"ותינוק ללמדו ספר" - מיין אפשאצונג אויפן בוך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

"ותינוק ללמדו ספר" - מיין אפשאצונג אויפן בוך

שליחה דורך ארי נוהם »

ווען עס איז באקאנט געווארן די נייעס, אז דער בארימטער שריפטשטעלער, דענקער, דיכטער און חכימאה דיהודאי [tag]קטלא קניא[/tag] גרייט זיך ארויסצוגעבן א בוך איבער דאס וויכטיגקייט פון טוישן אונזער חינוך-סיסטעם אין די בתי חינוך, האב איך באלד פארשטאנען אז דא קומט א ביכל איינס און א גוטס, ווייל קטלא'ס פעדער איז פון די מערסט-אויסגעשארפטע אין אונזער צייט, און דערצו האט ער עס ווינציגער גענוצט די לעצטע פאר יאר וואס באדייט אז ער וועט אריינלייגן זיין גאנצע ברען און כח הקולמוס אין דעם בוך.


איך האב נאר געהאט עטליכע האפענונגען, כדי ס'זאל זיך אויסשטעלן סוקסעספול:

1. נאכן טוישן זיין שריפט צום יידישיסטישן אויסלייג, זאל ער דאס נישט טון אין דעם דאזיגן בוך וואס איז געאייגנט פאר היימישע חסידים.
2. דער בוך זאל טראגן מער אן ערנסטן פנים ווי רוב ארטיקלען אין זיין בלאג, פשוט אז ס'זאל זיך נישט ליינען ווי זיסע ליצנות נאר ענדערש ווי א וויכטיגע חובת השעה.
3. ווען מ'טוט דאס באקאנטע, "האקן אויפן סיסטעם", זאל זיך נישט אויסגיסן אלע סארטן טענות אויפן סיסטעם, נישט ווייל ס'פעלט פראבלעמען נאר כדי מ'זאל נישט קענען אנהענגען דעם טיטל "אנגעווייגטאגטער" אויפן בוך, אנשטאט אנערקענען זיינע וויכטיגע פונקטן.
4. ער זאל אויפקומען מיט א זאכליכע מהלך וואס מ'זאל "יא טון".

די דאזיגע פיר זאכן האבן זיך פאקטיש אויסגעשטעלט צו זיין שטארק אינעם ריכטיגן ריכטונג.

איך גלויב אז דאס טוישן צום היימישן אידיש איז צו פארדאנקען ידידינו חברי ק"ש וואס זענען געווען אינוואלווד אינעם שאפונג פונעם בוך, ולהם נתונה תודתינו. דער בוך האט געטראגן גאר אן ערנסטן צורה, און הגם ס'האט נישט פארמינערט קטלא'ס גלעצנדע מליצות, אויסנאם-רייכע שפראך, ווערטלעך און אפילו שטעכעס, איז עס פארט געווען מיט א געוואלדיגע מסודר'דיגקייט און ערנסטקייט. קטלא האט אויך באוויזן ארויסצוברענגען אונזער ווייטאג אויף אונזער געזעלשאפטליכער סיסטעם, אבער ממש נאר וויפיל געפאדערט פארן תוכן הדברים פון אונזער חינוך סיסטעם אין די בתי חינוך, אלעס אנדערש איז נישט ארויסגעשריבן געווארן אינעם בוך - הגם פאר מיר וואלט עס געווען גאר שווער זיך איינצוהאלטן נישט ארויסצולאזן דעם אנגעזאמלטן כעס איינמאל פאר אלעמאל, און קודאס פאר קטלא'ן אויך פאר דעם.


בנוגע א נייע מהלך וואס יא צו טון, ווערט עס שוין עטוואס מער קאמפליצירט.

איידער דער בוך איז ערשינען האב איך געטשעט מיט ידידינו הנכבד החכם [tag]אבטולמוס[/tag], און ער האט מיר געפרעגט אויב איך וועל קויפן קטלא'ס בוך. איך וועל זיין אפן און האנעסט און זאגן אז איך האב אים געענטפערט אז כ'פלאן עס נישט צו קויפן. נישט ווייל ער איז נישט גערעכט, נישט ווייל ס'קאסט געלט, און נישט ווייל כ'האב מורא אריינצונעמען זיין בוך אינדערהיים, נאר צוליב דעם איינפאכן אורזאך אז איך זע נישט וואס קטלא וועט מוסיף זיין צו מיין פארשטאנד אין דעם נושא.

וואס די פראבלעם מיט אונזער סיסטעם איז, ווייס איך. און וואס מ'דארף באמת טון עס צו טוישן, ווייס איך אויך. נאר איין חשש האב איך, אז "מה שהיה הוא שיהיה" און איך זע נישט אז דאס וואס דארף צו זיין דער סעלושען צום פראבלעם - דהיינו עפענען נייע מוסדות מיט א גוטע קיריקילום - וועט פאקטיש פאסירן. דערפאר ווייס איך נישט וואס קטלא וועט צולייגן צו דאס וואס איך ווייס שוין יא.

ראובן האט מיר אבער צוגעשטופט צו לייענען זיין בוך, אפילו אויב נאר צו זען א דבר מסוכם ומתומצת מיט אלע פראבלעמען און מהלכים קלאר ארויסגעברענגט פון אלע ריכטונגען. איך האב טאקע אדורכגעליינט דעם בוך פון דעקל צו דעקל, נישט ארויסלאזנדיג אפילו די פסוקים ביים ענדע ביכל, זייט 135. איך וועל זיין א מודה על האמת און זאגן, אז געוויסע וויכטיגע און אפילו יסודות'דיגע נקודות וואס דארפן ווערן אויסגעשמועסט ביי א ויכוח איבער אונזער חינוך סיסטעם, און וואלטן קיינמאל נישט געווארן א פונדאמענטאלע טייל פון אזא דין-ודברים, האט קטלא ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך, און פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט צו ליינען זיין בוך. אזוי אויך בין איך געוויס געוואויר געווארן אינטערעסאנטע נקודות און הברקות וואס קטלא האט ארויסגעברענגט אזויווי נאר ער קען, ותשואת חן להאי קטלא קניא באגמא.

אצינד וויל איך צולייגן אפאר ווערטער און געדאנקען צום וויכטיגן בוך (כ'האב עס געליינט דורך די לעצטע צוויי וואכן, ווען כ'האב געטראפן אן איבעריגן מינוט, און בשעת'ן לייענען האב איך עטליכע מאל געהאט הערות וואס כ'געדענק נישט יעצט אויפן רגע, אבער כ'וועל שרייבן וואס עס וועט מיר אויפבליצן אין געדאנק)

[center]*[/center]
מי ומי ההולכים - די פארשידענע טיפן וואס זוכן א טויש

קטלא האט געטון א געוואלדיגע דזשאב מיטן מסדר זיין זיינע געדאנקען אין הערליכע זעכצן קאפיטלען, פלוס א שיינע הקדמה, וואס טוען אייגנטליך צונעמען אלע אונזערע פראבלעמען פון אלע סארטן קוק-ווינקלען. איך וועל אויך אדורכגיין זיינע קאפיטלען און זען וואס עס איז דא צו זאגן דערויף.

אין די הקדמה, אינעם ערשטן קאפיטל ("א בילד פון חסידים בזמן הזה"), און אינעם צוועלפטן קאפיטל ("וואו זענען די עלטערן?"), האט קטלא אראפגעלייגט א קאמישע און היבש ווייטאגליכע בילד פון חסידים וואס זענען נהנה ממטעמי עוה"ז און פון מאדערנע, און זייערע קינדער זענען זיי מעביר על המולך וויסנדיג אז דער סיסטעם הרג'עט זיי אוועק, און די עלטערן זעלבסט טוען אלעס קאפויער פון וואס די זעלבע בתי חינוך האבן זיי געלערנט. דער דאזיגער פונקט גייט קטלא ווידערהאלן דורכאויס די אנדערע קאפיטלען א שיינע פאר מאל, ארויסברענגענדיג דער קאנטראסט, סתירה, און אפילו רשעות פון שיקן קינדער אין אזעלכע אנטשטאלטן ווען די עלטערן טוען אלעס פארקערט פון דאס וואס די אנשטאלטן פארקויפן.

איך האלט אז הגם די טענה איז א וויכטיגע און א ריכטיגע, האט קטלא געמאכט א טעות מיטן אראפלייגן דעם "אלגעמיינעם בילד" פון חסידים בזמן הזה, אלס אזעלכע "אנוסים" ווי ער שילדערט. עס איז טאקע דא א געוויסע פראצענט פונעם חסידישן ציבור וואס לעבט אזוי, אבער איך וואלט עס געשאצט צו זיין א פינפטל פונעם היימישן עולם, און נישט מער. מצד שני גלויב איך, אז נאר א פינפטל פונעם עולם איז פאקטיש צופרידן פונעם חינוך סיסטעם. דאס מיינט, אז זעכציג פראצענט פונעם חסידישן ציבור איז נישט אזוי שמאלקעפיג צו שרייען "מסורה" און אנהאלטן דעם סיסטעם, נאר ווילן זען א טויש, און די זעלבע זעכציג פראצענט לעבט נישט אזא שוואוילטאג סטיל לעבן ווי קטלא שילדערט. צו נעמען צוואנציג פראצענט ציבור, און שרייבן די עקרונות פונעם ביכל באזירט אויף זיי, איז א גרויסע טעות (אגב, איך גיי אויך נוצן די נומערן שפעטער אינעם רעצענזיע: 20% מסורה-קאפ-אין-וואנט אידן, 20% קילע חברה/מאדערנע, 60% אומצופרידן מיטן חינוך סיסטעם, עטוואס אויפגעקלערט, אבער נישט עכט קיל/מאדערן. די פראצענטן זענען מעגליך נישט אקוראט, און איך נוץ זיי נאר ע"ד משל).


א צווייטע - נישט קלענערע - פראבלעם מיט זיין יסוד איז, אז ער לייגט אראפ אן ארגומענט אז די עלטערן זענען בבחינת "טו-פעיסערס". פאר זיך מאכן זיי א ברכה ברוך מתיר אסורים, און די קינדער שפארן זיי איין אין בתי חינוך וואו מ'זאגט אויף די זעלביגע זאכן - אסור אסור אסור. אין עלפטן קאפיטל ("פארוואס טוען מיר דאס צו אונזערע קינדער?"), גייט קטלא שוין אזוי ווייט ווי צו זאגן אז על-כרחך מוז מען זאגן אז די עלטערן זעלבסט זענען פשוט אומזיכער מיט זייער וועג, און שפירן אז זיי זעלבסט טוען עפעס אומריכטיג, זיי זענען אריבער די רויטע ליניע, אבער די קינדער ווילן זיי טאקע יא מחנך זיין ווי מ'ברויך באמת צו זיין.

איך האלט אבער, אז זיין יסוד איז אומריכטיג פונקט ווי זיין טעאריע, אבער כדי ארויסצוברענגען די נקודה וועל איך מוזן וויי טאן א גרויסע טייל פון די צוואנציג פראצענט חסידים, וואס קטלא שילדערט אין זיין בוך ווי כאילו זיי זענען די נחלת [כמעט]הכלל, פון מענטשן וואס לעבן מיט אלערליי מאדערנע און זייערע קינדער שיקן זיי אין די היימישע בתי-חינוך (ווי קטלא האט זיי א נאמען געגעבן "חיים און גיטי", און ער שילדערט אפ א בילד מיט שמאלץ: "ער האט ליב אירע נאטירליכע האר... דאס שייטל צו לאנג... דער קלייד וואס דארף זיין לאנג איז גאר קורץ... חיימ'ס בארד וואקסט אויך עפעס נישט... זעט מען אים אין א "טי-שירט" מיט די פיאות הינטער די אויערן... ביינאכט פארברענגט ער אין בארן מיט זיין רביצין... זי לערנט זיך פירן א קאר... האבן זיי ביידע סמארטפאנס... פארברענגען אויף פעיסבוק און אינסטאגראם און סנאפשאט... זיינע געפארבטע באקסערס").

לאמיר אראפנעמען די מאסקע און זיי געבן דעם טיטל וואס זיי טראגן כהיום אין אונזער קאמיוניטי. ס'איז איינע פון די פאלגענדע נעמען: זיי זענען "וויט'-איט", "באמעס", "קול-דודס", "מאדערן" אדער "טונא-בייגעלס". הצד השוה שבהן, אז זיי באשטייען געווענליך נישט פון די אויבערשטע שטייסל פון חכמים ונבונים (כ'רעד אויסדריקליך נישט אין אידישקייט אישוס), און הגם ס'פעלן נישט קיין קלוגע אויפגעקלערטע לייט וואס טוען ווי עס געפעלט זיי, זענען זיי פארט קוים א מקצת מן המקצת פון די סארט וואס טוען טאקע ווי עס געפעלט זיי, וואס עפ"ר זענען זיי נישט אויסנאמליך קלוג און באשטייען נישט פון מענטשן וואס קענען נעמען לייצעס אין זייערע הענט.

זיי וועלן זיין די לעצטע מענטשן צו עפענען מוסדות החינוך, און דערפאר ווען קטלא פרעגט "היתכן?", וויאזוי קענען זיי פארזעצן צו שיקן אין מוסדות וואס באפעלן פארקערט ווי דאס וואס זיי זעלבסט טוען, איז דער פשוטער און ווייטאגליכער ענטפער: זיי וועלן קיינמאל נישט נעמען די טשאלענדזש פון עפענען אייגענע מוסדות. זיי קענען עס טאקע מציאות'דיג נישט באווייזן צו טון, און ווען יא וועט מען גלייך זען דעם חורבן דערפון. אלזא, זיי זענען נישט קיין צוויי-פנימ'דיגע מענטשן, נאר האבן נישט קיין צווייטן אויסוואל. זיי זענען טאקע עפ"ר מענטשן וואס האלטן אז זיי זענען מעגליך געגאנגען צו ווייט, און ווילן מחנך זיין זייערע קינדער עטוואס מער תמימות'דיג ווי זיי זעלבסט זענען, אבער אפילו אויב מ'זאל אויפבויען זייער שטאלץ אז זיי טוען יא וואס עס איז ריכטיג, זענען זיי פשוט נישט געקנאטן פון דעם סארט טייג וואס קען אפבאקן א נייעם סארט מוסד.


ווידער די איבעריגע זעכציג פראצענט אידן וואס זוכן א "טשעינדזש", און באשטייען פון אויפגעקלערטע מענטשן - למחצה לשליש ולרביע - וואס זעען אבער פארט נישט אויס ווי דער אויבנדערמאנטער "חיים און גיטי", זיי זענען די סארט מענטשן וואס וואלטן טעכניש געקענט עפענען א נייע מוסד על טהרת קטלא, אבער דער אורזאך פארוואס זיי שיקן אין די היימישע מוסדות איז נישט ווייל זיי האלטן אז זיי זעלבסט זענען מעגליך פארקראכטן צו ווייט. זיי האלטן נישט פאר קיין סעקונדע אז "מעגליך איז דער אמת מיט די בתי-חינוך און נישט מיט אונז". זיי ווייסן קלאר און דייטליך אז די בתי חינוך זענען שטארק פראבלעמאטיש, און די עלטערן האלטן געווענליך אז זיי זעלבסט גייען יא אויפן ריכטיגן היבש-אויפגעקלערטן מהלך. נאר וואס דען?

דא קומט אריין א יסודות'דיגע פאקטאר וואס קטלא האט נישט ארויסגעברענגט, און איז לדעתי א שליסל-ארגומענט וואס איז נוגע ס'רוב מענטשן וואס זענען אומצופרידן מיט אונזער סיסטעם: יא, די זעכציג פראצענט טוט אויך פארקערט פון וואס די בתי חינוך פארקויפן. זיי וואטשן פילמס (איינער אן פרויען, איינער מיט פרויען, און א דריטער אויך ראמאנטישע פילמען), זיי קענען גלייבן אין עוואלוציע און כופר זיין אין סגולות, און זיי פארשטייען צו שיינקייט און אויסגעפיצטקייט. זיי האבן ליב א גוט שטיקל ליטעראטור, זיי אבזערווירן גוי'שע פאליטיקעס, און הערן מעגליך סעקולארע מוזיק. זיי האבן אויך נישט קיין שום פראבלעם אז זייערע קינדער זאלן עווענטועל טון דאס זעלביגע וואס זיי טוען כהיום, ווייל זיי זענען נארמאלע מענטשן און טוען נארמאלע זאכן - הגם אפטמאל אין קעגנזאץ צו וואס די בתי חינוך פארקויפן.

זיי האלטן אבער איין וויכטיגער פאקט פאר די אויגן: קינדער זענען נישט גענוג רייף (עכ"פ אין זייערע אויגן) צו קענען זיין אזוי אפן צו די וועלט. ווען זיי וואקסן אונטער, און ווערן עטוואס מער מאטשור, און קענען מאכן באשליסן מיט א גראדע מח, וועלן זיי געוויס האבן די פונדאמענטאלע כח הביקורת וואס א מענטש דארף באזיצן, און זיי וועלן אוועקווארפן די פסולת און אויסטרעטן א ריכטיגע וועג פארן לעבן. אבער א קינד וואס זעט דער פילם וואס דער טאטע זעט, אדער ליינט די סארט ליטעראטור וואס דער טאטע ליינט, א.א.וו. וועט ער עס נישט קענען אנטוויקלן געזונטערהייט (איך גיי נישט אריין אין א פאלעמיק אויב דער פאטער'ס אבזערוואציע איז ריכטיג. איך ברענג נאר ארויס אז דאס איז דער דורכשניטליכער אבזערוואציע פון די זעכציג פראצענט, וואס זענען נישט באמעס און נישט מסורה-שרייערס, נאר ערגעץ אינדערמיט מיט א שכל הישר)

קטלא האט דאס גענצליך נישט בארירט אין זיין בוך, ווען אין פאקט - רעדנדיג מיט אן א שיעור פון די זעכציג פראצענט, אין וואס איך וואלט מיך אויך אריינגעלייגט - וואלט דאס געדארפט צו זיין דער הויפט פאקטאר אינעם ארגומענט איבער עלטערן וואס שיקן די קינדער אין אונזערע פראבלעמאטישע בתי חינוך.

[center]*[/center]

וואס טויג נישט מיט אונזער לימודי-קודש קוריקולום

אין צווייטן קאפיטל ("היינטצייטיגער חסיד'ישער חינוך הבנים"), און בעיקר אין דריטן קאפיטל ("לימודי-קודש"), שילדערט קטלא וויאזוי מיר לערנען לימודי קודש. דער טייל פונעם בוך (ווי אויך דער פערטער קאפיטל - "מלמדים") איז גאר וויכטיג, נישט בלויז צוליב זייערע וויכטיגע פונקטן, נאר אויך כדי צו ווייזן דער ציל פונעם בוך: עס איז נישט קיין יאפפעד, מאסטער, און אנדערע וואס פארלייגן זיך אויף אונזערע סעקולארע לימודים, וואס דאן שרייען אונזערע זעלבסט-דערקלערטע עסקנים צוריק מיטן טיפישן "חשמונאים-מול-מתייוונים" מהלך, נאר אונזער גאנצער חינוך ווערט צענומען און צעריבן לשברי שברים, למען ידעו דורותיכם כי ב-sick-it-is הושבתי את בני ישראל.

אבער אויב שוין מאכן דעם ויגזול את החנית מיד המצרי, זאל שוין זיין אויך דער ויתקעהו בלבו. לאמיר ברענגען א ראיה פון אונזערע מיידלעך אויף אונזערע יונגעלישע אנטשטאלטן. מיידלעך קומען ארויס פון זייערע שולעס מיט צאללאזע מערערע דערגרייכונגען ווי זייערע יונגלעך קאלעגעס, אבער לא על זה תלונותינו, אדער לפחות מיר מוזן שווייגן ווייל מיר זענען מקריב אונזערע ידיעות פאר כלומרשטע תורה'דיגע ידיעות. אלזא, דארפן מיר פשוט קוקן אויף זייערע ידיעות אין תורה, כדי אפצופרעגן אונזער תלמוד תורה סיסטעם.

צוויי זאכן וואס קומען מיר ארויף אין געדאנק בן-רגע, זענען זייערע ידיעות אין הלכות שבת און זייערע ידיעות אין מקרא (ונ"ך, וואס קטלא האט יא בארירט). אין די צייט וואס מיר האבן חתונה פוסטע עמי-הארצים אין אזעלכע פונדאמענטאלע זאכן ווי הלכות שבת - וואס זענען מער נוגע אין טאג טעגליכן לעבן ווי השור שנגח את הפרה, זענען אונזערע פרויען די תלמידות חכמות פונעם דור. און אין די צייט וואס מיר פארשטייען פרשת נח אלס אכצן יעריגער בחור מיטן זעלבן הבנה ווי ביי די זעקס יאר אלט, זענען די מיידלעך בקיאות בראשונים על המקרא, האבנדיג דורכגעקייט א ריזן טייל פון חמשה חומשי תורה מיט אסאך מפרשים.

ואנחנו אנא אנו באים. לאמיר זיך לערנען פון אונזערע שוועסטערס...


אזוי אויך וואלט קטלא געקענט ארויסצוברענגען נאך איין פונדאמענטאלע פונקט איבער אונזער רוחניות'דיגער קוריקילום, אז פונקט ווי חרדים האבן שטענדיג ליב צו טייטלען מיטן פינגער אויף משה מענדלזאן, זאגנדיג אז פון זיינע פירות קען מען זען אז ער זעלבסט איז אויך געווען פארדארבן - א טענה וואס אסאך האבן שפעטער גענוצט אויף די אונגארישע שטאטוס-קווא, און אויף הרב קוק'ס שיטות, דאס זעלביגע דארפן מיר זאגן פאר זיך אליינס.

אונזערע פירות היינטיגע צייטן זענען גאר שוואך, נישט נאר פון א גשמיות'דיגן בליק - אז מיר זענען ערום ועריה פון אלטוועלטליכער וויסנשאפט, נאר טאקע פון אט דעם רוחניות'דיגן קוק-ווינקל אויף וואס מיר זענען מוסר נפשם של בנינו וטפינו על מזבח המוסדות. מיר שטייען דא טיף אין די מאראסט, אונזער תקופה זעט אויס ווי עס איז אינמיטן א צייט באמבע, ווען צווישן די פארפלייצונג פון אט"ד'ס, באמעס און קילע יונגען, אדער סתם מענטשן אן קיין טראפעלע תוכן צו זיך, וואס יאווען ווי א שוואמען נאך א רעגן, אדער ווי א יונגערמאנטשיק נאכן ישיבה סיסטעם, זעען מיר קלאר די פירות פון אונזערע בתי חינוך.

אויב נאך אונזערע חרמות וקונמות ושאר מרעין בישין, זעען אזוי אויס די פירות פון אונזערע חינוך פאגראמען, מוזן מיר על-כרחך זאגן אז אויב עס שטינקט - שטינקט עס פון קאפ. לאמר זו תורה, ולכן זו שכרה. אויב דאס איז די תורה וואס מיר לערנען, דאן קומען ארויס אזעלכע פירות, און ווען מיר וואלטן געטוישט אונזערע מעטאדן באופן יסודי ביותר וואלטן מיר מעגליך געזען בעסערע תוצאות. ביך כך ובין כך, אויב מענדלסאנס טעכטער איז א ראיה אויף זיין מהות, דאן זענען אונזערע זין א ראיה אויף אונזערע מוסדות' מהות.


נאך איין הערה איבערן קאפיטל אויף אונזערע מלמדים. לדעתי האט נישט אויסגעפעלט צו שרייבן דער קאפיטל, וואס אויסער דאס באליידיגן אויף א פערזענליכן אופן טויזנטער מלמדים, אראפמאלנדיג זיי ווי דאס שוואכסטע וואס מיר פארמאגן, נישט צו גאט און נישט צו לייט, וואס בלית ברירה נעמען זיי דעם נארישן פאסטן פון מלומדות, איז עס פשוט נישט אזוי אמת אין אונזערע צייטן, ווען מלומדות האלט אינמיטן ווערן א מער ארויפגעקוקטע ארבעט, און איך קען פערזענליך צענדליגע אידן מלמדים פאר קינדער פון אלע סארטן יארגענג, און זיי זענען שטארק אריינגעטון אין זייער דזשאב און תפקיד, און פרובירן זיך צו פארבעסערן בכל קנה מידה, גענצליך אנדערש ווי עס איז געווען ביז צען יאר צוריק.

דאס איז שוין אנדעם וואס מיר זאלן רעדן פון די ארגאניזאציעס וואס האבן זיך געעפנט צו טרענירן יונגעלייט פאר דעם פאסטן, וואס הגם עס איז ווייט פון וואו מיר צילן אנצוקומען, איז עס אבער פארט אן אנדייטונג אז מיר פרובירן דאס צו טוישן, און ממילא איז נישט שיין צו ווידמען א קאפיטל דאס אראפצורייסן, און עס וואלט ענדערש געדארפט זיין א קליינע פארזעצונג אינעם קאפיטל פון לימודי קודש.

[center]*[/center]
לימודי חול לשם וויסנשאפט

אין די קומענדיגע דריי קאפיטלען האט קטלא אדורכגעטון די נושא פון לימודי חול אין אונזערע מוסדות. דהיינו, א בליק אויף די לימודי חול, די לימודי חול לשם פרנסה, און די לימודי חול לשם וויסנשאפט. עס איז זייער גוט צענומען געווארן, ארויסגעברענגט געווארן, און געפראסקעט אונזערע עסקנים'ס געדאנקנסגאנג אין פרצוף.

לדעתי אבער, וואלט קטלא געמעגט צולייגן די פאלגענדע פונקט ביים קאפיטל "וויסנשאפט לשם וויסנשאפט". ער האט ארויסגעברענגט מיט אייפער אז ס'נישט קיין אידישקייט פראבלעם, ס'איז אפילו טיפשות און אפילו רשעות צוריקצוהאלטן א-ב פון וועלטליכע סייענס סתם ווייל ס'פעלט נישט אויס לשם פרנסה. אבער ער האט נישט אפירגעברענגט דעם באהאלטענעם אפיקומן, פון אונזערע גייסטישע מנהיגים משנות דור ודור, וואס האבן זיך קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן פון געוואויר ווערן וויסנשאפט פון אלע סארטן. מ'דארף נישט שרייען מיט פאטאס "שאו מרום עיניכם" און עס אייזעצן אויף שטודירן נאטור, נאר מ'קען ברענגען אונזערע גדולים וואס האבן דאס פאקטיש געטון, און ביי אונז אזויווי נאר ביינונז, העלפט דאס די בעסטע און עס איז די ווירקזאמסטע מיטל צו פארשווייגן משטינים ומקטרגים פון אלע סארטן.

קטלא האט עס יא געברענגט ביים לעצטן קאפיטל ("בנערינו ובזקנינו נלך"), הגם אויך דארט נאר דרך אגב'דיג, אבער עס וואלט געוויס פארדינט עטוואס מער אויפמערקזאמקייט. א ליסטע פון ראשונים און אחרונים וואס האבן שטודירט נאטור, געלעזט פילאזאפיע, געקענט אסטראנאמיע, און פארשטאנען אלע סארטן וויסנשאפטן אין זייער דור, פון מעדיצין און אטאנאמיע ביז פאעזיע און שפראכן, וואלטן געהאט א שטערקערע אפעקט אויפן לייענער.

נאכמער פון דעם, וואלט געווען כדאי אראפצוברענגען די שיטה פונעם רמב"ם און נאך ראשונים, אז די געזעצן פון נאטור - סייענס בלעז - איז גאר "מעשי בראשית" אין חז"ל (וואס איך האב אראפגעברענגט אין מיין ערשטן קאפיטל פונעם סעריע איבער תורת הקבלה). וואס דאס מיינט, אז אפילו פון א תורה'דיגע בליק איז שטארק מעגליך אז דער "שאו מרום עיניכם" איז א פונדאמענטאלע טייל פון אידישקייט, וואס נאכן קענען די געזעצן פון נאטור זאגט זיך דער מבשרי אחזה א-לוה.

[center]*[/center]
פינאנצן פאר בתי-חינוך

די קומענדיגע צוויי קאפיטלען, איבער דאס קלעבעכץ וואס האלט אלעס צוזאמען און די פינאנצן פון אונזערע מוסדות, וואלט איך געזאגט אז זיי זענען גוטע ארגומענטן אויסגעמישט מיט קאנספיראציע-טעאריעס, אין וואס איך בין נישט אויסן אריינצוגיין.

באופן כללי איז מיין פריוואטע דעה אז די מוסדות מאכן נישט קיין געלט, געוויס נישט אנע ריזן-באשטייערונגען פון עשירים און וואנעביס, און בנוגע דאס קלעבעכץ הנקרא אדמורי"ם ומשמשיהם ועושי דברם, וואלט איך געווידמעט א גאנצע ביכל זיי ארונטערצורייסן אבער דא איז עס נישט קיין דבר מוכרח, און היסטאריע וועט צייגן אז רבי'ס עפענען מוסדות וויבאלד זייערע חסידים ווילן דאס, און נישט ווייל זיי זעלבסט ווילן קאנטראלירן די חסידים, נאר איינמאל די מוסדות שטייען שוין - ווערט עס נאך א שטעקן ביים רבי'ן (אדער געווענליך, ביים צווייטן דור רבי'ן - וואס האט נישט געשוויצט אויפצושטעלן די מוסדות).

געוויסע פונקטן אין די קאפיטלען זענען יא ריכטיג און וויכטיג ארויסצוברענגען, אבער נישט אין זייער טעקסט ווי זיי זענען ווירקליך ערשינען.


אז מ'רעדט שוין יא פון פינאנצן אין די מוסדות, דארף מען געוויס בארירן דעם פונקט ווען עס קומט צו באטראכטן די מעגליכקייט פון עפענען אייגענע מוסדות. קטלא האט עס צוגערירט אין קאפיטל פופצן - "כסף מנלן?", אבער האט מיר געגעבן א פראסק אין פנים מיט זיין היבש-נאאיוון ענטפער. אזא סטיל ענטפער ווי אז מיר טרעפן געלט פאר אונזערע שטותים זאלן מיר טרעפן געלט פאר אייגענע מער-סאפיסטיקירטע מוסדות, איז - במחילה מכבודו, ויש הרבה כבוד! - געווארפן זאמד אין די אויגן.

אפגערעדט פון דעם, אז קטלא שטעלט זיך ווידער נאר ביי א קליינע פראצענט פון מענטשן וואס פארשווענדן ווירקליך געלטער פאר אזעלכע זאכן, וואס אויף זיי איז די טענה אז זייערע קינדער'ס עתיד דארף זיכער קומען פריער, ווען אין פאקט פארשווענדן נישט רוב מענטשן זייערע געלטער פאר נארישקייטן, און אין פאקט בלוטיגן רוב מענטשן צו האבן אן איבעריגן דאלער, איז בלאו הכי דער גאנצער ארגומענט אבסורד.

אויב מיר רעדן פון א נארמאלע עדוקאציע, וואס קטלא זאגט אז ער וויל פארבעסערן נישט נאר ביי די לימודי חול נאר אויך ביי די לימודי קודש, דאן דארפן מיר פארשטיין קלאר אז מיר רעדן דא פון גאר גרויסע סכומים. אייגנטליך דארפן מיר א קוק טאן וויאזוי עס זעט אויס ביי די מאדערן-ארטאדאקסישע קאמיוניטיס, צו פארשטיין וויפיל געלט עס קאסט אפ ווען מיר רעדן פון א געהעריגן מסודר'דיגן מוסד מיט א הויכע שטאפל אין בילדונג.

אמת'דיג גערעדט, ביים ליינען די קאפיטל איבער פינאנצן פון די מוסדות האב איך געקלערט צו מיר "וואס וועט קטלא זאגן איבער נייע מוסדות?", כ'האב שוין געקלערט אז ס'וועט קומען א קאפיטל איבער אונזער חיוב פון אפצאלן היטלער'ן כזממו מיטן באשאפן נאך און נאך אידישע נפשות אויפן וועלט, וואס דערפאר קענען מיר זיך נישט ערלויבן די טייערע שכר לימוד וואס די מ"א געזעלשאפט צאלט פאר זייערע צוויי-דריי קינדערלעך. איך האב שוין געזען בעיני רוחי ווי קטלא לאזט זיך אריין אין נאך איין ווייטאגליכן סוגיא פון אונזער סיסטעם, און וויאזוי ער וועט באווייזן דאס אנצורירן אן זיך אפבריען. קטלא האט מיר אבער אנטוישט, נעמענדיג א שארטקאט און שילדערנדיג א מוסד מיט אטאפיע ווען עס קלעבט נישט אויף פאפיר.

איך האב נישט קיין כח זיך דא אריינלאזן אין א לענגערע שמועס איבערן די פינאנצן ביי אונזערע חדרים, ישיבות, און מיידל שולעס, און זיי פארגלייכן מיטן מ"א סיסטעם, וואס דערנאך וועט יעדער פארשטיין פארוואס צולייגן 250 דאלער א חודש וועט נישט העלפן. און דאס איז שוין נאכן אויבנדערמאנטער פונקט, אז מיר האבן ניטאמאל די איבעריגע 250 דאלער א חודש פער קינד, פאר א בעסערע חינוך אנשטאלט. אבער ליידער איז דאס דער טרויעריגער פאקט, און ווילאנג ס'איז נישטא קיין סעלושאן דערויף, וועט מען נישט קענען אויפשטעלן א חדר אויפן שניט ווי קטלא וויל אוועקשטעלן (הגם ס'וועט זיכער קענען זיין בעסער ווי דאס ביז-יעצטיגע, פאר די זעלבע אדער עטוואס-העכערע פרייז).

[center]*[/center]
עת לעשות לה' - א פראזע אדער א לעזונג? און וואס דאס נעמט אלץ אריין

צולעצט דארף מען געוויס באטראכטן די לעזונג וואס קטלא שטעלט פאר (און איך האב מיך דאס פארגעשטעלט נאך איידערן ערהאלטן די בוך), צו עפענען אייגענע מוסדות, אדער ווי קטלא האט עס באטיטלט מיטן נייעם שער-בלאט: "עת לעשות לה'".

צו זאגן אז קטלא איז אויפגעקומען מיט א לעזונג פון וואס איך האב נישט געוואוסט און געקלערט פון פריער, וועט זיין א ליגנט. איך האב געהאפט (אייגנטליך נישט עכט. כ'האב געהאט גאר שוואכע האפענונגען) אז קטלא וועט אויפקומען מיט עפעס מער פון דעם אזוי-גרינגער סטעיטמענט ווי "לאמיר עפענען אייגענע מוסדות! בנערינו ובזקנינו נלך! עת לעשות לה'", וואס זענען שיינע סלאגאנען ביז זיי שטויסן זיך אן אינעם פעלז הנקרא "מציאות".

וואלט עס געווען אזוי גרינג ווי עס זאגט זיך, וואלטן אזעלכע מוסדות שוין לאנג געשטאנען. אן קטלא'ס ארויסגעבן א בוך, זענען גענוג און נאך מענטשן גענוג אומצופרידן מיט אונזערע בתי חינוך, גרייט מיטן גרויסן שילד "בנערינו ובזקינינו נלך" און מיט מחנות פראטעסטירער "עת לעשות לה'", אבער פאקטיש האט קיינער נאך גארנישט געטון ווייל שיטות לחוד און מעשים לחוד. חוץ פון די טעראר וואס זיי וועלן אויסשטיין, זענען דא נאך אומצאליגע פראבלעמען וואס פארדינען מעגליך לענגערע אפהאנדלונגען פאר זיך, אבער זענען פאקטיש גענוג גרויס אז צוליב דעם זאלן זיך מוסדות נישט עפענען אזוי גרינג ווי עס זאגט זיך.

דער פערצנטער קאפיטל, "עת לעשות לה'", איז באזונדער ארויסגעשטאנען מיט אזא סטיל רעטאריק וואס האט ממש נישט געפאסט פאר קטלא'ן. ער האט געמאכט א קוגל פון צען אנדערע פראבלעמען וואס זענען באמבעלעך פאר זיך און האבן נישט געהאט קיין שום פשט אריינצואווארפן ש'מיר-ש'דיר אין דעם קאפיטל. א שטייגער ווי פרויען לערערינס און עפענען די טיר פאר יעדן איינעם, וואס זענען געוויס וויכטיגע נושאים צו דיסקוסירן אבער האבן נישט קיין דירעקטע פארבינדונג מיטן געדאנק פונעם בוך, און ווערנדיג אראפגעלייגט בתוך הדברים האט עס ענדערש געטראגן א פנים ווי א יונגערמאן מיט א רויטער פנים פון אויפרעגונג האלט אינמיטן האקן קעגן אונזער "סיסטעם", און ווארפט אריין הכל בכל מכל כל, כיון שניתן רשות להשחית.

און טאקע אז מ'רעדט שוין דערפון, איז איינע פון די דאזיגע נקודות א הויפט פאקטאר פארוואס אזא מוסד האט זיך נאכנישט געעפנט. נעמליך, דאס טיר-עפענען פאליסי. דאס וואס קטלא פארשטייט אלס דבר פשוט, אז ווילאנג יענער איז א שותו"מ באלאנגט זיין קינד אינעם נייעם סטיל חדר, איז בפשטות דער מערסט-קאנטראווערסיעלער פונקט וואס האלט פאקטיש צוריק מענטשן פון עפענען א נייעם חדר. גערעכט צו נישט, איז אבער דער פאקט אז רוב פון די זעכציג פראצענט וועט האבן א פראבלעם מיט א שיינעם טייל פון די צוואנציג פראצענט (וואס ביידע פון זיי מאכן אויס די אכציג פראצענט מענטשן וואס ווארטן פאקטיש אויף טשעינדזש).

איך וויל געוויס נישט אנטמוטיגן אזא מוסד פון צושטאנד קומען, און אויב קטלא האט באוויזן אויפצושאקלען גענוג מענטשן זיך צו נעמען אין די הענט אריין - והיה זה שכרו און איך וועל טאנצן פאר שמחה, אבער איך זע נאכנישט בעיני רוחי דער לעזונג צושטאנד קומען. ער האט עס אבער יא אראפגעלייגט אין לעצטן קאפיטל זייער שיין, און זיין פייער און גייסט וועט מעגליך שטופן מענטשן זיך יא אריינצואווארפן דערין בלב ובנפש, און טשעינדזש קען, דארף, און מוז קומען.


א דאנק אייך, קטלא קניא!

עס איז נישט קיין ספק אז מ'דארף קרעדיטירן קטלא קניא פאר זיין געוואלדיגע ווערק, וואס איך האב זיך באמיט אפצושרייבן מיינע איינדרוקן דערויף נישט כדי זיך צו דינגען דערויף ח"ו נאר אדרבה וויבאלד כ'שעץ אזוי שטארק זיין ארבעט. עס קען אפשר אויסזען ווי איך קריטיקיר און בין אומצופרידן מיט זיינע געדאנקען, אבער איך וויל דא קלאר מאכן אז פונקט פארקערט: קטלא האט געשריבן אזוי גוט און צום זאך, ער האט עס אזוי גוט אדורכגעטון און צונומען פון אלע זייטן, אז כ'האב געשפירט אז מיטן צולייגן די פאר אויבנדערמאנטע נקודות וועט עס פארוואנדלן זיין בוך אין א תכלית השלימות.

איך דאנק אים און לויב אים פאר זיין גראנדיעזע ארבעט, וואס ביים אדורכליינען דעם בוך קענען מיר כאפן וויפיל אומגעהויערע שעות ארבעט זענען אריין אין דעם.

קטלא האט באוויזן ארויפצוברענגען צום אויבערפלאך כמעט אלע פראבלעמען וואס זענען פארבינדן מיט אונזער חינוך סיסטעם, אפגעפרעגט די לעכערליכע תירוצים וואס מ'גיבט אן פון אונזערע העכערע פענסטערס, און עס צענומען פון א תורה'דיגן, מענטשליכן, און געזעלשאפטליכן בליק.

קטלא'ס בוך וועט קענען גענוצט ווערן דורך אלע וואס ווילן פארבעסערן אונזער סיסטעם אלס וועג ווייזער, סיי וואספארא טעותים נישט צו מאכן און סיי וואספארא פארשריטן עס פעלט זיך אויס פאר א נייעם חינוך סיסטעם. אזוי אויך וועט מען נישט קענען דרייען מיטן פינגער אז "זיי" - קרי: יאפפעד ודומיו - זוכן אונטערצוברענגען אידישקייט אונטערן מאנטל פון לימודי חול, ווייל דער בוך שרייט אויס אז אונזער לימודי קודש פאגראם איז "פונקט אזוי גוט און צום זאך" ווי אונזער לימודי חול פאגראם, און מיר דארפן אלעס טוישן פונדאמענטאליש.

אממערסטנס, וועט קטלא'ס בוך קענען זיין דער וויכטיגסטער פאקטאר אפצופרעגן איינמאל פאר אלעמאל דער רשעות'דיגער תירוץ וואס מ'גיבט אונז אן: אדרבה, זאגט אונז ענקערע טענות. אלע טענות זענען פון דער "דרויסנדיגער", דער "אונטערגראבער", מאסטער. אצינד זאגן מיר: ענטפערט אויפן "ותינוק ללמדו ספר", און אז נישט - האט איר אייגנטליך געמאכט דעם סתימת הגולל אויף אלעס וואס איר פארקויפט בשם אידישקייט. דער סיסטעם שטינקט, און אפילו ווען מ'שרייט אז ס'שטינקט - מאכן ענק א בורא מיני בשמים.


לו יהא, אז דאס וועט אויפדעקן דעם שלייער פון אונזערע קהל'ס פארזארגער, האט זיך דאס שוין געלוינט. אויב זיי וועלן טאקע טוישן זייער ביז-יעצטיגער צוגאנג, האט זיך דאס געוויס געלוינט. און אויב מיר וועלן טאקע עפענען נייע מוסדות וואס וועלן אוועקשטעלן א ריכטיגע קוריקילום פון לימודי קודש און לימודי חול, דעמאלט וועט זיך דאס האבן געלוינט פי אלף.

מי יתן והיה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ארי נוהם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר