דער 'עצם רעיון' פון חתונה תקנות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

דער 'עצם רעיון' פון חתונה תקנות

שליחה דורך מאמר קדישין »

[center]דער 'עצם רעיון' פון חתונה תקנות[/center]

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

איינער פון די רבי'ס מיט וואס די וועלט איז באשאנקען, האט זיך לעצטענס אריין געלייגט אין די ארבעט צו פרישען די חתונה תקנות פון זיין סטאדע. די פרייז פון חתונה מאכען האלט אין איין שטייגען, און די תקנות וואס מ'האט אמאל געמאכט, זענען שוין פארדזשאווערט געווארען, און די ציבור האלט עס שוין נישט אויס. האט מען זיך געזעסען מיט בעליבתים און אויסגעארבעט א וועג וויאזוי די וואס פארקויפען טייערע מעבעל זאלען ווייטער קענען מאכען געלט, און די ציבור זאל קענען לייכטער חתונה מאכען. מ'האט געמאכט א סיסטעם פון הלוואות און נאך, איך בין נישט גענצליך באהאווענט אין די פרטים, אבער די עיקר איז אז מ'טוט עפעס אין דער געביט.

ווען איך הער\ליין אזעלכע נייעס, מערק איך א שטארקע אנטציקטקייט אויף דער עולם. 'ענדליך טוט מען צו דער זאך', 'איינער טראכט פון דער ציבור' און נאך אזעלכע זאצען ווערען געהערט אין די פארשידענע קאוועשטיבלעך פון די ציבור.

ביי מיר איז עס גארנישט אזוי, איך שפיר נישט אזא צופרידענקייט ווען איך הער די סארט נייעס, משיח איז נאך נישט אנגעקומען.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

ווען איינער דערקענט א פראבלעם מיט עפעס, און ער וויל עס לעזען, דארף ער צוערשט זוכען די שרש פון דער פראבלעם. אז נישט, וועט מען קיינמאל נישט קומען צו א סוף. נאך לעזונגען וועלען קומען, און די פראבלעם וועט טרעפען א וועג וויאזוי זיך דורכצושטופען פון אן אנדערען זייט.

וואס איז די פראבלעם? וואס באמת שטופט מענטשען אויסצוגעבען מער געלט ווי זיי האבען אויף חתונה מאכען? יעדער קרעכצט און יעדער שווענדט די געלט, וואס איז די פשט אין דעם? איך ווייס אז נישט אייביג טוהן מענטשען וואס זיי טוהן צוליעב שכל, אבער רבש"ע א גבול דארף זיין!?

נאר האמת יורה דרכו, פארשטייט יעדער, אז שידוכים איז די פלאץ אין לעבען ווי מען שטעלט זיך אפ און מיר רופען אויס ווער אונז זענען. א מענטש איז משדך מיט מענטשען וועלכע שטעלען אויף אים די זיגעל וואס ער איז. ער איז א 'בעלעבתישע', א 'רבנישע', א 'געלונגענע', אן 'אויבער חכם', יעדער לויט זיין שטעמפעל. מענטשען מאכען זיכער אונצוקומען ווי זיי דארפען, איינער נעמט זיך לערנען ווען זיין עלטסטער קינד ווערט זעכצען, א צווייטע ליעסט א נייעם קאר דעמאלס, א דריטע נעמט זיך סוד'עווען מיט עסקנים נאך מנחה על דא ועל הא. יעדער לייגט זיך אריין אין די באקס ווי ער באלאנגט.

און מאכט'ס נישט קיין טעות. די באקס איז נישט פון פאפענדעקעל געמאכט. דאס איז א באקס פון שטאל און אייזען, עס איז הערמעטיש פארמאכט, אדער ביסטו אריין אדער ארויס. זאת ועוד, עס איז נישט דא קיין פלאץ אין ווערצהויז פאר עפעס אחוץ באקסעס, מ'לאזט נישט שטייען גלאט אזוי אין דער זייט. אז דו ביסט נישט אין קיין שום באקס, האט מען שוין גרייט א באקס פאר דיר, און דו ביסט שטאט'ס נעבעך, א.ט.ד., 'פרעג נישט אויף איהם' וכדו'.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

און ווען מען קומט צום שדכן, מיר רעדען זיך דורך מיט די מחותנים וואס צו קויפען, האט מען שוין נישט קיין ברירה וואס מיר קענען ערלויבען און וואס מיר גלייכען. ניין, דו וועסט טון פונקט ווי דיין שטעלער אין דער גאס לאזט צו. אז דו ביסט א בעלעבתישע, וועט דיר גארנישט העלפען, אזא שטריימעל וועסטו קויפען און די סארט מעבעל וועלען דיין קינדער לייגען אין זייער אפארטמענט.

און דער שרש פון די פראבלעם ליגט שוין אין דער קינד'ס וויגעלע. מ'זאגט איהם אן אז ער זאל זיך אויפפירען אין א געוויסע וועג, נישט ווייל עס איז אויסגעהאלטען, נישט ווייל עס איז קלוג, נישט ווייל תורה פאדערט עס, נאר צוליעב דער שידוך. מיר וואקסען אויף מיט א באקס ארום אונז, מיר באלאנגען צו א גאנג און פראביר נישט צו טראכטען אנדערש.

יעצט וויאזוי קען א מענטש עפעס טוהן דערוועגען? קען ער דען זאגען אז ער קויפט נאר וואס ער קען ערלויבען? קען ער דען זאגען פאר די נייע מחותן אז ער זעט נישט קיין סבה צו שווענדען צען אלפים ועוד אויף א בעדרום סעט, ווען ער קען קויפען צוויי בעטען מיט א שאפע פאר בערך פינף הונדרעט דאללאר? קען ער דען זאגען אז א פאלדינג טיש פאר $70 איז פונקט גוט פאר א נייעם פארפאלק און טאמער זיי ווילען עפעס מער זאלען זיי דאס אליינס קויפען? קען ער זאגען זיין טאכטער אז זי האט גארנישט אזוי וויכטיג פראדוצירט אין איהר לעבען אז א פאר טויזענט דאללאר דארף אויסגעגאסען ווערען אויף איהר רינגעל, און זי זאל זיין דאנקבאר אז זי באקומט א רינגעל פאר $150? ווען ער טוט אזוי, ברענגט ער אונטער זיין גאנצע לעבען, ער שלעפט זיך ארויס פון די באקס, ארויס פון די ווערצהויז און ארויס פון די גאנצע סיסטעם! ער גראבט אונטער די גאנצע חינוך זיינער.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

נו, וויאזוי קען מען לעזען אזא פראבלעם? ווייס איך נישט, אבער כאטש מאך נישט די פראבלעם ערגער.

קומט איינער און ער האט א לעזונג. וואס איז דאס? אנשטאט'ס נאכגייען די פסוק 'פתח חרצבות רשע, והתר אגודות מוטה', עפען אויף די קייטען פון שלעכטס, בינד אויף די פארבאנד פון בייגען די דין, מאך די ראמען פון די באקסעס לויזער און לייכטער דערפון ארויס צו טאנצען, האט ער זיי שווערער געמאכט! תקנות שטרעכלען פשוט אונטער די פראבלעם. יא, ער וועט טרומפייטען כדרכו וויפיל געלט האט ער געשפארט פאר די ציבור, אבער די 'עצם רעיון' הפראבלעם האט ער נאך פארערגערט.

לאזט אפ תקנות! לאזט אפ דעם ציבור! ווילסט עפעס אויפטוהן? זיי מבטל די פאראכץ אין קרית יואל אויף שבועות. פארמאך דיין דף הקהלה משוגעס. הער אויף מאכען אסיפות. לאז דער עולם אין בני ברק אליינס אויסוויילען זייער רב. בינד אויף דיין אייזענע קייטען מיט וואס די ציבור איז איינגעבינדען, לאז א מענטש טראכטען אליינס. דעמאלס וועט ער קענען אויסזאגען קלאר וואס ער וויל אין די שידוך, נישט וואס די ציבור וויל פון אים.

דער 'עצם רעיון' הפראבלעם איז דער רבי'ס אנהאלטען דער ציבור ביים גארגעל, דער ציבור'ס אנהאלטען די מענטשען ביים גארגעל. עס מוז אזוי נישט זיין. די ליטוואקעס לעבען נישט אזוי, די מאדערן ארטאדאקס לעבט נישט אזוי, און אינדערהיים האט מען נישט אזוי געלעבט. עס האט נישט מיט אידישקייט און נישט מיט חסידישקייט, דאס איז בלויז אן אמעריקאנער טפשות מיט תאוות המאכט מצד די פירערס.
די תקנות זענען א גרויסע טובה פון ר' אהרן. עס קאסט אים גארנישט און עס האלט דער עולם מער פארבונדען אין זיין ביזנעס. ער קען טון וואס ער וויל און זיין ביזנעס וועט ווייטער אנגייען, מ'וועט שוין טרעפען א תשובה ערגעץ אים צו פארטיידיגען. אבער די 'עצם רעיון' פון איבער צאלען פאר זאכען וואס קיינער דארף נישט ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג און תקנה צו תקנה.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר