דער בחור דארף העלפ...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך קרא » מיטוואך יוני 20, 2018 1:42 am

משנה ברורה האט די מחבר געמאכט זיבעצן יאר אן קיין גרייזען פסקי תשובות איז אוצר החכמה אין דריק המגלה פנים בתורה שלא כהלכה
קרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:28 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: דער בחור דארף העלפ...

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 20, 2018 5:16 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
3. איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס מיידלעך מעגן גיין ארבעטן און בחורים נישט.


האסט א שאלה צו א קשיא?

מיידלעך ווערען נישט קאלייע און בחורים יא. פארוואס? פרעג א סאציאלאגיסט, א פסייקאלאדזשיסט אדער א באבא. אבער לייקענען א מציאות ווייל מ׳פארשטייט עס נישט איז זינלאז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7215 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 8:54 am

כ'האב נישט געלייקנט די מציאות, כ'האב נאר געפרעגט ווייל איך וויל דו זאלסט אריינטראכטן אין דעם, און ווען דו וועסט אריינטראכטן מיט אן אמת וועסטו אליינס איינזען אז ס'נישט די עצם ארבעטן וואס מאכט קאליע.

דו ווילסט קענען שיקן דיין זון ארבעטן אן דעם וואס ער זאל קאליע ווערן? אויב די ענטפער איז ניין האב איך בכלל נישט גערעדט צו דיר. אבער אויב דיין ענטפער איז יא, דאן וואלט אפשר טאקע געווען א גוטע עצה אז דו זאלסט פרעגן א פסיכאלאג אדער א באבא. אפשר וועסטו קענען טרעפן א וועג ארום דעם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

Re: דער בחור דארף העלפ...

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 20, 2018 1:41 pm

ביזדערווייל קען איך נאך זאגען ׳איני מלמד בני אלא תורה׳. טאמער עס וועט זיך טוישען, וועל איך גייען נאכפרעגען וויאזוי מ׳טוט עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7215 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 1:56 pm

גוט געזאגט, וואויל געזאגט. איך האלט פונקט ווי דיר, כ'האב מיך נאר באצויגן צום פותח האשכול'ס טענה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » מיטוואך יוני 20, 2018 2:12 pm

און וואס איז מיטן ללמדו אומנות?
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 12:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 2:17 pm

רבי נהוראי איז עפעס א חדר יונגל?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » מיטוואך יוני 20, 2018 2:34 pm

קוקט אויס ווי רבנן און רבי יהודה זענען חדר יונגלעך.


"ולימוד אומנות כדי להתפרנס היא מצוה, ומהטעם הזה פוסקין בשבת על התינוק ללמדו אומנות, דהוי בכלל חפצי שמים, דחייב אדם ללמד את בנו אומנות, אלא שזהו לכלל העולם, אבל אם רואה אדם בבנו שנפשו חשקה בתורה והוא מוכשר להיות גדול בתורה, בזה אמר רבי נהוראי מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה. ולא חלק רבי נהוראי אהא דחייב אדם ללמד את בנו אומנות, וא"א לומר בדעת רבי נהוראי ששום אדם לא יתעסק באומנות רק בתורה לבדה, כי הוא דבר שאי אפשר קודם ביאת המשיח, וקרא כתיב ואספת דגנך, הנהג בהן מדת דרך ארץ..."
(קובץ מאמרים, ר"א וסרמן)
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 12:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 2:37 pm

וואס זעט מען דא? כ'האב נאר געזאגט אז הרב ליטוואק האט די פולע רעכט זיך צו פירן ווי ר' נהוראי, זהו. פליז, מאך עס נישט מער קאמפליצירט ווי ס'איז.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » מיטוואך יוני 20, 2018 2:41 pm

כ'האב געמיינט אז מ'רעדט דא פון די וועג וויאזוי א ישיבה וואלט זיך געמעגט פירן
דערווייל פארשטיי איך אז מ'רעדט דא פון 2 פרטיות'דיג מענטשן. (פותח האשכול און ליטוואק)
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 12:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 2:50 pm

הרב טשילער האט א פראבלעם אז ער האט נישט קיין נערוון צו זיצן און לערנען אגאנצן טאג: ווייל ער האט נישט קיין נערוון צו לערנען דארף מען טוישן די גאנצע ישיבה סיסטעם?! זאל ער לערנען וויפיל ער קען און די איבריגע טאג זאל ער גיין ארבעטן.

הרב ליטוואק וויל אז זיין זון זאל זיצן און לערנען מבוקר ועד הערב: נו נו, זאל איהם וואויל באקומען. רוב מענטשן קענען דאס אבער נישט באווייזן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מיטוואך יוני 20, 2018 3:12 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

Re: דער בחור דארף העלפ...

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 20, 2018 2:58 pm

אמן

לדעתי, איז מען נאר מחוייב ללמדו אומנות אזויפיהל אז בדרך הטבע קען ער טרעפען ארבעט. זיי גייען אין א חדר מיט א פיינעם ענגליש פראגראם, אזש זיי קענען רעדען, ליינען און פראסעסען אינפארמאציע אין א נארמאלען שפראך. פונקט ווי איך האב געקענט. פונקט ווי איך לעב נישט פון ניסים גלויים, וועלען זיי אויך האבען אזא טשאנס.

אגב, אפאר יאר צוריק, האט מיין ניין יעריג אינגעל מיר געפרעגט פארוואס דארף ער גייען צו לימודי חול. האב איך איהם גע׳ענטפערט אז אין תורה שטייט ללמדו אומנות. אפאר שעה שפעטער האט ער מיר געפרעגט צו א מגיד שיעור אדער א רב ווערען באצאלט, האב איך איהם גע׳ענטפערט אז מ׳האלט זיי עטוואס אויס כדי זיי זאלען קענען אנגייען מיט די ארבעט. האט ער מיר געזאגט אז ער האט אן עצה, ער וועט זיך זעצען לערנען און ווערען א רב\מגיד שיעור און ער דארף נישט קיין ענגליש. א פיינעם פלאן, ניין?

וואס ענטפערט מען? איך האב איהם געזאגטאז מ׳מעג נישט זיין קליגער ווי די תורה, און אז אין תורה שטייט ללמדו אומנות, מאכט מען נישט קיין חכמות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7215 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 20, 2018 8:25 pm

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יוני 20, 2018 9:43 pm

כ'ווייס טאקע נישט פארוואס מ'האט אפגעמאכט אז 'ללמדו אומנות' מיינט ענגליש. זייט ווען איז א פאך א שפראַך?

ללמדו אומנות, רעדט מען פון א שיפלער, בויער, מגיד שיעור אדער סיי וואס ס'קען ברענגען פרנסה. איך פארשטיי אז ס'מיינט דירעקט א ניטש אדער א ספעציפישע פאך, נישט עפעס א כלליות'דיגע שפראך אדער אביסל מאטעמאטיק....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1596
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:13 am

אויסלערנען א שפראך אדער מאטעמאטיק קען אפשר אריינגיין אינעם כלל פון מלמדו סחורה, וואס ס'איז א מחלוקת אויב ס'איז גענוג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך טשילער » דאנערשטאג יוני 21, 2018 3:36 pm

מ'זאגט אז די רביזכותויגנעלינו האט געהאט א ווייטן בליק, יעצט זעה איך אז א טיפן בליק גאר אויך. "רביה"ק זי"ע" האט גיט ארויסגעהאט וואס אונז האבן געשריבן ביים ערשטן אשכול.

פאר אונזער מדובר, לאמיר איהם רופן הערשי, איז גאנץ ווייניג א נפקא מינא צי מ'לערענט מער בקיאות -לולב הגזול-, צי מער הלכה -הלכות בורר- , אדער חומש/רש"י (מיט נאך מפרשים? נע). למעשה הייסט ער פון די גאנץ פיינע בחורים: ער קען לערנען, דאווענט שיין, און פרובירט זיך "ציצושטעלן", נאר איז פשוט "סיק ענד טייערד" פון נאך א סדר און נאך א סדר.

זאל ער גיין ארבעטן ביי די 15? ממש נישט.
אקטיוועטיס: גראדע אין קעמפ, למשל, פאר די קינדער שטעלן אונז גאנץ פיין צו. פארשטייט זיך אז ברגע שנכנס בו יצר טוב ווערט אלס אפגעשטעלט.
און וואס איז וועגן קאמפיוטערס? אנדערע לימודים? דארף מען דאך מאכן וואוטס ביי כלל ישראל, זאל משיח אוואדע פריער קומען.

ביזדערוואל גייט הערשי צום סייקייעטריסט מיט זיינע עלטערן. נאך א שעה צייט פון חקירות ודרישות "דייעגנאוזט" ער איהם מיט..
YBS- Yeshiva Boredom Syndrom!
ער סובסקרייפט איהם מיט שטארקע מעדעצינען וואס מ'גיבט פאר אנדערע מענטעל אישוס. אפשר וועט ער ווערן בעסער. אדער גאר ערגער
טשילער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:35 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:16 pm

די פראבלעם איז לאו דוקא ביי בחורים אין ישיבה, די זעלבע איז אויך אין חדר. מ'האלט די קינדער איינגעשפארט ניין שעה א טאג, און נאכדעם פרעגט מען "פארוואס קען ער נישט איינזיצן?!". נאכדעם דייעגנאזט מען איהם מיט ADD וכו', נו איז ער דאך ממש קראנק, דארף מען איהם שיקן צו א פסיכאלאג און געבן ריטעלין. דו וואונדערסט זיך פארוואס דיין זון קען נישט איינזיצן?! לאמיר זען אז דו זאלסט גיין אין חדר, אפילו נאר פאר איין טאג, ווער רעדט פאר א וואך. אמאל איז נישט געווען אזוי. כ'האב אמאל געליינט פון איינעם פון פריערדיגן דור וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט זיין חדר אין אייראפע. ס'איז געווען א שטוב מיט א הויף, און אלע קינדער פון אלע יארגענג האבן זיך געשפילט אין הויף. אינעוויניג אין שטוב איז געזעצן די מלמד און געלערנט מיט איין אינגל חומש צי משניות צי גמרא, וואס ס'האט געפאסט פאר זיין יארגאנג. נאכ'ן לערנען מיט די אינגל פאר פופצן מינוט האט איהם די מלמד ארויסגעשיקט שפילן אין הויף, און אריינגערופן א צווייטן אינגל. וחוזר חלילה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דאנערשטאג יוני 21, 2018 7:05 pm

ערשטענס דארף ער ג'יין צו א נארמאלע פסיכיאטר וואס געט נישט מעדיצינען פאר לא דבר
רוב גיטע דאקטורים היינטיגע צייטן זיכען נישט צו געבן מעדיצין סתם אזוי ,
דאס אז אז ער האט נישט קיין נערווען צו לערנען א גאנצע טאג איז א פראבלעם
די ריכטיגע ישועה וואלט געוועהן ווען די ישיבה מאכט די לערנען מער אינטערסאנט און מען געט פאר די בחורים מער זייטיגע אקטיוויטעטען אבער ביזדערווייל קען ער אליינס פרובירן
צו טועהן עפעס וואס ער האט א געפוהל און אינטערעסע צו דעם מוזיק, ארט,קאכן , ספורט וכד'
און די עלטערן קענען רעדן מיט די ישיבה אויב מען קען עם ארויסנעמען פון ישיבה אויף אביסל יעדן טאג
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

Re: דער בחור דארף העלפ...

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג יוני 21, 2018 7:35 pm

און וואס העט ווען עפעס געשעהן אויב דער ישיבה וועט נישט לערנן אזויפיל שעה און א צי? מען קען געבן אביסל מער צייט זיך אויס צו געבן מיט אזוינע ווילד פרעמדע זאכן ווי למשל באל...
איך זעה כסדר אין ליטווישע ישיבות (פאר מינדעריעריגע גיל) וואס הייסן גראדע בעסערע ישיבות (געלט?) וואס האבן א ספארטס רום געווענדליך איז עס א גרויסע שטוב מיט א בערך דריי שטאק הויך דאך וואו מען שפילט בעסקיט באל און נאך זיך אויסגעבן זיצען זיי איין! העכסטענס וועט מען ביי אונז מוזן שפילן מיט די גארטל.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 691
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:53 pm

////
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט