ווען איך קען נישט זאגן דעם אמת צוליב די פאלשע אינגען!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

ווען איך קען נישט זאגן דעם אמת צוליב די פאלשע אינגען!

שליחה דורך זר זהב »

לעטענס האט די פאלשע וועלט מיר אנגעהויבן אטאקירן פערזענדליך!

די פאלשקייט און "נייסקייט" פון רובו דרובו איז מיר קיינמאל נישט ניחא געווען, ס'עקעלדיג און מ'קען עס אפילו נישט גוט פעיקן, -- (און דאך הערן די יעניגע נישט אויף! זיי מיינען אז איינער גלייבט זיי? פליז! מ'קען אויף דיין נאז זעהן דיין ליגענט מיט'ן פאלשן צובראכענקייט אויף דיין שטערן!) איך האב עס אבער דורכגעלאזט ווי נישט מיר מיינט מען, וואס איז דאס מיינע דאנגעס?

די קלוגערע פון צווישן אונז שווייגן טאקע, זיי ווייסן אז ס'נישט! בקיצור ס'נישט! און זיי ווייסן אז די יעניגע פאר וועם זיי פעיקן לאכן זיך אונטער פון זייערע באלאניס. און פארוואס טאקע? ווייל מסתם ווען ס'קומט די צייט ווען זיי דארפן פעיקן טוהן זיי די זעלבע זאך. איי יענער לאכט דיך אויס, אבער וואס קען מען טוהן? אזוי גייט די וועלט פארפאלן!

(איינער איז נאך מיט מיר?)

איך צייל מיר צווישן די קלוגערע, און זאל יענער קראכן ווען ער פרעגט מיר פארוואס איך בין נישט געקומען צו זיין שלום זכר, וואך נאכט, אפשערן, טיי אווענט - קאפי צופרי, קידוש, ברית, ארעמע חתונה, און וואו נישט? -- איי יענער פרעגט? האט ער געפרעגט! איך גיי נישט אנהייבן קעקעצן מיט די פאלשע צובראכענע תירוצים ווייל יענער וויל אזוי! און בכלל פון וואו האט יענער די חוצפה צו פרעגן פארוואס איך האב זיך נישט באטייליגט ווען ער ווייסט גאנץ גוט אז ווען ער ווערט געפרעגט די זעלבע קשיא ווערט ער אומבאקוועם?!
אבער ווי געזאגט איך מאך זיך נישט וואוסענדיג.

און דא קום איך צו וואס באדערט מיר, ס'ווערט פערסאנעל! דהיינו? אונז קלוגע ווערן ב'עוול'ט פון די נארישע פעיקערס. ווייל אונז קלוגע טראכטן גאר טיעף... איז הער צו.

איינער מיט וועם איך בין אביסל אין גוטן אבער נישט עפעס מורא'דיג לאזט מיר א וואויסמעיל ערב שבת אז ער מאכט א זכר און ער וועט זיך פרייען מיר צו זעהן. איך בין געווארן אביסל העפי און גלייך דעסיידעט אז איך גיי גיין! ס'זייער שיין געווען פון אים ער האט געלאזט אזא שיינער דיטעילט מעסעדזש, און ס'נישט מער ווי רעכט צו גיין אין א זומער שבת - ווען ווייניג אידן זענען אין שטאט - צו א שמחה פון איינעם מיט וועמען דו קענסט זיך. און ווי אויך האב איך זיך געוואלט טרעפן מיט חבירים אין אזא ליידיגער שבת ווי עס איז דא אין די סיטי. -- איך בין געווען שבת ביי מיין שווער, ביי די פלייש האבעכזיך באזעצט אויפ'ן קאוטש און איינגעדרימעלט ביז... איינזע.

ווען איך האב זיך אויפגעוועקט אריינצוגיין אין בעט (און את חטאי מזכיר, איך האב ליידער נישט געבענטשט) בין איך זעהט אויס נישט געווען גענוג וואך צו געדענקן אז איך האב זייער שטארק געוואלט גיין צו א שלום זכר! -- אינדערפרי האב איך זיך דערמאנט, און איך האב זיך אויפגעגעסן! ס'האט מיר געבאדערט! -- ווען איך בין געגאנגען 2 טעג שפעטער צו די וואכ-נאכט בין איך שיעור דורכגעפאלן! איך האב אים געוואלט זאגן: יוי! דו האסט נישט קיין אנונג ווי שטארק כ'האב געוואלט באמת קומען! באמת! איך האב זיך פלעין פארדרימלט און ס'האט מיר באמת געבאדערט! -- אבער ניין, איך האב זיך געטראפן שטים איך קען נישט עפענען מיין מויל אים זאגן מיינע אמת'ע געפילן! פארוואס? ווייל די זעלבע ווערטער ווערן גענוצט טויזענטער מאל א טאג ביי דע אלע פעיקערס וואס האבן קיינמאל אין פלאן נישט געהאט צו קומען צו דיין שמחה!! און איך קען נישט זיך אזוי לאזן דערנידערן ווי די אלע פעיקע נארישע מענטשן!
----------------------

היינט אינמיטן טאג איז מיר א מחשב'לה אריינגעפלויגן אין קאפ אז איך האב שוין זייער לאנג נישט גערעדט מיט איינע פון מיינע פעטערס וועלכע איך האלט זיך זייער נאנט (און איך האב אינגענצן פארגעסן פון אים) ווי לאנג? מסתם א דריי פערטעל יאר זיכער. בעליוו מי אר נאט... פריער באקום איך א קאל פון יענעם פעטער! ער וויל עפעס א טובה... ווען איך האב געזען זיין נאמען אויפ'ן סקרין איז מיר אינסטינקטיוולי ארויפגעקומען די פאר ווערטער וואס איך גיי אים אט אט זאגן. "האלא! איך האב פונקט היינט געטראכט אז איך האב שוין לאאאאנג נישט גערעדט צו דיר און און און... אבער ניין, ס'שמעקט נישט גוט, ס'סאונד פעיק. איז עס געבליבן ביי א פלעינעם טריקענעם: "האלא?"

די צוויי עפיזאדן אין די לעצטע פאר טעג האט אריינגעברענגט אין מיר א דערביטערניש און אן אפשיי אקעגן די יעניגע וואס מאכן מיר חרוב מיין וועלט'ל און לאזן מיר נישט זאגן דעם אמת. -- אבער ווער ווייסט? אפשר וועל איך איינזעהן איין טאג אז מ'דארף דזשויענען די "קרא"?! אויב וועט עס קומען צו אזא מצב וועלעך אבער גיין צו א פראפעסיאנלער ליגענער ער זאל מיר "גיידן" אז הדרך אשר ילכו בה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר