מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך יולי 25, 2012 4:58 pm

אין לויף פון צענדליגע דורות האבן אידן ביטערליך געליטן פון גרויסזאמע קעניגן, צאר'ן, הארצלאזע פריצים, וכו׳ וכו׳ וואס האבן געפייניגט אידישע קינדער מיט זייער אומענדליכע שנאת ישראל. נאך אנגעפאנגען מיט פרעה מיט זיין רשעות'דיגן הבה נתחכמה לו, האט ער זיך גענומען צו די קליינע אידישע קינדערלעך, וכל בן הילוד היאורה תשלכוהו. די מלחמה אפצושטעלן דעם וואוקס פון עם ישראל איז אנגעגאנגען אין אלע דורות, די שונאי ישראל האבן נישט צוגעלאזט מען זאל באהאנדלען אידישע קינדער דורך דאקטוירים, און האבן זיך געפרייט ווען נאך א אידיש קינד איז אוועק פון די וועלט ל"ע.

דאס האט אנגעהאלטן נאך אזוי לעצטענס ווי זיבעציג יאר צוריק, ווען דער צורר כל היהודים היטלער ימח שמו וזכרו האט מערדערליך אויסגעשאכטן מיליאנען אידן, און געלייגט א דגוש אויף ברוטאל אומברענגען 1.5 מיליאן אידישע שעפעלעך, הי"ד.

אידישע קינדערלעך זענען די צוקונפט פון כלל ישראל. זיי וואקסן אויף ווי די קומענדיגע דורות, און דורך זיי פירן מיר ווייטער די שלשלת דקדושה, די הייליגע מסורה, גייענדיג צוריק ביז משה רבינו ע"ה. די שונאי הדת און א"י ווערן אלארמירט אויף דעם "פראבלעם" פון דעם וואוקס פון חרדי'שע אידן, ווען זיי זעען די ציפערן פון חרדי'שע קינדער, און דאס זאגט פאר אז אין א דור ארום וועלן חרדי'שע אידן זיין נאך שטערקער און מאכטפולער, און מ'וועט ווייטער בליען און וואקסן על אפם וחמתם.

אין די יעצטיגע טעג איז אבער פאסיג אפצוגעבן א שמח והודאה צום אויבערשטן, אז דער מעיאר פון ניו יארק רבתי, מר. מייקל בלומבערג ירום הודו, וואס כאטש ער איז נישט קיין פרומער איד טליעט נאך אין אים דעם אידישן פונק, און דאס וואס אמאליגע משתלטים האבן געזוכט צו טוהן קעגן אידן, מיט אונטערדרוקן און אומברענגען די נייע דורות, טוט דער היינטיגער שולט אויף ניו יארק פונקט פארקערט מיט זיין ברייטן קאמפיין צו ראטעווען אידישע קינדערלעך.

טראצדעם וואס בלומבערג איז גוט באקאנט מיט די יושבי חושך, און ווייסט אז ער גייט אריין אין א קאמף מיט זיי ווען ער דערקלערט אז מ'מוז באקאנטמאכן די ריזיקעס פון מאכן מציצה בפה, פארקוקט ער אויף דעם, און האלט פאר זיינע אויגן איין זאך: זיין מאראלישע געוויסן וואס הייסט אים ראטעווען אידישע בעיביס! עס גייט אים נישט אן אז די יושבי חושך וועלן אים שעלטן אין זייערע טעמפלען, אים אינטערעסירט נישט אז זיי וועלן אים אינזין האבן ביי "ולמלשינים", ער ווייסט איין זאך: די זעלבע דאקטוירים וואס מאכן הארץ-אפעראציעס, די זעלבע עקספערטן וועלכע מ'ברענגט פון יענע עק וועלט ווען דער רבי שליט"א איז קראנק, די זעלבע שטודיעס מיט וואס מ'באשטעטיגט מעדיצינען פאר אלע מחלות, די זעלבע וויסנשאפט וואס האט געברענגט אז מיר זאלן היינט לעבן דאפעלט ווי די אמאליגע דורות – די אלע זאגן אז קינדער ווערן גע'הרג'עט דורך הערפיס-אנגעשטעקטע מציצה-בפה'ניקעס, און עס ליגט א חיוב צו ראטעווען די קינדער.

ער ווייסט אויך אז די יושבי חושך זאגן אים ליגנט ווען זיי פארקויפן אים אז ס'איז הלכה למשה מסיני, ווייל איינער האט אים שוין פארציילט די סוד אז די זעלבע מוהלים פון די יושבי חושך מאכן נישט קיין מציצה בפה פאר מענטשן וועלכע מל'ן זיך אויף דער עלטער. ער ווייסט אויך אז גענוג ערליכע אידן האלטן נישט אז מציצה בפה איז א חיוב, און ער ווייסט אויך אז דער חתם סופר, וואס ווערט אייביג גענוצט דורך די יושבי חושך פאר זייערע אגענדעס, האט אויך נישט געהאלטן אז עס איז א חיוב'דיגע חלק פון ברית מילה.

בלומבערג ווייסט אויך אז די יושבי חושך זענען נישט אזעלעכע מיט וועם מ'קען זיצן ביי א טיש, ער ווייסט אז אין זייער פינסטערן לעבן קען זיי נישט זען קיין שווארץ-אויף-ווייס. זיי וועלן נישט מודה זיין אפילו אויב מתו מוטל בפניו, און וועלן נישט הייסן מוהלים זיך טעסטן פאר הערפיס, אפילו אויב משה האט גארנישט געזאגט אין סיני אז מ'זאל דאס נישט מעגן טוהן.

אבער נאך וויכטיגער פון דאס אז בלומבערג האט קענענגעלערנט די יושבי חושך, איז דאס אז אחינו בני ישראל ווייסן שוין מיט וועם מיר האנדלען דא. די יושבי חושך מיט זייער ענדלאזע עקסטרעמיזם, און פאנאטישע בת היענה צוגאנג צו יעדע זאך אין אונזער לעבן ברוחניות ובגשמיות, האבן שוין גענוג פארדארבן זייער רעפוטאציע אז טויזענטער זעען שוין נישט אין זיי קיין אמת'ע רעפרעזענטאציע פון ערליכע אידישקייט. מ'זעט אין זיי א קליקע פון פשוט'ע פינסטערניש-זיצער, מענטשן וואס ווייסן ווי אזוי צו דערקלערן "גזירה!" "שמד!" "רשעים!" "אפיקורסים!" "ציונים!" "משכילים!" "ימח שמו!" "היה לא תהיה!" "אסור! אסור! אסור!" אבער ווייסן נישט ווי אזוי צו רעדן אפילו פון א טראפקעלע אידישקייט. מ'זעט אין זיי מענטשן וואס אסר'ן אינטערנעט בכל וכל, אבער פארפירן אויפ'ן אינטערנעט קעגן דעם "רשע" מר. בלומענבערג וואס איז "יודע את רבונו ומתכוון למרוד בו"... דער זעלבער רשע וואס אינפארסירט בילדינג געזעצן פאר אונזער זיכערהייט, און דער זעלבער אפיקורס וואס שיקן זיינע אנטיסעמיטישע פאליציאנטען צו טיילן טיקעטס פאר די וואס פארן אויף א סכנה'דיגן אופן.

מיר קענען נאר דאנקען דעם הייליגן באשעפער אז די פינסטערניש איז געבליבן אין זייערע ווינקלען, און די יושבי חושך פארטרייבן נאר מער און מער פון זייערע רייען. מיר זעען אין מר. בלומבערג א שליח פונעם אויבערשטן צו ראטעווען אידישע בעיביס פון די הענט פון די פאר'חושך'טע עסקנים און רבנים, אין אונזערע אויגן ראטעוועט ער נישט נאר איינס אדער צוויי בעיביס, נאר גאנצע אידישע דורות! מר. בלומבערג קויפט זיך איין גאנצע עולמות ווי ס'שטייט אין חז"ל כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו מקיים עולם מלא, און מיר ווינטשן אים הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער, סיי אין די יעצטיגע געזעץ וועגן מציצה בפה, און סיי און זיינע ווייטערדיגע פאליטישע פלענער.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 540
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1276 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך יולי 25, 2012 5:23 pm

דיסלייק :דיסלייק:
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך נפתלי » מיטוואך יולי 25, 2012 5:34 pm

לייג שוין צו א דאנק פארן ראטעווען לעבנ'ס מיטן נישט לאזן טרינקען זעכצן אונסיגע קאפס סאדע...

שטימט פאר בלומבערג!
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 5:38 pm

איך ווייס נישט צו לאכן אדער וויינען.
האסט מיך גענומען אויף א רייד........
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך יולי 25, 2012 5:43 pm

א הערליכע ארטיקעל, רב שיטה. כאטש אביסעלע צו שארף קעגן די ״יושבי חושך״.....
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך פארוואס נישט » מיטוואך יולי 25, 2012 5:45 pm

געווינען געווינט דער וואס שרייט דער העכסטער, איז היות איך האב נישט די זאפטיגע שפראך און פליסיגע פעדער ווי דיר וועל איך אפי' נישט פרובירן דן צו זיין באריכות בעצם התגובה וואס דו שרייבסט נאר כ'על עס לאזן פאר אנדערע זיך מפלפל און מטפל זיין מיט וואס דו שרייבסט.

נאר אויף דעם וואס דו ביזט זיך מתלבש באיצטלא דרחמנות און שרייבסט מיט אזא התלהבות:
שיטה מקובצת האט געשריבן:...און האלט פאר זיינע אויגן איין זאך: זיין מאראלישע געוויסן וואס הייסט אים ראטעווען אידישע בעיביס!

מוז איך דיר זאגן אז דו האסט מיר שיעור ארויפגעברענגט דעם פרישטאג... (ואקצר משום הלאו דבל תשקצו), איך האב נאר א לימוד זכות אויף דיר אז דו וואוינסט פשוט נישט אין די סיטי, משלים פון די אויסטערלישע מאראלישע געוויסן וועלכע פלאגן אונזער מעיאר יר"ה לאז איך איבער פאר אנדערע צו דעסקרייבן...

(איך וויל נאר בעטן די אלע וואס פארשטייען בעסער ווי מיר, אריינגערעכנט די מה יפית'ניקער, סעלף העיטינג דזשוס וכו' וכו' זאלן מיר ביטע נישט באקלאפן פארן נישט מסכים זיין מיט יעדע ווארט וואס הרב מקובצת שרייבט, איך בין שוין ארויס פון אפיס פארן טאג, מארגן וועל איך זיין צירוק אי"ה און הערן וואס יעדער האט צוזאגן).
פארוואס נישט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יולי 25, 2012 5:50 pm

איך בין נישט מסכים מיט יעדעס ווארט פון שיטה'ס שיינעם ארטיקל, אבער איך קלער אז ער אליין האט באוואוסטזיניג איבערגעטריבן מיט געוויסע פרטים - ווייל דאס איז א רעטארישער ענטפער צו די העצערישע קאמענטארן קעגן דעם "עוכר ישראל" מעיאר בלומבערג.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 6:01 pm

קוק אהער, צי ס'דא אביסעל עקסטרעמיזם ביי געוויסע רבנים, קיינער זאגט נישט אז נישט, אבער פין דארט ביז א יושבי חושך ארטיקעל אין א לאנגער וועג, אין דער שמענדראק בלומבערג ווערט גאר דער צדיק דא, הא הא הא, כ'ווייס נישט אויב כ'דארף לאכען אדער וויינען, :cry: :lol: אבער בלומבערג איז א אנגעבלאזענער פאפאקטראטש :lol: (פרעג מיר נישט וואס עס מיינט), דאס קען דיר יעדער איינוואוינער פין די שטאט עדות זאגען נישט קיין חילוק צי ער איז א איד צי א גוי,

אויך איז ער קעגען גאנס, מילא איז ער א אויסגעדראשענע פערדען טרייבער, אין מ'קען זיין זיכער אז ער מיינט נישט די "טובה פין אידישע קינדער", ער האט מסתם פאליטישע צי אנדערע חשבונות,

אפשער מיטען טיילען טיקעט א גאנצען טאג אין א גאנצע נאכט מיינט ער אויך די "טובה" פין די אידישע קינדער ?!, ער מיינט קיינעם'סנישט טובה נאר זיין אייגענע, ער איז א אפגעריסענע מאסטערד שמירער, אין דא קומט מען עים נאך אויסלויבען, נאו וועי,

כ'ווייס נישט פינקלעך ווער ס'איז גערעכט ביי די מציצה בפה אישו, דאס איז זיכער אז מציצה בפה דארף מען מאכען אין מיט די פראבלעמען דארף מען זיך א עצה געבען דורעך תקנות פאר די מוהלים וויזוי זיך צי פיהרען, אבער דער בלומבערג איז א שוואנץ,

יעדער זאל קויפען גאנס אין מאכען מציצה בפה, אין נישט באצאלען די טיקעט'ס, אין בלומבערג זאל גיין קויפען די וואלען ערגעץ אנדרעש...

אין "שיטה" טייערער אין מיין אפיניען איז די "יושבי חושך" סטראטעגיע, נישט קיין גוטע וועג צי פיקסען פראבלעמען, אין די זעלבע זאך מיט באטוטלען בלומבערג אלץ גרויסע צדיק, ס'דא אנדערע וועגען, ודו"ק ותשכח

יעצט, כ'האב נישט אדורעך געטוהן די מציצה נושא, אין כ'ווייס נישט וואס דער בלומבערג וויל אבער טאמער איז ער קעגען מציצה דאן זאל מען מאכען מציצה יעדען טאג,
מציצה מיינט אויסצאפען די בלוט, נו ווילעך וויסען טאמער צאפען יענעם'ס בלוט מיט טייערע טיקעט'ס מעג מען יא ?! הא בלומבערג ? די מאכסט מציצה יעדען טאג טויזענטער מאל דורעך דיינע טיקעט מענטשען פרעסער, הא ? , נאר יענער טאר נישט, נאו וועי מיר פארלאנגען גלייכבארעטיגונג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פראפעסאר שפירא אום מיטוואך יולי 25, 2012 6:40 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 6:05 pm

געערטער פראפעסער!

ווי קומט הודו צו כוש?

ווייל ער איז אנטקעגן גאנ'ס, און דו ביסט יא דערפאר, ממילא איז ער א שוואנץ? וואס וואלט געווען ווען ער שטעלט זיך יא צו צו דיינע אגענדעס?

ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך שטאנג » מיטוואך יולי 25, 2012 6:25 pm

מיין ניק האב איך בכלל נישט געפענט צו שרייבן איבער דעם ענין, אבער כ'האב זייער מורא אז שיטה איז פון די יושבי חושך,

רב שיטה, איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט בטיטלען פרעה יר"ה מיט אזאנע מיסע טיטלען, דו ווייסט וויפיל גוטס ער האט געטון פאר די אידן? די יושבי חושך אידן האבן נישט געוואלט אנערקענען דאס וויכטיגקייט פון עקסערסייז האט מען זיי געמוזט צווינגן זיי צו האלטן געזונט! דו ווייסט אז פרעה האט זיך אוועקגעגעבן זיין אייגן לעבן ביים רויטן טייך צו ראטעווען די אידן פון די יושבי חושך משה ואהרן?! הלוא טוב לנו שוב מצרימה!

ביסט אויפן קאפ געפאלן? דו זינגסט נעבעך נאך די אלע היסטאריע פארדרייער מיט דיינע שענדליכע טיטלען אויף היטלער יר"ה, דו ווייסט ווי אידישקייט האט געהאלטן איידער דעם האלאקאוסט? היטלער האט געראטעוועט אידישקייט! ווער ווייסט וואו אידישקייט וואלט געהאלטן ווען נישט דעם קריג?! דו ווייסט וויפיל די דירות פרייזן זענען געפאלן אין אלע אידישע שטעט?! אלעס היטלער'ס קרעדיט! ער האט אונז אלע געראטעוועט און ס'האט אים סכלל נישט אינטערסירט ווי די פארנאטישע יושבי חושך שעלטן אים אין זייערע טעמפלען!

פון דיין תגובה זעהט אויס אז דו בוסט פון די ערשט-קלאסישע יושבי חושך, דו ביסט א סעמפל פון די וואס לאזן זיך פון די היסטאריע פארקויפער איבער די פארגאנגענהייט פון די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן זייער אייגן לעבן אלעס פאר די טובה פון כלל ישראל!
שטאנג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 1:26 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יולי 25, 2012 6:27 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.

ואס איז מייזעלס לאזט נישט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יולי 25, 2012 6:29 pm

איך אויך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.

ואס איז מייזעלס לאזט נישט?

א טיפיקל עקזעמפל פון "העי וויפיל קאסט א מעלאנע אין די זומער"?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2755 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יולי 25, 2012 6:31 pm

נו וויפיל טאקע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יולי 25, 2012 6:34 pm

נאך נישט גענוג פארדרייט? ווילסט עס נאך מער פארדרייען?
אה יא פאר איך פארגעס. איך האב נישט ליב מעלאונע, איך וואלט נישט געצאלט קיין רויטן גרייצער דערפאר.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2755 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 6:35 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:געערטער פראפעסער!
ווי קומט הודו צו כוש?

ס'דא וואס זאגען אז עס איז איינס לעבען צווייטען,

שמעקעדיג האט געשריבן:ווייל ער איז אנטקעגן גאנ'ס, און דו ביסט יא דערפאר, ממילא איז ער א שוואנץ?

ניין א שוואנץ איז ער, אין א ראי' האב איך אז ער איז קעגען גאנס :lol:

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס וואלט געווען ווען ער שטעלט זיך יא צו צו דיינע אגענדעס?


וואלט ער שוין לאנג נישט געווען מעיאר :P , כ'וואלטעם נישט געלאזט טוישען די רעגולאציעס צי קען לויפען נאכאמאל,

שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.


פארוואס נישט? אין בויך מישט זיך עס עניוועי אויס, :lol:
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » מיטוואך יולי 25, 2012 7:23 pm

גוטע ארטיקל אבער אין מיי אפיניען קומט עס אין א שמייכל. (אדער לויט אפאר אירע, אין א געוויין)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 7:25 pm

איך שטים צו, די הנהלה זאל עס פליז אריינפירן אין "שמייכל"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 7:42 pm

ב"ה לא אלמן ישראל ער האט אונז איבערגעלאזט דעם אוכל נבו"ט וואס מאכט זיכער אונז זאל מיר האלטן אויפן ריכטיגן דרך.
נאר אינטערסאנט ווען ער האט געדארפט אונזערע וואוטס האט געקענט באשטיין מפקיר אונזערע קינדער זעענדיג ווי זיי שטארבן אויס ווי דע פליגן, יעצט פלוצלינג האט אויפגעפלאמט זיין אידיש הארץ.
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יולי 25, 2012 7:45 pm

אולי אז מען פירט עס אריבער קיין שמייכל לאנד וועט מר טאמבל זיך נישט אזוי רעגן אויף מיר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 8:13 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:דיסלייק :דיסלייק:

אינעם שמייכל פארום וואלטיך עס געלייקט. סארי :?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 9:36 pm

שיטה, דו האסט גע'גנב'ט די א.ג. "יושבי חושך"'ס וואפן און עס געניצט קעגן זיי... שטעלטס ענק פאר וואס מ'וואלט געשריבן אויף בלומבערג'ן ווען ער געט ווען פראגראמען פאר די מוסדות אדער ער איז גאר דער וואס שלאגט אפ די א.ג. גזירה אויף [אונטערשרייבן א הסכמה צו מאכן] מציצה בפה. יעצט אז ער וויל אננעמען די העלט דעפארטמענטס רעקאמענדאציעס (וואס האבן עפעס א פארבארגענע קאנספיראציע אנטקעגן אידן החרדים לדבר ה' און ווילן אן קיין שום סייענטיפישע ראיות אסר'ן מצב"פ גענוי ווי די יוונים האבן ג'אסר'ט מילה) איז ער א "יודע את רבונו ומכוין למרוד בו", א "נבילה" וכו' וכו'.
הצד השוה אז אין ביידע פעלער זענען די טיטלן סתם אזוי אויסגעדראשן פון פינגער. בלומבערג איז נישט (אדער יא) א רשע און ער איז נישט (אדער יא) א צדיק. ער איז די מעיאר פון שטאט און ער דארף מאכן די החלטה צו מ'זאל יא אדורכפירן די רעגולאציעס צו נישט. קען זיין אז ער האט א פאליטישן חשבון. קען זיין אז ער האט א מארילישע חשבון. קען זיין אז ער האט א חשבון אז ער זאל אראפגיין אין די ביכער אלס א מענטש וואס האט געראטעוועט קינדער. קען זיין אז ער וויל זיך מאיזה סיבה שהוא נוקם זיין אין די עסקנים'לעך וואס האבן אים אויפגערעט בדרך כל שהוא. איי דאונט נאו. און ס'כאפט נישט קיין נפק"מ.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4225 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 9:44 pm

יידל האט געשריבן:וואס האבן עפעס א פארבארגענע קאנספיראציע אנטקעגן אידן החרדים לדבר ה'


העי יידל, כ'האב דיר געחאפט ביי די מעשה, די ביסט א קאנספיראציע טעאריסט !

וועלקאם טו דע קלאב, :mrgreen:
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » מיטוואך יולי 25, 2012 10:07 pm

בשם א בארימטער מוהל וואלט איך געוואלט פרעגן צו איינער פון די שרייבער דא ווייסט פון כאטש איין פאל פון הערפיס דורך מציצה בפה אין די היימישע געגנטער
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 10:10 pm

איך ווייס נישט,
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל

הודעהדורך פריינדליך » מיטוואך יולי 25, 2012 10:39 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן: די מוהלים מאכן נישט קיין מציצה בפה פאר מענטשן וועלכע מל'ן זיך אויף דער עלטער.


איך גיי נישט מגיב זיין און די אשכול, איך וועל נאר אויסגראדען א פאקט פאר די אומוויסענדע און הלכת מילה,

מציצה איז א חלק פון פריעה, דארט ווי מען מאכט נישט קיין פריעה מאכט מען נישט קיין מציצה, ביי א גדול מאכט נישט קיין פריעה,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פריינדליך אום מיטוואך יולי 25, 2012 11:04 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט