעט ווי ווארשא און לאדזש. אויך דא אין אמעריקע. אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, באסטאן און פילאדעלפיע. און סאן פראנסיסקא און לאס אנדזשעלעס. זענען די מערסטע אידישע איינווואוינער אין די לעצטע הונדערט יאר געווען ארימעלייט. ס'איז אויך געווען א קרימינאלער עלעמענט צווישן די אידישע יוגנטליכע. אבער די רוב איינוואוינערס פון די געטאס זענען נישט געווען קיין מאגגערס און קליינצייטיגע גנבים . וועלכע האבן איבערגעפאללן מענטשן און מיט אכזריות און רציחה זיי בארויבט פונ'ם לעצטן דאללער...!

אויך אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט הערט מען כמעט נישט (און די סטאטיסטיקס באווייזן דאס) אז מעמבערס פון אנדערע עטנישע גרופס ווי איטאליענער אדער טשייניז אדער אלבאניער זאללן ארומגיין און מיט אכזריות און רציחה באפאללן אומשולדיגע מענטשן...! נאר ביי איין גרופ. די אפרא-אמעריקאנער...!



די אידן זענען ממש קיינמאל נישט געוועהן אזוי ארים אויף די זעלבע לעוועל ווי די היינטיגע אפריקאנער-אמעריקאנער. אונז פארשטיין אפילו נישט וואס דאס מיינט נישט צוהאבן קיין לחם לאכול ממש און נישט האבן צו וועם זיך צו ווענדן. א איד קען זיך אייביג א עצה געבן. ביי די שווארצע איז עס איין בלאוק פון מענשטען וואס קיינער האט ממש נישט קיין טאפ אריינצופישן.

קיין איין מינארטי האט מען פאר הונדרעטער יאהרן אזוי אראפגעקלאפט ווי די אמעריקאנער-שווארצע! קיין איין פאלק אויף די וועלט! די אידן האבן אייביג געהאט געוויסע עשורים וואס האבן געהאלפן אנדערע. די שווארצע האבן קיינמאל נישט געהאט ג א ר נ י ש ט... סאיז א גרויסע חילוק. זיי זענען געטריט געווארן ווי בהמות און חיות פאר מעהר ווי 500 יאהר. זיי זענען אויפגעוואקסן אינגאנצן אנדערש. און למעשה קומט זיך זיי קרעדיט פארן זיך ארויפארבעטן אזוי שנעל קוים אין פופציג-זיבעציג יאהר. די אידן האט מען נאר עכט געפייניקט פאר בערך זעקס ביז 10 יאהר פאר דעם זענען די אידן געוועהן די גרעסטע מאכער אין אייראפע, און אפילו אנגעקומען אז די ענגלישע פריים מינסטאר איז געוועהן א איד בענדזשמין דאיזרעאלי. די אלע באנקירן זענען געוועהן אידן א שטייגער ווי די ראטשילדס. די אלע מינארטיס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט קומען נישט צו צום שפיץ גאפל צו די אפריקאנער. זיי זענען געוועהן ״אויסגעשלאסן״ פון סאסייעטי פאר צענדליגער דורות. ביז ממש לעצטענס האט א שווארצער נישט געקענט באקומען א נארמאלע דזשאב-קיין שום מינארטי וואס איר האט אויסגערעכנט האט געהאט די פראבלעם. אשע״כ איז זייער פארשטענדליך פארוואס סאיז דא אזויפיל ״ארימלייט״ ביי די שווארצע און הענס די ״קרימינאל ראטע״.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך מי יקום » דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:24 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
אויך אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט הערט מען כמעט נישט (און די סטאטיסטיקס באווייזן דאס) אז מעמבערס פון אנדערע עטנישע גרופס ווי איטאליענער אדער טשייניז אדער אלבאניער זאללן ארומגיין און מיט אכזריות און רציחה באפאללן אומשולדיגע מענטשן...! נאר ביי איין גרופ. די אפרא-אמעריקאנער...!


אפשר צייכענט איר מיר אן א מראה מקום פון וואנעט איר נעמט די סטאטיסטיק?

כ׳ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע נומבערס. אבער דו פרעגסט ווער סגייט ארום מיט אכזריות און הארגט אומשולדיגע מענשטען? אויב האט איר געליינט די נייעס אין די לעצטע פאר יאהר. קוקט וויפל שיסערייען קומען פאר אין אלע שטעט אין אמעריקע דווקא דורך ״ווייסע״ רעדנעקס?

ס׳זעהט נישט אויס ווי איר האט געלערנט היסטאריע. די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט האט נאר געזעהן אין די לעצטע פאר טויזנט יאהרן זענען געוועהן דוקא ״די בלאנדע אויגן״ -״די ווייסע אייראפישער״. אנגעפאנגען אז זיי האבן גערצחט צענדליגער מיליאנען נאטיוו אמעריקאנער וואס האבן דא געוואוינט פאר טויזנטער יאהרן. זיי האבן געוועלטיגט אויף אלע אפריקאנישער און ספאנישע לענדער (ווי למשל היינטיגע מעקסיקא סאוט אמעריקע-קאנאדא וכו׳), די טרויעריג בארימטע אינקיוויזציע, גזירות ת״ח ות״ט, די נאציס ימ״ש, נארטהערן אירלאנד, סטאלין, קאמיוניזם. ביזן היינטיגן טאג. גייסטו מיר פארציילן מעשיות וועגן שווארצע. וואס האבן די שווארצע שוין געטוהן די לעצטע דריי טויזנט יאהר???

ביטע זעץ זיך לערנען פשוטע היסטאריע. סאיז נישטא אזעלכע רוצחים אויף די וועלט ווי די אייראפישער ווייסע! פאר טויזנטער יאהרן האבן זיי געגענבט און געפלינדערט און בעלבאטעוועט אויף די שווארצע. די אידן האבן כאטש באקומען ״פאגיטונגס געלטער״ פון די דייטשען. די אידן האבן כאטש באקומען ״א אייגענע מדינה״ זיך צוקענען קעגן שטעלן און פארטיידיגן קעגן זייערע שונאים. וואס האבן די שווארצע באקומען פארן זיין אינטערטעניג און פארקנעכטיגט פאר די ווייסע??? אז מהאט זיי נאכאלץ פיינט ביזן טויט אין אלע ״רויטע ריפובליקאנער שטעט״ אז מ׳פייניקט זיי און אז ווייסע פאליציאנטן שיסן יעדען צווייטן טאג אומשולדיגע ארימע שווארצע?

ס׳געפעלט מיר ווי דו באזידלסט די שווארצע אזוי שטארק. ביסט אריינגעקומען ״אינמיטן א מעשה״ לאמיר אנהייבן די מעשה פון אנפאנג- פון פינף הונדערט יאהר צוריק. ווער האט אריינגעלייגט די שווארצע אין די פאזיציע??? ביטע נעם דיך ליינען אביסל חוץ שאולזאהן און ״די וועקער״...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי יקום אום דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:34 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:19 am

מי יקום: להוי ידוע לך. פאר יור אינפארמעישן. ווער ס'האט פאקויפט די שווארצע פאר די סלעיוו טרעידערס, זענען געווען זייערע אייגענע שווארצע טרייבאל טשיעפ'ס...! זיי האבן זיי געפאנגען און פארקויפט פאר גוט געלט צו די סלעיוו טרעידערס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13988
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9096 מאל

הודעהדורך מי יקום » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:37 am

berlbalaguleh האט געשריבן:מי יקום: להוי ידוע לך. פאר יור אינפארמעישן. ווער ס'האט פאקויפט די שווארצע פאר די סלעיוו טרעידערס, זענען געווען זייערע אייגענע שווארצע טרייבאל טשיעפ'ס...! זיי האבן זיי געפאנגען און פארקויפט פאר גוט געלט צו די סלעיוו טרעידערס...!



נישט ממש. די ווייסע-פארטגעיזער זענען געוועהן די גרעסטע ״שקלאפן הענדלער״. די אפריקאנער שקלאפן האנדלעריי איז פארגעקומען אין פארשידנע אנדערע ערטער, מדינות, קאנטינענטן און אין פארשידנע אנדערע תקופות במשך הונדערטער יאהרן. בכל אופן איז בכלל נישטא קיין הארטע באווייזן אז שווארצע זענען אייביג געוועהן פארמישט, נאר פארקערט גאר.

אבער זאג-נאר? ווער האט געוועלטיגט אויף די שווארצע? ווער זענען געוועהן זייערע הערן? פארוועם האט מען זיי פארקויפט פאר עבדים פאר ווייסע אדער פאר שווארצע??? סקען זיין אז ״געציילטע שווארצע״ זענען געוועהן פארמישט אין שקלאפעריי האנדל אבער זיי זענען זיכער נישט געוועהן די פראבלעם...
סאיז אבסורד און נעריש צוזאגן אז ״די שווארצע״ זענען גאר שולדיג אין שקלאפעריי...! נאר ענדערש, אשמים אנחנו-אונז ״ווייסע מענטשען״ (נישט די אידן-די ווייסע גוים)

און וואס איז געוועהן פון מהאט זיי באפרייט ביז יעצט-די ״סעגראגאציע״ די טרויעריג-בארימטע ״דזשים קראו געזעצן״, און די שפעטערדיגע ״וואר אן דראגס״ וואס איז געווארן שטארק אקטיוו ביי די ריפובליקאנער אדמינסטראציעס פון ניקסאן, רעיגען און בוש, וואס איז געוועהן דירעקט געצילט צוכאפן די שווארצע און זיי אריינשליידערן אין תפיסות פאר לאנגע יאהרן, פאר קליינע מינדערוויכטיגע קריימס ווי מאריוואנע (וואס איז סייענטיפיש אסאך ווייניגער שעדליך ווי אלקהאל, און איז ליגעאל אין אסאך סטעיטס) ווידער די רייכע ״וואל סטריט שווינדלער״ וואס לעבן אין זייערע פאלאצן אויף קאוקעין, זונות און ווילדע פארטיס האבן זיי צוגעמאכט דאס אויג... (קאוקעין איז פיהל ערגער ווי מאריוואנע סיי אלץ געזונט און סיי אלץ די אפעקט- קאוקעין ווערט אנגערופן - די ריט״ש מענ״ס דרא״ג...) מיליאנען שווארצע וואס האבן נישט געהאט קיין געלט זיך אויסצולייזן און זענען געבליבן ״פארשקלאפט״ אין תפיסות פאר לאנגע צייטן-פאר ממש גארנישט און פאר נישט. דערנאך אז זיי זענען שוין ארויסגעקומען פון תפיסה האבן זיי נישט געקענט באקומען קיין געהעריגע דזשאב ווייל זיי האבן געהאט ״א קרימינאלע רעקארד״ (און ווער וויל דען אויפנעמען א שווארצע ארבעטארער נאכדערצו מיט א קרימינאלע רעקארד) אזוי ארום האבן די ווייסע ריפובליקאנער וואל סטריט שווינדלער געמאכט זיכער אז די שווארצע זאלן בלייבן ״אינטערשטעליג״ און ״זיי האלטן אין די ראמען״ און אז מיליאנען שווארצע האבן פארלוירן פאר אייביג די רעכטן צו וואוטן. און פארשטייט זיך אז די ווייסע האבן [נאכאמאל] גענוצט די שווארצע פאר ״סלעיוו לעיבאר״ אין די תפיסות עד היום הזה (אין געוויסע רעכטע שטעט).

אפשר זענען די אלע זאכן לשיטתך אויך די שווארצע שולדיג? :roll:


קומסט מיר פאָר ווי אלע נאציס און אנטיסמיטן וואס שרייען ווען מ׳רעדט פון די האליקאוסט: ״ווער מיינסטו האבן געפייניקט די אידן-זייער אייגענע אידישע ברודערס, די קאפאוס״

יא, סאיז געוועהן מסתמא ״אפאר שווארצע״ וואס האבן פארקויפט זייערע ברודער. פונקט ווי סאיז געוועהן ״אפאר קאפאוס״ ביי די האליקאוסט. אבער כבעט דיר!? גלייכסט עס צו צו די הריגות און רציחות וואס די ווייסע האבן געטוהן פאר די שווארצע און אידן און אלע אנדערע מינארטיס די לעצטע צוויי טויזנט יאהר??? וואס כאפסטו זיך אן אויף ״די פאר שווארצע״ פונקט ווי די היינטיגע נאציס זאגן אויף די האליקאוסט אז (געציילטע) אידן-קאפאוס האבן אויך געהארגעט זייער אייגענע ברודער.

די תירוץ איז זייער פשוט...! זיי זענען ״אנטיסמיטן ביי דיפאולט״ און דו ביסט ליידער א ״וויסטע ראסיסט ביי דיפאולט״. אלזא קענסטו נישט זעהן דעם פשוטע מציאות און דו וועסט אייביג טרעפן עפעס א מעשהלע פון קראונהייטס פאר צוואנציג יאהר צוריק און ארויפווארפן די שולד מיט בייעסט אויף די שווארצע פונקט ווי דער אנטיסמיט וועט בלעימן אייביג די אידן מיט בייעסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי יקום אום דאנערשטאג מאי 24, 2018 5:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:02 am

איך קען נישט פארשטיין פארוואס מ'טענהט זיך דא, ענדליך רעדט איינער צום זאך, באוואשט מען איהם פון אלע זייטן. פליאה דעת ממני נשגבה לא אוכל לה.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3685
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2831 מאל

הודעהדורך Gimpel » דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:11 pm

ותהי האמת נעדרת
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

הודעהדורך אויסער געווענדליך » דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:13 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

וואס האט דער אהבת ישראל געהאלטען וועגען אהבת הגוים? צו ער איז געווען צדיק הדור, ווייסט קיינער נישט נישט, עס איז דאך נישט דא קיין מקורות אויף דעם. אבער וועגען אהבת הגוים האט ער יא עפעס געזאגט?
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:00 pm

אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

וואס האט דער אהבת ישראל געהאלטען וועגען אהבת הגוים? צו ער איז געווען צדיק הדור, ווייסט קיינער נישט נישט, עס איז דאך נישט דא קיין מקורות אויף דעם. אבער וועגען אהבת הגוים האט ער יא עפעס געזאגט?

האדמו"ר מוויזניץ - וומסב"ג
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2018-05-24-12-54-30-1.png
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

הודעהדורך מי יקום » דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:06 pm

אויסערגעוונטליך, בן אדם, ביטע נישט פארדרייען די אשכול. א דאנק.
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
מי יקום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 24, 2018 9:23 pm

ראסיזם איז אפט א פראדוקט פון אומוויסענד. איך צייל נישט צווישען מיין חברים קיין איין פרעמדע ראסע, ממילא ווייס איך נישט מער ווי די נייעס. און דארט זעט מען אסאך טונקעל הויטיגע פארברעכערס.

יעצט דארף מען פרעגען צו אונזער אפגעזונדערטע לעבען איז ווערט די ראסיזם וואס קומט ארויס דערפון. איך וואלט געזאגט אז יא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:59 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ראסיזם איז אפט א פראדוקט פון אומוויסענד. איך צייל נישט צווישען מיין חברים קיין איין פרעמדע ראסע, ממילא ווייס איך נישט מער ווי די נייעס. און דארט זעט מען אסאך טונקעל הויטיגע פארברעכערס.

יעצט דארף מען פרעגען צו אונזער אפגעזונדערטע לעבען איז ווערט די ראסיזם וואס קומט ארויס דערפון. איך וואלט געזאגט אז יא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


האפענטליך אז דו זעסט טאקע די נייעס זעסטו אז עס זענען דא עדוקירטע און טויגליכע שווארצע.

דו מעסט שוין די פרייז פון זיין אפגעזונדערט כאולו מען מיז בלייבן אומוויסענד. היינטיגע צייטן איז גאר גרינג איינצוזעהן אז מיר האבן מער אין common מיט די אומזיסט געפייניגטע שווארצע, ווי די פריוולירטע ווייסע.

טאלעראנץ קען זיך יעדער לערנען. אויך אויב מיר זענען היבש אפגעזונדערט.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 12:16 am

בת קול האט געשריבן:היינטיגע צייטן איז גאר גרינג איינצוזעהן אז מיר האבן מער אין common מיט די אומזיסט געפייניגטע שווארצע, ווי די פריוולירטע ווייסע.

איך ווייס נישט וועם דו מיינסט מיט די 'אונז', אבער איך בין זיכער נישט אריינגערעכנט.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3685
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2831 מאל

Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

הודעהדורך אונטער חכם » פרייטאג מאי 25, 2018 12:53 am

מי יקום האט געשריבן:
און וואס איז געוועהן פון מהאט זיי באפרייט ביז יעצט-די ״סעגראגאציע״ די טרויעריג-בארימטע ״דזשים קראו געזעצן״, און די שפעטערדיגע ״וואר אן דראגס״ וואס איז געווארן שטארק אקטיוו ביי די ריפובליקאנער אדמינסטראציעס פון ניקסאן, רעיגען און בוש, וואס איז געוועהן דירעקט געצילט צוכאפן די שווארצע און זיי אריינשליידערן אין תפיסות פאר לאנגע יאהרן, פאר קליינע מינדערוויכטיגע קריימס ווי מאריוואנע (וואס איז סייענטיפיש אסאך ווייניגער שעדליך ווי אלקהאל, און איז ליגעאל אין אסאך סטעיטס) ווידער די רייכע ״וואל סטריט שווינדלער״ וואס לעבן אין זייערע פאלאצן אויף קאוקעין, זונות און ווילדע פארטיס האבן זיי צוגעמאכט דאס אויג... (קאוקעין איז פיהל ערגער ווי מאריוואנע סיי אלץ געזונט און סיי אלץ די אפעקט- קאוקעין ווערט אנגערופן - די ריט״ש מענ״ס דרא״ג...) מיליאנען שווארצע וואס האבן נישט געהאט קיין געלט זיך אויסצולייזן און זענען געבליבן ״פארשקלאפט״ אין תפיסות פאר לאנגע צייטן-פאר ממש גארנישט און פאר נישט. דערנאך אז זיי זענען שוין ארויסגעקומען פון תפיסה האבן זיי נישט געקענט באקומען קיין געהעריגע דזשאב ווייל זיי האבן געהאט ״א קרימינאלע רעקארד״ (און ווער וויל דען אויפנעמען א שווארצע ארבעטארער נאכדערצו מיט א קרימינאלע רעקארד) אזוי ארום האבן די ווייסע ריפובליקאנער וואל סטריט שווינדלער געמאכט זיכער אז די שווארצע זאלן בלייבן ״אינטערשטעליג״ און ״זיי האלטן אין די ראמען״ און אז מיליאנען שווארצע האבן פארלוירן פאר אייביג די רעכטן צו וואוטן. און פארשטייט זיך אז די ווייסע האבן [נאכאמאל] גענוצט די שווארצע פאר ״סלעיוו לעיבאר״ אין די תפיסות עד היום הזה (אין געוויסע רעכטע שטעט).

פון ווי נעמסטו אז דאס איז געווען די ציל פון די war on drugs.
דאס אז מען האט באהאנדלט רייכע אנדערש ווי ארעמע האט גארנישט צו טוהן מיט ראסיזם , עס איז פשוט אז רייכע האבן מער פאליטישע כוח.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 795
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 385 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 9:38 am

@בת קול, פארוואס קען נישט טאלעראנץ מיט ראסיזעם גיין ציזאמען
ראסיזעם זיכט צי פארענפערען צי איז טאקע אמת אלל-מען-אר-קריעטעט-איקוואל אדער אפשר איז איין ראסע אנדערש וואו די אנדערע (אידען קליגער וכו')
טאלעראנץ איז אן הנהגה וואס איז מאראליש אויסגעהאלטן - איך דארף זיך רעכענען מיט יענעם, פארשטיין יענעם, חאטש ער איז אנדערש פין מיר.

א מאן איז אנדערש וואו א פרוי אין מעגליך איין ראסע איז אנדערש וואו א צווייטע ראסע -
יא, מעגליך אז איין ראסע האט מער מעלה איבער די אנדערע

מי יקים, איך ווייס אז די טראכט-פאליס לאזט נישט אזוי טראכטן, איז אבער מעגליך אז דאס איז דער אמת?
א דעשראף איז אנדערש וואו א טייגער
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 10:44 am

הקטן האט געשריבן:יא, מעגליך אז איין ראסע האט מער מעלה איבער די אנדערע


דאס איז קליין קעפיג צו זאגן. יעדע ראסע האט מעלות און חסרונות. דו נעמסט איין מעלה פון אונזער ראסע און דו האלסט עס ווי א טראפי. פונקט ווי די נאציס האבן זיך געהאלטן שטאלץ איבער זייער איין מעלה פון זיין בלאנד און בלוי.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ווער זענען די קרימינאלן, די שווארצע אדער די ארימע???

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 11:02 am

די יסוד איז צו באהאנדלען מענטשען אלס אינדיווידואלען, נישט משפט׳ן פאראויס לויט זייער אויסזעען, ראסע, האר קאליר צו אקצענט. ווייל ער האט א טינקעלע הויט, מיינט נישט אז ער קען גוט שפילען באסקעט באלל, און ווייל זי האט געלע האר מיינט נישט אז זי איז דום.

דאס קען נאר פאסירען ווען א מענטש קען נישט קיין פרעמדע פון די נאנט. דעמאלס קען ער נאר א סך הכל אויף יענער חברה. ווען ער חבר׳ט זיך מיט אנדערע, קען ער זע׳ען אז עס איז נישט אייניג, יעדער האט זיין נאטור, און אפילו טאמער די סטערעאטייפ איז געבויט אויף עפעס, עס איז נישט מחייב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 11:40 am

בת קול האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:יא, מעגליך אז איין ראסע האט מער מעלה איבער די אנדערע


דאס איז קליין קעפיג צו זאגן. יעדע ראסע האט מעלות און חסרונות. דו נעמסט איין מעלה פון אונזער ראסע און דו האלסט עס ווי א טראפי. פונקט ווי די נאציס האבן זיך געהאלטן שטאלץ איבער זייער איין מעלה פון זיין בלאנד און בלוי.

חסרונות אויך מעגליך, ס'איז גאר מעגליך אז די חסרונות וועגן איבער די מעלות, אבער דאס נעמט נישט אוועק די מעלות
אויך איז מעגליך אז א געוויסע ראסע זאל האבן מער מעלות אסך מער מעלות וואו אנדערע.

די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אז אידען זענען קליגער איז נישט געווען כדי דאס צי האלטן פאר א טראפי, וואו די ריפסט, דאס איז נישט די מדובר דא
איך האב דאס געשריבן ווייל איך האלט אז ס'איז גרינגער מסביר צי זיין און די פאזעטיוו
איך וואלט פינקט אזוי געקענט שרייבן אז די שווארצע, בדרך כלל, איז נערישער - אבער דאס וואלט ווען געווען צי charged פאר אסך פין דא.

די רגע וואס דו ביסט גרייט צי זאגן אז איין ראסע איז אנדערש פין די אנדערע האסטו דיך געפענט די טיר צי די פאקט אז איין ראסע קען האבן מער מעלות וואו די צווייטע
דאס אז די נאציס האבן דאס אויסגעניצט אויף זייער וועג טוישט נישט די פאקט, אויב ס'איז באמת א פאקט

ליטוואק דו רעדסט פין "סטיריא-טייפען" אנמען די כלל פין כל דפריש מרובא פריש און זאגן אז א יעדער איד מיז זיין קליג.
בכלל איך ווייס נישט די פאקטן, זענען טאקע רוב אידען קליג (העכער די נארם) אדער האבן די אידען א גרעסערע פראצענט קליגע

די זעלבע איז ביי די שווארצע, איך גלייב נישט אז רוב שווארצע זענען קרימענאל אבער מי יקים קיקט אויס האלט קלאר אז ביי די שווארצע איז דא מער קרימענאלן
קען זיין ווייל זיי זענען ארים אדער אפשר עפעס מיט די ראסע
קען זיין אז זייער ארימקייט האט אויך מיט די ראסע
קען זיי מער אידן שטינקן, אויך אדאנק זייער ראסע

איז מעגליך אז א גרעסערע פראצענט פין געלע האר זענען דום
אין די אלגעמיינע באפעלקראנג איז די דום רעט למשל 2% און ביי די געלע האריגע איז דאס ממש דאפעלט א גאנצער 4%
יעצט אויב איינער וועט זיך טרעפן מיט א געלער און וועט אננעמען אז יענער איז דום געבויט אויף די סטאטיסטיק וואלט איך אים ווען באטיטילט אלס דום
אבער דאס זאגט נישט אז ס'איז נישט דא קיין קארעלעשן פין געלע האר מיט דומקייט - אויב מיינע געשאסענע נאמבערס זענען גערעכט האט דאס מן הסתם יא א שייכת

ווער האט נישט מורא פין די אמת זאל אויפהייבן די הענט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 12:10 pm

אוודאי זענען די ראסעס אנדערש איינע פונעם צווייטן. למעשה שטאמט יעדע באזינדערע ראסע פון איין gene pool. (מעו איז אנדערש מיט למשל קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט.)
זאכן ווי כעס, גניבה, הריגה, איז ראסיסטיש אנצולייגן אויף א ראסע. דאס זענען זאכן וואס איז ביי יעדע אינדעווידיעל אנדערש, און האט צו טוהן מיט פערזענליכע מדות.

ראסיסטיש איז צו זאגן, מיר זענען בעסער פון אן אנדערע ראסע, צוליב אונזער קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט וכו'
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג מאי 25, 2018 12:41 pm

בת קול האט געשריבן:אוודאי זענען די ראסעס אנדערש איינע פונעם צווייטן. מען איז אנדערש מיט למשל קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט.
זאכן ווי כעס, גניבה, הריגה, איז ראסיסטיש אנצולייגן אויף א ראסע. דאס זענען זאכן וואס איז ביי יעדע אינדעווידיעל אנדערש, און האט צו טוהן מיט פערזענליכע מדות.

זיכער האט א יעדער אינדעווידיעל זיין אייגענע בחירה, אבער פארוואס איז שווער צי הערן אז פינק וואו קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט האט מיט ראסע אזוי אויך איז איין ראסער מער פראן און מער געאייגנט און האט א שווערע ניסון מיט כעס, גניבה, הריגה.

פארשטייט זיך דו מעגסט נאר אזוי טראכטן אויב די האסט נישט מורא צי הייסן א רעסיסיט!

בת קול האט געשריבן:ראסיסטיש איז צו זאגן, מיר זענען בעסער פון אן אנדערע ראסע, צוליב אונזער קליגשאפט, שיינקייט, שטארקייט וכו'

איז זיין שטערקער, שענער, און קליגער בעסער אדער נישט?
וואס איז די אמת?
דערנאך וועלן מיר דן זיין אויב מען מעג דאס זאגן אדער טראכטן



דעס אז איך מיין אז איך בין שטארק ווייזט נאר וואו שוואך איך בין

קרעדיט: מ.ק.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך בת קול » פרייטאג מאי 25, 2018 1:07 pm

ניין עס איז נישט אמת אז קליגערע, שטערקערע, אדער שענערע מענטשן זענען בעסער פון אנדערע.
א מענטש וואס האט גוטע מידות איז בעסער פון אנדערע.
פון וועלכע פלאנעט קומסטו???
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: דוראק און 2 געסט