אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי

שליחה דורך 1111 »

אין די אידישע גאס דרייט זיך ארים די שמיעה, אז צעהנדליגע היימישע ווייבער (וואס קומען פון היימישע פרימע שטיבער) האבן אנגעהויבן לאזן זיך וואקסן די האר פון קאפ (למחצה לשליש ולרביע).
מען הערט זאגן אז אין די מקוה טהרה'ס פון קהילות ווי מען פלעגט מקפיד זיין דערויף בכל התוקף, האבן אנגעהויבן ווייעך ווערן דערויף.
פרויען וואס טוען לעזער זאגן פאר זייערע פאציענטן "וועסט נישט גלייבן וויפיל פרויען לאזן זיך וואקסן די האר!"
רבנים שרייען אז עס האט זיך אנגעהויבן אריינכאפן צווישן עולם.
איך מיין אז עס וועט זיין אינטערעסאנט פאר יעדן צו וויסן וואס זענען די פאקטן אין וואס זענען די פראצענטן, אין אלעם ארים.
א טייל ווילן וויסן ווייל זיי ווילן האבן די קאנפידענט אויך צו לאזן וואקסן, טייל וועלן בלויז הנאה האבן צו זהען די נומערס פאר אינטערעסאנטקייט.
איך האב געמאכט א שטיקל סערוועי, לאמיר זעהן די פאקטן --- יעדער וואס ענפערט. ווען קען זעהן די רעזעלטאטן

https://goo.gl/forms/kkSYAOR7ViVzqIh42

איך בעהט אז מען זאל שרייבן נאר דעם אמת (איר דארפט נישט אריינלייגן קיין אימעיל אדערעס, עס איז נישטא וואס מורא צו האבן)
איר מיזט נישט ענפערן אויף אלע שאלות...

קען זיין אז איך וועל מאכן נאך סערוועיס פון אנדערע אינטערעסאנטע ענינים.... אויב ווילסטו עס באקומען אויף אמעיל, ביטע שיק מיר דיין אימעיל פריוואט. עס וועט נאר געניצט ווערן פאר סערוועיס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום 1111, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 78 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר