ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:46 pm

רביה"ק זי"ע: מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א איז מרגלא בפומיה צו זאגן אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. אבער דאך. איך וויל וויסן פארוואס די ליובאוויטשע רבי נ"ע האט געדארפט זיצן מיט א ספר אין קאלידזש. ר'האט דאך געקענט פאר דעם זעלבן געלט זיצן אין ביהמ"ד...נאר די תירוץ איז אזוי ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט...ס'איז בעסער צו זיין אין דרויסן און אינזין האבן די גמרא, ווי איידער זיצן ביי די גמרא און אינזין האבן וואס ס'טוטצעך אינדרויסן...!

אויף דעים איז דא אנ'אנדער מליצה וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט לינדאן דזשאנסאן האט געזאגט. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער פייערט נישט דעם הויפט פון די עף. בי. איי. דזשעי עדגאר הואווער. האט ער געענטפערט מיט אן ענליכע מליצה. נאר מ'קען עס נישט דא אראפברענגען מפני הכבוד. (ממש די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט געברענגט בורית כרשינה אין ביהמ"ק...ווי ס'שטייט אין סידור. ווער ס'דאוונט טעגליך ווייסט וואס איך מיין. און ווער נישט (אזוי ווי טוביה וחבריו, וועט ממילא נישט פארשטיין)...!

און לגבי דאס זיצן אין אוניווערזיטעט אן א קאפל. האביך געהערט אז דער הרמ"מ שניאורסאן האט געהאט א טופעיי...א מענערישע שייטל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13266
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

הודעהדורך טוביה » דאנערשטאג יולי 05, 2018 1:07 pm

טוביה אוי לי וי לי מדברים אלו
טוביה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2018 5:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 05, 2018 1:16 pm

טוביה: אתה קולט. (בהונגרית אומרים, ..."קאפטשאלס"...!) עם התגובה האחרונה אתה מעצבן אנשים...אתה כמו אדם שמדבר בחלום שלו. והאנשים שעומדים סביבו צריכים לפענח את החידה...!

איבערגעזעצט אויף אידיש דייטש...! דו ביסט אזוי ווי א מענטש וואס רעדט אין חלום. האלבע ווערטער און זאצן. און די מענטשן וואס שטייען ארום איהם ברעכן זיך דעם קאפ צו פארשטיין וואס דער בר נש וויל דא זאגן...אדער קענסטו רעדן ווי א מענטש. אויב נישט. רעד בכלל נישט... יישר כח...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13266
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

הודעהדורך מי אני » מיטוואך פעברואר 12, 2020 8:55 am

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

הודעהדורך מיסטעריע » דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 11:32 pm

און וואס טוהט זיך מיט פארבן די הארעלעך וואס הייבט אהן ווערן ווייס, להלכה מעג מען אדער נישט?
מיסטעריע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

הודעהדורך טמיר » פרייטאג פעברואר 14, 2020 1:41 am

איך ציטער אימת מות פון דעם טאג וואס איך וועל אנטפלעקן די ערשטע ווייסע הארל
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3436 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 545 מאל

ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

הודעהדורך מי אני » פרייטאג פעברואר 14, 2020 8:05 am

מיסטעריע האט געשריבן:און וואס טוהט זיך מיט פארבן די הארעלעך וואס הייבט אהן ווערן ווייס, להלכה מעג מען אדער נישט?

אין יו״ד סוף סימן קפב סעיף ו (א סימן נאך הלכות גילוח/סימן קפא; וואו מ׳רעדט פון איסור לא ילבש) זאגט דער מחבר אז ס׳איז אסור לצבוע [הגה: שערות לבנות שיהיו] שחורות אפילו שערה אחת (דער טו״ז דארט ס״ק ז זאגט אז פארקערט מעג מען יא) ע״ש.
טמיר האט געשריבן:איך ציטער אימת מות פון דעם טאג וואס איך וועל אנטפלעקן די ערשטע ווייסע הארל

דער שו"ת אבני זכרון (ח"ג סימן לט) זאגט אז ס׳איז משמע דארט אין סימן קפב אז די פרוי/ווייב האט נישט קיין איסור פון דאס ארויסנעמען/ארויסשלעפען פונ׳ם בארד פון איר מאן (עכ״פ בימי טהרה). די לשון איז, אסור [הגה: לאיש (עמפאסיס מיינע)] ללקט אפילו שער לבן מתוך השחורות משום לא ילבש גבר ע״כ ע״ש. ועיין בב״ק ס: בהאגדה ילדה מלקטת לו לבינות. הגם, ער זאגט אז דאס איז נאר אויב נעם איך אן אז די סארט לא ילבש איז א דרבנן (לויט'ן ראב"ד און אפשר איז ער מודה ווען ס'איז שוין הרבה שערות) און ער האט מורא מתיר צו זיין למעשה (הגם ער בעצם האלט אזוי ווי דער בית היוצר ביו"ד סימן מה אז טאמער ער איז נישט א מסייע הייסט ער נישט אן עושה מעשה מיט דעם, ודלא כהערך שי). עס וועט זיך אויך ווענדן אין זיין גיל: אויב איז ער טאקע א אינגע מענטש וואס "איז געמאכט צו האבן שוואצע האר" איז קיל יותר ע"ש.

ועיין כאן (שו"ת מנחת יצחק ח״ו סימן פא) לענין אם יש בושה בזה, וואו ער ברענגט אראפ המחלוקת בין הפוסקים בזה (דאס גייט אויך צורירן אין וואס איז די הגדרה פון ״בושה״; ער רעדט אין די קאנטעקסט פון א[מעלעדעפטיוו] מום. דער שו"ת דברי חיים (יו"ד ח"ב סימן סב) זאגט טאקע אז די הגדרה איז ווען ס'איז נאר דא בושה אן קיין שום כוונה ליפות עצמו. ער זאגט אויך אז ענדערש זאל מען עס אראפנעמען דורך סם, ווי פארבן ע"ש). ער פירט דארט טאקע אויס אז דורך א גוי איז מער קיל ע״ש. דער מנחת פתים וויל טאקע מתיר זיין מכח די תוס' וואס מ'האט אראפגעברענגט דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

הודעהדורך מי אני » מאנטאג פעברואר 24, 2020 2:11 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 16 געסט