קוק אהער, צי ס'דא אביסעל עקסטרעמיזם ביי געוויסע רבנים, קיינער זאגט נישט אז נישט, אבער פין דארט ביז א יושבי חושך ארטיקעל אין א לאנגער וועג, אין דער שמענדראק בלומבערג ווערט גאר דער צדיק דא, הא הא הא, כ'ווייס נישט אויב כ'דארף לאכען אדער וויינען,

אבער בלומבערג איז א אנגעבלאזענער פאפאקטראטש

(פרעג מיר נישט וואס עס מיינט), דאס קען דיר יעדער איינוואוינער פין די שטאט עדות זאגען נישט קיין חילוק צי ער איז א איד צי א גוי,
אויך איז ער קעגען גאנס, מילא איז ער א אויסגעדראשענע פערדען טרייבער, אין מ'קען זיין זיכער אז ער מיינט נישט די "טובה פין אידישע קינדער", ער האט מסתם פאליטישע צי אנדערע חשבונות,
אפשער מיטען טיילען טיקעט א גאנצען טאג אין א גאנצע נאכט מיינט ער אויך די "טובה" פין די אידישע קינדער ?!, ער מיינט קיינעם'סנישט טובה נאר זיין אייגענע, ער איז א אפגעריסענע מאסטערד שמירער, אין דא קומט מען עים נאך אויסלויבען, נאו וועי,
כ'ווייס נישט פינקלעך ווער ס'איז גערעכט ביי די מציצה בפה אישו, דאס איז זיכער אז מציצה בפה דארף מען מאכען אין מיט די פראבלעמען דארף מען זיך א עצה געבען דורעך תקנות פאר די מוהלים וויזוי זיך צי פיהרען, אבער דער בלומבערג איז א שוואנץ,
יעדער זאל קויפען גאנס אין מאכען מציצה בפה, אין נישט באצאלען די טיקעט'ס, אין בלומבערג זאל גיין קויפען די וואלען ערגעץ אנדרעש...
אין "שיטה" טייערער אין מיין אפיניען איז די "יושבי חושך" סטראטעגיע, נישט קיין גוטע וועג צי פיקסען פראבלעמען, אין די זעלבע זאך מיט באטוטלען בלומבערג אלץ גרויסע צדיק, ס'דא אנדערע וועגען, ודו"ק ותשכח
יעצט, כ'האב נישט אדורעך געטוהן די מציצה נושא, אין כ'ווייס נישט וואס דער בלומבערג וויל אבער טאמער איז ער קעגען מציצה דאן זאל מען מאכען מציצה יעדען טאג,
מציצה מיינט אויסצאפען די בלוט, נו ווילעך וויסען טאמער צאפען יענעם'ס בלוט מיט טייערע טיקעט'ס מעג מען יא ?! הא בלומבערג ? די מאכסט מציצה יעדען טאג טויזענטער מאל דורעך דיינע טיקעט מענטשען פרעסער, הא ? , נאר יענער טאר נישט, נאו וועי מיר פארלאנגען גלייכבארעטיגונג