שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3069
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2461 מאל

שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

שליחה דורך קורקלענד »

א גוטע שלום בית איז א זאך וואס יעדער שטרעבט. איינער פון די זאכן וואס זענען שטארק נוגע איז אז די שטיב זאל ראָננען געשמירט איז אז אלעס וואס דארף געטוהן ווערן אין שטיב זאל ווירקליך פאסירן. די שאלה איז אבער וועמענס פליכט איז וואס?

ווען מ'רעדט פון א שטיב מיט קינדער. וואס זענען די מאן'ס פליכטן? און וואס אנבאלאנגט דעם ווייב? יעדער וועט מודה זיין אז די מאן האט די אחריות פון ברענגען פרנסה אין שטיב, און אז די פרוי האט די אחריות צו האלטן דאס שטיב ריין, וואשן די וועש, און קער נעמען פון די קאך. ווי ווייט אבער גייט עס? לדוגמה. אז א מאן לאזט איבער דאס שטיב יעדן טאג זעקס'ע פארטאגס, גייט צום שיעור, דאווענט, לויפט אין ארבייט, קומט אן אהיים קרוב צו זיבענע, עסט נאכטמאל און פארברענגט געציילטע מינוטן מיט די קינדער, דערנאך גייט ער צו מנחה/מעריב און שיעור, און קומט אהיים נאך צעהנע. וואס נאך קען מען פון אזא אינגערמאן פארלאנגן? ליגט אויף איהם אן אחריות ארויסצוהעלפן מיט שלאפן לייגן די קינדער? אדער איז עס גענוג אז ער פארברענגט פערצן שעה א טאג מיט האראוואניע אויסצוהאלטן די שטיב מיט די הונדערט אלפים וואס ס'פעהלט זיך אויס א יאהר? שבת נאך די סעודה דארף ער העלפן אראפ נעמן פון טיש? איך האב נישט באמערקט קיינער פון די פריערדיגע דור וואס העלט ס'ווייב זיינע רייניגן די טיש נאך א סעודה, אפשר אבער היינט איז אנדערע צייטן? וואס איז ווען ס'קומט צו טוישן א פּעמפּער פון א קליינעם, איז דאס א מלאכה וואס א פאטער דארף זיך אויך אויסצייכענען אין? אדער איז עס עפעס וואס אנבאלאנגט סטריקטלי די ווייב? וואס איז וועגן אויפשטיין פאר א קינד וואס וויינט אינמיטן די נאכט? אא''וו....?

איצט לאמיר זעהן פארקערט וואס קען זיך אלס פארלאנגן פון א פרוי וואס שטייט אויף אינדערפרי, קליידט אויס די קינדער, געסט זיי סיריעל, לייגט זיי אויפן באס, גייט ארויס איינקויפן, מענעדשט די גויטע, קאכט נאכטמאל און גרייט צו אויף שבת מאכן. איז דאס אלס גענוג? דארף זי פארזארגן פרישטאג און לאנטש איבערבייס פארן מאן? אדער איז עס ס'מאנס אחריות צו באזארגן זיין אפעטיט פונעם תיקון אין שוהל? ווער דארף גיין אין גראסערי? אויפהאלטן דאס שטיב ווען מ'דארף רופן די טעלעפאן פירמע, אדער אז מ'דארף רופן אן עקסטעמינעיטאר, ווער דארף עס ארלעידיגן? אא''וו?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר