סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1511 מאל

סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש

שליחה דורך מיימון »

איך האב ב"ה געהאט די הנאה צו זיין ביי דעם הערליכן פארברענג מיט הונדערטער אנדערע לעכטיגע אידישע נשמות וואס האבן זיך אינאיינעם שופך נפש געווען מיט שירת הנשמה אין דעם הייליגן זמן. ווי שיין איז געווען דאס בילד ווי אידישע טייערע בחורים און יונגעלייט האבן צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט הנאה פון א דאווענען און א סליחות. בחורי חמד האבן געווישט די סמארטפאונס און מיט א ערנסטקייט מיטגעזאגט די סליחות און מיטגעזינגען די הארציגע ניגונים.

גם אני בתוכם האב צום ערשטן מאל אין מיין לעבן געשפירט א הנאה פון "גיין צו סליחות", אסאך פרעשור האט זיך צולאזט און עוועיפארייזט אין חלל אריין.

מיינע געדאנקען זענען פארשידנארטיג. איך האב שטארק הנאה צו זען ווי דאס לעבן גייט אן. פראיעקט למעשה אין ריעל לייף. אנשטאט קלאגן טוט מען צו דער זאך, מען מאכט אייגענע מנינים, מוסדות, צוביסלעך בויט זיך אויף א נייער פאזיטיווער דור מיט אהבה און אור, מיט א אויטענטישער אמתדיגער קשר צום באשעפער און זיין בריאה.

עס איז געווען פארשידענע צומישטע געדאנקען אויך. ווען איך בין אינמיטן געווארן אביסל לאנגווייליג ווען מען האט צו לאנג געזינגען האב איך געקלערט אז איך האב נאר הנאה דערפון וויבאלד עס איז שטיקל צוריקשטויס קעגן דעם סיסטעם, אבער אונזערע קינדער ביי וועם דאס וועט זיין נארמאל וועלן דאך פונקט אזוי שטויסן אויף די לאנגווייליגע סליחות, ווי נישט ווי האט מיין טאטע אויך הנאה פון דעם בעל תפלה וואס זינגט דעם רבין זכרונו לברכהס נוסח?

עס איז געווען היפש צופארן, מעגליך דאס געט צו צום אריגינעלקייט? עס איז מיר געווען אינטערעסאנט ווי ר' יואלי פרובירט שעפעריש צו בלייבן מיטן אלטן אריגינעלן נוסח ביי קדיש און רוב טיילן פון סליחות, מען האט זיך בעיקר צולאזט ביי די לאנגע זאגעכצער פון עננו וכו'. איך האב דאס אויפגעפאסט אויך פאריאר הושענא רבא וואו ר' יואלי האט אפילו דערמאנט דעם משל מיטן מלך אין זיין דרשה!... פארוואס טוט ער דאס? מעגליך ער אליין שפירט זיך שלעכט צו פארקריכן מער ווי ער ערלויבט זיך. אדער צוליב קריטיק, ווייסן דאס די מוחים?

דער עיקר האב איך אבער גרויס הנאה געהאט ווען איך האב געהאט דעם גרויסן כבוד צו באגעגענען פערזענליך צום ערשטן מאל איינעם פון מיינע העלדן, איינער פון די אלטע ניקס דא אויף קאווע שטיבל וועמען איך האב אייביג ארויפגעקוקט און געשעצט פאר זיינע הערליכע און לאגישע ארטיקלען אין מחשבה און השקפה און פראקטיק. זיין אנוועזנהייט דא צוזאמען מיט זיינע חברים אמאליגע צייטן האבן מיר געגעבן גרויס אינספיראציע און האפענונג פאר א בעסער לעבן און א שענערע וועלט. עס איז נישט אויסגעקומען צו רעדן אסאך אבער עס איז מיר געווען א שטארקע הנאה.

איז נאך איינער דארט געווען? וואס זענען אייערע איבערבליקן איבער דעם ערשטן סליחות דארט, אדער וואו אימער איר האט געזאגט? טיילט מיט פארן ציבור

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר