"ותנוק ללמדו ספר" פון א ניגון צו למעשה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

"ותנוק ללמדו ספר" פון א ניגון צו למעשה

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:34 pm

ברכת הודאה

אקדמות מילין, טוה איך דא נאכאמאל באדאנקען פאר כבוד הרב @קטלא קניא פאר זיין ביכל "ותנוק ללמדו ספר", וואס האט באוויזן צו אויפווייזן מיט קלארע ווערטער פארשידענע פראבלעמען וואס פלאגט אונז, און אזוי הערליך שיין אראפגעלייגט בטוטו"ד.

ווי אויך א יי"שכ פאר @ארי נוהם פאר זיין לענגערן אפשאצונג אויפן ביכל. איך האב געהאט זייער אסאך ענליכע מחשבות אין קאפ, אבער איך האב זיי נישט געקענט אראפלייגן אויף פאפיר, ווייל עס זענען דא אזוי פיל נקודות אויף וואס צו דן זיין, און עס קומט מיר אהן זייער שווער זיי צו מסדר זיין קלאר. ווען איך האב געהערט וואס דער לייב ברימט, האב איך געשפירט ממש ווי ער ליינט מיינע מחשבות, און איז דאס מסדר פאר מיר אויף א גרינטליכן אופן, ועל כגון דא נאמר זכה מלאכתו נעשה ע"י אחרים.

אצינד וויל איך בעסער מסביר זיין - וואס איך האב שוין אנגערירט אין דעם אשכול - און דערנאך וועט מען אפשר צו קומען צו למעשה, און אז "עת לעשות לה'" זאל ווערן פון א געשריי צו א פאקט.

***


וישא משלו
לאמיר אנהייבן מיט א משל - וואס איז נישט ממש דומה צום נמשל – אבער איך מיין נאר די געדאנק שבו. איך וועל ניצן די ציפערן וואס @ארי נוהם האט געניצט כלפי דאס געזעלשאפט און אלגעמיין (20% שוואנצאנים, ווס. 60% מיטעלע און 20% באטשיס) – וואס לדעתי איז דאס לכאורה גאנץ אקוראט אין מציאות – און דאס נוצן אויף צו געבן א בילד אויף ווי אזוי עס קוקט אויס א דאווענען ביי כלל ישראל. כמובן איז יעדער פלאץ אנדערש, איך וועל נאר אויס'משל'ן בערך ווי אזוי עס קוקט אויס ביי אונז אין ביהמ"ד.

לאמיר צונעמען, איז דאס שבת'דיגע דאווענען אין א גוטן צושטאנד? איז פארהאן פראבלעמען? אויב יא, וואס איז די לעזונג דערצו? ווען א דרויסענדיגע איד קומט אריין ביי אונז אין ביהמ"ד אינמיטן "כתר" שבת צופרי, זעהט ער א געפאקטע ביהמ"ד, אידן זענען איינגעהילט אין ווייסע אדער געלע טליתים, דער עולם דאווענט הויך אויפן קול, מען טאנצט ביי "קדוש" דריי מאל, און דאס בילד קוקט אויס הערליך. מי כעמך ישראל. גארנישט פאדערט א תיקון. איך אבער ווייס יא די מציאות, און דאס בילד איז נישט אזוי גלאנצעדיג ווי עס קוקט אויס. פארוואס?

לאמיר דא מאכן א שטיקל חשבון:
20% פון די מתפללים – די שוואנצאנים לאמיר זיי רופן – קומען פרי צום דאווענען, זיי לערנט א חסידי'ש ספר פאר'ן דאווענען, א בלאט גמרא, צו א פאר קאפיטלעך תהלים וכדו', זיי האלט מיט פון אדון עולם (דאס איז אזא תפלה וואס מאנכע זאגן פארן דאווענען.. עס איז געדרוקט אין די סידורים) און רעדן נישט אויס ביז נאך אדון עולם ביים סוף (דאס ווייס איז נישט פונקט ווי עס שטייט...), זיי שמועסן נישט ביים ליינען אפי' בין גברא לגברא, און זיי דערקוויקן זיך עקסטער מיט די "אנעים זמירות" לכבוד שבת קודש. זיי הערן נישט אויף צו טראכטן פון באשעפער במשך די גאנצע צייט, די איינציגסטע הפסק וואס זיי האבן איז ווען זיי ברויכן ארויסגיין – געווענליך ביי די סארט איז אין סטייל צו גיין עטליכע מאל אינמיטן דאווענען – דאן טוען זיי זיך אויס די טלית בפני כל הקהל ועדה, איינער אין ביהמ"ד ביים בימה, און די צווייטע פונקט דארט ווי דער עולם טרינקט קאווע, למען ישמעו ויראו. צום סוף גייען זיי אהיים נאך אן עבודה פון צוויי א האלב שעה מלא סיפוק און חיות.
די צווייטע קאטעגאריע באשטייט פון 60%, זיי זענען די מיטל-קלאס אידן – וואס זיי זענען בכלל נישט דומה צו די פריערדיג-דערמאנטע חברה. פון ווי ווייס איך אז די ציפער איז אזוי גרויס? פשוט ווייל ביז נשמת איז קוים דא מנין אין שול. דער המון עם שטייט הערשט אויף דעמאלס, אדער שטופט מען אין די מקוה – נישט אום שבת גערעדט - אנדערע זיצן און פארברענגען אינדרויסן אויף א גלעזל קאווע. וואס איז דען די יאגעניש? עוד היום גדול, עס איז נאך דא צייט זיך מיטצוכאפן באלד, גענוג און נאך. ביי שמונה עשרה שחרית איז גאנץ פיין, דעמאלס האלט שוין א גרויס עולם מיט מיט'ן בעל תפלה. הויעך שמונה עשרה איז ווידער בושות, כמעט קיינער האלט נישט מיט, מען קוקט אריין אין גליונות אין ספרים, מען בליקט אין א ספר'ל אדער מען באלעקט זיך מיט די הויפן בלעטער צו אפיל'ן וואס טוען געוועלטיגן אויפן ביהמ"ד. ביים סוף איז דאס זייער ניכר, ווען א בעל תפלה וואס האט געענדיגט מיט צעהן מינוט פריער באקומט די מערסטע קאמפלימענטס.
די דריטע קאטעגאריע באשטייט פון ארום 20% פון די אלע וואס קומען אין ביהמ"ד, און זיי טוען טאקע בלויז דאס, זיי "קומען" אין ביהמ"ד, אבער זהו, נישט מער ווי דעם. א טייל פון זיי טוען זיך יא אביסל מער אנשטרענגען און עפענען טאקע אויף א סידור – אלס והייתם נקיים – אבער מען מורמעלט ניטאמאל די ווערטער. מען קומט אין שול וועגן די ווייב/קינדער/שווער/מוסדות/סיסטעם. אבער כבלעו כך פלטו, מען שטופט די צייט מיט די חברים אונטן אין חדר שביעי, צו כתר קומט מען אריין אין שול, און גוט שבת.
ביז אהער איז מער ווייניגער די פאקטן. כמובן אז איך האב אנגעכאפט - און גיי אנכאפן - די עקסטרעם פון ביידע זייטן. מכאן ואילך איז פרי דמיון.

ויהי היום, די רב פון שוהל איז מטכס עצה צו פארבעסערן די מצב פון תפלה, און וויל אויפהייבן די געמיטער און מחזק זיין דער עולם און אריין בלאזן אן התעוררות צו די כח התפלה. פאררופט ער אן אסיפה פאר אלע אינאיינעם, ותשועה ברוב יועץ. די רב שליט"א שלאגט פאר פאר יעדער פון די דריי קאטעגאריעס, אז זיי זאלן אלע אליינס אויפקומען מיט אן עצה, און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער.

די 20% שוואנצים האבן זיך ארויף געכאפט אויף דעם געלעגענהייט. די החלטה פון זייער אסיפה איז געווען בערך אזוי: דאווענען הייבט זיך אהן 9 אזייגער שארף. די מקוה ווערט געשלאסן 8:45, מען מוז זיך דאך אנגרייטן פארן דאווענען. 8:59 פארשליסט מען די קאווע שטיבל, אויב עס איז נישט דא קיין שלאס, דאן נעמט מען אוועק די מילך. מען וועט צושיקן דייקא אזעלכע בעלי תפילות וואס קריכן שטייט. איינער וואס קומט נאך 9:15 פארלירט זיין זכות אויף זיין זיץ פלאץ, בלי שום טענה ומענה. מען ווען שטרענג באזידלען איינער וואס רעדט ביים דאווענען אדער ליינען. מען טאר מער נישט מאכן א 'קידוש' נאכ'ן דאווענען, ווייל צופיל מענטשן טראכטן פון די קוגל א גאנצע צייט, און ביי מוסף איז דאס שוין כלו כל הקיצין. פאר די וואס שמועסן אינדרויסן דאס גאנץ דאווענען, איז אחת דתם, זיי האבן בכלל נישט קיין זכות צו זיין א מעמבער אין ביהמ"ד, און מען דארף זיי אויסשפארן פון די מוסדות אויך, און זאלן זיי זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

ביי די 60% מיטל קלאס איז געווען אזוי: זיי פארשטייען אויך דאס חשיבות פון תפלה. זיי ווילן בעצם זייער שטארק זיין ערליך און ווילן דאווענען ווי עס דארף צו זיין, אבער מען קען נישט גיין אזוי עקסטרעם – מען קען נישט זיין אזוי שטרענג צו יעדן גלייך. די מקוה בלייבט אפען, די מילך בלייבט אין קאווע שטיבל. מען קען נישט און מען וועט נישט אנשרייען איינער וואס רעדט. זיי שלאגן אבער פאר דריי נקודות אויף א לעזונג צו פארבעסערן דאס ענין – ווייל זיי זיכן דאס צו משנה זיין לטובה.
א) מען זאל מער משקיע זיין מיט אויפלעבן דאס דאווענען, דער עולם זאל זיין מער אינטערסירט אינעם דאווענען, און פילן א טעם אינעם דאווענען, די רב שליט"א זאל פארלערנען יעדן ליל שישי – ביי א פארברענג – דאס חשיבות פון תפלה, מיט פארשידענע ענינים פון תפלה וכדומה. עס זאל זיין בנמצא אין שול סידורים וואס האט אין זיך אידיש טייטש אונטער די ווערטער, אזוי וועט דער עולם פארשטיין וואס מען זאגט, און דאס וועלן זאגן אויף צו דאווענען, נישט זאגן לשם ענדיגן. צוביסלעך וועט דער עולם טועם זיין א טעם אין א דאווענען, און וויסן וואס עס מיינט 'קרבת אלוקים לי טוב'. ב) פאר'ן לייענען וועט מען מאכן אן הפסקה מיט א שטיקל טעימה, אז דער עולם זאל זיך דערכאפן דאס הארץ נאכן אראפלייגן א נשמת, און שעפן פרישע כוחות צו אויסהערן דאס לייענען און תפלת מוסף. ג) מען זאל פארקורצערן די צייט וואס פסוקי דזמרה נעמט, דאס איז צו לאנג פאר די אלגעמיינע המון עם, און יתכן אז דאס איז די עיקר נקודה פארוואס אזוי פיל ערליכע משתתפים קומען לכתחילה שפעט, אזוי אז די דאווענען וועט זיין אביסל קורצער, אבער מיט מער געשמאק וועט מען נישט אזוי פעניען די צייט אינדרויסן, און ביים דאווענען וועט גיין א רויעך.

מאנכע היציגע האבן פארגעשלאגן אז די אלטע סיסטעם פון א שול ארבעט פשוט נישט פארן המון עם, עס איז אוטדעיטיד. און כדי אז די נייע שול סיסטעם זאל מצליח זיין מוז מען עפענען נייע בתי מדרשים, טרעפן נייע רבנים און ראשי קהלה. איי געלד? עה, עס קאסט נישט אזוי פיל, אויב זיי האבן קענען אונז אויך האבן אייגענע. עס וועט זיין לשם ולתפארת. אפשר גאר קען מען מבטל דאס ענין פון "חזרת הש"ץ" וואס איז נתקן געווארן פאר עמי הארצים, אבער היינט פעהלט דאס בכלל נישט אויס, און גייט אויף די נערווען פון כמעט יעדעם איינעם. די מעסיגע האבן אבער גע'טענה'ט אז די סערוויסעס פון שול איז צו באקוועם צו אויפגעבן, א הערליכע שול, א געשמאקע מקוה וכו' און עפענען נייע איז איבערהויפט נישט רעאליסטיש. מען קען דא בלייבן, נאר מען וועט משקיע זיין און די אויבענדערמאנטע נקודות. א' שיעורים און שמועסן פונעם רב, און ב' סידורים מיט טייטש וכדו' און אויב קען מען נישט אויספירן צו מאכן אן הפסקה אינמיטן דאווענען איז נישט עק וועלט, מען טוהט וויפיל מען קען אויפטוהן.
די 20% באטשיס האבן געהאט א גאר שנעלע מיטינג – פה אחד האבן זיי געזאגט גענוג מיט דעם צייט פארשווענדעניש פון זיך צאמקומען און אפפליקן בלעטער, ווער דארף דאס האבן. מען וועט דאווענען ממש דאס מינימום שבמינימום, כדלהלן: ברוך שאמר, אשרי, נשמת, ישתבח. ברכת קר"ש עד שמ"ע. קאט די לייענען. א שנעלע מוסף מיט כתר איז אוקיי. און דערנאך א קידוש א יעדער וואך מיט קוגל, טשולענט, קישקע, גאלע מיט יאפטשיק, וויין בראנפן און ביר וכו' – אלעס לכבוד שבת קודש, און לכבוד דעם הייליגן באשעפער. נמנו וגמרו, אז אויף דעם איז נאר דא איין עצה פון עפענען א נייעם ביהמ"ד, און מאכן שבת פאר זיך.

***


טו מעיק א לאנג סטארי שארט, איז מען צוריקגעקומען צום רב אינדערהיים מיט די החלטות. צום כת הבאטשיס איז נישט געווען צופיל צו רעדן, זיי האבן זיך אפגעזעגענט און געמאכט יו"ט פאר זיך. וואס די סוף איז געווען אז די קידוש איז געווען יעדע וואך אזאנס און אזעלעכס, אבער פונעם דאווענען איז נישט געבליבן ניטאמאל א זכר לחורבן. עס איז געווען הפקר פעטריטשקע, און קיין רוחניות איז נישט געווען צום געפינען. ווי אויך איז געווען א גאר שטארקע מערכה פון די רבנים אנטקעגן זיי בכל התוקף, און דאס האט ענג געמאכט די מצב, און געלד איז געווען אן ערנסטע פראבלעם.

דער רב האט ווייטער דן געווען בכובד ראש מיט די אנדערע צוויי צדדים. די כת השוואנצים האבן געיאמערט אז די מיטל-קלאס זוכט זיך צרות, און ווילן ווערן גוים מיט זייערע משכילי'שע מהלך פון פארשנעלערן דאס דאווענען. די טייטש-סידור איז געמאכט פאר בעיביס. די הפסקה אינמיטן איז א נידעריגע פלאן צו קאלט מאכן דעם עולם, און מאכן אלע אידן זאלן חלילה פארגרעבט ווערן. ווידער די שיעורים פון חיזוק איז בעצם א גוטע געדאנק, אבער היות עס קומט פון די סארט מענטשן איז דאס מופרך מעיקרא, און מען דאס נישט געבן א טשענס. מצד שני, האט דער רב געהערט די טענות פון די מיטל-קלאס, אז די מצב היינט ארבעט נישט פאר רוב אידן, מען מוז זעהן עפעס צו טוהן למען ה' ולתפלתו. דא האבן די שוואנצנים זיך אויפגעשטעלט מיט זייערע מעכטיגע פלאן פון צושפארן די מקוה, קאווע שטיבל און צונעמען דאס זיצן פון די שפעט קומערס.

דער רב זעצט אויפן טיש, ער האט שוין די לעזונג! דאס איז איהם זייער געפאלן. ער איז דאך אויך געווען די קאפ פונעם שוואנץ, און נאטירליך האט ער גענייגט אן אויער צו זייער פלאן. ער איז דאך א פרומער, און וועט טוהן וואס די פרומע זאגן. נאכן זיך ארום טענה'ן א לענגערע צייט מיט די מיטל קלאס איז געבליבן אז מען וועט נישט צושפארן די מקוה, און נישט די זיצן, אבער די קאווע וועט שטרענג זיין פארמאכט אום 8:59 פונקטליך.

***


צוואנציג יאר גייט אריבער, און אסאך קאווע האט זיך שוין אויסגעגאסן אין אלטן קאווע שטיבל מיט א ים פון אלקאהאל אינעם נייעם שול זינט יענער אסיפה, אין צווישן איז די כת הבאטשיס זיך צו-וואקסן, ווייל מער און מער אירע – סיי פון די די מיטל-קלאס און סיי פון די שוואנצנים - האבן פארלוירן דאס חשק צום דאווענען, זיי האבן נישט געקענט קיין פירוש המלות, און נישט פארשטאנען דאס ענין און חשיבות דערפון. נאך דערצו אז אסאך פון זיי האבן זיך געשפירט זייער ענג, און זיך נישט געשפירט באקוועם דארט ווי מען נעמט אוועק פון זיי דאס געשמאקע קאווע פארן דאווענען, אויף דעם האבן זיי נישט געקענט מוותר זיין. זיי פלעגן אריבער גיין צום נייעם ביהמ"ד פון די באטשי'ס און דארט טועם געווען נישט נאר פון א פיינעם גלעזל קאווע, נאר אויך פונעם רייכן קידוש כיד המלך, און זענען שוין דארט פארבליבן.
צווישן די מיטל-קלאס האט זיך צוריק אויפגעפלאקערט א ברען צו נאכאמאל טרעפן א לעזונג און מחזק זיין דאס דאווענען אין ביהמ"ד, וואס דאס האט זיי זייער געשטערט. ווי אויך צו מחזיר זיין עטרה ליושנה פון שתיית הקאווע לפני התפלה, וואס דאס האט זיי למעשה ענג געמאכט דאס לעבן. געמאכט האט מען גלייך נאך אן אסיפה, און די טענער זענען געווען הויעך. די ברענעדיגע שאלה איז געווען ווי אזוי פארעכט מען דאס ענין אויף למעשה, און אויספירן דעם פלאן וואס די מיטל-קלאס האבן מציע געווען מיט יארן פריער, און איין מאל פאר אלעמאל צוריק האבן קאווע ווי נארמאלע מענטשן.

צווישן די מיטל-קלאס איז געווארן צוויי העפטיגע צדדים. צד א' שרייט אז פארפאלן, זעהסט דאך אז עס איז נישט געלונגען דעמאלס, דער היינטיגער רב וועט אויך נעמען א שטעלונג פון די שוואנצנים, און אז מען וועט רודערן וועט ער מסתמא גיין נאך שטרענגער און עווענטואל פארשליסן אויך די מקוה, און מאכן א פרישע תקנה פון סוף זמן מקוה. בלית ברירה מוז מען עפענען פרישע בתי מדרשים, און א יעדער משתתף וועט מוזן צאלן א שיינעם סכום געלד פער וואך צו דעקן די הוצאות פון די שוהל. מען וועט מוזן דורך גיין די ליידן פון מערכות אויף אונזערע ביינער פון די שכנים און פריינד וואס זענען אדער שפילן זיך ווי שוואנצנים. עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה.
צד ב' האט אבער געקלערט אז מען קען בלייבן דא אין דעם באקוועמען בית המדרש, און מען פרובירן כאפן א שמועס מיטן רב און רעדן צו איהם גאר שיין. נישט מאכן קיין גערודער, און נישט מאכן קיין רודעריי, און זיכער נישט מאכן קיין צדדים ווי כאילו עס איז דא מיטל-קלאס ווס. שוואנצנים. פונקט פארקערט, אונז זענען מיר אויך שוואנצנים פונקט ווי די רב אליינס, און מיר זוכן בלויז דעם ריינעם תועלת פון פארבעסערן דאס דאווענען, עס זאל זיין א כבוד פארן באשעפער און א כבוד פארן רב.

וכך הוה, עטליכע תלמידי חכמים פון די מיטל-קלאס זענען ארויף צום רב אין שטוב, און געוויינט אויף די מצב און שפלות התפלה בתוככי הקהלה, און פארגעשלאגן עטליכע נקודות פארן רב. דער רב איז אויפגעשפרינגען פון די הוצאה פון אריינברענגען טייטש סידורים אין בית המדרש! אדרבה ואדרבה, ער האט אפי' מנדב געווען די ערשטע צעהן סידורים, לע"נ זיין פאטער דעם אלטן רב ז"ל. ער האט זיך צוגעכאפט מיט צוויי הענט צו געבן חיזוק שמועסן פארן עולם, און מחזק זיין דעם ציבור צו תפלה בכוונה, תפלה בציבור וכו'. ער האט פארשטאנען אז ער וועט רעדט דא צו מענטשן וואס ווילן הערן א שמועס, און נישט קיין מוסר פארציעס, ער וועט רעדן הערליכע דיבורים מיט מעשיות פון צדיקים נ"ע און עס באגלייט מיט ווארעמע ניגונים און קאלטע טרינקען.
איין זאך האט די רב זיך אבער געהאלטן פעסט, און זיך קעגן געשטעלט, דאס איז געווען די תקנה פון פארשפארן די קאווע שטיבל בזמנו. עס האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו. וויפיל מען האט איהם אויפגעוויזן אז היינט פעלט שוין נישט אויס די תקנה, געבט נאר א קוק ווי שיין דאס דאווענען זעהט יעצט אויס – נאך דעם וואס מיר האבן אויסגעפירט די שינויים לטובה – דאס מערהייט עולם קומט שוין היינט באצייטענס, דער עולם פארשטייט וואס מען דאווענט, זיי האבן הנאה צו דאווענען, די קינדער זעהן ווי די טאטעס דאווענען ערליך און דאס שלעפט זיי אויך אריין, נאך אזא הערליכן בילד פעהלט נישט אויס צו פייניגן איינער וואס האט פונקט פארשפעטיקט און צונעמען דאס לעצטע טראפ מילך פון מויל. אבער והוא בשלו, ער רירט זיך נישט אוועק פון זיין מיינוג, ער וויל נישט מאכן קיין "קולא'ס" ח"ו. מוסיף זיין און פארבעסערן די מצב דאס איז אוודאי גוט, אבער חלילה זיך אוועק רירן פון זיין טאטע'נס מסורה.
און אזוי איז אנגעגאנגן דעם ביהמ"ד און די מערהייט מתפללים האבן עכט הנאה געהאט פון דעם שינוי לטובה, די רב האט בשתיקה אפי' מסכים געווען אז פסוקי דזמרה זאל קורצער ווערן, ווייל דאס איז נישט געווען אן אפיציעלע תקנה, און מען האט דאס אריינגעשווערצט בשתיקה. און לגבי די תקנה פון קאווע, האט מען זיך געדארפט אן עצה געבן, איינער וואס האט פארשפעטיגט האט אדער געמוזט טרינקען קאווע אין א שכינות'דיגן ביהמ"ד, אדער מוותר זיין דערויף, עס איז טאקע געווען שווער אבער עס איז נישט דא קיין צוויי ברירות. אין הארצן איז מען געווען אין זיבעטן הימעל פון די גרויסע שינוי לטובה פונעם דאווענען, אז די קאווע איז שוין נישט געווען אזוי וויכטיג צו פארפירן אויף.

***


זייטס מיר אלע מוחל אויף די אריכות המשל, איך האב געוואלט שרייבן בלויז עטליכע שורות און עס איז בטעות ארויס לפנים משורו"ת הדין.

די פוינטס וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז:

• א' וויסן קלאר וואס זענען די פראבלעמען.
• ב' וויסן פאר וועמען עס באדערט וועלכע פראבלעם.
• ג' וויסן וואס איז די קלוגסטע וועג דאס צו פאררעכטן.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 517
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:35 pm

די פראבלעמען

הנוגע לענינינו, עס איז פארהאן צוויי גאנץ אנדערע פראבלעמען וואס מענטשען האבן מיט די מוסדות ווי זיי שיקן, וואס זענען לא קרב זה אל זה כלל. עס וואלט געקענט זיין איין פראבלעם אהן דעם צווייטן. מען קען ווען לעזן איין פראבלעם אויף אמאל, אפגעזעהן אויב די צווייטע פראבלעם שטייט נאך צו נישט.

די צוויי פראבלעמען זענען: א) געוויסע תקנות וואס די מוסדות צווינגען אויף די עלטערן, בתנאי קודם למעשה. דאס ברענגט א מענטש צו זיך באהאלטן פון אנדערע, אדער פון די קינדער און פירן א דאפלט לעבן. ב) די קוריקולום אין די תוכן הלימודים, הן פון לימודי קודש און הן פון לימודי חול איז קרעפ. די ערשטע פראבלעם איז נאר נוגע פאר די עלטערן פון די מוסדות וואס פילן די טעם פון די בייסיגע תקנות. די צווייטע פראבלעם איז נאר נוגע דעם קינדער און זייער עתיד.

די ערשטע פראבלעם

יעצט איז אזוי, די מציאות איז אז די באטשיס פירן די מוסדות, דער רבי איז א באטשי, די מלמדים זענען אויך פון די באטשיס. דאס זענען זיי, און זיי האבן די פירערשפאט. איי רוב עולם האלט נישט פון אלע אדער א חלק פון די תקנות, ווער פרעגט זיי. ביי אונז איז נישט דא קיין דעמאקראטיע, אלעס באלאנגט פארן רבי'ן, אויב באלאנגסטו דא, און דו שיקסט צום רבי'נס מוסדות, דארפסטו איינמאכן אויפן פלאץ.

והנה, לאמיר זאגן אז פאר אונזער ר' יאנקל שטערט זייער שטארק אז זיין פרוי קען נישט דרייוון – א תקנה וואס איז דא ביי כמעט אלע חסידי'שע מוסדות וואס באלאנגען צו א געוויסע קרייז צוגלייך – ער וועט שעלטן פארוואס עס איז דא אזא תקנה, און וויל טוישן די תקנה פון די מוסדות, פארשטייט זיך אז ער וועט נישט אנקומען אין ערגעץ. ער האט אבער א ברירה צו שיקן זיינע קינדער צו א חסידי'שע מוסד וואס האט נישט די תקנה, אבער ער וויל נישט, און די סיבה צו דעם איז ווייל ער איז אונטער די אויגן פון די 'סיסטעם', ער וועט האבן קאפ וויי פון די שווער, שכן צו חבר "פארוואס דארפסטו שיקן צו יענער מוסד, ביזסט אויפגעקלערט און הייבסט אהן אראפצופארן פון וועג". קומט אויס אזוי, אז די עיקר פראבלעם וואס ר' יאנקל האט פון די תקנות איז לאו דוקא די מוסד, די פראבלעם איז אז די סיסטעם צווינגט איהם צו שיקן צו דער געוויסע מוסד, וממילא האט ער א פראבלעם דערמיט. ער וועט ענדערש וועלן ליידן אז זיין ווייב זאל נישט דרייוון ווי צו דורך שווימען אנטקעגן די ווינט פונעם סיסטעם.

די לעזונג

לאמיר מטכס עצה זיין וואס צו טוהן מיט דער סדומ'ישע תקנה. גיין טוישן די מיינד פונעם רבי'ן אז היינט זאל מען לאזן דרייוון די פרויען, וועט זיכער נישט געלונגען – אפי' אין בעלזא איז דאס דורכגעפאלן. (און ווי די מעיק-אפ תקנה אין סאטמאר ווילי מערכה איז דורכגעפאלן). איז דא נאר איין עצה, פון נעמליך עפענען נייע מוסדות און דאס אויספירן למעשה. אבער כמובן אז די לאסט פון עפענען נייע מוסדות איז ריזיג גרויס און נאך א גרעסערע ריסק, און קיינער האט נישט געוואלט פאר נאר דער סיבה זיך אונטערנעמען צו דאס פירן, עס לוינט זיך נישט. און נאך מער פון דעם, ווען עס איז ווען דא נייע מוסדות מיינוס דער תקנה, האט ער ווייטער א פראבלעם צו שיקן דארט, ווייל ער וועט ווייטער זיין אנטקעגן די אנגענומענע סיסטעם, פאר די זעלבע געלד קען ער דאך יעצט שיקן צו אן אנדערן חסידיש'ן מוסד – וואס איז אפי' די זעלבע סטאנדארד, נאר אזא כלל-חסידי, ומאי הועילו חכמים בתקנתם.

אויף דיזע פראבלעם וואס די 60% מיטל-קלאס האבן איז לכאורה נישט דא קיין לעזנוג אין די נאנטע צוקונפט - אויף צו מסדר זיין די גאנצע מיטל-קלאס געמיינדע - ווילאנג זיי וועלן זיך נישט ארויסשטעלן אלס אייגענע גוף און זיך אפשאקלען פון די הנהגה פון די באטשיס, און אויף א געוויסן אופן זיין גענוג שטארק אז זיי אליין זאלן זיך שפירן ווי זיי זענען אליינס די סיסטעם און זיי זענען א לכתחילה און נישט קיין בדיעבד. אבער כרגע איז דאס א חלום. ווידער אז א יחיד פון די מיטל-קלאס אליינס זוכט זיך ארויס פון די תקנות וואס מאכן איהם ענג, קען ער אליינס ארויס שפאצירן און זיך אנפייפן אויף די פיער-פרעשור און מאכן שבת פאר זיך, און אנהייבן שיקן אין א היימישע מוסד וואס האט נישט די אדער יענע תקנות. (אויב עס איז דא בנמצא אזאנס אין זיין שטאט - איינער פון סקווירא אדער ק"י שטעקט). ווילאנג אבער מיר זעהן אז די זייער ווייניג יחידים טוען דעם שריט, איז דאס א באווייז אז די פיער-פרעשור איז שולט אויף ווי מען זאל שיקן די קינדער, און דערפאר איז קלאר אז די מיטל-קלאס וועט אין זייער לעבן נישט קענען זיין א זעלבסט-געפירטע הנהגה, אהן די שליטה פון די רבי'ס און די באטשיס.

ווידער די 20% באטשיס האבן פארשטייט זיך נאך א גרעסערע פראבלעם מיט די תקנות, אבער כנ"ל די וועג ארויס איז און עפענען פרישע מוסדות איז קשה מדי. פארוואס עס איז דא פון זיי און ווילן נאך אלס דייקא יא שיקן ביי די מוסדות פון זייערע חסידות ווייס איך טאקע נישט, כנראה ווילן זיי פארט נישט הייסן "אנדערש", און ווילן נאך אלס זיין א מיטגליד פון זייערע קהלה, הגם א געוויסע פראצענט שיקן שוין יא צו מער נייטראלע און לייכטערע מוסדות.
בקיצור נישט דא כעת א לעזונג.

די צווייטע פראבלעם

פון די אנדערע זייט איז דא סך א גרעסערע פראבלעם אין דאס איז מיט די עצם חינוך און עתיד פון די קינדער. די ערשטער פראבלעם פון די תקנות מאכט איינעם פילן אומבאקוועם, אבער די צווייטע פראבלעם איז דאך א הימל געשריי, סיי אין קודש און סיי אין חול, כמבואר בארוכה אין "ותינוק", און דאס איז וואס אונז דארפן אריין לייגן דאס מערסטע ענערגיע, צייט, קאפ און מח צו פארבעסערן.

די לעזונג

ווי דערמאנט איז די הצעה פון עפענען פרישע מוסדות דערווייל נישט רעאליסטיש, ולא אמרו רבנן בכפילא. דארף מען זעהן צו מען קען עפעס טוישן בתוככי הקהלה והמוסדות גופא.
עס איז דא צוויי אופנים דאס צו טוהן, א' איז דורך פירן א מערכה מיט די פירערשאפט, שיקן בריוון צו די מנהלים און רבנים, מאכן א ווינט דערקעגן, שטורעמען וועלטן צו ברענגען א שינוי לטובה, און צוזאמען מיט דעם אויפווייזן אז זייערע תקנות איז ללעג ולקלס, עס איז נישט קיין יושר וכדו'. די עצה וועט אבער גוט בעקפייערן, ווייל ווילאנג עס איז דא דא צוויי צדדים - די שוואנצנים מיט די באטשיס - וועט די פירערשאפט קיינמאל אין לעבן נישט מקבל זיין וואס מען זאגט, ווי גוט מען זאל נאר זאגן. און פארקערט גאר, ווילאנג די יושבים ראשונה במלכות פילן אז מען וויל זיי אונטערברענגען וועלן זיי נאך מער פארשטערקערן זייער הנהגה און אפשר גאר אויספירן פרישע גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה בפרהסיא.

מצד שני איז דא א בעסערע מהלך. ווי די וועלט זאגט "if you can't beat them, join them", דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף זיי דזשוינען און שווייגן, נאר דאס מיינט גיי מיט מיט זיי און פייט פון אינעווייניג. און דאס איז אויספירבאר טאקע אדאנק אונזער סיסטעם. די סיסטעם מיט אירע אלע חסרונות האט אבער איין גרויסע מעלה, אז ווילאנג דו ביסט מיט אונז, דו ביסט אויף אונזערע זייט - קענסט זיין די גרעסטע שייגעץ און טוהן די גרעסטע עוולות – אלס ווי לאנג דו ביסט "משלנו". אז די גייסט מיט הויזן זאקן און א ריפס האסטו א בלענק טשעק צו טוהן וואס אימער עס שמעקט דיר. ובכן, אויב פירט מען א קלוגע מערכה, דהיינו מען שטעלט זיך נישט ארויס בחרב ובחנות אנטקעגן די זייטיגע תקנות, און מען צילט בלויז צו פאררעכטן שטילערהייט די מצב החינוך, בדברי טעם ובנחת, קען מען זייער ווייט אנקומען. זיכער גייט דאס נישט אויף איינמאל, אבער צוביסלעך קען זיך דאס רוקן.

לימודי קודש

אין אמת'ן אריין – ווי קטלא האט דערמאנט – איז שוין יעצט דא א גרויס שינוי אין די לעצטיגע יארן. הן די נושא פון מכות אכזריות, און הן אין די נושא פון הילף פאר ספעציעלע קינדער איז אינו דומה צו א פאר יאר פריער. עסקנים האבן זיך גענומען צו דעם, און אויפגעשטעלט גאנצע ארגעניזאציעס בתוככי הקהלה והמוסדות אויף צו העלפן די שוואכערע קינדער מיט שוועריגקייטן אין אסאך פעלדער. (איך געדענק ווי מיט אסאך יארן צוריק, ווען מען האט געוואלט עפענען אן אפטיילונג צו העלפן שוואכערע קינדער ביי אונז האט די מנהל געזאגט "אונז זענען נישט קיין שפיטאל, אונז זענען א חדר!" - היינט איז ער שוין געפלויגן פון דארט, הגם ער איז געווען די מייסד) און דאס קען מען רוקן ווייטער און ווייטער, מיט מתינות און איינגעהאלטנקייט קען מען רוקן וועלטן. און לא זו אף זו, היינט אין מיינע קינדער'ס מוסדות איז מען משקיע אסאך כחות אויף די תוכן פון א איד, מען לערנט מוסר און השקפה, פירוש המלות און יסודות אין אידישקייט, אמונה ובטחון, שכר ועונש וכדו' – עפעס וואס איך האב קיינמאל געהאט. הוי אומר, אז א טויש איז געווען, און די טויש וועט וואקסן צוביסלעך, די שאלה איז נאר ווי שנעל און ווי ווייט עס וועט אנקומען.
אויב ציהלט מען בלויז אויף צו פארבעסערן די לימודים, קען מען רעדן צו די מנהלים צו צולייגן א שעה פון אן אנדערע סארט לימוד, צו געבן פאר די קינדער א ברעיק, לאמיר זאגן לדוגמא "היסטאריע". אפי' מען וועט נישט אנקומען צו א מצב אז מען וועט מיט זיי לערנען די היסטאריע פון אלעס וואס קטלא וואלט ווען געוואלט, אבער עס וועט זיין א געווינס כשלעצמו, אפי' מען וועט נאר לערנען בעיסיק היסטאריע פון תולדות עם ישראל, וועלן מיט דעם קונה זיין ידיעות, און באקומען א ברייטערע בליק אויף די וועלט, און ווי אויך וועט דאס געבן עפעס אן אחיזה פאר איינעם וואס קען נישט זיצן און פארשטיין ארמי'שע גמרא ווערטער, און איהם געבן א סיבה צו אויפשטיין צופרי. וכהנה וכהנה קען מען שטייטערהייט מוסיף זיין אין פארביגע אינטערסאנטע לימודים. און ניין, כ'גלייב נישט אז עס וועט אזוי שנעל זיין מוזיק קלאסן אין א היימישן חסידי'שן מוסד, אבער אויב וועט מען האבן אויפגעטון ביז אהין האט מען אזוי פיל דערגרייכט.

ווער קען העלפן?

ווער עס קען דא העלפן און דעם איז יעדער איינער פון די מיטל-קלאס וואס האט א שפראך מיט די פירערשאפט, הן די מנהלים און הן די רבי'ס קען האבן אן השפעה אויף זיי. מען רעדט צו זיי איינמאל און נאכאמאל, מען בעהט און מען פאדערט, און מען איז מסביר בטוב טעם ודעת די אלע נקודות וואס איז שייך צו פארבעסרן, ביז עפעס רוקט זיך. לבי אומר לי, אויב וועט זיך איין מוסד פארבעסערן למוטב, וועט שוין זיין לייכטער פאר די צווייטע און אזוי ווייטער. עס דארף נאר זיין א נחשון פון א מנהל, וואס האט אן אוזן קשבת און די יכולת צו טוישן אביסל די געזעצן פון די חדר און פון דארט און ווייטער וועט דאס אי"ה פארן ווי א שניי-באל.
איך און דיר און יעדער איינער וואס ליינט די שורות קען און וועט האבן אן השפעה און מאכן א ווינט, ווילאנג דאס איז אזא שטילע ווינט נישט קיין שטורעמישע, און בעיקר האלטן אין קאפ אז מען פירט נישט קיין מערכה מיט קיין רבנים און קיין יחידים, נישט קעגן תקנות און נישט קעגן גזירות, זיך האלטן בלויז צו די איין זאך "פארבעסערן די עתיד פון אונזער קינדער" ותו לא מידי. אונז זענען אויף איין פעידזש צו פארבעסערן די קומענדיגע דורות.

ברם דא עקא, די גרעסטע בראך פון אלעס איז אז אסאך עלטערן האבן נישט קיין שום אחריות אויף זייערע קינדער, די חינוך זייערע האט מען איבערגעגעבן אין די הענט פון די חדר, און מען לייגט נישט צו קאפ צו עס איז בכלל גוט צו נישט. רעדנדיג מיט מיינע ידידים - צו שמעקן דעם דעת הקהל, וואס זיי האלטן איבער די לימודים אין חדר - זעה איך אז זייער אסאך האבן נישט קיין שום אהנונג וואס גייט פאר, און דאס גייט זיי נישט אהן, עס איז נישט זייער דאגה, עס פאלט זיי נישט איין צו טראכטן אפילו דערפון.

דאס לעבן גייט מער-ווייניגער אזוי: מ'איז אין ישיבה ווייל די טאטע וויל. מען באקומט א שידוך וואס דער מאמע וויל. מען האט א קינד ווייל דער באשעפער וויל. און מען שיקט אין די מוסד ווייל דער שכן וויל.
אז עס זענען דא קינדער, קען מען זיי דאך נישט האלטן אין שטוב, שיקט מען אין דער מוסד וואס יעדער שיקט. צו די חינוך דארט איז גוט איז נישט זיין געשעפט. וממילא קומט אויס אז די עלטערן פאדערן נישט, און די הנהגה איז אין די הענט פון די רבי'ס (פון חדר און פון די חסידות) טוען זיי וואס זיי ווילן.
כדי אז עס זאל עפעס אמאל ווערן, דארף זיין א אויפוועקונג פון דעת הקהל, און די עלטערן זאלן אנהייבן צו כאפן און אריין טראכטן אין די עתיד פון זייערע קינדער, און דאס קען מען טוהן אויף אסאך אופנים. לדוגמא, ארויס געבן א וועכנטליכע גליון, מיט שיינע תורות צו נאך זאגן פאר די קינדער, ובחדא מחתא אריין ווארפן דארט די דברים הצריכים חיזוק. (פון איין זייט וועט דאס בע"כ זיין אן אויפטוה, אויב נישט אויף צו טוישן די חדר סיסטעם, איז נאך אלס דא גענוג און נאך וואס מען אויפטוהן אין שטוב אין די איבעריגע שעות. א טאטע וועט טראכטן צוויי מאל אויב ער וועט פייניגן זיין קינד צו קיין צו א "חבורה" נאך חדר און לערנען נאך א שעה, אדער איהם לאזן זיך אויסטשוכענען און ליינען, פארברענגען און זיך אויסגעבן און זיין א געזונטע קינד וכו'.). מען דארף רעדן צו די חברים, אויפקלערן און דעבאטירן די נושא, כולי האי ואולי וועט עפעס זיך ריקען.

לימודי חול

בנוגע לימודי חול דארף מען אפטיילן, כהיום הזה איז עפ"י רוב די לימודי חול ממש א בושה און א חרפה. עס נישט צום עסען און נישט צום שפייען. אן ענגלישע טיטשער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט ווי אזוי צו אנרופן זיין דזשאב, ניטאמאל איז "בעיביסיטן" א גוט ווארט, ווייל די קינדער געוועלטיגן אויף איהם. עס איז הפקר במלוא מובן המלה, און די קינדער וואקסן ארויס פון דארט אהן קענען בעיסיק שפראך, שרייבן און רעכענען.
קודם דארף מען זעהן צו פאררעכטן דאס וואס איז יעצט דא, דהיינו אז דאס וואס דארף מ'כלומרש'ט ווערן דעליווערד זאל טאקע ווערן אויסגעפירט למעשה. און דערנאך קען מען טראכטן פון מוסיף זיין מן החול על הקודש. אבער קודם זעה אז די חול סיסטעם זאל בכלל זיין א סיסטעם.
די קינדער אליינס שפירן אז די גאנצע חול איז א בדיעבד, זיי שפירן נישט דאס וויכטיגקייט דערפון, און ווען עס איז נישט דא קיין דרוק צו עפעס קענען למעשה. מען דארפן בעיסיקלי לערנען צו כדי צו שטופן די צייט לעגאלערהייט, און קינדער וועלן שטופן צייט ווי אזוי זיי ווילן.

די פראבלעמען איז אבער טיפער ווי מען מיינט, אבער מצד שני קען גאר זיין אז עס איז לייכטער צו פאררעכטן ווי אין לימודי קודש. ואפרש, רעדנדיג מיט א חשוב'ע מנהל פון א גרויסן מוסד זאגט ער מיר אהן קיין ספיקות אז ער האלט פונקט ווי מיר, און זיין רצון איז אויך זייער שטארק אז קינדער זאלן ארויסקומען פון חדר קענענדיג מינימום די שפראך, שרייבן און רעכענען. אודאי וויל ער אזוי, די פראבלעם איז אז עס איז זייער שווער דאס צו אויספירן. אמאל פלעגט זיין אויך א פראבלעם פון האבן א קריקולים, היינט איז שוין דא א קריקולום אבער עס איז נישטא ביי אונזערע היימישע קרייזן גענוג ערנסטע קאנדידאטן וואס זאלן זיין גוטע טישטערס און נעמען זייערע ארבעט ערנסט. די מער פראפעשענעל אין דעם פעלד ווילן נישט קומען צו אונזער ציבור, מען רעספעקטירט זיי נישט פאר זייער ארבעט, און מען וויל נישט צאלן דאס וואס זיי בעטן. בלית ברירה נעמט מען אפט מאל שוואכע מלמדים וואס זיי אליין קענען קוים ענגליש, אויסגעדראשענע כולל יונגעלייט וואס האבן קיינמאל שטודירט וואס זיי לערנען פאר, און אויב טרעפט מען נישט וועט אן ארץ ישראל'דיגע מיט א צוקראצטן ענגליש אויך מיר דינען ווי א "טישטער". זעלבסטפארשטענדליך אז מיט אזאנע טישטערס איז פאראן זערא רעספעקט און דיסציפלין, און די פירות שניידן אונזערע קינדער אויף די עלטער, הזורעים ברנה בדמעה יקצורו. ובנוסף איז בדרך כלל נישט דא קיין אמת'ע העד-טישטער וואס זאל זיין א תובע בפה פון די טישטערס און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט געהעריג. בקיצור מצד אחד איז די עצם אויפקלערונג צו מאכן א טויש נישט אזוי נייטיג, ווייל זיי ווילן דאס אויך, און די עלטערן פארשטייען דאס אויך. מצד שני איז די טעכנישע חלק דערפון היבש שווערע.

ווער קען העלפן

אזוי ווי פריער, דארף דרוק קומען פון די עלטערן, און דא קען דאס זיין שארפער, ווייל עס איז נישט קיין סוד אז דאס איז איין גרויסע געלעכטער, און א תיקון איז נייטיג תיכף ומיד. די עלטערן קענען און דארפן פראטעסטירן אהיימנעמען די קינדער די שעות פון לימודי חול, ווייל אויסער חוצפה לערנט מען דארט נישט אויס גארנישט.
עס מוז אבער אויך זיין הילף פון א טיכטיגע עסקן וואס וועט מאכן עפעס ערנסטע שנוים אין דעם געביט, מסדר זיין א גוטע קוריקולום, און ארויסהעלפן די מוסדות מיט טרעפן גוטע טיטשערס, עס קען אפי' זיין אז מען קען מאכן איין צענטראלע "מוסד" וואס וועט האבן אונטער זיך א גרופע פון געלערנטע טיטשערס אויף אלע נושאים, און די אלע מוסדות וועלן דינגען פון זיי ווען זיי דארפן א לימוד אויף א געוויסע נושא, וכדומה. אויב די דרוק פון די עלטערן איז דא, וועט דאס בעל כרחך שטופן די מוסדות צו יא דינגן מער פראפעשענעל חברה און צאלן אפי' דאס איז טייערע, ווי אויך וועט דאס מאכן דרוק אז די מנהלים זאלן נעמען דאס אחריות און זיכער מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט למעשה, נעמען גוטע טיטשערס, גוטע העד-טיטשערס, זיכער מאכן אז די קינדער כאפן אז דאס איז גאר וויכטיג פאר זייערע עתיד, און אז דאס איז נישט קיין ליצנות.
(מיין חבר וואס קומט אריגינעל פון בעלגיע זאגט מיר אז אלע זייערע חול טיטשערס זענען געווען געלערנטע גוים, און כהיום איז נאך אלס אזוי. אויב ביי דעם פרומע אנטווערפענע מוסדות {כמדומה אויך אין סאטמאר} איז דאס די שטייגער, און דאס הייסט נישט קיין פראבלעם, קען איבעראל אזוי זיין. עס איז סך מער אן ערנסטע מצב ווי צו האבן עפעס א יצמח זיך ברעכן דאס ציין. עס איז נאך דא דאהי אויך אזוי אין געוויסע פלעצער, און אמאל איז דאס געווען איינגעפירט כמעט איבעראל.)
אז מען וועט דאס אויספירן למעשה, און מען וועט שניידן די פירות, מען וועט זעהן אז קינדער וואקסן אויף ריכטיג, האבן הנאה פון זייערע לימודים אנשטאט ווארפן פעיפערס, וועט זיך דאס אויך אפשר אויסברייטערן, צו אנדערע לימודי חול ווי קטלא קניא האט אזוי שיין אראפגלייגט דאס וויכטיגקייט פון זיי, אבער אפי' אויב מען נישט אנקומען אהין, איז כו"ע מודה אז דאס מערסטע וויכטיגע ענין איז קענען דאס שפראך און שרייבן און נאך בעיסיק זאכן, און אויב מיר עלטערן וועלן דאס באווייזן איז דאס א אבנארמאלע דערגרייכונג.

א שיינעם חלום

איינמאל די זאך רוקט זיך פאראויס, און די מנהלים ווילן צוביסלעך רוקן די זאך פאראויס, קען אפשר זיין א געדאנק וואס איז אפשר זייער ווייט פון אונז אבער פארט רעאליסטיש, און יתכן אז איין איינציגסטע יחיד וועט דאס אויספירן למעשה און האבן די זכות פון טוישן די גאנצע בילד. נעמליך האבן איין אפיס וואס נעמט אריין אונטער זיך "אלעס" וואס א מוסד דארף צו האבן. דהיינו, אז דער צענטראלע אפיס וועט צאמנעמען די בעסטע קוריקולום וואס ארבעט פאר אונז חרדים, אנגעהויבן פון עברי ביז ענדיגן ש"ס, יעדע טריט זאל זיין פארגעשריבן ברחל בתך, קלאר און דייטליך, (פונקט ווי עס ארבעט יעצט ביי געוויסע גוטע חדרים), די מעלה דערפון איז אז זיי וועלן צושטעלן די אלע חומר וואס פאדערט זיך אויף די פארשידענע אנדערע לימודים וואס פרישע מוסדות וועלן זיך מוטשענען פון ווי נעמט מען די ביכער חומר, ווער קען גוט דער נושא, וועלכע שיעורים קען מען הערן פארן זיך צוגרייטן צום שיעור. א פלאץ ווי מען וועט קענען נאשן אינפא איינער פון צווייטן, זיך צאמקומען מפעם לפעם, הערן פראבלעמען און געבן עצות וכו' וכו'. די מוסד קען מאכן ספעציעלע קורסעס פאר אלע מלמדים פון אלע חדרים אויף אמאל, זיי וועלן הערן גוטע און קלוגע געדאנקען אויף אלע פראנטן און וואס א מלמד דארף זיך אויסקענען. וכנ"ל דער מוסד קען צושטעלן מלמדים אויף אינטערסאנטע נושאים, צושטעלן חול טיטשערס – אידן אדער גוים – פאר יעדן איינעם. בקיצור עס קען זיין א צענטער וואס משם תצא תורה ואמונות לישראל.

צו דאס מאכן און אויספירן איז פארשטייט זיך שווער – הגם דאס האט פאטענציאל א גרויסע ביזנעס אפערטוניטי – אבער די ריכטיגע מענטש קען דאס באווייזן. די ערשטע שריט איז אבער צו באקומען דערפאר שטיצע פון די רבנים פאר אזא פראיעקט, און איז דייקא זייער לייכט. ווי לאנג מען איז מיט די רבנים'ס זייט, האט מען זיי אין טאש. מען איז זיי מסביר די תועלת דערפון, מען מאכט דאס אונטער די "נשיאות" פון אפאר רבנים, מען באקומט חתימות און דזשאב דאן. דער חלק איז זייער זייער לייכט, בדוק ומנוסה.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 517
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:36 pm

"ותנוק ללמדו ספר" - א מיסד אפערטיוניטי.

דעם ספר "ותנוק ללמדו ספר" - מיט אלע רעספעקט וואס איך האב פאר קטלא קניא מיט זיין געוואלדיגע געבענטשע און טאלאנטפולע כתיבה - האט אבער לדעתי געמיסד די פוינט, און דערביי פארפאסט די גאלדענע געלעגנהייט פון מאכן א שטורעם אין די גאס.
לדעתי, האט ער גענומען די צוויי באזונדערע פראבלעמען פון אונזער סאסייעטי און געמאכט פון דעם איין קוגל. אפגעמאלן דעם יונגערמאן – פון די אונטערשטע 20% אלס א דוגמא פאר א געוויסע סארט פעראזן וואס אונז קענען גרינג איידענטפיצירן, (איך פארשטיי אס דעס איז א משל, @פרייוויליג), און פון דעם האבן מיר פארשטאנען אז זייער אסאך פירן א דאפלט לעבן למחצה לשליש ולרביע, און צוזאמען געמישט מיט די חינוך פראבלעם וואס איך בין בכלל נישט זיכער אז עס גייט אהן פאר יעדן, אבער דארף א וויכטיגע תיקון ביי אלעמען.
אי משום די "דאבל פעיסערס", און די פאלשע מאסקע פון אונזער סיסטעם מיט אלע חסרונות וויל מען פארעכטן, אדרבה ווער בעסער ווי קלטא קען מאכן אזא ביכל, און ווי @פרייוויליג האט זיך אויסגעדרוקט אויף ותנוק: "דאס איז א האנט-בוך פאר יעדער חסידישע יונגערמאן וואס וויל זיך זען פון אינדרויסן." איך וואלט געקענט באשטיין צו זעהן אזא ביכל און אפי' מער באריכות, געווידמעט נאר פאר דעם, און דאס וועט זיין די האנט בוך פון אלע געריבענע חברה, און דאס וואלט אפשר אויך גערוקט עפעס אין די מיטל קלאס אויך. אויב דאס איז די מטרה פונעם ביכל, געבט דאס א הסבר אויף דעם איינציגסטן מסרנה פון קטלא קניא איז געוען, צו עפענען פרישע מוסדות.
אבער ביטע, ווען מען רעדט אבער איבער דעם גזירות החינוך וואס איז א תוצאה פון די פירערשאפט, לאמיר רעדן נאר וועגן דאס, ווייל אין דעם קען מען יא אויפטוהן!
איך וואלט ווען געבעטן רשות פון קטלא און ניצן די שטיקלעך וואס רעדן בלויז פון די חינך פראבלעם, און מסביר זיין פארוואס דאס איז וויכטיג צו פארעכטן\ און דאס דרוקן נאכאמאל. דאס קען זיין א האנט-בוך פון יעדער מנהל פון חדר בעתיד אנשטאטס א ביכל פאר סיסטעם האקערס. דאס וואלט איך פארטיילט פאר כל מאן דבעי, און וואלט בלי ספק אויפגעטוהן סך מער אויף למעשה. מעשה שטן הצליח, און האט פארמישט דעם יצר טוב דאסמאל, און אריין געשווערצט אביסל צופיל אנטי-סיסטעם רעטאריק, אנטי-עסטעבלישמענט בכל התוקף – וואס לא די אז דאס וועט קיינמאל מצליח זיין – מאכט דאס קאליע די אנדערע חלקים, און פארשטאפט די אויערן פון די וואס וואלטן אפשר געקענט עפעס אויפטוהן. ווען איך וואלט איבער געדרוקט דעם ביכל וואלט אפילו אריין געמישט די הערליכע ארטקילן וואס איז ערשינן אין איינער פון די ערשטע וועקערס מיטן קעפל "וואס קען מען טוהן פאר די עתיד פון אונזערע קינדער". (עפעס אזוי). ווי אויך מיט יענעם הערליכן ארטיקל פון "א שפאציר אין ת"ת אור עולם", ווי די שרייבער געבט א חלום-בילד ווי אזוי א היימישע מוסד קען זיך ווען פירן, און דאס וועט געבן א שטיקל בילד פאר די וואס פירן אונז צו איינזעהן און פארשטיין בעסער וואס מען קען אויספירן למעשה, און ארויסנעמען די פאטענציעל פון יעדן קינד.

(אויף די זייטיגע נקודות ווי למשל די פונקטליכע ציפערן פון די פראצענטן, און צו א מוסד וואס נעמט אריין יעדן אהן געוויסע תקנות קען האבן הצלחה וכו' דינג איך זיך אויך אבער גיי נישט אריין אין דעם, ווייל דאס איז נאר נוגע אויב עפענט מען פרישע, אויב איז מען אינסייד איז דאס נישט קיין גרויסע נפ"מ)
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 517
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל

הנוגע למעשה

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:37 pm

צו מסכם זיין בקיצור:
• די עצה פון עפענען מוסדות איז נישט ריאליסטיש מחמת כמה סיבות.
• א טויש וועט מוזן קומען פון אינערווייניג.
• די פראבלעם פון די תקנות וכו' קען מען נישט לייזן לע"ע.
• כלפי די חינוך פראבלעם, האב איך פארגעשלאגן כמה געדאנקן, ווי ארויסגעבן נאכאמאל א ביכל על טהרת הסיסטעם, מסביר זיין פאר די עלטערן זייער אחריות, עלטערען זאלן פארלאנגן א טשעינדש, (אויף לימודי חול איז דאס זיכער גרינגער צו פארלאנגן), אפשר ארויס געבן א וועכנטליכע גליון מיט פארשידינע ענינים אין חינוך הבנים, דערנאך יתכן אז איינער קען צוהעלפן מיטן עפענן אזא מוסד וואס וועט צושטעלן חומר, און טיטשערס וכו'.

והנלע"ד כתבתי. און אדרבה, ווער עס טוהט אין חינוך און האט הצעות ווי אזוי מען קען פון אינעווייניג משנה זיין איז מכובד צו לאזן הערן זיין געדאנקן דא, ובשם ה' נעשה ונצליח!
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 517
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:59 am

הערליך, יעדע תגובה פאר זיך איז כדאי לעצמו, און שפיגלט אפ די מיינונג פון רובא דרובא עלטערן!

נעגעל וואסער האט געשריבן:עס מוז אבער אויך זיין הילף פון א טיכטיגע עסקן וואס וועט מאכן עפעס ערנסטע שנוים אין דעם געביט, מסדר זיין א גוטע קוריקולום, און ארויסהעלפן די מוסדות מיט טרעפן גוטע טישטערס, עס קען אפי' זיין אז מען קען מאכן איין צענטראלע "מוסד" וואס וועט האבן אונטער זיך א גרופע פון געלערנטע טישטערס אויף אלע נושאים, און די אלע מוסדות וועלן דינגן פון זיי ווען זיי דארפן א לימוד אויף א געוויסע נושא, וכדומה.

נעגעל וואסער האט געשריבן:קען אפשר זיין א געדאנק וואס איז אפשר זייער ווייט פון אונז אבער פארט רעאליסטיש, און יתכן אז איין איינציגסטע יחיד וועט דאס אויספירן למעשה און האבן די זכות פון טוישן די גאנצע בילד. נעמליך האבן איין אפיס וואס נעמט אריין אונטער זיך "אלעס" וואס א מוסד דארף צו האבן. דהיינו, אז דער צענטראלע אפיס וועט צאמנעמען די בעסטע קוריקולום וואס ארבעט פאר אונז חרדים, אנגעהויבן פון עברי ביז ענדיגן ש"ס, יעדע טריט זאל זיין פארגעשריבן ברחל בתך, קלאר און דייטליך, (פונקט ווי עס ארבעט יעצט ביי געוויסע גוטע חדרים), די מעלה דערפון איז אז זיי וועלן צושטעלן די אלע חומר וואס פאדערט זיך אויף די פארשידענע אנדערע לימודים וואס פרישע מוסדות וועלן זיך מוטשענען פון ווי נעמט מען די ביכער חומר, ווער קען גוט דער נושא, וועלכע שיעורים קען מען הערן פארן זיך צוגרייטן צום שיעור. א פלאץ ווי מען וועט קענען נאשן אינפא איינער פון צווייטן, זיך צאמקומען מפעם לפעם, הערן פראבלעמען און געבן עצות וכו' וכו'. די מוסד קען מאכן ספעציעלע קורסעס פאר אלע מלמדים פון אלע חדרים אויף אמאל, זיי וועלן הערן גוטע און קלוגע געדאנקען אויף אלע פראנטן און וואס א מלמד דארף זיך אויסקענען. וכנ"ל דער מוסד קען צושטעלן מלמדים אויף אינטערסאנטע נושאים, צושטעלן חול טיטשערס – אידן אדער גוים – פאר יעדן איינעם. בקיצור עס קען זיין א צענטער וואס משם תצא תורה ואמונות לישראל.


לויט ווי איך פארשטיי, דארף דאס זיין די ארבעט פון די "פערלס ארגאניזאציע", וואס האבן לעצטנס אנגעהויבן זיך אריינלייגן בעובי הקורה צו פארבעסערן די לימודי חול אויף א נארמאלן לעוועל אינערהאלב אלע (צי רוב) היימישע מוסדות. זיי דארפן אויסשטעלן די קוריקולים, אין די מוסדות זאלן דאס אויספאלגן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17717 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 6:02 pm

הערליך! הערליכע ארבעט און וואונדערבאר אראפגעלייגט, הרב @נעגעל וואסער.

אלע נקודות וואס איך האב נישט קלאר אויסגעשמועסט האסטו באוויזן אראפצולייגן אויף טעלערלעך, און אפילו איך בין קלארער געווארן מיט געוויסע נקודות וואס האבן מיר געבאדערט אינעם "ותינוק", הגם קטלא האט געוויס געמאכט אן אומגלויבליכער ארבעט וואס מ'טאר נישט אונטערשאצן.

לדעתי איז גראדע נישט אזוי שווער צו עפענען נייע מוסדות ווי דו טענה'סט, און אין פאקט איז שוין דא אזא חדר אין מאנסי, און אזא חדר דארף זיך יעצט צו עפענען אין לעיקוואד-טאמס ריווער. ס'איז געוויס שווער, אבער מ'קען נישט זאגן אז ס'גייט נישט פאסירן. ווידער דיין הנחה אז מיר מוזן בלייבן און שלינגען ביז זאכן וועלן זיך רוקן אין גוטן ריכטונג, העלפט נישט פארבעסערן מיין מצב רוח... כ"ש ווען אלע תקנות בלייבן אין אפעקט, און ס'וועט דויערן א יאר און א מיטוואך ביז אונזער לימודי קודש פראגראם וועט זיך פארבעסערן. כ'וועל מודה זיין אז איך בין היבש מיואש ווען טשעינדזש וועט קומען, אבער כ'זע די צד פון עפענען נייע נארמאלערע מוסדות אלץ שטארקער צד אין טוישן דעם חינוך סיסטעם.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

Re: "ותנוק ללמדו ספר" פון א ניגון צו למעשה

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:10 pm

יישר כוח @שמעקעדיג און @ארי נוהם פאר אייערע תגובות.

ממש א שאד אז אזא הייסע טאפיק און אזא וויכטיגע נושא זאל נישט ווערן אויסגעשמועסט לארכה ולרחבה.
מיט דעם ספר פון @קטלא קניא האט זיך געמאכט אן עת רצון און אן אויפוואכונג, און מען דארף אלע זעהן צו טוהן למעשה. סיידן אויב דער עולם האלט שוין לאחר יאוש, אדער פשוט עס גייט קיינעם נישט אהן דער חינוך פון די קינדער.

מענין לענין, האב איך זיך פונקט היינט אריין געשטויסן אין א פארשטויבטן אשכול, ווי עס ווערט אויסגעשמועסט ענליכע צדדים איבער די עתיד פון מוסדות חינוך און א רעוואלוציע.
זעה:

viewtopic.php?t=5969
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 517
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט

cron