די שרעקליכע זילזול אויף ר' נחמן דורך נ נח

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די שרעקליכע זילזול אויף ר' נחמן דורך נ נח

הודעהדורך דאכצעכמער » דינסטאג יולי 17, 2018 9:50 pm

איך האב געהערט א שיעור פון ר' יואל ראטה און עס האט מיך זייער באנומען
דא https://youtu.be/eOFz3SSYb2g?t=2175
און דא פאר די אלע וואס מאכן א נ נח טאג אין קעמפ https://youtu.be/eOFz3SSYb2g?t=2808

די שרעקליכע זילזול אויף ר' נחמן דורך נ נח
איך טראכט אז מיר זענען שוין צוגעוואוינט נ נח, מען כאפט נישט אז מען צולייגט א נאמען פון א צדיק מיט זילזול, שטעל דיך פאר מען זאל זיך נעמען צום הייליגן הייליגע ר' ר' אלימלך זי"ע ח"ו און מען זאל מאכן א סגולה (אן קיין ר') "א אל אלי וכו' וכו' איך וויל נישט זאגן ווייטער, וואלט דאך יעדע רעכט דענקענדע מענטש ארויסגעשריגן פון טיפן הארץ קעגען די שרעקליכע חילול השם, איז מה נשתנה ר' נחמן ברסלבער?

און ער איז ממשיך פון ווי די גאנצע די גאנצע משוגעת קומט
דא
https://youtu.be/eOFz3SSYb2g?t=3318

לענ"ד זאגט ער דברים של טעם און מען דארף אכטונג געבן נישט אנציטון די קאפלעך פאר די קינדער, און ח"ו נישט זיך שפילן מיט פייער און מאכן די סארט אקטיוועטעטן אין קעמפס
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דינסטאג יולי 17, 2018 10:06 pm

קיינער מיינט נישט ח"ו חוזק צו מאכן פון ר נחמן זצ"ל ,
מ'האלט זיך אינטער אויפן חשבון פון די די וואס טאנצען אויף די דעכער..
יואלי ווייסט אויך פון דעם און עס באדערט עם אז מענטשען באקומען א שלעכטע איינדרוק
אויף ברסלב וועגן די מענטשען , פרובירט ער צו דערשרעקן מענטשען מ'זאל אויפהערן צו רעדן פון דעם
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » דינסטאג יולי 17, 2018 10:15 pm

קומזיץ האט געשריבן:קיינער מיינט נישט ח"ו חוזק צו מאכן פון ר נחמן זצ"ל ,
מ'האלט זיך אינטער אויפן חשבון פון די די וואס טאנצען אויף די דעכער..
יואלי ווייסט אויך פון דעם און עס באדערט עם אז מענטשען באקומען א שלעכטע איינדרוק
אויף ברסלב וועגן די מענטשען , פרובירט ער צו דערשרעקן מענטשען מ'זאל אויפהערן צו רעדן פון דעם


איך ווייס נישט צו ס'איז א חילוק צו מען מיינט יא אדער נישט למעשה נעמט מען א נאמען פון א צדיק און מען איז מזלזל אין דעם
שטעל דיך פאר מען זאל עס טון צום הייליגן באבובע רב זי"ע עס זאלן אויפשטיין "אזויגערופענע" באבוב חסידים און מאכן א אמונה טפילה אז מען דארף זאגן ש של שלמ שלמה מבאבוב ח"ו, וואלט מען דאס מאכגעמאכט וולאט מען דאס צוגעלאזט
שטעל דיך פאר מען זאל עס טון צום הייליגן סאטמארע רב זי"ע עס זאלן אויפשטיין "אזויגערופענע" סאטמארע חסידים און מאכן א אמונה טפילה אז מען דארף זאגן
"י יו יוא יואל מסאטמאר" ח"ו, וואלט זיך ר' אהרן מיט ר' זלמן לייב און אפילו אנדערע רבי'ס געמאכט א ויצעקו און מיט רעכט

איינער וואלט דאס נאכגעמאכט? שטעל דיך פאר אלע קעמפס וואלטן געמאכט: היינט איז יו יואל דעי? נו? מקען זיך נישט אונטערהאלטן אויף או צדיק
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 18, 2018 2:43 am

קומזיץ האט געשריבן:קיינער מיינט נישט ח"ו חוזק צו מאכן פון ר נחמן זצ"ל ,
מ'האלט זיך אינטער אויפן חשבון פון די די וואס טאנצען אויף די דעכער..
יואלי ווייסט אויך פון דעם און עס באדערט עם אז מענטשען באקומען א שלעכטע איינדרוק
אויף ברסלב וועגן די מענטשען , פרובירט ער צו דערשרעקן מענטשען מ'זאל אויפהערן צו רעדן פון דעם

קומזיץ: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. איך האב אויך געהערט די גאנצע קליפ. ווי ר' יואל ראטה שליט"א רעדט מיט הארצווייטאג. ער אליינס ווייסט אויך אז די וועלכע טאנצן אויף די דעכער און בכלל די גאנצע נ-נח באוועגונג זענן נישט קיין געזעצטע מענטשן (כ'ווילל נישט שרייבן קיין שארפערן לשון). זיין ווייטאג נעמט זיך פון דעם פאקט וואס דאס איז גלייך צו א מענטש וואס האט א קרוב אין די משפחה וואס איז ל"ע נישט מיט אלעמען. און דער קרוב גייט ארום אין די גאסן זינגענדיג און טאנצן און שרייען מיט קולות (ווי גלייך דער צודרייטער איד וועלכער לויפט ארום איבער די גאסן פו בארא פארק און שרייט מיט משונה'דיגע קולות.) און די גאנצע משפחה שעהמט זיך מיט איהם. יעצט, ווען מענטשן קומען און לאכן הויעך אויפ'ן קול און זיי מאכן חוזק פון דעם נישט געזינטן מענטש. טוט דאס זייער שטארק וויי פאר די גאנצע משפחה....! כן הדבר הזה. פון גרויס צער רעכנט ער אויס (אן נעמען, פארשטייצעך) די חסרונות און מחלוקת'ן פון אנדערע חסידות'ן. און ער פרעגט (רהעטאריש) מיט ביטערניש...."שטעלט אייך פאר ווען איך זאלל נעמען 2 גרופעס יונגלעך און מאכן א שוי ווי זיי שלאגן זיך איין גרופ מיט די 2'טע. אדער ווי די רבי רעדט שטותים והבלים. און מאכן א שוי פון דעים...! איז פארוואס טוט מען דאס. ווען דאס איז גורם גרויס צער פאר די געסעטל'טע, נארמאלע מענטשן פון יענע חסידות...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך פורים קטן » מיטוואך יולי 18, 2018 9:08 am

איך בין מסופק צו אלגעמיינע ברעסלאווער חסידים ווערן געטראפן ווען מען מאכט חוזק פון די נ נח באוועגונג, זיי טוט וויי די נ נח באוועגונג אליינס, ווייל זיי מאכן בזיונות פאר די נאמען ברעסלאוו, אבער פון די אלגעמיינע גאס וועלכע האלט זיך אונטער אויפן חשבון פון די נ נח'ס, בינעך נישט זיכער אז עס באדערט זיי. זיי אלע פארשטייען אז קיינער מאכט דא נישט חוזק פון הרה"ק ר' נחמן ח"ו.
אויב פאר יואלי ראטה טוט עס וויי, האט ער אלע רעכטן צו שרייען. אבער מיר מוזן נישט ווערן אזוי איבערגענומען פון זיין געשריי.
פורים קטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יולי 18, 2018 12:01 pm

איך ווייס נישט וואס דער וויל, ר' נחמן האט אס אליין מגלה געווען פאר זיין תלמיד אודעסער אז מען זאל זאגן נ נח, און כ'ווייס נישט פון עס נעמט זיך צו דעם ר' יואלי ראטה די חוצפה צו לייקענען דערין. ער איז דאך שוין יא א ברעסלאווער, דארף ער דאך שוין וויסן די וויכטיקייט פון אמונה פשוטה, וואס קומט ער מיט התחכמות'ר און מעשה'לך אוועקצומאכן, ווייסט ער נישט אז מיט חכמהלעך קומט מען אין ערגעץ נישט אן? וויל ער אויסקוקן ווי דער חכם מיטן תם פון סיפורי מעשיות חס ושלום?

ר' יואל חזור בך פאר סאיז נישט צו שפעט! איינמאל מ' הייבט אן צו לייקענען איז עס זייער א שיפע בארג אראפ און מ'קען נישט וויסן ווי דאס וועט אלס פירן, עס קען חס ושלום צו ברענגן צו לייקענען אין פארן אויף אומאן אויף ראש השנה ר"ל ועוד. ראה הזהרתיך!
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מיטוואך יולי 18, 2018 12:12 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
קומזיץ האט געשריבן:קיינער מיינט נישט ח"ו חוזק צו מאכן פון ר נחמן זצ"ל ,
מ'האלט זיך אינטער אויפן חשבון פון די די וואס טאנצען אויף די דעכער..
יואלי ווייסט אויך פון דעם און עס באדערט עם אז מענטשען באקומען א שלעכטע איינדרוק
אויף ברסלב וועגן די מענטשען , פרובירט ער צו דערשרעקן מענטשען מ'זאל אויפהערן צו רעדן פון דעם

קומזיץ: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. איך האב אויך געהערט די גאנצע קליפ. ווי ר' יואל ראטה שליט"א רעדט מיט הארצווייטאג. ער אליינס ווייסט אויך אז די וועלכע טאנצן אויף די דעכער און בכלל די גאנצע נ-נח באוועגונג זענן נישט קיין געזעצטע מענטשן (כ'ווילל נישט שרייבן קיין שארפערן לשון). זיין ווייטאג נעמט זיך פון דעם פאקט וואס דאס איז גלייך צו א מענטש וואס האט א קרוב אין די משפחה וואס איז ל"ע נישט מיט אלעמען. און דער קרוב גייט ארום אין די גאסן זינגענדיג און טאנצן און שרייען מיט קולות (ווי גלייך דער צודרייטער איד וועלכער לויפט ארום איבער די גאסן פו בארא פארק און שרייט מיט משונה'דיגע קולות.) און די גאנצע משפחה שעהמט זיך מיט איהם. יעצט, ווען מענטשן קומען און לאכן הויעך אויפ'ן קול און זיי מאכן חוזק פון דעם נישט געזינטן מענטש. טוט דאס זייער שטארק וויי פאר די גאנצע משפחה....! כן הדבר הזה. פון גרויס צער רעכנט ער אויס (אן נעמען, פארשטייצעך) די חסרונות און מחלוקת'ן פון אנדערע חסידות'ן. און ער פרעגט (רהעטאריש) מיט ביטערניש...."שטעלט אייך פאר ווען איך זאלל נעמען 2 גרופעס יונגלעך און מאכן א שוי ווי זיי שלאגן זיך איין גרופ מיט די 2'טע. אדער ווי די רבי רעדט שטותים והבלים. און מאכן א שוי פון דעים...! איז פארוואס טוט מען דאס. ווען דאס איז גורם גרויס צער פאר די געסעטל'טע, נארמאלע מענטשן פון יענע חסידות...?!


ר בערל , הוא אשר דברתי עס באדערט עם אז זיי מאכן א שלעכטע נאמען פאר ברסלב און ס'איז נישט נאר די ווערטער נ נח. די גאנצע התנהגות פון די סארט מענטשען ברענגט נישט קיין כבוד פאר ברסלב און ער האט א טענה ווייל ס'איז דא אסאך ערנסטע מענטשען משכמם ולמעלה און ברסלב ,
אבער קום נישט דא זאגן אז מ'מיינט צו פוגע זיין און ר נחמן אזוי ווי די פותח האשכול האט אנגעהויבן "שרעקליכע זלזול אויף ר נחמן.." ווייל קיין איינער מיינט נישט דא ר נחמן
למשל ווען איינער זאגט ער איז א "יואלי" מיינט ער נישט ר' יואל פערזענליך ,
ברסלב האט נישט קיין אפיציעלע מנהיג היינט און יעדער איינער וואס קען משפיע זיין ווערט א משפיע עס האט מעלות אז יעדער קען זיך טרעפן זיין פלאטץ ווי ער שפירט ס'איז געמאכט פאר עם ,
אבער עס האט חסרונות אז יעדער קען זאגן וואס ער וויל בשם די חסידות.
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך יולי 18, 2018 6:27 pm

איך האלט פונקט פארקערט די ברסלבע האבן זיך נישט וואס צו מישן אין דעם, עס איז נישט זייער רבי ר' יואל ראטה אדער ר' שלום ארוש אדער ר' ישראל בער אודעסער, אדער סיי ווער קען נישט אפגעקויפן א צדיק פון די תלמידי בעש"ט,
אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ליזענסקע רבי האט נישט אפגעקויפט ליזענסק, אדער שינאווא רב האט נישט אפגעקויפט שינאווא רב זי"ע

מיר וואס מיר זענען אידן וואס טוען רעספעקטירן יעדען צדיק דארפו האבן א סענסעטיווקייט צו דעם, און ליידער האבן מיר נישט, עס איז נישט קיין פארשטיי זאך, איך מוז מיך אננעמען פאר מיין רבי, עס האט צו טון מיט יעדן יחיד
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 18, 2018 7:23 pm

דאכצעכמער: ס'דאכצעך מער אז ס'איז דא א שטיקל חילוק צווישן ליזענסק, צאנז, וויזניץ אדער ברסלב. ווייל ביי די אלע אויבנדערמאנטע חסידות'ן אויסער ברסלב, איז געווען א המשך פונ'ם מייסד פון די חסידות און זיין ממלא מקום. משא"כ ביי ברסלב איז דאך נישט געווען קיין ממלא מקום פאר ר' נחמן. און ס'איז געווארן פראקציעס. א יעדער מנהיג האט געפיהרט אויף זיין וועג. און אלעס אין נאמען פון חסידות. איז געווארן א מצב אז ס'זענען פארהאן 2 אדער 3 גרופס וועלכע האבן א פארקרומטע און יוצא דופנ'דיגע דרך אין אויסטייטשן די כוונות פונ'ם מייסד החסידות. און זיי טוען פארשידענע עקסטרעמע און מאדנע זאכן וואס ברענגט בושות פאר די גאנצע חסידות. און די מער געזעצטע מענטשן שעהמען זיך מיט די הכללות און שפאס וואס מ'מאכט אויפ'ן חסידות, בכלל...!

מ'קען דאך נישט פארגלייכן א ..."הרב".. אליעזר בערלאנד אדער אן אנדער'ן פון די עקסטרעמע מנהיגים צו הרב יעקב מאיר שכטר אדער מוהרא"ש. אדער ר' יואל ראטה אדער ר' מאטא פראנק...! אבער ווען דער עולם טוט זיך אונטערהאלטן פון די עקסטרעמע שטיק פון א טייל פון די בעלי תשובה, גייט די גאנצע משוגעת אויפ'ן נאמען..."ברסלב"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך יולי 18, 2018 7:31 pm

שכוח בערל פארן פארשטיין
אבער איך רעד יעצט פון דעם איין נקודה נעמען א נאמען פון א צדיק צוברעקלן און ציפיצלן און זאגן אז דאס איז נארמאל און זאגן: קיינער מיינט נישט צו טשעפענען..., איז דא אויף דעם א נפקא מינא צו ס'איז אברהם אבינו, אביי, רבינו גרשום מאור הגולה, ר' יוסף קארו, דער בעש"ט, צאנזע רב, ר' נחמן, ר' שלמה מבאבוב, ר' יעקב מאיר שעכטער

מעג מען מאכן א אקטעוויטעט פון מענטשן וואס מאכן לצנות פון א צדיק? יא מיינענדיג נישט מיינענדיג!
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך יולי 18, 2018 7:33 pm

שטעל דיך עס פאר אויפ'ן הייליגן בארדישטובער זי"ע, איך וויל נישט ח"ו אויפשפילן דעם נאמען, אבער טראכט.............. וכו' און אין די קעמפס מאכט מען היינט איז ליי לייוו דעי, רחמנא ליצלן
עס דארף הסבר, אדער מען דארף א שפיטאל דא?
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מיטוואך יולי 18, 2018 7:40 pm

אפשר קומט עס פון דעם וואס דורכאויס די יארן זענען געווען קהילות און רבנים וועלכע האבן גרא שטארק אראפגעקוט אויף רבי נחמן, און עס איז געווארן נארמאל אים צו רופן מיט א ליצנות׳דיגע וועג.
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 6:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 18, 2018 7:43 pm

היכי דמי: 100%. נאר א טייל הויפט מדריכים אין קעמפס זענען שוין געגאנגען א טריט ווייטער. און געמאכט א שפיעל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מיטוואך יולי 18, 2018 7:51 pm

דאכצעכמער האט געשריבן:שטעל דיך עס פאר אויפ'ן הייליגן בארדישטובער זי"ע, איך וויל נישט ח"ו אויפשפילן דעם נאמען, אבער טראכט.............. וכו' און אין די קעמפס מאכט מען היינט איז ליי לייוו דעי, רחמנא ליצלן
עס דארף הסבר, אדער מען דארף א שפיטאל דא?


קיינער מיינט נישט ר נחמן מ'מיינט די כאראקטער פון די מענטשען וואס טאנצען אויף די דעכער.
אזוי ווי מוועט זאגן מענדעליסט אדער חזון אישניק , בריסקער
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 8:17 pm
האט שוין געלייקט: 374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מיטוואך יולי 18, 2018 9:16 pm

איך בין מוחה אלס קערעסטירער חסיד פארוואס די בילד פון הייליגע רבי געפינט זיך אין יעדע שמוציג ווינקל צוזאמען מיט די מייז...
און אלס בארדיטשעבער פארוואס די הייליגע רבי נאמען און די מאמעס די אלטע רביציןס נאמען געפינט זיך אויף די דראגס זעקלעך...
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מיטוואך יולי 18, 2018 11:49 pm

אויב די דיבאטע איז דא ווער עס האט א בעסערע חוש פון הומער , קומט זיך דער מאדאל פאר עמעזאן ...
און פאר אונז פשוטע מענטשן וואס זענען נישט אזוי שפיציג... בלייבט איבער צו קלערן וואס מען קען טון צו פארמיידן זילזול אויף א צדיק פון די תלמודי בעש"ט
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » פרייטאג יולי 20, 2018 4:05 pm

א צווייטע נקודה

רבי יואל ראטה איז געקומען פארעכטן די וועלט, ער האט שוין גערעדט צענדליגער דרשות קעגן די אלע וואס האבן געטוהן טעראר אין די לעצטע פופציג יאר, פלוצלינג איז ער זעלבסט דא מיט א וידיאו ווי ער פאדערט בפה מלא אז יעדער פון זיינע תלמידים זאל אנרופן דעם טרעוועל אגענט


וואס איז פלוצלינג געשעהן? ווייל מ׳האט געטשעפעט דיין רבי?
נו וואס איז סקווירא אנדערשט ווען מ׳טשעפעט זייער רבי?

ווי איז מותר געווארן צו רודפן מענטשן? נאר ווען איינער זאגט א ווארט קעגן ברסלב אדער מוהרא״ש מעג מען יענעם רודפן?

דאס דערמאנט פון די צייטן ווען סאטמאר האט געמאכט פאוני קאללס, זיי האבן אויך נאר געמיינט די כבוד פון זייער רבי, און האבן אויך גערופן שיינערהייט מוחה זיין.....
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

Re: די שרעקליכע זילזול אויף ר' נחמן דורך נ נח

הודעהדורך אונטער חכם » פרייטאג יולי 20, 2018 5:37 pm

וואס סקווירא אדער סאטמאר איז אנדערש?
א גוטע קשיא.
וואס איז טאקע די חילוק צווישן פארברענען מענטשן און מאכן טעלעפאן קאלס? (נישט פאוני קאלס )
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 20, 2018 6:28 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:א צווייטע נקודה

רבי יואל ראטה איז געקומען פארעכטן די וועלט, ער האט שוין גערעדט צענדליגער דרשות קעגן די אלע וואס האבן געטוהן טעראר אין די לעצטע פופציג יאר, פלוצלינג איז ער זעלבסט דא מיט א וידיאו ווי ער פאדערט בפה מלא אז יעדער פון זיינע תלמידים זאל אנרופן דעם טרעוועל אגענט


וואס איז פלוצלינג געשעהן? ווייל מ׳האט געטשעפעט דיין רבי?
נו וואס איז סקווירא אנדערשט ווען מ׳טשעפעט זייער רבי?

ווי איז מותר געווארן צו רודפן מענטשן? נאר ווען איינער זאגט א ווארט קעגן ברסלב אדער מוהרא״ש מעג מען יענעם רודפן?

דאס דערמאנט פון די צייטן ווען סאטמאר האט געמאכט פאוני קאללס, זיי האבן אויך נאר געמיינט די כבוד פון זייער רבי, און האבן אויך גערופן שיינערהייט מוחה זיין.....

שלום שטיסל:אלעס וואס דו זאגסט איז אמת ויציב. דו האסט נאר פארפאסט איין וויכטיגע נקודה. הרב יואל ראטה שליט"א האט מדגיש געווען אין זיין מעסעדזש צו די תלמידים אז מ'זאלל אנרופן די טרעוול עידזשענסי און פרעגן אויף אן איידעלן אופן... נישט אזוי ווי די סאטמער'ע בחורים האבן אנגערופן ר' משה פיינשטיין זצ"ל און גערעדט חוצפה'דיג. און געמאכט פאוני קאללס מיט די גרעסטע זילזולים. ווייל פאר די ראצערס איז נישט געפאללן זיינ'ס א פסק אין הלכה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

דער זלזול וואס די נ-נח'ס זענען גורם פאר ברעסלאוו

הודעהדורך נקודת-אמת » זונטאג יולי 22, 2018 10:36 am

ר' יואל רוטה'ס מערכה זעהט מיר אויס אזוי-ווי איינער פון די פוילישע רביים זאל קומען מיט א מערכה
אויף די וואס רופן דער הייליגער רעבי'ן פון לובלין וואס פארגאנגענעם שב"ק איז אויסגעפאהלן זיין יא"צ,
מיט'ן נאמען "דער חוזה",
אין פולין האט מען זייער נישט ליב געהאט די הגדרה, און מ'פלעגט עם רופן "דעם רבי'ן פון לובלין".

די נ-נח'ס פארשעמען ברעסלעוו?
גיי א מערכה קעגן זיי, מוהרא"ש'ס הפצה האט א ביסל ווייניגער מצליח געוועהן ווי די קרן הפצה פון ר' ישראל בער אודעסער ז"ל
און במילא פאר אן עומד מן הצד איז די 'סבא' ז"ל מעהר אנדערקענט ווי א בראצלעווע סטעטא ווי מוהרא"שס בילד

תלמידי מוהרא"ש!
אייך קענען נאך טוישן די פאקט, אנטשטאט'ס טיילן קונטרסי מוהרא"ש אנצופיהלן אונזערע שמות באקסעס
קענט איהר צוריק גיין צו הפצת תורת מוהר"ן און דאן וועט אייערע רבי ווערן דער בראצלעווע סטעטא.

איך בעט איבער ר' יואל אויפ'ן נישט פארשטיין צדקת דרכו אבער וואס זאל איך טאהן אז איך פארשטיי נישט.
אגב, קען טאקע זיין אז ס'איז נישט קיין שיינע זאך צו פראווענען א 'נ-נח-דעיי', אבער מאך דאס נישט מעהר ווי ס'איז.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יולי 22, 2018 8:01 pm

דער חילוק איז: אודעסער, ווי משוגע ער איז געווען, איז ער נישט געווען א מנובל (זיינע תלמידים איז א אנדערע מעשה). אבער הרב שיק איז דאך באקאנט אז דו קענסט נישט ליינען קיין 3 ווערטער אין זיינע קונטרסים אן זיך באגעגענען מיט עקס רעיטד קאנטענט.

איך האב שוין מער ווי איינמאל געשריבן,אז נישט בחנם איז 99.99% פון זיין עולם דארט אין יבנאל געוען ספרדישע פתאים ופתאיות.

אגב, כ'מיין אז דאס רופן דעם חוזה אלס רבין פון לובלין אין נישט מיטן נאמען חוזה האט גארנישט געהאט מיט פתיחות הכבוד לגביו. אדרבה עס איז פונקט ווי ר''ר אלימלך און ר''ר זושא, איז געוויסע פלעצער האט מען אפילו גערופן ר' יעקב יצחק אדער ר' איציקל פון לובלין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יולי 22, 2018 10:08 pm

איך אויך האט געשריבן:הרב שיק איז דאך באקאנט אז דו קענסט נישט ליינען קיין 3 ווערטער אין זיינע קונטרסים אן זיך באגעגענען מיט עקס רעיטד קאנטענט.

נשג''ז אלערט.

פון די מערסט באנוצטע ווערטער אין זיינע ביכער.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1408
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » זונטאג יולי 22, 2018 11:48 pm

יישר כח פאר אלע וואס "מוזן" שרייבן למען השם, יישר כח פאר'ן פארפירן דעם ארטיקל מיט זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות אהער

עס קומט נישט אריין דא נישט ווער ס'איז גרעסער אין ברסלב צו ווער ס'איז א מנובל, און ווער ס'איז מער מפיץ תורת רבי(נו) מוהר"ן, און צו ער האט יא אדער נישט טערארעזירט אזוי ווי סאטמאר אדער נישט ממש ווי סאטמאר נאר ווי סקווירא, נאך די אלע שמוסעלעך די נקודה בלייב א אמת'ע נקודה, מ'האט גענומען א נאמען פון א צדיק פון די תלמידי בעש"ט, ס'שמעקט דיר יא ס'שמעקט דיר נישט, מ'האט ציפיצלט זיין נאמען און געמאכט פון דעם ליצי לצנות, און די אלע וואס גייען מיט די קאפלעך און די אלע קעמפס וואס ניצן דאס זיך אונטערצוהאלטן זאלן וויסן אז זיי שפילן זיך מיט פייער, אפגעזען צו דער צדיק הייסט ר' נחמן צו דער חוזה צו דער בארדישטובער, אדער ר' שלומקע זעווילער

די אמת איז אמת אפילו ברסלב וואלט נישט מוחה געווען דערויף וואלטן מיר געמוזט מוחה זיין דערויף

קיינער קען נישט זאגן איך בין ברסלב, מען האט פארשעמט מיין רבי, עס איז א צדיק וואס איז געווען, ווי אלע צדיקים, און הכל מודים אז ער איז א צדיק.
און מען קען נישט יעצט זאגן ווייל ר' יואל ראטה האט חתונה געמאכט אין א בית מדרש אדער ווייל מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים אדער אנדערע אמת'ע צו נישט אמת'ע פאקטן, נעמט עס נישט אוועק פון די נקודה אז דא איז דא א צדיק און זיין נאמען ווערט פארשוועכט און פארשעמט ווי מעג מען דאס צולאזן?
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג יולי 23, 2018 12:17 am

רבי נחמן ווערט פארעכענט אלס תלמיד פון בעש"ט??
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2301 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 23, 2018 2:21 am

יין שרף:כמעט אומ-מעגליך. ר'איז געווען אן אייניקל. און דער בעש"ט האט געלעבט זיבעציג יאר. עכ"פ א דירעקטער תלמיד איז ער זיכער נישט געווען. אזוי ווי דער מעזריטשער מגיד...!

די פונקטליכע פרטים וועלל איך לאזן פאר גרעסערע עקספערטן פון מיר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 4 געסט