יושבי חושך אין פרישע אטאקע, דאס מאל קעגן הייליגע מוסד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

יושבי חושך אין פרישע אטאקע, דאס מאל קעגן הייליגע מוסד

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:23 pm

דאס קאלטבלוטיגקייט פון די יושבי חושך איז דאך ליידער גוט באקאנט, און אט האבן זיי נאכאמאל ארויסגעוויזן זייערע פוסטע און פארשטיינערטע הערצער אין א בלינדע אטאקע קעגן די הייליגע מוסד אמרי שפר אין מאנסי.

אמרי שפר איז א מוסד אין מאנסי וואס אנדערש ווי אלע אנדערע נעמען זיי חינוך זייער ערענסט חינוך. דארט נעמט מען קעיר פון יעדע קינד, און די גאנצע חינוך ווערט נישט גענומען פאר גרענטעד. ווי יעדע מוסד וואלט ווען געדארפט זיין, איז דארטען נישט דא די רשעות'דיגע און עקעלהאפטיגע סעלעקציעס וואס איז דא אין אנדערע מוסדות, און מ'ווארפט זיך נישט מיט קיין עלטערן. עס זענען אויך דא אין אמרי שפר טייערע לעכטיגע קינדער וואס מ'האט זיי נישט אנגענומען אין אנדערע מוסדות.

אבער די יושבי חושך זענען נישט צופרידן אז ביי זייערע מוסדות האבן זיי געקענט פראסקענען מיט זייערע גראבע לאפעס אויף די הערצער און הייליגע קינדער און טייערע עלטערן, נאר עס קרענקט זייערע פארפוילטע געפילן אז דאס קינד האט נאך געקענט טרעפן א חדר וואס זאל אים ארייננעמען, און נאך מער פייניגט דעם יושב חושך'ס געוויסן, אז ער איז נישט אין קאנטראל פון דעם מוסד ווי זיין אוועקגעשטיפטע נשמה'לע האט געטראפן א פלאץ!!

ס'איז לא יאומן!! מ'פראסקעט, מ'הרג'עט, מ'גיסט בלוט אין די גאסן, אבער ווען א מוסד נעמט אהן די טייערע שעפעלעך און געט זיי א חינוך וואס די אנגעפרעסענע יושבי חושך האבן זיי נישט געוואלט געבן, וועלן די היפאקריטן גיין אויף דעם שוואוילטאג אינטערנעט סייט אייוועלט (וואס איז אפען קעגן די פסק פון אלע גדולי הרבנים אין וואס זיי גלייבן) און מיט זייערע גיפטיגע פענע'ס אנפאנגען העצן קעגן דעם מוסד! אז וואס?? אז "אונז יושבי חושך זעמיר נישט אין קאנטראל!!"

און מיינטס נישט אז דאס איז א וויץ. די כלבים אויף אייוועלט זענען פאניע בראד מיט ליצים רבנים וואס זיצן אליין אויף אייוועלט. די ארטיקעל אויף אייוועלט איז נאר א אנפאנג פון א מערכה. נעקסט קומט א מטורף'דיגע דרשה אויף "קול חומת הדת", נאכדעם קומט א פארביסענע ארטיקעל אין דער איד, נאכדעם וועט עפעס א יושב חושך רב קרעכצן ביי א דרשה, און נעקסט וועלן זיי טוהן אלעס אין די וועלט צו פארשפארן די מוסד.

כלל ישראל האט שוין גענוג געליטן פון די יושבי חושך. ס'איז צייט צו גרינדען נאך מוסדות און בתי מדרשים ווי זיי האבן נישט קיין קאנטראל. זאלן זיי וויינען און ברעטשענען, אבער נאר דורך טשעפענען זייער קאנטראל קען מען ערגעץ אנקומען. און דאס טוט זיי די מערסטע וויי.

דא איז די בלוטיגע ארטיקעל אין אייוועלט:

אידישע וועלט פארומס

זוכסט א מער ליבעראלער מוסד? שיק ענדערש צו א 5-Towns מאדערנע מוסד ווי די 'היימישע חסידישע' וואס נויגן אפ פון מסורה!



עס איז נישט קיין סוד, עס זענען דא היינט פילע נייטראלע מוסדות, וואס מענטשן שיקן די קינדער אהין, פאר סיי וועלכע סיבה,

-צו ווייל ס'א גוטע ערליכע מוסד..
-צו ווייל מען האט זיי נישט אנגענומען אין די "עסטעבלישט/קהילה מוסד"..
מ'האט נישט געהאט די בעסטע עקספיריענס אלס קינד, און דעריבער מחליט געווען נישט צו שיקן אין די "סיסטעם" נאר אין אנדערע פלעצער אז זייערע קינדער זאלן האפנטלעך מער מצליח זיין...
-אנדערע ווילן סתם אביסל "ארויסגיין"...

א טייל פון די מוסדות פאררופן זיך כלל חסידי, מיט אינגעלך מיט לאנגע פיאות, ממש ווי ביינונז, היימיש, און דארט נעמט מען יעדן אן.

נאך מער, די פראגראמען דארט און די לימודים זענען אויף א פראפעשענל סטענדערט. מ'קען שוין לשה"ק ווערטער אין קינדערגארטן.., און די מלמדים געבן אריין קאנפידענס... וכו' וכו'

א מחי'. ניין?

איך וויל דיר געבן א פערספעקטיוו וואס דו דארפסט נישט אננעמען. איך נעם אוועק פון מיין צייט צו שרייבן צו דיר ווייל איך האף אז דו וועסט עס בלויז אריינקוקן אין מיינע ווערטער מיט אן אפע"ן מיינ"ד ווי מ'זאגט. נישט ווייל איך גיי עפעס האבן דערפון, נאר ווייל איך פיל עס ס'איז פאר דיר אזא קריטישע לעבנס באשלוס פאר דיר און דיינע אלע דורות אז איך דארף טון מיינס און לא תעמוד על דם ריעך..

אין א טייל פון די נייטראלע מוסדות קומט ליידער פאר א רעוואלט, א שטילער רעוואלט, א רעוואלט קעגן מסורה, מען רעוואלטירט קעגן מסורה אין השקפה. און נישט דוקא מיטן האבן א פארקערטע השקפה, נאר מיטן נישט האבן קיין שום מסורה און השקפה בכלל! יא, זיי קוקן אויס זייער "היימיש", היבש משפחות פון היימישע אפשטאם שיקן אויך דארט, ס'זעהט אויס ממש ווי אינדערהיים.. לאנגע חסיד'ישע פיאות... אבער די מוסד האט נישט קיין טראפ התבטלות צו מסורה. זילטש. זיי זענען נישט נכנע צו קיין שום מסורה, צו קיין שום רבני'שע אטאריטעט, גארנישט!

יא מען וועט אראפרופן רבנים און פערזענדליכקייטן און זיך פיקטשערן מיט זיי, און ווייזן א שיין פנים, (מ'דארף דאך קענען מאכן א געלט אקציע אויך). אבער למעשה טוען זיי וואס זייער הארץ באגערט.

דארפסט בלויז קוקן, און טראכטן א רגע מיט שכל, אן נגיעות, די סלאגאן מיט וואס אזעלכע מוסדות טוען זיך גאר אויף ווי למשל "מיר זענען א מוסד ווי סאטמאר און מזרחי זענען איינס"..

שטעל דיך אפ א מינוט און טראכט. מזרחי האלט דאך אז סאטמר איז ר-א-נ-ג, זיי טוען נישט די מינומים וואס א איד דארף טון כלפי יסודות פון התחלתא דגאולה(...). לויט זיי איז דאך סאטמאר פשוט מקיים "התייצבו על ה' ועל משיחו" ..! (א ביטער געלעכטער היינט שוין)

פארקערט אויך. סאטמאר האלט אז מזרחי איז פארפארן פון די פשוטע אידישע יסודות, אין די "י"ג עקרים"! וואס מיינט דאס וואס זיי טוען זיך אויף אלס "א מוסד ווי סאטמאר און מזרחי זענען צונאזאם"?

אפילו דו ביזט א מזרחי'סט, דארף דאס דיר אנצינגען א רויטע לעמפל!

ס'איז ליידער איין זאך. אז מיר לאכן א גוטס פון אלע יסודות. מ'פאר מיר אליין אויפן שיף.. אונז האב מיר אונזער אייגענער מהלך אין פערענטי"ג, מיר געבן פאר די קינדער סעל"ף קאנפידענס און נאך.. וואס א חילוק די קלייניקע יסודות? די פאנאטישע יסודות און השקפה... וואס א חילוק? כ'האב ליב דעם אייבירשטען און ער האט מיך ליב, דעטס אלל. כולנו בני איש אחד נחנו, אידישע קינדער, ניין? אביסעלע אהבת ישראל...! מיר האבן מלמדים וואס זענען געטרעינט, אונזערע קינדער זענען העפ"י און זיי האבן געהעריגע לאנגע פיאות. וואס דרייסטו א קאפ?

מכלומרשט "כלל חסידי" מוסדות, אבער זיי פארפארן אויף אן אופן וואס קיין איין חסידי'שע (און אפשר אפילו מאדערענע מוסדות)מוסד אין די וועלט האט נישט אין חלום געפלאנט צו טון,

איז דא איין איינציגסטע מוסד פון חסידים וואס "ארבעט צוזאמען" מיט די שונאי דת פון די יש עתיד פארטיי אין כנסת וויאזוי צו מאכן א גוטע חינוך סיסטעם אין די האסידיק סקולס?!.. אזש דער שונא דת ליפמאן ח"כ איז שוין פריילעך אז - מיט זיינע ווערטער: "איין מענטש אויפאמאל, איין מוסד אויפאמאל, גייען מיר טוישן זאכן צום גוטן!!!"

ווי א באן אן א וועג, אן פריער-געלייגטע טרעקס.

טייערע חבר, איך בין דיך דן לכף זכות. איך ווייס נישט צו איך אין דיין מצב וואלס געווען בעסער. אבער איין זאך: ווילסט דיך אפטראגן פון דיין עבר? ביזט אנטוישט פון דיין אייגענע עקספיריענס? שיק ענדערש צו א מאדערנע מוסד מיט א סטענדערד (אפילו א שוואכע סטענדערד) ווי איידער צו די "היימישע" אויפגעקלערטע מוסדות!! אין 5 טאונס וועט דיין קינד זיך נישט אויסלערנען אז מ'טוט וואס מ'וויל מיט אידישקייט! ער וועט פארן ראנג אין אסאך יסודות וואס מיר האבן געלערנט, אבער ער קען דארט וואקסען א ערליכע איד פון זייער סטענדערד צו וואס ער וועט זיך האלטן.

אבער די "חסידי'שע" מוסדות (יא מיט קינדער מיט לאנגע פיאות) וואו מ'גייט אן קיין שום געבינדענקייט צו מסורה און השקפה. אלעס דארט איז איינס, וועלן דיינע קינדער זיין נאך קליגער! פארוואס זאל ער נישט גיין אין די איזרעלי מיליטער אויב שמעקט עם עס אן? ער האט דאך געלערנט אין חדר אז אידישקייט איז זייער פלעקסעבל!! (ח"ו) נו, וואסי אזוי שלעכט? איך קען ליב האבן דעם אייבירשטן אפילו דארט אויך.

און אויב האסטו פון דעם שוין אויך נישט מורא..: פארוואס זאל ער נישט דארט אין מיליטער זיך איינגלידערן אין עפעס א תועבה קולט וואס האט עם אויפגעקלערט אז דאס איז די וועג פון מאכן א לעבן?

מיין באבע ע"ה האט מיר פארציילט אז נעבן איר האט אינדערהיים געוואוינט א משפחה פון נעאלויגן. "אונז פלעג מיר זיי גריסן, זיי זענען גראדע געווען וואוילע מענטשן".

ס"ה האבן נעעלאגן נישט געוואלט זיין אזוי פאנאטיש, און מסורה ביי זיי איז נישט געווען גענוג וויכטיג. דעטס אלל.

וואס איז פון זיי געבליבן?

צוויי וואכן צוריק, אויפן וועג אהיים פון קאנטרי האב איך ביי א וואסערל געזען אן אלטער ווייס האריגער מאן שטיין ביי א לעיק מיט אזא קליין מאדעל פון א זעגל שיפל, א שפילצייג. זאגט ער מיר אז ער לייגט ארויף דערויף א מאטא"ר און מיט א רימאוט קאנטראל מאנאוווערט ער די שיפל לויט די ווינטן, און ס'איז א געשמאקע ספארט.. און ער ווארפט אריין אזוי "איך טוה דעס שוין דא 48 יאר"...! ס'האט מיר געכאפט א רחמנות געפיל. שפעטער זאגט ער מיר אז "מיין זיידע איז געווען א איד".. אביסל..

געבליבן פון זיי איז
ג-א-ר-נ-י-ש-ט!

גענוג געזאגט.

נ.ב. די נקודה איז א כלליות'דיגע. נישט אריינגיין אין קיין שום פרטים מחמת תקנות המקום. נישט דערמאנען קיין נעמען און אוודאי נישט בילדער וואס ווייזן פרטים אדער פנימ'ער.


מיין אישי באקס איז אפען..
מיט פארשטענדעניש.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 6:29 am

א לינק צום אשכול דא.
פון די תגובות דארט קוקט אויס ווי דער עולם איז נישט מסכים צו זיין רעטאריק.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 6:50 am

אויף יו טוב קען מען זעהן וואס עס טוהט זיך אינערווייניג אין מוסד "אמרי שפר". דא איז א לינק צו זייער בלאט.
שיין צו זעהן דא וואס די קינדער פון כתה ט' טוען ביי הפסקה, ווי יעדער טרעפט זיך ווי אויסצוגעבן.
נתפעל געווארן דא ווי קינדערגארטן קינדער האבן א גוטע ידיעה אין לשה"ק.
און איך בין געווארן עמעשענעל ביי דעם קליפ ווי די פיצלעך קינדער זינגן "טוב לי". (זיי מעגען זיך נאך צולערנען אביסל...)
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:10 am

לויט די קליפס אויף יוטוב וויזט אייס אז יש דברים בגו. נישט אלץ וואס איז אנדערש ווי מסורה איז גוט. דאס איז א טעות וואס די ליבעראלע מאכען כסדר. זיי ווארפען ארויס דאס קינד מיטן וואסער פון באד. א יונג בחור׳ל דארף ניט לערנען ספר הכוזרי, און אויב לערנט ער היסטוריה זאל ער לערנען פון קראנטע מקורות און ניט אויפן חשבון פון גפ״ת אדער פון דאס סטאנדארטע סעקולארער לימודים פון נוא יארק. וועלכער רבנים שטיצען דאס? עס דערמאנט מיר פון ישיבה עץ חיים אין בארא פארק אין די 1950ציגער יאהרען וועלכער האט ארויסגעגעבען גאר שוואכע פירות, ווי למשל עלען דערשאוויץ און נאך אזעלכע, אלץ ווייל די קאריקולום און מלמדים זענען געווען פארפוילטע..
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 898
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 619 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:13 am

נעגל וואסער: ייש"כ. זייער שיין. איך בין געווארן איבערגענימען פון די וואונדערליכע אטמאספער וואס הערשט דארט אין די כיתה. משא"כ אין דעם ..."זייער הייליגן"... מוסד וואו מיין אייניקל שי' לערנט. ער האט א גוטן חוש און א רצון צו שפילן שאך. ער פלעגט שפילן שאך ביי הפסקה. אבער דער רבי פון זיין כיתה (און דער מנהל) האבן דאס פארבאטן...בנתינת טעם...?! ווייל ס'איז א נארמאלע זאך... ווארפן אייער אויף נתן יהוא'ס לימא מעג מען יא. דאס הייסט קידוש השם...!...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14094
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9201 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:07 pm

מסורה איז א שם נרדף פאר שקר?

פונקטליך וואס איז די מסורה? זייט ווען איז עס? ווען האט זיך עס אנגעהויבען? דורך וועמען?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9132 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:23 pm

איך זעה נישט פונקטליך וואס די סתירה מיט מסורה דא איז, הגם איך האלט נישט אז ס'איס עפעס מוראדיג וויכטיג אז מיין קינד זאל קענען יעדן לאנד אויפן גלאוב.


דא קוקט אויס ווי להשיג/פראדוקטיוו וכו' נעמט א חלק אינעם סוקסעס פונעם מוסד....
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 7:15 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף יו טוב קען מען זעהן וואס עס טוהט זיך אינערווייניג אין מוסד "אמרי שפר". דא איז א לינק צו זייער בלאט.
שיין צו זעהן דא וואס די קינדער פון כתה ט' טוען ביי הפסקה, ווי יעדער טרעפט זיך ווי אויסצוגעבן.
נתפעל געווארן דא ווי קינדערגארטן קינדער האבן א גוטע ידיעה אין לשה"ק.
און איך בין געווארן עמעשענעל ביי דעם קליפ ווי די פיצלעך קינדער זינגן "טוב לי". (זיי מעגען זיך נאך צולערנען אביסל...)

גראדע די קליפ פון טוב לי ווען איך האב עס געזעהן האב איך געהאלטן אז ס'איז געהעריג אביוז . ער נעמט ארויס פינעוו מאות און ברעינוואשט דאס קינד וואס ער האלט בכלל נישט דערביי
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 898 מאל

Re: יושבי חושך אין פרישע אטאקע, דאס מאל קעגן הייליגע מוסד

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 7:46 pm

ריכטיג. אויך געפילט די זעלבע.
במחשבה שנייה, איז דאס אבער וואס זיי דארפן ווען צו טוהן. ניין? אלעס וואס די מלמד זאגט איז ברעין וואשינג, אין אויף דעם צאלט מען זיי.
יתכן אז טאקע דוד המלך האט באמת געשפירט "טוב לי", אבער דאס אריין שטיפן אינעם פיצי מח פונעם קינד - ווי כאילו ער האט ווען א ברירה צו זאגן אנדערש - איז טו מאטש. וצ"ע.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך בן תורה » דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 8:24 pm

די מוסד איז באמת א חשובע מוסד, מיט דעם פאקט אז זיי נעמען אריין יעדן קינד אן קיין שום חשבונות, און אנע סעלעקציעס, ואשרי חלקם!!

אבער, קיין טענות קעגן די מוחים קענען זיי נישט האבן, ווען א יעדע מענטש פארשטייט אליינס אז דורך טון געוויסע פעולות (ברענגען מומבאך פון ארץ ישראל, און עס פאבליצירן איבעראל, ווי אויך א באזיך פון זייער מנהל אין כנסת, און פאבליצירן סטעיטמענטס אז מען לייגט א דגוש אויף סעקולארע לימודים וכו') גייט ברענגען א שטורעם און מחאות ביי די יושבי חושך.

איך זאג נישט אז זיי דארפן זיך דערפאר אונטערגעבן צו די יושבי חושך, און אז זיי זאלן נישט גיין אויף דעם מהלך אבער זיי זאלן אויך נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן ווען די דאזיגע זענען מוחה און פארפירן.
בן תורה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 12:07 am
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט