אלמן אחד בין שבעים גרושות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג אקטאבער 08, 2018 6:53 pm

שקד האט געשריבן:
געשיכטעלע איינס

מ'זעצט זיך אראפ און ס'קלונגט איר די טעלעפאן.. איר בעיבי סיטער וויל שוין אהיימגיין.. אבער מ'האט דאך זיך קוים געזעצט אויף א בעשוי?
גוט, זי וועט צואווארטן..
נו וואס פארציילט איר.. און ס'ווערט א שטיקל שמועס.. אבער מעשה שטן, מ'הערט קולות פונעם גאס, ס'ברענט א פייער אפאר הייזער אוועק..
און נאך פאר איך האב געבלינקן מיט'ן אויג, לויפט זי שוין צום פענסטער זען.. די פייערלעשער פארן אריבער..
און מ'זעצט זיך צוריק צום שמועס.. איך פארצייל אז כ'געדענק א פייער יארן צוריק ווי מ'האט געמאכט געלט פון אינשורענס.. און זי האקט מיר איבער.. זי וויל זען די פייער פאר איין מינוט!
זאל איך זאגן ניין?... אבער זי לויפט שוין ארויס.. און כ'ווארט פינעף צען מינוט.
כ'ווארט שוין צוואנציג מינוט.. און כ'קלונג דעם 'שדכן' פרעגן וואס גייט פאר..
אה! זי וויל נישט דעם שידוך...
דערפאר איז זי איינפאך אנטלאפן.. אהה! כ'פארשטיי שוין..


מנשה שרייבט אן ענליכס אין זיין נייע ביכל. קוקט אויס אז דאס פרוי אנטלויפט פון איין בעשוי צום צווייטן...
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1398
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3700 מאל

הודעהדורך שקד » זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:19 pm

געשיכטע 23

גוט מארגן ר' אהרן.. כ'האב געמיינט אז דו טוסט שידוכים, אבער כ'זע אז נאר ווען ס'דיר גרינג, און זיווג שני רירסטו נישט צו..
מענדל! מוזט פארשטיין אז כ'טראכט פון דיר אסאך, און זאכן גייען נישט אזוי גרינג..
אהרן, ביסט דאך מיר א ידיד – זאגסטו.. איך ווייס ס'נישט גרינג, פאר דיין קינד וואלסטו זיך אנגעשטרענגט, און כ'בין טאקע נישט דיין קינד אבער א חבר יא.. נו, געב מיר כאטש א ליסטע פון נעמען, און כ'וועל אליינס אנהייבן מאכן ריסורדזש, און דו וועסט מיר העלפן..
זייער גוט מענדל, איך וועל דיר מאכן א שטיקל ליסט מיט נעמען – וויפיל כ'קען.
[אהרן איז א געטרייע שדכן, און מ'דארף עהם נאר מוטשען, און כ'האב באקומען די ליסטע אונטער א טאג, און כ'האב מיך גענומען אליינס קלונגען נומערן, מיט'ן אויסרייד אז 'איך בין א שדכן, און כ'וויל פרעגן וואס איר זוכט..']
האלו.. איז דאס משפחת ג.? איך בין א שדכן פאר מיינע חברים, איך וואלט געוואלט וויסן אויב איר זענט א גרושה וואס זוכט א שידוך, אדער אפשר איז עס אייער שוועסטער צו טאכטער?
איין מינוט, ווער האט אייך געגעבן מיין נומער??
איר זוכט נישט קיין שידוך?..
איך זיך יא, אבער כ'האב נישט ליב ווען מ'געבט ארויס מיין נומער סתם אזוי..
[מאדנע.. וויאזוי זאל מען אנטראגן א שידוך, פאר א גרושה שוין זעקס יאר..]
איז איך הייס האראוויץ, און איך וואוין אין בארא פארק.. און כ'האב א חבר אין מאנסי א אלמן, מיט צוויי קינדער, וואלט דאס געווען אינטערעסאנט?
עממ וועלכע האראוויץ? איר זענט א שדכן פונעם ליסטע? איך האב קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען..
וועלכע נאמען? פונעם אלמן אדער פונעם שדכן.. איך פראביר זיווג שני בעיקר.. [פאר מיר.. חחח]
איך ווייס נישט צו כ'בין גרייט יעצט צו הערן.. כ'מיין כ'בין גרייט, אבער די שאלה איז צו ער איז מסכים זיך צוצושטעלן צו אונזערע מנהגים..
דאס קען מען שמועסן.. אבער איר האט דעם נאמען, און פרעגט אייך נאך.. און כ'וועל אייך צוריקרופן..
אבער ווער האט אייך געגעבן מיין נומער?..
[איך האב אראפגעהאקט, ווייל כ'האב געזען אז זי האלט ביי גארנישט! אבער דאך האב איך – נאכן קלונגען אנדערע נומערן נישט באקומען קיין ענטפער – זיך געוואנדן צו מיין ידיד אהרן, ער זאל מיר אויסשמעקן די זאך..]
מענדל, זיי האבן געלט, און אויך יחוס.. די שאלה איז נאר צו זיי זוכן טאקע ערנסט, צו זיי האבן פשוט ליב זייער נאמען זאל ליגן ביי יעדע שדכן, ווייל זיי וועלן זיך ווי משוגע, אבער מאכן משוגע יעדע צייט אז זיי זוכן נאך..
אהרן, פונעם ליסטע וואס האט מיר געגעבן, וועלכע קען איך פראבירן..
מענדל, דא האסטו א מדוברת רחל ר''מ זי איז שוין 27, און דו ביסט 32, נו אפשר קען עס גיין.. כ'ווייס זיי וועלן זיך שוין יארן.. אבער מ'קען נישט וויסן..
[איך קלונג רחל ר''מ, און קיין פרטים געבט מען נישט דארט.. אבער מ'קען רעדן מיט'ן שוואגער, ער זאגט אז ער קען ערלעדיגן א פגישה ראשונה, און כ'קלונג צוריק מיין ידיד אהרן, ער זאל עס כלומרשט ווייטער פירן.]
האלא.. אהרן.. האסטו מיר געזאגט אז היינט נאכט זאל איך זיין ביי איר שוואגער'ס הויז?.. איך קלאפ שוין דא פינעף מינוט.. און קיינער עפענט נישט.
מענדל איך קלונג דיר צוריק אין א האלבע מינוט..
[און איך ווארט נאך.. און קלער מיר, ווער ווייסט וואס קומט נעקסט, בושות צו אנטוישונג.. אפשר דאך א גוטע מזל..]
האלא.. מענדל.. איך האב זיי געקלונגען, און זי זאגט עפעס, אז זי האט געמיינט אז מ'רעדט פון בלוי.. כ'האב איר געזאגט, יא.. ער הייסט בלוי.. אבער זי האט געמיינט אז ס'איז בלוי פון די בד''ץ פון... און זיי זוכן רבניש.. ממילא מענדל, לאז עס אפ.. גיי אהיים, ס'נישט פאר דיר..
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך שקד » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:44 pm

געשיכטע 24

Wow כ'האב פאר דיר א גוטע זאך..
יא, איך קען שוין די אלע גוטע זאכן.. כ'מיין איך געב שוין אויף!
חס ושלום, מ'טאר נישט אויפגעבן, איך האב פאר דיר א געלונגענע הצעה, וואס איז ווערד זאלסט אריינקוקן דערין, אויסער אויב דו ווילסט דווקא נישט חתונה האבן.
אוודאי וויל איך, אבער מ'טראגט מיר אן נאר נארישע זאכן, און ווען ס'יא עפעס תכלית'דיג, איז יענע נישט מסכים.
ניין, דא איז א גוטע זאך.. איך גיי מיך נאכפרעגן, און געב מיר א רוף שפעטער, מיך צו דערמאנען אויב כ'האב פארגעסן.
[כ'קלונג עהם שפעטער, האט ער טאקע פארגעסן, און כ'דארף עהם רופן נאך אפאר מאל שפעטער.. ביז ער האט געדענקט, און גייט 'שוין' געוואויר ווערן.]
נו? האסט עפעס געברענגט נייעס?
נאכנישט.. איך האלט אינמיטן געוואויר ווערן מער פרטים.. און ס'קוקט אויס א גאלדענע צוגעפאסטע זאך, ממש גוט פאר דיר.
[כ'האב באקומען דעם פונק אין הארצן, אפשר וועט יענע יא מסכים זיין.. ער זאגט דאך אז ס'איז זייער פאסיג פאר מיר.. און כ'הייב אויף א טעלעפאן אליינס צו דערווישן אינפארמאציע אויף איר.]
העלא יאנקל.. איך האב באקומען א הצעה וועגן דיין קרוב'ס קרוב! וואס קענסטו מיר געבן אינפארמאציע וועגן איר?
זי?? זי איז נאכנישט גע'גט!
קען נישט זיין, מ'האט מיר געזאגט אז ס'איז פאסיג פאר מיר, און ס'האט אויסגעזען אז זיי זוכען שוין..
יא כ'ווייס! זיי זוכן און זוכן, אבער זי האט נאכנישט מצליח געווען צו באקומען א גט!
[איך קלונג אן דער וואס האט מיר דאס אנגעטראגן, און פרעג עהם היתכן?]
איך הער אז זי איז אפילו נאכנישט גע'גט??
אה.. זי איז געווען גע'גט!.. און האט נאכאמאל חתונה געהאט; דעם צווייטן מאל איז זי נאכנישט גע'גט, אבער זארג נישט, ס'וועט סוף כל סוף זיין א גט דארט, און כ'וויל עס נישט ארויסלאזן פון האנט, די מינוט זי באקומט די גט..
[איך האב שוין גוט געשמעקט דעם פארדארבן פעקל, און זיך דערפון מייאש געווען, זאל גאט ב''ה שיקן כח און חיזוק.. ווייל ס'גרימערט מיר די קאפ און געדערים.]
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט