אלמן אחד בין שבעים גרושות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 2:15 pm

שקד: דו דארפסט דיך נישט זארגן. ס'קען זיין אז דער גרויסער וועלט בארימטער און לאנגיעריגער שדכן איז נאר א שדכן אין זיינע חלומות. אויך קען זיין אז א סאך פון זיינע גרושות האבן דערווייל געטוישט סטאטוס. א טייל האבן חתונה געהאט. און א טייל זענען געווארן אלמנות. און אן אנדערע טייל זוכן אן אפיציר מיט א שטריימל. ער זאלל זיין א ראש ישיבה. א גאון. א מיליאנער. ער זאלל זיין שלאנק און הויעך. לכה"פ זעקס פיס פיהר אינטשעס. האבן א האלב גרעיע, געשטיצטע בארד. זיין א סייז 32 וועיסט...! און האבן לכה"פ א האלבן מיליאן דאללער אין די באנק. און עטליכע אפארטמענט בילדינגס אין בארא פארק.איז אזוי. דער מענטש איז נאכנישט געבוירן געווארן. און אויב יא, דארף ער נישט די נארישע, האלב פעשע, מיטל יעריגע גרושה. וואס איז אויכעט א בעלת תשובה. און זי האט א שטיקל הויקער...!

אין אן ענליכן ענין. אני הקטן. אלס באס דרייווער האביך באקומען א באס טיטשער. וואס זאלל וואטשן אויף די קליינע קינדער אויפ'ן באס. דעם ערשטן אינדערפריה... איך זאג ..."גוט מארגן".. די הייליגע פרוי ענטפערט נישט. זאג איך נאכאמאל. מיט א ביסל א העכערן טאן..."גוט מארגן"...די העיליגע אידענע ענטפערט נאכאלץ נישט...היות איך בין דאך אן אונגערישער. האט מיר גענומען א שטיקל צייט ביז איך האב געכאפט וואס דא גייט פאר. איך האב צוערשט געמיינט אז די אידענע איז ל"ע טויב...! זי הערט נישט וואס מ'רעדט צו איהר. ביז איך האב געכאפט 2 זאכן...אז זי איז א בעלת תשובה. און א גרושה...! והך קאווע. און ס'האטציך אויסגעשטעלט אז איך בין געווען גערעכט מיט ביידע זאכן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:47 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7765 מאל

הודעהדורך שקד » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 4:16 pm

געשיכטע פופצן

מ'האט גערעדט דא אינעם שידוכים אפיס, אז ס'וואלט געווען פאסיג פאר אייך, א פרוי מרת.. פון.. זי האט דריי קינדערלעך. וואלט איר געהערט אזאנס?
זיכער יא!
וואלט איר געווען גרייט אריינצונעמען טאקע דריי קינדער – אויפאיינמאל דריי קינדער און אנהייבן א נייע לעבן?
כ'וואלט געטראכט אז יא! אוודאי דארף איך זיך גרייטן דערצו, אבער איך קען זען אז כ'זאל זיך קענען ספראווען דערמיט.
גוט, איך וועל עס נאך היינט אנטראגן, און דיר לאזן וויסן ביז ביינאכט, וואס זי זאגט דערצו..
[יעדע הצעה געב איך האפענונג, און אז יענער זאגט ביז ביינאכט האט ער תשובה, האט ער חזקת נאמנות, ס'דאך דא גוטע ערליכע באגלייבטע נשמות אויך. און ביינאכט האט ער מיר טאקע צוריקגעקלונגען..]
יא.. זי זאגט אז ס'דא וואס צו רעדן, ספעציעל אז איר זענט טאקע מסכים, אנצונעמען דריי קינדער, און זי וויל עס פשוט איבערשלאפן און זען צו זי איז גרייט זיך צו טרעפן דאס ערשטע מאל.
[ס'איז אריבער א 'איבערשלאפן' פון עטליכע טעג, און איך באקום א טעלעפאן קאל פונעם שדכן; אז זי וויל מער פרטים פון מיר.. האב איך מיינע פרטים אריינגעשיקט, און געווארט אויף די קומענדיגע החלטה. וואס איז געווען צוויי וואכן שפעטער.]
העלא.. איך האב מיט אייך גערעדט וועגן יענעם שידוך, יענע מיט דריי קינדער?
יא יא.. וואס טוט זיך מיט דעם?..
איר האט נאך זאכן וואס מ'טראגט אייך אן?
יא, זאכן גייען ארויף און אראפ.. אבער וואס איז מיט דעם.. ס'איז אויס?
ניין ניין, אבער זי וויל נאך צייט, עס איבערקלערן, און זיך נאכפרעגן.. אפשר האט איר נאך א צוויי נומערן, פון חברים, צו ארבעטס קאלעגעס, ווי איך קען איר געבן די געלעגנהייט זיך נאכצופרעגן בעסער..
זיכער! איך שיק אייך יעצט אריין א נומער פון א חבר מיינע, און פון מיין באלעבוס, און פון מיין שכן, און פון מיין שוואגער, און פון א צווייטער שדכן, און איר געבט איר וואס איר פארשטייט איז פאסיג און גוט.
יא, איך פראביר שטייטלעך מיט איר, ווייל מ'טאר נישט שטופן צו שטארק, און מ'דארף געבן צייט פאר יענעם זיך גוט נאכצופרעגן..
זיכער, איך פארשטיי, און איך דאנק אייך פאר אייער ארבעט.
ס'נישט גרינג..
איך ווייס ווייס.. איך ווארט שוין אפאר יאר.. און איך האב שוין 'אביסעלע' מער ווי אביסל ערפארונג..
[נאך א חודש צייט, געב איך א קלונג דעם שדכן; און כ'פרעג עהם, וואס טוט זיך מיט וואס ער האט מיר מציע געווען]
יא, זיי שלעפן נאך, אבער זיי האבן עס נישט אפגעזאגט! לאמיר זיי קלונגן, און 'ביינאכט' האף איך צו האבן מער א קלארערע ענטפער.
[צוועלעף אזייגער ביינאכט, די טעלעפאן קלונגט..]
איך האב אייך אויפגעוועקט?
ניין ניין.. איך האב אייך געגלייבט אז איר גייט מיר נאך היינט צוריק'קלונגען..
יא! איר האט פיינע חברים... כ'ווייס נישט ווער פון זיי.. אבער זי וויל נישט דעם שידוך.. זי האט געהערט פארדרייעטע פרטים פון איינע פון די נומערן וואס כ'האב איר געגעבן, און כ'האב מיך גע'טענה'ט מיט איר. אבער זי זאגט, אז זי האט דאבעל געטשעקט, און זי האט געפרעגט נאך א חבר אייער'ס, און זיי האבן מודה געווען, אז איר וועט נישט קענען קער נעמען פון דריי קינדער..
דאס מיינט אז כ'זאל ווארטן אביסל, און איר קענט טרייען נאכאמאל איר מוטשענען?.. אדער ס'איז אויס!
מיר קוקט אויס, אז זי האט באקומען פון איינעם 'בעד בעד אינפארמעישען', און ס'איז פארטיג דערמיט.. זי זאגט נאר וועגן די דריי קינדער, אבער איינער האט דאס בכלל מיאוס אפגערעדט.. איך האב פראבירט איבער א שעה צייט, זי וויל נישט מער הערן..
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:46 pm

שקד: ס'קען זיין אז ס'איז א שטיקל נחמה פורתא (כפל לשון). אבער ווער ס'שפיעלט איבער זיין האנט. דער ווערט צום סוף אליינס אויסגעשפיעלט...!

איך קען א משפחה. זיי האבן 3 טעכטער. די עלטסטע האט חתונה געהאט. און זי האט שוין כמעט א בר מצה בחור. ביי די אנדערע צוויי האבן זיך די עלטערן געפערליך שטארק געוועילט. קיין איין שידוך וואס מ'האט אנגעטראגן איז נישט גענוג גוט געווען פאר זיי...!

היינט זענען זיי 2 אלטע מוידן איך בין זיכער אז זיי פארבן זייערע האר אז מ'זאלל נישט זעהן די גרויקייט פון זייערע קעפ...!

די איינציגע זאך וואס איז זיי געבליבן איז, פיהרן דעם אלטן , קראנקן און שוואכן טאטן אין ביהמ"ד. און צוריק אהיים. איך זעה זיי א יעדן שבת אינדערפריה אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד. זיי וועללן שוין גראד אריינגיין אין נוירסינג האום אדער אלד עידזש האום מיט די גרויע צעפ...וחבל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7765 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:24 pm

געשיכטע זעכצן

די טעלעפאן קלונגט – ס'איז שוין ווידער יענע שדכן, וואס האט א גלוסט אריינצוזייפן סיי וועמען מיט שוואכע סחורה, זאגנדיג; ס'דאך ממש א זיווג משמים!
זאל איך נישט אויפהייבן.. וועט ער זאגן פאר'ן גאנצן גאס – וואס הערט אלץ זיינע גאסעפ – אז איך ווארף מיך מיט הצעות..
זאל איך יא אויפהייבן, איז וויאזוי וועל איך מיך דאס מאל קענען אפשאקלען פון די נארישע הצעות, וואס א קאליקע טויבשטימער טראגט מען שווער אן – אלץ פחד נישט וויי צוטון. אבער ער האט א הארץ פון טעפלאן..
אבער מיין תשוקה צו הערן א שידוך אפפער, האט איבערגעוואויגן.. און כ'האב אויפגעהויבן!
אה, קוים האב איך דיר געכאפט אין א גוטע מינוט.. איך האב פאר דיר א גאלדענע מציאה.. מרת.. וואס איז דאנקן גאט פטור געווארן פון איר שלעכטע מאן, און באקומען ממש פריער א גט!
און איר מיינט אז זי איז שוין גרייט אריינצוטאנצן אין א צווייטע מסכתא?..
חחח ווער האט איר געפרעגט..? איר טאטע שטופט מיר כ'זאל אזא פיין קינד ווי איר נישט לאזן ליידיג שטיין..
כ'האב געהערט אז זי האט עפעס געליטן פון א נערוון בראך..
שטותים והבלים! וואס איר עקס בארעדט איר, ווייס איך בעסער ווי דיר.. און כ'זאג דיר צו! דו וועסט נישט טרעפן אזא וואוילע נשמה, און ס'איז ממש משמים אז ס'מיר נארוואס היינט אינדערפרי איינגעפאלן דיין נאמען, ווייל כ'האלט אז ס'נישטא א בעסערע מעטש!
איך? א מעטש מיט איר?? זי איז צוועלעף יאר יונגער פון מיר, און האט פינעף קינדער.. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם אז זי איז יונגער, און אז זי וואלט געהאט צוויי קינדער, אבער זי האט חתונה געהאט ביי זיבעצן און א האלב, און זי איז באקאנט אויפ'ן גאס אלץ א אנגעשטרענגטע.. איך פארשטיי זייער גוט איר מצב, אז זי האט יעדעס יאר געהאט א קינד צוויי.. אבער כ'בין נישט גרייט דערצו.. אפגערעדט ווי וואויל זי איז, איז זי נישט לפי שכל הישר – גרייט שוין היינט פאר א פרישע מאן.
דו ווייסט אז דו רעדסט אזעלכע שטותים.. דו דארפסט דיך לאזן הערן.. איך געב דיר א נומער פון איר טאטן, און קלונג עהם 'יעצט'. אז נישט, ווייס איך אז כ'האב נישט וואס אנצוטראגן מער פאר דיר..
[איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין.. און כ'האב אנגעקלונגען א מחנך אין שלום בית, וואס איז געווען מעורב דארט, און כ'האב באקומען זייער קלארע אינפארמאציע.. און ס'גייט נישט אויס א טאג, און דער פגע רע קלונגט מיר ווידער.. האב איך אפגעמאכט צו רעדן מיט באק ציינער..]
העלא.. ר'.. איך דאנק אייך זייער פאר אייערע הצעות, איינס בעסער פון צווייטן.. איר ווייסט גאנץ גוט, אז דאס וואס איר טראגט מיך דא אן, איז א עוולה פון אייער זייט; איך האב נעכטן זיך גוט נאכגעפרעגט – הגם כ'האב געוואוסט שוין פארדעם.. און זי האט נישט איינמאל געהאט א נערוון בראך, און דו לייקענסט דאס?..
איין מינוט איין מינוט.. צו שטייטעלעך.. הער מיך אויס! איך האב געפרעגט דעם רב, וואס ער האט דערוועגן, און דער רב האט גע'פסק'נט! אז מ'טאר נישט אוועקווארפן א זאך, אפילו ס'איז אמאל געווען א געזונט פראבלעם, אבער היינט איז עס מסודר, און קיינער איז נישט פארזיכערט.. און מ'דארף טון השתדלות.. און איך געב דיר מיין עהערנווארט! אויף מיין אחריות.. ס'איז א גאלדענע זאך!!
[זי איז – נישט לאנג נאך אונזער שמועס – א כלה געווארן.. מיט א חצי נזק מובהק! און יענער שדכן איז טאקע געווען דער צוזאמפארער.. און נאך פיר חדשים האט מען איר אריינגעפירט אין וועסטשעסטער קארנעל – פאר גייסטיק קראנקע.. און אירע קינדער זענען צעטיילט ביי די שכנים.. און איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און אנגעקלונגען דעם שדכן, און עהם פארגעהאלטן דערויף..]
פארוואס האט איר דאס פראבירט מיר אריינצוזייפן?... פארוואס?
כ'וועל דיר זאגן דעם אמת! איך האב נישט געוואוסט די אלע פרטים, און איר טאטע האט מיר ליגענט געזאגט!
ווער זאגט אז איר טויגט אויף שידוכים? אויב איר קענט נישט אנטראגן לייטישע זאכן, פארוואס זענט איר מצער?..
זעסטו שוין ווי שווער ס'איז אנצוטראגן?... דו שרייעסט אויף מיר, און יעדער שרייעט.. אבער איך דארף טון מיינס.. נו האב איך געמאכט אמאל א טעות, איז וואס?..
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:43 pm

ר' שקד

זיך קריגען מיט א שדכן איז א נארישע איידיע, וואס פארדינט איר??

קענסט זאגן אז דער שידוך איז נישט פאר מיר און געענדיגט.

ווילסט פיקסען דער שדכן?? פיקס דיר אליין ערשט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 7:02 pm

אישתישבי: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. ס'ווענדט זיך פון וואו דער שדכן קומט. כ'מיין וואס זיין פאזיציע איז. אויב טוט ער אין שדכנות פאר ביזנעס. און ער האלט אין איין אנטראגן נישט פאסענדיגע שידוכים. און אויך איז ער לייכטזיניג מיט אריינדרייען א יונגערמאן אין א פריש פעקל. אלעס צוליעב די גרויסע סכומים וואס איין צד האט איהם צוגעזאגט. דאמאלס קומט זיך איהם אנצושרייען...! אויב אבער ער טוט שדכנות אלס א טובה פאר א באקאנטן און ס'ווייזט זיך ארויס אז ער האט נישט געהאט געוויסע וויכטיגע אינפארמאציע. קומט זיך איהם נישט אנצושרייען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7765 מאל

Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:44 pm

שקד, כאפ א פליגער אויף ישראל, פאר אראפ צום עיר העתיקה צפת, וועל דיך אויס איינס און א גוטס, הייבט אן דעיטן די ארטיגע מיידלעך, צא לך בעקבי הצאן, ביז דאס פאסיגע וועט זיך אנטרעפן.
שנייד אויס דעם גאנצן שדכנות געשעפט, דאס איז געמאכט פאר בחורים וואס זענען אונטער'ן פאטער'ס רשות. דו ביזט זעלבסטשטענדיג, דו האסט נישט קיין שום סיבה צו גיין צו שדכנים.
טוה צו דער זאך וה' יהי' בעזרך.

אויפדערווייל, דערצייל אונז ווייטער די זאפטיגע עפיזאדן.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1832
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2559 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:09 am

אישתישבי האט געשריבן:ר' שקד

זיך קריגען מיט א שדכן איז א נארישע איידיע, וואס פארדינט איר??

קענסט זאגן אז דער שידוך איז נישט פאר מיר און געענדיגט.

ווילסט פיקסען דער שדכן?? פיקס דיר אליין ערשט.

סארי, באט דו שרייבסט זייער נישט מענטשליך.
ווער ביסטו צו זאגן וועמען ער זאל ערשט פיקסן? ווער האט דיר בכלל געפרעגט?

ער זוכט דען עפעס צו פיקסן אבי א שדכן? ער רעדט דאך דא פון איינעם וואס גייט אויף די געהירן און פייניגט אויס אויב מען פאלגט נישט אויס זיינע הצעות! עס איז בכלל נישט גענוג צו זאגן "עס איז נישט פאר מיר" כלשונך, ווייל ער דרייעט דיר אראפ דעם קאפ און בארעדט דיר אין די גאסן!

עס וואלט געווען שענער צו האבן אביסל סימפאטיע מיט א צובראכענעם אלמן (אדער גרוש), נישט אים פרעך באזידלען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17800 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:06 pm

עס וואלט אפשר געווען כדאי אז שקד זאל כאפן א שמועס מיט אונזער געוועזענער גרוש און זען וויאזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט צום סוף פון זיינע צרות ב''ה.

איך גלייב נישט אז די ביידע ניקס זענען אינטערן שלייער פון דעם זעלבן לץ, אבער מ'קען גארנישט וויסן היינט....
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1318
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 724 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך שקד » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:19 pm

געשיכטע זיבעצן

ווי אלע גוטע פריינד, וואס גענוג מיינען טאקע זייערע געפיל, אז זיי ווילן דיר שוין זען אונטער'ן חופה, און שלום על ישראל.. אראפ א דאגה פון קאפ, פון דארפן זיך מצער זיין צוצוזען אז דער און יענער איז נאכנישט חתונה געהאט.
אויך נישט שלעכט, אבי מ'פראבירט צו העלפן.. און מ'געבט עצות און ברכות, וואס קען אמאל גיין אויף די נערווען, אבער כוונתם לטוב. איז צווישן די עצות אויך, ''גיי צום ריבניצער.. גיי צו עמוקה.. גיי פלי קום.. און זאג צו.. און דאס שידוך איז נאכאלץ נעלם..
נו האב איך דאך איינפעלער פון מיין אייגענע קאפ.. און כ'קלער אנצוהייבן גיין צו 'סינגל גרופעס' לאוו דווקא חרדישע.. זאל זיין פרום.. פרום מאדערן.. אבער וואו איז זי מיין לעבנס שותף לעתיד? זי לעבט נאך? צו זי לעבט שוין..? איך האב איר שוין פארפאסט? אדער דארף איך עס נעמען רואיג, און סוף השידוך לבוא..? הימל קשיות!!! קיינער קען נישט זאגן הונדערט פראצענט א ענטפער – אויב ס'איז באשערט ס'זאל זיין פארהוילן.
פראבירט מען צומאל גיין אויף שבתונים; אמאל צו 'שבת ביי קלעצקאו' אמאל שבת ביי בראון צו רייך, צו אנדערע עסקנים וואס מאכן שבתים און כינוסים פאר סינגעלס. אמאל איז עס אין לאנדאן, אמאל אין מאנסי, אמאל אין ארץ ישראל אמאל אין באלטימאר, אבער מ'שאקעלט דעם מצב יעדע תקופה.
און מ'קען זען פאר זיך א רייע פון כאטש דריי פיר גרושות צו עלטערע מיידלעך, וואס כ'וואלט זיך געזען חתונה געהאט מיט זיי – אויב זיי זאלן נאר וועלן.. חחח זיי ווילן דאך אבער נישט.. סיי ווייל זיי זוכן מער ישיביש, מער מאדערן, אן א בארד אן א שטריימל, אן דאס אן יענס..
און כ'בין גארנישט זיכער אז כ'וואלט יא געקענט לעבן מיט זייערע השקפות, אויב איך בין פונעם היימישן בעקראוינד, אבער בדיעבד אויב זיי זאלן מסכים זיין, וועט מען זיך צו-שארפן.. אבער זיי זענען דאך באמת נישט מסכים!
נו גיי צווינג א פרוי א גרושה, זי זאל זיך זעצן מיט דיר אויף א דעיט! פאר א פארברעג פון קאווע און פרוכט – מהיכי תיתי.. א שיינע שמועס.. אבער לא למעשה – נישט אויף תכלית. אפילו נישט פאר קיין הווא אמינא..
נו, ווי טרעפט מען יא א מעגליכע אשת חיל? זאל איך אויסהערן די עצה געבערס?? מה דאך איך וואס ווייס כאטש פון פולע ערפארונג שוין, ווי מ'האט 'נישט' ווי צו זוכן.. איז יענער וואס האט קנאפ טועם געווען פון דעם סארט פעלד, זאל זיין א עצה געבער? און כ'זאל אפילו ערנסט נעמען זיינע עצות?..
אבער דאך נעם איך עס יא ערנסט.. מ'קען נישט וויסן! און כ'לייג אראפ דעם פוס, און פראביר מאכן קאנעקשענס מיט איין גרושה נאכן צווייטן.. אזא פנים האט עס.. מ'קוקט שוין באלד אויס ווי באדינער ביי אחשווארש.. ווען מ'וועלט אויס א שעפסעלע צווישן די צענדליגע צו הונדערטע קאנדידאטן, וואס רובם ככולם זענען איין גזירה שווה. ניין!!! נישט פאר מיר.. איך זיך עפעס אנדערש..
נו גוט, איר זוכט עפעס אנדערש, אבער אפשר ווייסט איר עפעס פאר מיר?
אין איינע פון אזא שבת פאר 'סינגלס' איז עס מיר געלונגען.. און דער ארגאניזירער שארט זיך צו צו מיר, און צייגט מיר; יענע גרושה מרת... וויל רעדן מיט דיר..
אה.. זי קוקט אויס גוט.. זי קוקט אויס קלוג.. זי קוקט מיר אויס – אז זי וואלט געקענט זיין מיין ווייב.. לאמיר זען, זאל איך צוגיין צו איר? אדער זאל איך ווארטן ביז זי קומט צו מיר..
ביי שלוש סעודות האב איך שוין נישט געקענט ווארטן ביז זי קומט צו מיר.. און כ'גיי צו צו איר..
העלא! איך הייס.. מסתמא ווייסטו.. און כ'וויל הערן וואס זאגט איר וועגן א געדאנק – אונז זאלן ארויסגיין אויף א דעיט..
אוהא.. איך האב פונקט געזאגט נעכטן פאר'ן באלעבוס פונעם אכסניא דא, אז כ'דארף רעדן מיט דיר.. ווייל כ'האב א פרענד, זייער א וואוילע וואס וואלט געווען גוט פאר דיר..
און וואס איז מיט דיר?..
אה אה!! עמ... איי עמ נאט רעדי.. און כ'זוך עפעס אנדערש.. אבער זי – מיין פרענד – וואלט יא געווען זייער גוט..
האסטו איר שוין געפרעגט?
אך.. ניין! איך מיש זיך נישט איר איר ביזנעס.. אבער דו וואלסט געקענט איר פרעגן, אדער שיקן איינעם איר פרעגן..
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך שקד » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 8:37 pm

געשיכטע אכטצן

כ'האב אין פלאן אנצוטרעפן יענע מדוברת, וואס די אנדערע מדוברת האט מיר אנגעטראגן..
און מ'אז מ'זוכט טרעפט מען.. ווערעם.. זאגט די וועלט!.. מ'קלונגט אהער און אהין, מ'שיקט א מעסעדזש אהין און אהער.. און יא.. יענע וועט זיין אויף דעם קומענדיגן שבת – אין די געגענד.. איז דאך גוט. וועט מען זיך אויך דארט איינלאדענען זיך, און מ'עט שוין זיך צו שארן נענטער און זען ווי די השגחה פירט..
נו אן גאט ב''ה גייט גארנישט, און מ'שעפשעט א תפילה רבוש''ע דו ווייסט דאך אז עכשיו שנוצרתי.. און כ'וויל דאך וואס דו ווילסט.. און וואס איך וויל.. און וואס דו ווילסט.. כ'האף אזוי.. יעך וויל דעם קאטשקע דעם מדוברת אויספראבירן זען צו זי האלט דערביי, נו זאלן די מלאכי רחמים פון שלום עליכם באגלייטן דעם ענין, און די פמליא של מעלה ווען צוקוקן ווי עס קלויבט זיך צוזאם א חתן כלה.. איי די פאנטאזיע קאן א עמפייער בויען..
גוט שבת!.. אט דארט איז זי, מ'דארף נאר שיין גריסן, און זיך מאכן בא'טעמ'ט.. דאס רעצעפט פון תמימות גמילות חסד און א גוט ווארט, דארף מאכן דעם עבודה פולקאם.
אבער ס'מאכט זיך נישט.. זי קוקט נישט אהער, און איך טאר נישט קוקן גלייך אהין.. פארשטייט זיך, איך ברויך האבן דעם שעה טובה ומוצלחת ווען ס'וועט אונטערקומען נאטורליך, און ס'שוין די סעודה און מ'עסט און מ'זינגט און די עזרת נשים בליק.. און כ'זע אז נישט יעצט.
ביים באטע.. אפשר מ'זאל פראבירן שיקן כוס של ברכה צו יעדע רוח צפונית.. אפשר שפעטער אפשר מארגן..
מיינע נערווען זענען געשפאנט, א געלעגנהייט טאר מען נישט אראפשלונגען, אבער ס'מאכט זיך נישט קיין געלעגנהייט.. דארף מען אליינס מאכן דעם געלעגנהייט.
גוט שבת! איך הייס... וויאזוי הייסטו?
אזוי בין איך גראדט צושפאצירט צו איר – ווען זי האט פונקט עפעס געלייגט אין מיסט קאסטן ביים ווינקל.
איך הייס..
אה.. אייער פריינדינע האב איך געטראפן נישט לאנג צוריק.. זי איז זייער א וואוילע, און אונז האבן געהאט א גוד טיים שבת ביי..
יא, כ'האב נישט ליב דארט צו גיין.. ס'צו אנגעלייגט דארט..
און דא האט איר יא ליב?..
נישט שלעכט.. איר וואוינט דא אין די געגענד?..
ניין, איך בין אויך א סינגל, און כ'זוך א שידוך.. איך קלער אפילו אז דו קוקסט מיר אויס גאנץ פאסיג..
עהההה! באמת? איך בין נישט אזוי פרום.. חסידיש..
ביסט טאקע נישט חסידיש? ביסט זייער חשוב און גוט.. איך זוך נישט דווקא איינער פארפרומט, נאר איזי גאויאינג..
קען זיין.. אבער ווי וועסטו וואוינען..?
איך בין פלעקסיבל.. אויב מ'וויל ערנסט קלערן דערפון, קען מען זיך אוועקזעצן און רעדן דערפון. גארנישט איז נישט קיין אפמאך, מ'קען עס אויסשמועסן.
אקעי.. אפשר באלד..
[באלד האט זיך נישט געמאכט פאר מארגן נאכן סעודה.. און דעמאלטס איז שוין מנחה צייט.]
נו? וויאזוי איז אריבער די שבת דערווייל?
זייער גוט!
ווען קען מען זיך זעצן פאר א שמועס? אדער אפשר ווילסטו נאך שבת אפמאכן א דעיט..
אקעי.. כ'וועל זען שפעטער..
[כ'מיין אז כ'האב נישט געמוטשעט.. כ'האב געגעבן גענוג א געלעגנהייט פאר השתדלות, אז זי וויל נישט קען זי זיך נאך איינמאל ארויסדרייען און איך פארשטיי מיט א וואונק!..]
ביי שלוש סעודות קומט צו צו מיר א צווייטע סינגל, גארנישט קיין איידעלער.. און פרעגט מיר; וואס האסטו מיט יענע פרוי וואס דו האסט פריער געמוטשעט פאר א דעיט??
איך האב געמוטשעט? פאר א דעיט? פון וואו ווייסטו דערפון?..
זי האט מיך געזאגט היינט אינדערפרי אז דו לויפסט איר נאך..
וואס? וואס? זי האט דיך געזאגט?
יא! איך בין שוין געווען אויף א דעיט מיט איר..
און ענק דעיטן נאך?
וואס א נפקא מיני'?.. כ'זע אז דו לאזט איר נישט אפ.. יעצט האסטו ווייטער גערעדט מיט איר..
[כ'בין געווען גוט צעטומעלט.. אבער קען זיין אז ער מאכט א מעשה, אז איך 'לויף איר נאך'.. אבער באמת וויל ער מיר נאר באזייטיגן.]
א גוטע וואך.. א גוטע וואך.. האב איך געזאגט פאר יענע מדוברת. און געהאפט צו געבן א רמז, אז איך גיי שוין אט אט אהיים אויב זי האט עפעס צוצולייגן..
און זי ענטפערט מיר; קען יו פליז סטאפ באדערינג מי???
[דא האט זיך עס געענדיגט..]
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 12:43 am

שקד: ס'איז מיר בייגעפאללן א מורא'דיגע, קלאסישע עצה. וואס איז כמעט פון די גמרא ארויס. והנה. דו זאלסט גיין אין א גראסערי אדער סופערמארקעט. (נאר נישט צו בינגא. ווייל דארט אי א יעדער אנדער פרעשור.) לאמיר זאגן צו יודל'ס אדער רובינשטיין אדער וועבער. און ווען דו וועסט זעהן א פרוי מיט א ביסל גרעי אין איהרע האר. (צעפ איז שוין אלטמאדיש. דאס טוט נאר דער הייליגער קאשויער. ר' אליעזר חיים בלום. וואס מאכט זיין העיליגע טאכטער גיין מיט צעפ ביי די 21 יאר. אויך מייניך אז דו ווילסט נישט (ח"ו) ווערן אן איידעם ביי דעם צודרייטן...). שטעלל דיך מיט דיין שאפינג קערידזש דיירעקטלי אונטער איהר. און מאך דיך ווי ס'פאלט דיר עפעס ארויס פון דיין שאפינג קארט. און זי וועט זיך זיכער אראפבייגן און עס אויפהייבן. דו וועסט איהר באדאנקען. און ביז ענקער רייע וועט קומען צו באצאללן וועסטו מאכן א שמועס מיט איהר. און בעזהשי"ת, די איבריגע איז, היסטאריע...!
אדער, ווען דו וועסט זיין אין איהר שכינות, קענסטו איהר פרעגן אן עצה איבער עפעס א פראדוקט וואס א פרוי איז א גרויסע מבין אין דעם. למשל. דו נעמסט אראפ א בעקעלע פון שעלף און דו פרעגסט ביי די אלטע מיידל אדער גרושה או אלמנה. איז דעיס א ניין ביי טהירטיען בעקעלע?. די מערסט פאפולערע סייז ביי די אידענעס. און זי וועט זאגן...דו האסט נישט די ריכטיגע סייז. איך וועלל אייך/דיר העלפן אויפזוכן די ריכטיגע סייז. און פו דארט וועט דער שמועס אריבערגיין צום וועטער...אזעלכע שרעקליכע היצן. זאלל זיין סוף חודש אלול. ווען א יעדער איז שוין אהיימגעקומען פון די קאנטרי. און זי וועט בעטן די טעלעפאן נומבער פון דיין שדכנ'טע. אדער פארקערט. ביז די גליקליכע מאמענט וועט אי"ה אנקומען און מ'וועט ברעכן טעללער. בשוגג או ברצון. און עטס וועטס האבן א סאך צו פארציילן פאר ענקערע אור אייניקלעך ביי די גאלדענע חתונה (אפשר גאר אין מושב זקנים אדער נוירסינג האום. געזונטערהייט.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום פרייטאג אוגוסט 31, 2018 5:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7765 מאל

הודעהדורך שושן פורים » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 3:22 am

בערל, אז א געוויסע מנהיג בישראל געפעלט אייך נישט, אפילו דו האלטסט איהם פאר אן עקסטרעמיסט, און אפילו דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, גיבט עס נאכנישט קיין רעכט איהם אנצורופן ביים נאמען און צולייגן שאנד ווערטער.

דער קאשוי'ער רבי לרפו"ש איז א מנהיג פון עטליכע הונדערט אידן און אפילו אויב נישט פאסט עס אויך נישט. האסט נישט ליב זיין שיטה? טרעט נישט אריין ביי איהם. דעטס איט!
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 6:51 am

אין בינגא איז גראדע יעדער גאר רואיג, נאר דארט גייען נאר קאפעלס מיט קאר'ס, ווייל עס איז דא ווי צו פארקען, ועוד, עס קומען דארט א מאדערנער עולם פין די חמשה עיירות, און וועסט אנטרעפן א אשת איש וואס איר מאן איז געגאנגען טועם זיין די זיתים וטשאקאלדעס, און ווען ער קומט צוריק און זעהט דיר מפלפל זיין מיט זיין אידענע ביי די תכשיטים, וועט ער פין דיר מאכן א שטיקעל קאקאש.

די בעסטע איז ביי ראזנערס, ווי עס איז דא ווייניגער ווי א שיעור סוכה, און די שמועס קען זיך אנהייבן נאך אדורך גיין און אריין ווישען אין איר, און אראפווארפען העלפט פין אירע פרוכט און סופער סנעקס, און צוזאמען קענען ענק אויפהייבן. און קיינע קאפעלס קומען דארט נישט צוזאמען, און אפילו אויב יא, זענען זיי הארט איינער לעבען די אנדערע, און דו וועסט חס ושלום קיין טעות נישט מאכען.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך גראף » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 7:52 am

ר' בערל רוב היימישע אינגערע פרויען/מיידלעך פלאפלען נישט אזוי שנעל מיט פרעמדע מענער. זיי זענען נישט די אלטע אונגערישע יענטעס.
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 691
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 5:19 pm

שושן פורים האט געשריבן:בערל, אז א געוויסע מנהיג בישראל געפעלט אייך נישט, אפילו דו האלטסט איהם פאר אן עקסטרעמיסט, און אפילו דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, גיבט עס נאכנישט קיין רעכט איהם אנצורופן ביים נאמען און צולייגן שאנד ווערטער.

דער קאשוי'ער רבי לרפו"ש איז א מנהיג פון עטליכע הונדערט אידן און אפילו אויב נישט פאסט עס אויך נישט. האסט נישט ליב זיין שיטה? טרעט נישט אריין ביי איהם. דעטס איט!

שושן פורים: דו ביסט גערעכט. נאר איך קען איהם זייער גוט (צו גוט,ליידער.) פערזענליך. איך האב אמאל געלערנט אין קאשוי'ער ישיבה. צוזאמען מיט היינט וועלט-בארימטע סטארס אין די וועלט פון ביזנעס, תורה און חסידות...! איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור'ל גראד נאך מיין בר מצוה. אבער איך געדענק וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט. (לרפו"ש)...!

אויסער דעים האביך (ליידער) אויך א שטיקל משפחה פארבינדונג מיט איהם. ב"ה נישט קיין עכטער קרוב. מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7765 מאל

הודעהדורך שקד » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:34 pm

ס'דא אסאך מער געשיכטעס ווי איר מיינט.. נאר צוליב כבוד הבריות קען איך נישט 'אלעס' פארציילן. אבער וואס יא, פארצייל איך צוביסלעך ווייטער. און ס'קען זיין געוויסע געשיכטעס זענען באורינג, אבער מיר איז אסאך מער באורינג..

געשיכטע ניינצן

העלאו.. איך הייס.. פון.. און איך זיך א שידוך, איך האב צוויי קינדער, און כ'האב געהערט אז איר זענט אליינס.
אה, יא איך בין אליינס, אבער פארוואס רעדט איר נישט צו א שדכן?
אה, איר ווילט כ'זאל רעדן מיט א שדכן?..
איך זוך נישט יעצט קיין שידוך, און ספעשל נישט קיין חסידישע.. אבער כ'פרעג סתם פארוואס איר גייט נישט דורך א שדכן?
פארוואס?? איר ווייסט נישט פארוואס?? איר רעדט יא אלץ צו א שדכן, אדער אויב איר זוכט – זוכט איר אליינס..
ביסט גערעכט, אבער וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו מיר?
מסתמא האט איר געגלייגט אייער נאמען אין אפאר דעיטינג סייט'ס.. כ'מיין איך בין נישט קיין סיקרעט סערוויס אגענט.. חח איך האב נאר אייער נאמען פון אזא סייט, אדער פון איינער וואס האט א ליסטע פון פאסיגע נעמען.
דעמאלטס האב איך פאר אייך א חבר'טע וואס קען זיין גוט פאר אייך..
איר קענט מיר שוין גוט, אז איר ווייסט אז זי קען זיין גוט פאר מיר? און איר זענט נישט פאסיג?? אפשר ווילט איר ארויסגיין אויף א דעיט מיט מיר.
כ'האב יעצט נאכגעקוקט אייער נאמען, ס'זעט מיר אויס אז מיין חבר'טע זוכט אזא היימישע ווי אייך..
גוט! איר האט א בילד אפשר? און איר קענט עס אנטראגן??
יא.. איך שיק אייך א בילד יעצט אויף אימעיל, און כ'גיי איר פרעגן, הלוואי קען איך העלפן, אבער איך זיך עפעס אנדערש.. סארי.
בסדר! איך האב באקומען דעם בילד א דאנק, און לאזט מיר וויסן בקרוב, וואס זי זאגט..
[נאך פינעף מינוט.. און כ'באקום א אימעיל..]
איך האב גערעדט מיט אייך פריער, וועגן מיין חבר'טע.. יא, זי וויל נישט..
אפשר קען איך איר פראבירן פאר א חבר מיינע א גרוש?..
קען זיין, אבער כ'מיין זי זוכט נישט קיין היימישע..
[כ'מיין טאמער זאג איך איך בין נישט היימיש, זוכט זי 'נאר' א היימישע..]
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:43 pm

שקד: דיינע געשיכטעס (אמת'ע צו אויספאנטאזירטע) זענען קיינמאל נישט באורינג. אייביג אינטרעסאנט. ווייל מ'קען זיך לערנען וואספארא כאראקטערס ס'זענען אלץ פארהאן אויף דעם אייבישטנ'ס וועלט...! נאר דער עיקר איז אז מ'קען נאך געבן א שמייכל אינצווישן...! קיעפ איט אפ... כ'מיין דו זאלסט געהאלפן ווערן בקרוב בימנו. אבער צום סוף וועסטו קענען ארויסגעבן א ביכל מיט א ליקוט פון אלע דיינע עקספיריענסעס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7765 מאל

הודעהדורך גרוש » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:12 pm

שקד

דיינע מעשיות זענען זייער וויכטיג,
די עולם זאל וויסן וואס מ'גייט אלץ דורך ווען מ'איז אין אזא מצב און זיין מער סענסעטיוו, און וויסן וויזוי מ'קען יא העלפן
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:34 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך שקד » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:43 pm

אנטשולדיגט אז כ'האב צוליב יו''ט נישט געהאט די מוהט צו שרייבן. איז לאמיר ממשיך זיין – ווייל די ערפארונג איז אויך ממשיך..

געשיכטע צוואנציג

יא, איך האב א שידוך פאר דיר..
נו גוט, לאמיר הערן..
א וואוילע ווייבל, פון א פיינע שטוב, און זייער וואוילע געשוויסטער און..
א רגע! א נאמען מעג איך וויסן? איר עלטער מעג איך וויסן? אירע 'עלטערן' מעג איך וויסן??
אה גוט, איך האב דאס געוואלט פארשטעלן.. אז אירע עלטערן.. כ'מיין זי איז ברוך השם זייער א פיינע, און.. נאר אירע עלטערן זענען שוין אלט, נישט אזוי אלט ווי אפגעשוואכט..
אה, כ'ווייס שוין וועמען דו טראגסט מיר אן.. דאס איז דאך יענע וואס אירע עלטערן זענען ל''ע נישט מסודר, און זי וואוינט ביי... טאקע וואוילע בעלי חסד, אבער כ'ווייס נישט צו דאס איז א סטעיבל פרוי..
חלילה!! זי איז זייער א פיינע, מסודר'דיג און וואויל, זי וויל אויפשטעלן א שטוב – פונקט ווי דו דיר.. און כ'האלט אז ס'איז זייער צוגעפאסט!
דאס וועל איך זען, ווען כ'וועל מיך טרעפן..
אה, יעצט זע איך אז מ'קען מיט דיר רעדן.. איך האב מיט אירע.. כ'מיין דארט ווי זי שטייט איין – מיט זיי האב איך גערעדט, און אויך איז דא א משפחה וואס העלפט איר אסאך, און זיי האבן א שכן, וואס העלפט איר, ממילא דאס איז זייער א גוטע זאך, וואס וועט זיך פיין מסדר זיין..
כ'האב מורא דא זענען דא צופיל טאטעס...
וואס עפעס? די עלטערן קענען נישט, און זי וויל חתונה האבן, און זי איז דיין עלטער.. ממש יעצט געווארן דרייסיג.
און וויפיל קינדער?
אה, זייער גוט געפאסט פאר דיר.. זי האט נאכנישט קיין קינדער.
פארוואס? זי איז א מיידל?..
ניין, א גרושה, אבער ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז זי האט נישט געמעגט האבן קינדער ביז יעצט.. כ'מיין צו זאגן מ'האט איר נישט געלאזט.. זי האט געוואלט.. און זי וויל נאכאלץ..
[די מצב שמעקט מיר פיין פארשימעלט.. אבער מ'טאר דאך נישט אפזאגן סתם אזוי כלאחר יד..]
גוט, איך וויל זיך טרעפן, און כ'וועל זיך נאכפרעגן, און ס'דא וואס צו רעדן..
ווילסט נעקסטע וואך זיך טרעפן?
פארוואס נישט מארגן נאכט?
אה, ווייל כ'האב נאכנישט קלאר געזאגט פאר איר וועגן דיר.. אבער יא, נעקסטע וואך זיכער.. כ'וועל עס מסדר זיין.
[ווי געזאגט, זיבן טאטעס און דאפעלט מאמעס האבן דארט געהאט דעם ווארט, און טייל האבן נאך געפאדערט מ'זאל מיר אויספארשטן.. כאילו איך שטארב שוין חתונה צו האבן מיט איר.. אבער זיי האבן זיך מפשר געווען און מיר 'געלאזט' זיך טרעפן.. און נאכן טרעפן איז געבליבן, אז זי איז רעדי זיך צו טרעפן נאך אמאל.. און מ'וויל שוין ברעכן טעלער..]
איך האב יעצט געזאגט, איין מינוט, כ'ברעך נאכנישט טעלער, כ'וויל הערן מיט רואיגקייט מער טיפער פון איר בעקראוינד..
אז דו וועסט זיך לאנג קווענקלען, זאגט שמעון בן יעקב, אז ער האט געהערט פון יעקב בן שמעון וואס נעמט קער פון איר, אז לוי בן יהודה האט שוין אנגעטראגן א צווייטן, און מ'וועט איר אויסכאפן..
זאל מען אויסכאפן, איך כאפ נישט קיין הייסע לאקשן..
[און מ'האט איר טאקע אויסגעכאפט.. און טאקע שנעל.. און יעצט איז צוויי יאר זינט יענע געשיכטע, און זיי זענען שוין ממש פיניש מיט'ן ערלעדיגן די גט! ס'קומט פאר בקרוב..
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך שקד » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:30 pm

געשיכטע 21

גוט מארגן ר'.. וואס וועט זיין מיט א שידוך? ביסט דאך שוין א היבשע צייט אליינס..
דו פרעגסט מיר?.. איך טראכט דערפון יעדע שעה אין טאג.
ווייסט וואס איך האב געקלערט לעצטע וואך, אז איך קען איינעם וואס האט א שוועגערין א גרושה. אפשר וואלסטו עהם גערופן פרעגן?
איך זאל אליינס רופן? פארוואס קענסטו נישט רופן, אויב ער איז דיין חבר, און דו טראכסט דערפון?
איך בין נישט קיין שדכן..
ממילא?.. גוט איך וועל עהם רופן פרעגן.. וואס איז זיין נומער?
אה, כ'האב נישט זיין נומער.. געב א קוק אין טעלעפאן דירעקטארי.. ער הייסט.. פון מאנסי, א סטאלינער.
[איך קלונג יענעם, און יענער זאגט מיר גענוי דאס זעלבע – ווי אפגעשמועסט.. 'איך בין נישט קיין שדכן'.. מיין שוועגערין קענסטו אליינס רופן.. איך האב נישט איר נומער.. קוק אין טעלעפאן ביכל פאר אירע עלטערנס נומער.]
העלא?? דא רעדט... איך האב באקומען אייער נאמען פון א חבר פון אייער שוואגער.. און מ'זאגט אז כ'קען אייך אליינס קלונגען.. אונז זעמער דאך נישט קיין קליינע קינדער, און ס'איז די צווייטע מאל.. נו לאמיר הערן וואס זאגט איר..
איך בין אליינס שוין עטליכע יאר, זייט איך האב באקומען מיין גט – ענדליך! און כ'האב פיר קינדער קע''ה. איר ווילט האבן נאך קינדער?
יא.. פארוואס נישט. ס'האט מיט די פרוי אויב זי איז גרייט..
איז וואס האט פאסירט ביי אייך?
ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט, און כ'בין יעצט אליינס, שוין עטליכע יאר, גענוי ווי אייך.. און כ'האב נאר צוויי קינדער, און כ'האב געהערט אויבנאויף אז איר זוכט עפעס אזוי, היימיש אפען.
יא.. אמת, מיין עקס איז דאך געווען אזא רשע.. אזא שלעכטע מאן, א אכזר א באנדיט, וואס זאל איך דיר זאגן.. מיין עקס איז א רשע מרושע, אפילו ביים גט האט ער מיר אנגעקוקט אזוי ווילד, אז כ'וואלט עהם צעריסן מיט מיינע צוויי הענט; א בהמה א אקס אזאנס..
[און ס'מבול'ט קללות און חירופים וגידופים.. איר עקס איז דאס און יענס.. כאילו איך קען 'איר' שוין א קנאפע האלבע יאר, און זי שפירט היימיש אויסצוגיסן ווי פאר א קאנצלער – דאס גאנצע מיסט קאסטן וואס ליגט איר אויפ'ן הארצן..]
נו שוין, מ'וועט אנהייבן א נייע לעבן וועט אוודאי זיין בעסער.. איר געבט זיך דאך אפ מיט אייערע קינדערלעך יעדן טאג, און דאס וועט זיין פאר מיר אויך א הנאה, צו זיין ווי א גוטע טאטע צו זיי, אבער מ'דארף פשוט קודם רעדן די מער איינפאכע פאקטן, וויאזוי מ'קען זיך טרעפן..
יא אמת, אבער כ'וויל אייך נאר אביסל זאגן, אז איר זאלט פארשטיין.. אז ס'נישט געווען איך וואס האט געוואלט די גט! ס'וואלט מיר גוט געווען ווען מ'גייט צו א ספעציאליסט, און מ'לעבט ווייטער, און ער געבט נאך אביסל..
אוודאי אזוי, יעצט דארף מען איבערמישן דעם בלעטל, איר האט דאך שוין דעם גט, איז לאמיר זען וואס מ'קען אפשמועסן וועגן זיך טרעפן.
שוין ווילסטו זיך טרעפן? אזוי גייט עס ביי אלע מענער.. זיי ווילן זיך שוין טרעפן און שוין חתונה האבן..
נאכנישט חתונה האבן, נאר אנהייבן דעם פראצעס פון גיין נענטער – צו זעען צו ס'איז בכלל פאסיג פנים אל פנים..
איר מעגט מיר גלייבן, אז אזא לעבן וואס כ'האב געהאט ביז היינט, איז זיכער געווען גיהנום אויף דער וועלט.. איך האף – נישט קיין חילוק ווער מיין נייע מאן וועט זיין – אז ער זאל זיין כאטש א מענטש! איר האלט אז איך קען אייך טראסטן??
[איך האב שוין גוט אנגעהויבן שמעקן, ווער ס'האט געהאט גיהנום פון וועמען.. און וויבאלד זי האט זיך נישט געיאגט צו קיין דעיט, איז עס קיינמאל צושטאנד געקומען; זאל איך פראבירן נאכאמאל מיט איר??]
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך שקד » זונטאג אקטאבער 07, 2018 4:01 pm

געשיכטע 22

כ'בין דאך שוין זאט פארביטערט און פארמאטערט פון די אלע הצעות וואס מ'טראגט מיר אן, אבער אויפגעבן שמעקט מיר נישט אויפצוגעבן.
איז וואס טוט מען, גייט מען נאכאמאל אריין אין די אומצאליגע שידוכים זייטלעך, און מ'פראבירט נאכאמאל פאנגן פישלעך..
והנה, נאך עטליכע טעג קומט צוריק א תשובה, 'איינער פלאטערט אייך מיט ליבע'.. ס'דא א אינטערעס ביי איינע פונעם אנדערן זייט..
אה, נו.. ווער איז דאס, כאטש א יונגע שיינע פאסיגע קלוגע וואוילע נשמה. הלוואי..
גוט געזאגט הלוואי..!!!
יענער האט קיין בילד.. און צייכענט אן א אימעיל אוואו מ'קען זיך פארבינדן; נו, ווילאנג ס'דויערט פון ווען א קעצל זעט א מייזל און כ'האב שוין אריינגעקלאפט די אימעיל אדרעסע, און פארלאנגט א בילד, נישט פאר איך האב געשיקט צוויי פון מיינע בילדער, און א רעזעמעי אויף דריי שפראכן.. זאל קיין אפהאלט נישט זיין.. ווער ווייסט אפשר היינט מארגן קען מען זיך טרעפן און די רעדל וועט שוין פארן.. אוי ווי זיס חלומות קענען שפינען – אין אומרעאליסטישע וועלדער..
און ס'קומט צוריק א בילד.. אוי גאט אין הימל.. אויך א רעזעמעי..
א טונקעלע 'דיקע' גיורת, וואס האט מיך זייער זייער ליב.. און וויל אנהייבן א רייע פגישות..
אקעי.. איך וועהל זיך.. איך וועהל זיך זייער.. און ס'מיר הייליג אויפ'ן הארצן, אז ס'זאל מיר נישט שפרונגען פאר גרינע נחת, און תענוג פון צער.. אוי גאטניו אין הימל כ'גיי שלאפן.. איך קען נישט מער..
שקד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אקטאבער 07, 2018 10:43 pm

מיר איז א חידוש אז איינער ווי אייך מיט א אונגעהויערע טאלאנט פין שרייבען זאל זיך אזוי מוטשען. והמ"י.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך קוקי » מאנטאג אקטאבער 08, 2018 2:04 pm

אישתישבי האט געשריבן:מיר איז א חידוש אז איינער ווי אייך מיט א אונגעהויערע טאלאנט פין שרייבען זאל זיך אזוי מוטשען. והמ"י.

אלא מאי?
קוקי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 08, 2018 2:45 pm

לא לחכמים לח"ם, pun intended (עיין רש"י בראשית לט,ו)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט