סליחות מיט א גיטאר, קאם אן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

סליחות מיט א גיטאר, קאם אן

שליחה דורך רימון »

כ'האב אויך געזען די קליפס ווי רבי משה בער בעק שטייט מיט נאך אייניגע אידן פארנט פון ר' יואלי לעבאוויטש'ס סליחות אין אטריום פלאזא אין מאנסי און שרייען גיוואלד. די ערשטע מינוט האב איך אויך געלאכט, דאן האבן מיר די מחשבות אנגעהויבן ערגבערן.

הכל מודים אז א' סליחות איז אן ערנסטע צייט און די מסורה פארלאנגט מ'זאל זיך באציען דערצו מיט ערנסטקייט. פון מיינע פריעסטע זכרונות איז ווי מיין טאטע וועקט מיך צו א' סליחות אלס יונג קינד און דערנאך זאגט מען די פיוטים אין שול מיט א צעבראכנקייט.
דאווענען איז אלעמאל אן עבודה שבלב און ס'דארף צוגיין מיט ערנסטקייט און אחריות, ס'איז דא הלכות פון כובד ראש און תפלה דארף טראגן אן ערנסטע כאראקטער. ספעציעל אין די הייליגע טעג, ס'איז א צייט פון תשובה, מיר זענען נישט קיין רעפארמער, אין שלחן ערוך שטייט אז מ'הויבט אן א' סליחות אום זונטאג עס זאל זיין צען טעג צייט צו פאסטן, אז מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן דארף מען כאטש דאווענען ערליך.
דאס איז אמאל קלאר, די שאלה איז נאר איבער די כאראקטער פון א' סליחות אין די אטריום, דאס איז שוין אפן פאר דעבאטע און לכאורה ווענדט זיך עס יעדן יחיד ויחיד וויאזוי ער גייט צו דערצו.

לאמיך אייך מיטטיילן מיין פערספעקטיוו: (איך גיי נישט אריין אין דער מער הלכה'דיגער שאלה פון מוזיק בשעת'ן דאווענען, כ'גיי אננעמען אז די מיהאלאוויצער תקנות צי סיי וועלכע תקנות פון גדולי אונגארן אין זייער תקופה איז נישט בינדנד.)
ר' יואלי לעבאוויטש, איז א וואוילער יונגערמאן לדעתי, בפרט די לעצטערע יארן איז ער נתקרב געווארן צו ברסלב און מ'זעט א שטארקע ערנסטקייט, סיי אין זיין תוכו און סיי אין זיין כברו. כ'בין זיכער אז ס'איז כוונתו רצוי', איך גלייב אויך אז ער איז א פאסיגער שליח ציבור, נישט אלעמאל האט אים דאס לעבן געגלאנצט און האט שוין פארשידענע זאכן געזען אין זיין לעבן אז כ'בין איבערצייגט אז ער איז א לב נשבר וואס ס'פארלאנגט זיך פאר א ש"ץ אין די הייליגע טעג.
די אידן וואס קומען זיך דארט צוזאם הערן א שיינע דרשה פון א גוטן איד, ר' יואלי דאוונט ווארעם, ער האלט נישט קיין כלי שיר אין דער האנט, ס'איז א שיינע גרויסע ציבור, ביי קדיש טוט ער אן דער טלית פון קאפ, האלב פון דעם נוסח איז לויט אונזער מסורה. נישקשה, ס'קען דורכגיין, כ'קען זען אז א איד זאל עס זען אלס אן ערנסטער מנין סליחות. טאקע נישט ווי אין ראדני סטריט תשל"ז, אבער א פיין מנין מיט וואוילע אידן.

זע איך אבער דערנאך נאך א קליפ, עפעס א יונגער יונגערמאן, מייזעלס הייסט ער, א רביש קינד מיט קוים א חתימת זקן, פראוועט סליחות ביי איינעם אין דיינינג רום מיט א גיטאר אין דער האנט, אפאר נערים מונערים שטייען פון הונטן מיט סמארטפאנס אין דער האנט און זינגען און טאנצן, און די גאנצע סליחות איז לויז און לופטיג ווי א חול המועד קומזיץ ביי איינעם אינדערהיים.
אנטשולדיגט מיר, אבער דאס הייסט נישט געדאוונט און דאס הייסט נישט קיין סליחות, האסט נישט קיין כח אויפצושטיין פארטאגס ווי דיין טאטע און זיידע, זאג ביינאכט אין שומרי שבת. ביים רבי'ן פעניעט מען און ס'נעמט צו לאנג, זאג אין א קליינע שול וואו ס'נעמט שנעל, ווילסט נישט זאגן, זאג בכלל נישט. ווילסט קענסטן זאגן ביחידות מארגן ביי שחרית, ס'איז דא גענוג וועגן ארויס בדיעבד ווילאנג דו מאכסט עס נישט פאר א לכתחילה.
אבער פליז, סליחות איז נישט קיין הענגאוט, קאם אן.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר