קינות כללי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

קינות כללי

שליחה דורך גדליה »

עס הערשט אין דער גאס א גרויסער טומל. דער טענה'ט יא קינות, יענער טענה'ט נישט קינות. דער רבי האט יא געהאלטן, דער רבי האט נישט געהאלטן. יא גיוס, נישט גיוס. יא ראאאוועד, נישט ראאאוועד. יא צעטלעך, נישט צעטלעך. אהין און צוריק און צוריק און אהין. עס הערשט, ווי מ'האט עס גערופן ביינונז אין סאטמאר, א גרויסע בלבול המוחות.
נו, אזוי ווי די גרויסע רביס זענען נישט גרייט צו מאכן א בהעלותך תורה און ערקלערן וואס דא טוט זיך, האב איך באשלאסן איך וועל זיך אנגארטלען מיט'ן פעדער אויף די לענדן און פרובירן פארשטיין געבן פאר'ן עולם וואס דא טוט זיך אביסל.
איך בין א סאטמארער מבטן ומלידה, און דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס די געשיכטע בארירט מיר. איך וועל אייך נישט זאגן צו וועלכן פארטיי איך באלאנג, און די וואס דאס פאר זיי איז דאס א וויכטיגע חלק אין געשיכטע וועלן צום באדויערן מוזן בלייבן נייגעריג.
עס הערשט אין די לעצטע יארן א געוואלדיגע קנאת סופרים צווישן די צוויי סאטמארע פארטייען. ביידע רעפרעזענטירן זיך אלס די אמת'ע קנאים, די אמת'ע לוחמים, די אמת'ע ממשיכים פון דרך פון רבינו הקדוש יואל זי"ע. ביידע פארפירן אויך אז דער צווייטער איז די פאלשע קנאים, פאלשע לוחמים, פאלשע ממשיכים פון דרך רבינו הקדוש. דער פאררופט מאסן פראטעסטן צו מחזק זיין זיין זייט, און דער פאררופט מאסן כינוסים פאר זיין זייט, ביידע צדדים פארזאמלען קאנאנען פלייש צו פיטערן דעם צד שכנגד אין פארצוף אריין.
פאראיאר איז געווען איין כינוס וואס האט איבערגעשטייגט אלע פריערדיגע, דאס יאר איז דא נאך א כינוס וואס וועט ברעכן א פרישע רעקארד. מסתמא אין א יאר צוויי דריי וועט זיך יאווען א דריטע רעקארד אויסברעכנדע קינות. מ'ברויך מודיע זיין די בעלי הגינעס ווארלד ביכל אז דא ברעכן מיר רעקארדס פון מענטשן פארזאמלונגען.
יעדער איינער איז אנטשלאסן צו באקעמפן דעם "ממשיך דרכו" אויף א בעסערע אופן. איינער לאדנט דעם גרויסן ראב"ד ירושלים, דער מגיה פון ויואל משה, אלס גאסט רעדנער. דער בריסקער תלמיד וועט זיכער באווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז מיר זענען די ריכטיגע קנאים. דער צווייטער נוצט גאר דעם ראב"ד אלס א באווייז פון מצא מין את מינו. צו באפעסטיגן זיין צד אימפארטירט ער א ראש ישיבה פון בוענאס איירוס און א שלאף רבי פון א ספרדישע ישיבה קטנה אין די טריפה'נע מדינה.
זעט אויס אז ס'איז ענטשאנען א נשתכח דרך רבינו. יעדער אמפערט זיך ארום וואס איז דער אמת'ער דרך פון א איד וואס איז נפטר געווארן נאנט צו פערציג יאר צוריק. און ווער קען דען בכלל וויסן? דער מצב האט זיך שוין הונדערט מאל געטוישט. עס איז נישט מעגליך צו וויסן וואס ער וואלט געזאגט היינט צו דעם יעצטיגן מצב, ווייל דער גרויסער צדיק עקזיסטירט שוין נישט, און קיין שליחים פון הימל האט ער נישט געשיקט.
רבותי! איר ווילט וויסן ווער איז דער אמת'ער ממשיך דרכו? איך ווייס נישט ווייל כ'האב נישט געקאנט דעם הייליגן רבי'ן זי"ע. אבער לויט די זאכן וואס כ'האב געהערט דערציילן ווייס איך איין זאך אויף הונדערט פראצענט זיכער: קיין איינער פון די צוויי מנהיגים איז נישט ממשיך דרכו!
דער סאטמארער רבי האט געזאגט וואס ער האט געהאט צו זאגן אפילו ווען ער געהאט קוים א מנין מיט זיך. דער סאטמארער רבי האט געזאגט זיינע זאכן און פאררופן זיינע פראטעסטן אפילו ווען ס'האט אים קיין כבוד נישט געברענגט. ער האט נישט פאררופן קיין פראטעסטן צו שטויסן דעם ברודער אדער ארויסשטעלן פאר תבל ומלואה די מאסן מענטשן וואס ער פארמאגט אין זיין סטאדע.
דער סאטמארער רבי איז געווען א קנאי בעפאר קנאות איז געווען אין סטייל. סאטמארער רביים, האט איר שוין פרובירט צו זאגן אייער אייגענע מיינונג אמאל אן צו דארפן פרובירן געפעלן דעם אדער יענעם?
דער סאטמארער רבי איז אנטלאפן פון כבוד. ער האט נישט געזוכט קיין פאמפע און טראסק. סאטמארער רביים, איר אנטלויפט אויך פון די בליצערלעך און לעמפעלעך?
דער סאטמארער רבי האט געבלוטיגט אויף כבוד שמים. סאטמארער רביים, האט איר שוין אמאל געכאפט א סטראוק אדער א הארץ אטאקע צוליב דעם אנגעבליכן שרעקליכן מצב אין ארצינו הקדושה?
דער סאטמארער רבי האט פארשטאנען ווען מ'דארף פארקוקן און פארזען, ווען מ'דארף זיך שטעלן אויף עפעס און ווען מ'דארף אביסל מוותר זיין. ער האט נישט געלעבט אין זיין אייגענע באבל, און ער איז נישט געווען פארנומען א גאנצן טאג צו זיין א "ממשיך דרכו" פון זיינס אן עלטער פעטער אדער האקן אויף א צווייטן אז ער איז א פאלשער ממשיך דרכו.
ס'איז אים נישט אנגעגאנגען וויפיל פונטן פלייש מען האט אנגעזאמלט אויף זיינע פארענטשעס, אויב ער האט בכלל געהאט פארענטשעס. ס'איז אים ענדערש אנגעגאנגען אויב זיין ציבור אידן זענען אויסגעהאלטן און ערליך און צו די זאך.
איר ווייסט וואס נאך?
דער רבי זכרונו לברכה, דער פעטער זכרונו לברכה, בעל ויואל משה, בעל דברי יואל - ווי אזוי אימער איר ווילט אים רופן - האט געטון אסאך אסאך זאכן אויסער די פראטעסטן וואס ער האט פאררופן. ער האט אויסגעטון זיין העמד פאר אידישע קינדערס וועגן. ער האט אויסגעליידיגט זיינע טאשן פאר א צווייטן איד. ער איז נישט געשלאפן קיין נעכט און האט נישט געגעסן גאנצע טעג. דאס פרובירט איר אויך נאכצומאכן אדער דארטן פארשטייט איר אז איר זענט בכלל נישט אויף זיין דרגה?
טייערע סאטמארע רביים, איר פאררופט ריזיגע כינוסים, מאסן מענטשן קומען זיך צאם, מען פארשווענדט שווערע מיליאנען פאר דעם סוקסעס פון די געשעעניש. אויף וואס? אויף עפעס א כלומר'שטע געפאר אפאר טויזנט מייל אוועק פון אונז אויף וועלכן מיר האבן נישט קיין שום השפעה? אויף דעם פארשווענדט איר אייער ענערגיע? אין דעם שטעקט אייער סאטמארישקייט? די בליצערלעך און בילדערלעך פארוואנדלען אייך אין דעם ממשיך דרכו?
אפשר ביי אייערע אייגענע מענטשן, און אפילו ביי אייערע קעגנער, רעדט מען פון אייך. אייערע חסידים וועלן טאנצן פאר עקסטאז פון די מאסן מענטשן און די פייערליכע בילדער, דער צד שכנגד וועט אייננעמען בושות וחרפות.
אבער איר ווייסט וואס? ס'גייט נישט אנהאלטן. מארגן וועט בעלז מאכן נאך א גרעסערע קינות און דער באלאן וועט פלאצן. דער בנין אין דובאי וועט אויך נישט בלייבן אויף אייביג די העכסטע.
איר ווילט עפעס וואס זאל בלייבן פון אייך? איר ווילט א שיינע בלעטל אין היסטאריע פון כלל ישראל? טוט עפעס פון וואס מענטשן וועלן הנאה האבן. איר פארמאגט פופצן טויזנט מענטשן אונטער איין דאך; לערנט זיי אויס עפעס וואס וועט זיי זיין בייהילפיג אין טאג טעגליכן רוחניות'דיגן און גשמיות'דיגן לעבן, און אז איר ווילט אויך רעדן פון א קאנפליקט אין דער מיטל מזרח וואס באלאנגט אין פאליטישן אפטיילונג פון דער בלאט, פארוואס נישט.
לנו לדורותינו.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר