"ותנוק ללמדו ספר" פון א ניגון צו למעשה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

"ותנוק ללמדו ספר" פון א ניגון צו למעשה

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ברכת הודאה

אקדמות מילין, טוה איך דא נאכאמאל באדאנקען פאר כבוד הרב [tag]קטלא קניא[/tag] פאר זיין ביכל "ותנוק ללמדו ספר", וואס האט באוויזן צו אויפווייזן מיט קלארע ווערטער פארשידענע פראבלעמען וואס פלאגט אונז, און אזוי הערליך שיין אראפגעלייגט בטוטו"ד.

ווי אויך א יי"שכ פאר [tag]ארי נוהם[/tag] פאר זיין לענגערן אפשאצונג אויפן ביכל. איך האב געהאט זייער אסאך ענליכע מחשבות אין קאפ, אבער איך האב זיי נישט געקענט אראפלייגן אויף פאפיר, ווייל עס זענען דא אזוי פיל נקודות אויף וואס צו דן זיין, און עס קומט מיר אהן זייער שווער זיי צו מסדר זיין קלאר. ווען איך האב געהערט וואס דער לייב ברימט, האב איך געשפירט ממש ווי ער ליינט מיינע מחשבות, און איז דאס מסדר פאר מיר אויף א גרינטליכן אופן, ועל כגון דא נאמר זכה מלאכתו נעשה ע"י אחרים.

אצינד וויל איך בעסער מסביר זיין - וואס איך האב שוין אנגערירט אין דעם אשכול - און דערנאך וועט מען אפשר צו קומען צו למעשה, און אז "עת לעשות לה'" זאל ווערן פון א געשריי צו א פאקט.

[center]***[/center]

וישא משלו
לאמיר אנהייבן מיט א משל - וואס איז נישט ממש דומה צום נמשל – אבער איך מיין נאר די געדאנק שבו. איך וועל ניצן די ציפערן וואס @ארי נוהם האט געניצט כלפי דאס געזעלשאפט און אלגעמיין (20% שוואנצאנים, ווס. 60% מיטעלע און 20% באטשיס) – וואס לדעתי איז דאס לכאורה גאנץ אקוראט אין מציאות – און דאס נוצן אויף צו געבן א בילד אויף ווי אזוי עס קוקט אויס א דאווענען ביי כלל ישראל. כמובן איז יעדער פלאץ אנדערש, איך וועל נאר אויס'משל'ן בערך ווי אזוי עס קוקט אויס ביי אונז אין ביהמ"ד.

לאמיר צונעמען, איז דאס שבת'דיגע דאווענען אין א גוטן צושטאנד? איז פארהאן פראבלעמען? אויב יא, וואס איז די לעזונג דערצו? ווען א דרויסענדיגע איד קומט אריין ביי אונז אין ביהמ"ד אינמיטן "כתר" שבת צופרי, זעהט ער א געפאקטע ביהמ"ד, אידן זענען איינגעהילט אין ווייסע אדער געלע טליתים, דער עולם דאווענט הויך אויפן קול, מען טאנצט ביי "קדוש" דריי מאל, און דאס בילד קוקט אויס הערליך. מי כעמך ישראל. גארנישט פאדערט א תיקון. איך אבער ווייס יא די מציאות, און דאס בילד איז נישט אזוי גלאנצעדיג ווי עס קוקט אויס. פארוואס?

לאמיר דא מאכן א שטיקל חשבון:
20% פון די מתפללים – די שוואנצאנים לאמיר זיי רופן – קומען פרי צום דאווענען, זיי לערנט א חסידי'ש ספר פאר'ן דאווענען, א בלאט גמרא, צו א פאר קאפיטלעך תהלים וכדו', זיי האלט מיט פון אדון עולם (דאס איז אזא תפלה וואס מאנכע זאגן פארן דאווענען.. עס איז געדרוקט אין די סידורים) און רעדן נישט אויס ביז נאך אדון עולם ביים סוף (דאס ווייס איז נישט פונקט ווי עס שטייט...), זיי שמועסן נישט ביים ליינען אפי' בין גברא לגברא, און זיי דערקוויקן זיך עקסטער מיט די "אנעים זמירות" לכבוד שבת קודש. זיי הערן נישט אויף צו טראכטן פון באשעפער במשך די גאנצע צייט, די איינציגסטע הפסק וואס זיי האבן איז ווען זיי ברויכן ארויסגיין – געווענליך ביי די סארט איז אין סטייל צו גיין עטליכע מאל אינמיטן דאווענען – דאן טוען זיי זיך אויס די טלית בפני כל הקהל ועדה, איינער אין ביהמ"ד ביים בימה, און די צווייטע פונקט דארט ווי דער עולם טרינקט קאווע, למען ישמעו ויראו. צום סוף גייען זיי אהיים נאך אן עבודה פון צוויי א האלב שעה מלא סיפוק און חיות.
די צווייטע קאטעגאריע באשטייט פון 60%, זיי זענען די מיטל-קלאס אידן – וואס זיי זענען בכלל נישט דומה צו די פריערדיג-דערמאנטע חברה. פון ווי ווייס איך אז די ציפער איז אזוי גרויס? פשוט ווייל ביז נשמת איז קוים דא מנין אין שול. דער המון עם שטייט הערשט אויף דעמאלס, אדער שטופט מען אין די מקוה – נישט אום שבת גערעדט - אנדערע זיצן און פארברענגען אינדרויסן אויף א גלעזל קאווע. וואס איז דען די יאגעניש? עוד היום גדול, עס איז נאך דא צייט זיך מיטצוכאפן באלד, גענוג און נאך. ביי שמונה עשרה שחרית איז גאנץ פיין, דעמאלס האלט שוין א גרויס עולם מיט מיט'ן בעל תפלה. הויעך שמונה עשרה איז ווידער בושות, כמעט קיינער האלט נישט מיט, מען קוקט אריין אין גליונות אין ספרים, מען בליקט אין א ספר'ל אדער מען באלעקט זיך מיט די הויפן בלעטער צו אפיל'ן וואס טוען געוועלטיגן אויפן ביהמ"ד. ביים סוף איז דאס זייער ניכר, ווען א בעל תפלה וואס האט געענדיגט מיט צעהן מינוט פריער באקומט די מערסטע קאמפלימענטס.
די דריטע קאטעגאריע באשטייט פון ארום 20% פון די אלע וואס קומען אין ביהמ"ד, און זיי טוען טאקע בלויז דאס, זיי "קומען" אין ביהמ"ד, אבער זהו, נישט מער ווי דעם. א טייל פון זיי טוען זיך יא אביסל מער אנשטרענגען און עפענען טאקע אויף א סידור – אלס והייתם נקיים – אבער מען מורמעלט ניטאמאל די ווערטער. מען קומט אין שול וועגן די ווייב/קינדער/שווער/מוסדות/סיסטעם. אבער כבלעו כך פלטו, מען שטופט די צייט מיט די חברים אונטן אין חדר שביעי, צו כתר קומט מען אריין אין שול, און גוט שבת.
ביז אהער איז מער ווייניגער די פאקטן. כמובן אז איך האב אנגעכאפט - און גיי אנכאפן - די עקסטרעם פון ביידע זייטן. מכאן ואילך איז פרי דמיון.

ויהי היום, די רב פון שוהל איז מטכס עצה צו פארבעסערן די מצב פון תפלה, און וויל אויפהייבן די געמיטער און מחזק זיין דער עולם און אריין בלאזן אן התעוררות צו די כח התפלה. פאררופט ער אן אסיפה פאר אלע אינאיינעם, ותשועה ברוב יועץ. די רב שליט"א שלאגט פאר פאר יעדער פון די דריי קאטעגאריעס, אז זיי זאלן אלע אליינס אויפקומען מיט אן עצה, און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער.

די 20% שוואנצים האבן זיך ארויף געכאפט אויף דעם געלעגענהייט. די החלטה פון זייער אסיפה איז געווען בערך אזוי: דאווענען הייבט זיך אהן 9 אזייגער שארף. די מקוה ווערט געשלאסן 8:45, מען מוז זיך דאך אנגרייטן פארן דאווענען. 8:59 פארשליסט מען די קאווע שטיבל, אויב עס איז נישט דא קיין שלאס, דאן נעמט מען אוועק די מילך. מען וועט צושיקן דייקא אזעלכע בעלי תפילות וואס קריכן שטייט. איינער וואס קומט נאך 9:15 פארלירט זיין זכות אויף זיין זיץ פלאץ, בלי שום טענה ומענה. מען ווען שטרענג באזידלען איינער וואס רעדט ביים דאווענען אדער ליינען. מען טאר מער נישט מאכן א 'קידוש' נאכ'ן דאווענען, ווייל צופיל מענטשן טראכטן פון די קוגל א גאנצע צייט, און ביי מוסף איז דאס שוין כלו כל הקיצין. פאר די וואס שמועסן אינדרויסן דאס גאנץ דאווענען, איז אחת דתם, זיי האבן בכלל נישט קיין זכות צו זיין א מעמבער אין ביהמ"ד, און מען דארף זיי אויסשפארן פון די מוסדות אויך, און זאלן זיי זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

ביי די 60% מיטל קלאס איז געווען אזוי: זיי פארשטייען אויך דאס חשיבות פון תפלה. זיי ווילן בעצם זייער שטארק זיין ערליך און ווילן דאווענען ווי עס דארף צו זיין, אבער מען קען נישט גיין אזוי עקסטרעם – מען קען נישט זיין אזוי שטרענג צו יעדן גלייך. די מקוה בלייבט אפען, די מילך בלייבט אין קאווע שטיבל. מען קען נישט און מען וועט נישט אנשרייען איינער וואס רעדט. זיי שלאגן אבער פאר דריי נקודות אויף א לעזונג צו פארבעסערן דאס ענין – ווייל זיי זיכן דאס צו משנה זיין לטובה.
א) מען זאל מער משקיע זיין מיט אויפלעבן דאס דאווענען, דער עולם זאל זיין מער אינטערסירט אינעם דאווענען, און פילן א טעם אינעם דאווענען, די רב שליט"א זאל פארלערנען יעדן ליל שישי – ביי א פארברענג – דאס חשיבות פון תפלה, מיט פארשידענע ענינים פון תפלה וכדומה. עס זאל זיין בנמצא אין שול סידורים וואס האט אין זיך אידיש טייטש אונטער די ווערטער, אזוי וועט דער עולם פארשטיין וואס מען זאגט, און דאס וועלן זאגן אויף צו דאווענען, נישט זאגן לשם ענדיגן. צוביסלעך וועט דער עולם טועם זיין א טעם אין א דאווענען, און וויסן וואס עס מיינט 'קרבת אלוקים לי טוב'. ב) פאר'ן לייענען וועט מען מאכן אן הפסקה מיט א שטיקל טעימה, אז דער עולם זאל זיך דערכאפן דאס הארץ נאכן אראפלייגן א נשמת, און שעפן פרישע כוחות צו אויסהערן דאס לייענען און תפלת מוסף. ג) מען זאל פארקורצערן די צייט וואס פסוקי דזמרה נעמט, דאס איז צו לאנג פאר די אלגעמיינע המון עם, און יתכן אז דאס איז די עיקר נקודה פארוואס אזוי פיל ערליכע משתתפים קומען לכתחילה שפעט, אזוי אז די דאווענען וועט זיין אביסל קורצער, אבער מיט מער געשמאק וועט מען נישט אזוי פעניען די צייט אינדרויסן, און ביים דאווענען וועט גיין א רויעך.

מאנכע היציגע האבן פארגעשלאגן אז די אלטע סיסטעם פון א שול ארבעט פשוט נישט פארן המון עם, עס איז אוטדעיטיד. און כדי אז די נייע שול סיסטעם זאל מצליח זיין מוז מען עפענען נייע בתי מדרשים, טרעפן נייע רבנים און ראשי קהלה. איי געלד? עה, עס קאסט נישט אזוי פיל, אויב זיי האבן קענען אונז אויך האבן אייגענע. עס וועט זיין לשם ולתפארת. אפשר גאר קען מען מבטל דאס ענין פון "חזרת הש"ץ" וואס איז נתקן געווארן פאר עמי הארצים, אבער היינט פעהלט דאס בכלל נישט אויס, און גייט אויף די נערווען פון כמעט יעדעם איינעם. די מעסיגע האבן אבער גע'טענה'ט אז די סערוויסעס פון שול איז צו באקוועם צו אויפגעבן, א הערליכע שול, א געשמאקע מקוה וכו' און עפענען נייע איז איבערהויפט נישט רעאליסטיש. מען קען דא בלייבן, נאר מען וועט משקיע זיין און די אויבענדערמאנטע נקודות. א' שיעורים און שמועסן פונעם רב, און ב' סידורים מיט טייטש וכדו' און אויב קען מען נישט אויספירן צו מאכן אן הפסקה אינמיטן דאווענען איז נישט עק וועלט, מען טוהט וויפיל מען קען אויפטוהן.
די 20% באטשיס האבן געהאט א גאר שנעלע מיטינג – פה אחד האבן זיי געזאגט גענוג מיט דעם צייט פארשווענדעניש פון זיך צאמקומען און אפפליקן בלעטער, ווער דארף דאס האבן. מען וועט דאווענען ממש דאס מינימום שבמינימום, כדלהלן: ברוך שאמר, אשרי, נשמת, ישתבח. ברכת קר"ש עד שמ"ע. קאט די לייענען. א שנעלע מוסף מיט כתר איז אוקיי. און דערנאך א קידוש א יעדער וואך מיט קוגל, טשולענט, קישקע, גאלע מיט יאפטשיק, וויין בראנפן און ביר וכו' – אלעס לכבוד שבת קודש, און לכבוד דעם הייליגן באשעפער. נמנו וגמרו, אז אויף דעם איז נאר דא איין עצה פון עפענען א נייעם ביהמ"ד, און מאכן שבת פאר זיך.

[center]***[/center]

טו מעיק א לאנג סטארי שארט, איז מען צוריקגעקומען צום רב אינדערהיים מיט די החלטות. צום כת הבאטשיס איז נישט געווען צופיל צו רעדן, זיי האבן זיך אפגעזעגענט און געמאכט יו"ט פאר זיך. וואס די סוף איז געווען אז די קידוש איז געווען יעדע וואך אזאנס און אזעלעכס, אבער פונעם דאווענען איז נישט געבליבן ניטאמאל א זכר לחורבן. עס איז געווען הפקר פעטריטשקע, און קיין רוחניות איז נישט געווען צום געפינען. ווי אויך איז געווען א גאר שטארקע מערכה פון די רבנים אנטקעגן זיי בכל התוקף, און דאס האט ענג געמאכט די מצב, און געלד איז געווען אן ערנסטע פראבלעם.

דער רב האט ווייטער דן געווען בכובד ראש מיט די אנדערע צוויי צדדים. די כת השוואנצים האבן געיאמערט אז די מיטל-קלאס זוכט זיך צרות, און ווילן ווערן גוים מיט זייערע משכילי'שע מהלך פון פארשנעלערן דאס דאווענען. די טייטש-סידור איז געמאכט פאר בעיביס. די הפסקה אינמיטן איז א נידעריגע פלאן צו קאלט מאכן דעם עולם, און מאכן אלע אידן זאלן חלילה פארגרעבט ווערן. ווידער די שיעורים פון חיזוק איז בעצם א גוטע געדאנק, אבער היות עס קומט פון די סארט מענטשן איז דאס מופרך מעיקרא, און מען דאס נישט געבן א טשענס. מצד שני, האט דער רב געהערט די טענות פון די מיטל-קלאס, אז די מצב היינט ארבעט נישט פאר רוב אידן, מען מוז זעהן עפעס צו טוהן למען ה' ולתפלתו. דא האבן די שוואנצנים זיך אויפגעשטעלט מיט זייערע מעכטיגע פלאן פון צושפארן די מקוה, קאווע שטיבל און צונעמען דאס זיצן פון די שפעט קומערס.

דער רב זעצט אויפן טיש, ער האט שוין די לעזונג! דאס איז איהם זייער געפאלן. ער איז דאך אויך געווען די קאפ פונעם שוואנץ, און נאטירליך האט ער גענייגט אן אויער צו זייער פלאן. ער איז דאך א פרומער, און וועט טוהן וואס די פרומע זאגן. נאכן זיך ארום טענה'ן א לענגערע צייט מיט די מיטל קלאס איז געבליבן אז מען וועט נישט צושפארן די מקוה, און נישט די זיצן, אבער די קאווע וועט שטרענג זיין פארמאכט אום 8:59 פונקטליך.

[center]***[/center]

צוואנציג יאר גייט אריבער, און אסאך קאווע האט זיך שוין אויסגעגאסן אין אלטן קאווע שטיבל מיט א ים פון אלקאהאל אינעם נייעם שול זינט יענער אסיפה, אין צווישן איז די כת הבאטשיס זיך צו-וואקסן, ווייל מער און מער אירע – סיי פון די די מיטל-קלאס און סיי פון די שוואנצנים - האבן פארלוירן דאס חשק צום דאווענען, זיי האבן נישט געקענט קיין פירוש המלות, און נישט פארשטאנען דאס ענין און חשיבות דערפון. נאך דערצו אז אסאך פון זיי האבן זיך געשפירט זייער ענג, און זיך נישט געשפירט באקוועם דארט ווי מען נעמט אוועק פון זיי דאס געשמאקע קאווע פארן דאווענען, אויף דעם האבן זיי נישט געקענט מוותר זיין. זיי פלעגן אריבער גיין צום נייעם ביהמ"ד פון די באטשי'ס און דארט טועם געווען נישט נאר פון א פיינעם גלעזל קאווע, נאר אויך פונעם רייכן קידוש כיד המלך, און זענען שוין דארט פארבליבן.
צווישן די מיטל-קלאס האט זיך צוריק אויפגעפלאקערט א ברען צו נאכאמאל טרעפן א לעזונג און מחזק זיין דאס דאווענען אין ביהמ"ד, וואס דאס האט זיי זייער געשטערט. ווי אויך צו מחזיר זיין עטרה ליושנה פון שתיית הקאווע לפני התפלה, וואס דאס האט זיי למעשה ענג געמאכט דאס לעבן. געמאכט האט מען גלייך נאך אן אסיפה, און די טענער זענען געווען הויעך. די ברענעדיגע שאלה איז געווען ווי אזוי פארעכט מען דאס ענין אויף למעשה, און אויספירן דעם פלאן וואס די מיטל-קלאס האבן מציע געווען מיט יארן פריער, און איין מאל פאר אלעמאל צוריק האבן קאווע ווי נארמאלע מענטשן.

צווישן די מיטל-קלאס איז געווארן צוויי העפטיגע צדדים. צד א' שרייט אז פארפאלן, זעהסט דאך אז עס איז נישט געלונגען דעמאלס, דער היינטיגער רב וועט אויך נעמען א שטעלונג פון די שוואנצנים, און אז מען וועט רודערן וועט ער מסתמא גיין נאך שטרענגער און עווענטואל פארשליסן אויך די מקוה, און מאכן א פרישע תקנה פון סוף זמן מקוה. בלית ברירה מוז מען עפענען פרישע בתי מדרשים, און א יעדער משתתף וועט מוזן צאלן א שיינעם סכום געלד פער וואך צו דעקן די הוצאות פון די שוהל. מען וועט מוזן דורך גיין די ליידן פון מערכות אויף אונזערע ביינער פון די שכנים און פריינד וואס זענען אדער שפילן זיך ווי שוואנצנים. עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה.
צד ב' האט אבער געקלערט אז מען קען בלייבן דא אין דעם באקוועמען בית המדרש, און מען פרובירן כאפן א שמועס מיטן רב און רעדן צו איהם גאר שיין. נישט מאכן קיין גערודער, און נישט מאכן קיין רודעריי, און זיכער נישט מאכן קיין צדדים ווי כאילו עס איז דא מיטל-קלאס ווס. שוואנצנים. פונקט פארקערט, אונז זענען מיר אויך שוואנצנים פונקט ווי די רב אליינס, און מיר זוכן בלויז דעם ריינעם תועלת פון פארבעסערן דאס דאווענען, עס זאל זיין א כבוד פארן באשעפער און א כבוד פארן רב.

וכך הוה, עטליכע תלמידי חכמים פון די מיטל-קלאס זענען ארויף צום רב אין שטוב, און געוויינט אויף די מצב און שפלות התפלה בתוככי הקהלה, און פארגעשלאגן עטליכע נקודות פארן רב. דער רב איז אויפגעשפרינגען פון די הוצאה פון אריינברענגען טייטש סידורים אין בית המדרש! אדרבה ואדרבה, ער האט אפי' מנדב געווען די ערשטע צעהן סידורים, לע"נ זיין פאטער דעם אלטן רב ז"ל. ער האט זיך צוגעכאפט מיט צוויי הענט צו געבן חיזוק שמועסן פארן עולם, און מחזק זיין דעם ציבור צו תפלה בכוונה, תפלה בציבור וכו'. ער האט פארשטאנען אז ער וועט רעדט דא צו מענטשן וואס ווילן הערן א שמועס, און נישט קיין מוסר פארציעס, ער וועט רעדן הערליכע דיבורים מיט מעשיות פון צדיקים נ"ע און עס באגלייט מיט ווארעמע ניגונים און קאלטע טרינקען.
איין זאך האט די רב זיך אבער געהאלטן פעסט, און זיך קעגן געשטעלט, דאס איז געווען די תקנה פון פארשפארן די קאווע שטיבל בזמנו. עס האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו. וויפיל מען האט איהם אויפגעוויזן אז היינט פעלט שוין נישט אויס די תקנה, געבט נאר א קוק ווי שיין דאס דאווענען זעהט יעצט אויס – נאך דעם וואס מיר האבן אויסגעפירט די שינויים לטובה – דאס מערהייט עולם קומט שוין היינט באצייטענס, דער עולם פארשטייט וואס מען דאווענט, זיי האבן הנאה צו דאווענען, די קינדער זעהן ווי די טאטעס דאווענען ערליך און דאס שלעפט זיי אויך אריין, נאך אזא הערליכן בילד פעהלט נישט אויס צו פייניגן איינער וואס האט פונקט פארשפעטיקט און צונעמען דאס לעצטע טראפ מילך פון מויל. אבער והוא בשלו, ער רירט זיך נישט אוועק פון זיין מיינוג, ער וויל נישט מאכן קיין "קולא'ס" ח"ו. מוסיף זיין און פארבעסערן די מצב דאס איז אוודאי גוט, אבער חלילה זיך אוועק רירן פון זיין טאטע'נס מסורה.
און אזוי איז אנגעגאנגן דעם ביהמ"ד און די מערהייט מתפללים האבן עכט הנאה געהאט פון דעם שינוי לטובה, די רב האט בשתיקה אפי' מסכים געווען אז פסוקי דזמרה זאל קורצער ווערן, ווייל דאס איז נישט געווען אן אפיציעלע תקנה, און מען האט דאס אריינגעשווערצט בשתיקה. און לגבי די תקנה פון קאווע, האט מען זיך געדארפט אן עצה געבן, איינער וואס האט פארשפעטיגט האט אדער געמוזט טרינקען קאווע אין א שכינות'דיגן ביהמ"ד, אדער מוותר זיין דערויף, עס איז טאקע געווען שווער אבער עס איז נישט דא קיין צוויי ברירות. אין הארצן איז מען געווען אין זיבעטן הימעל פון די גרויסע שינוי לטובה פונעם דאווענען, אז די קאווע איז שוין נישט געווען אזוי וויכטיג צו פארפירן אויף.

[center]***[/center]

זייטס מיר אלע מוחל אויף די אריכות המשל, איך האב געוואלט שרייבן בלויז עטליכע שורות און עס איז בטעות ארויס לפנים משורו"ת הדין.

די פוינטס וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז:

• א' וויסן קלאר וואס זענען די פראבלעמען.
• ב' וויסן פאר וועמען עס באדערט וועלכע פראבלעם.
• ג' וויסן וואס איז די קלוגסטע וועג דאס צו פאררעכטן.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר