מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:58 am

יעדעס יאר איידער יום הקדוש, ווערן די אידישע געגענטער פארפלייצט מיט אנגעבליכע, הומאנעריאיסטישע הינער - פארזארגער. און דאס פאראורזאכט איטליכער יאר א סענזאציע אין די מידיע, וועלכער פארשעהמט גאר שטארק דאס אלגעמיינער ניו יארקער אידענטום.

ערשט, נאך איידער דער געדאנק פון הומאנעריע און רחמנות האבן נאך בכלל עקזעסטירט ביי די פעלקער, און קאנבאליזם און מענטשען פרעסעריי זענען נאך געווען א העכסט נארמאלער ערשיינונג, און געפארפולע האנד ביי האנד שלאכטן מיט אומשולדיגע חיות און בהמות צו די אויגן פון טויזענטער אנטוזיאסטישע צושויער האבן פארנומען אן היפשער ארט אינעם געזעלשאפטליכער לעבן, און מענטשען זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט אויף די שאטער-הויפענעס, און גייסטיש-באגרעניצטע פארשוינען זענען עמטליך גענוצט געווארן פאר אלערליי אונטערהאלטונגען, האבן אידישע קינדער שוין פראקטעצירט רחמנות, און איינגעהאלטן די פולע הלכות פון די תורה הק' וועלכע שיצן אויף צער בעל החיים. אלזא זאלן נישט קומען די בני נח און אונז לעקציענירן איבער רחמות און צער בעל החיים.


צווייטנס. נישט פאר צי לאנג צוריק, ס'נאך נישט פאראיבער קיין הונדרעט יאר, האט דאס פארגעשריטענער, דערבארמדיגער דייטשער פאלק, דורכגעפירט דער גרעסטער סיסטעמאטישער מארד אפעראציע אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. פיצליך קינדער זענען געקעפעט געווארן, יונגע מאמעס זענען געהאנגן געווארן ביי די הענט און געשאסן געווארן ווי קרעציגע הינט. מ'האט געפליקט בערד אינאיינעם מיט די מארדע, ביז די בלוט האט זיך געגאסן, מ'האט איבערגעלייגט אין געפראקט מענטשען מיט ריטער, ביז דער נשמה איז אנטלאפן פונעם גוף. שווערע מיליאנען מענטשען זענען אינטערנירט געווארן אן די מינומאלע הומאנעריאיסטישע איינריכטונגן. (פול ערגער פון די כפרות) שטעלט אייך פאר בלויז איין הכנה קאסטן, פאר טויזענעט מענטשען. מיליאנען מענטשען האבן זיך געדרייט לייזיג און קרעציג, הונגעריג און באמאכט, אזש מ'קען זיך גאר נישט פארשטעלן. וואו זענען דאן געווען געווען די אלע הומאנעריאיסטישע פארזארגער? ווי איז דאן געווען ענקער רחמנות? קיין פיפס האט מען נישט געהערט פון די בני נח...די מעכטיגער אמעריקאנער עיר פארס האט ניטאמאל געוואלט מנדב זיין איין קליינע באמבעלע צו צושטערן די גריצלדע באן שינעס וועלכע האבן געפירט שווערע טויזענטער מענטשן צו די שחיטה טעגליך.


אט איז ווי א חסידישער דיכטער לייגט אראפ דעם גרויסן חורבן, שטייענדיג נאך אונטערן שאטן, פון די שווארצע קומענעס פון די רייכענדיגע קרומעטאריומס פון גרעסטן גיהינום אויפן ערד-קוגל אוישוויטץ

אוי ווי גרויס זענען מיינע וואונדען,
מאמעניו וואו ביסטו פארשוואונדען.
דו ביסט אזוי אהינגעקומען,
אפילו אויפן בית הקברות נישט צו געפונען.

מוצאי שבת קודש ביי בורא מאורי האש,
פאלט פון מיר שטיקער פלייש.
ווי איך טו מיך דערמאנען,
ווי עס האבען געברענט די אוישוויצער פלאמען.

מקנא בין איך א יתומ׳ל וואס שטייט ביי א מצבה׳לע,
און קען זיך דארט אויסגיסן זיין ביטערע הערצעלע.
איך קען נישט זיין אויף קבר אבות,
ווייל דאס פייער איז געווען דער מלאך המוות.

געגאנגען צו די שחיטה ווי די רינדער,
געפאלן א קרבן מיט די קליינע קינדער.
אותו ואת בנו פארברענט אין איין טאג,
מער קיין זכר פון זיי נישט דא.

געבליבען א יתומ׳ל אליין,
קיין מאמע קיין קבר קיין מצבה שטיין.
אוועק גערויבט דאס גאנצע חיות,
נישט דא קיין קדיש און קיין משניות.

אוי וועלן מיר אלע האבן א זכיה,
ווען די אלע קדושים וועלן אויפשטיין צו תחיה.
דעמאלט וועט זיין והשיב לב בנים על אבות,
הקדוש ברוך הוא וועט שעכטן דעם מלאך המוות.

מיט צער בעל החיים זענט איר פארנומען? די גרעסטע נאצישע פירער, זענען אין די סאמע זעלבע צייט ווען זיי זענען געווען העפטיג פארנומען צו צוגרייטן די בוי-פלענער פון טערבלונקע, מיידאנאק, בעלזשיץ און אוישוויץ-בירקאנו, גלייכצייטיג געווען פארנומען מיט צער בעלי חיים קרעפליך. די פארשאלטע נאצישע הינט בארמאן, געבעלס, דער פעטצאו גארונג, דער המן שטרייכער, זענען אלע געווען העפטיג אקטיוו אין גענוי אזעלכע גרופעס ווי ענקערע.

ווי דער אלטער פון קעלעם האט אמאל געטייטש ווען ער האט געזען א דייטש קושן זיין כלב. זבחי אדם עגלים ישקון מ'שחט מענטשען און מ'קושט הונט. סארא היפאקריטיע...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:21 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1711 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:03 am

וויאזוי באשולדיגסטו אין היפאקראטיע אינדווידואלן וואס זענען פאר חיות רעכטן ווען דו ווייסט נישט וואס וואלט געווען זייער אנטווארט ווען מען באגייט זיך צו מענטשן מיט אכזריות. גברא אגברא קרמית ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:05 am

הייסט עס ווייל די דייטשן האבן [געזאגט אז זיי האבן] רחמנות געהאט אויף בעלי חיים, פליט דער איסור פון "צער בעלי חיים" ארויס פון פענסטער? פארוואס דארף יעדע אמת'ע אישו ווערן א פארמעסט מיט אונזערע קריטיקירער? ווען מ'רעדט פון די אכזריות וואס גייט פאר קעגן די עופות האט דאס גארנישט מיט PETA, און ווען מ'רעדט פון דעם אכזריות פון נישט געבן אן עדיוקעישאן פאר אונזערע קינדער האט עס גארנישט מיט YAFFED. פארוואס פארגעסט מען אז מיר אידן האבן א תורה, מיט אונזערע ווירדן, און זאכן ווערן נישט באשטימט צו אייביג זיין דער גענצליכער היפך פון וואס א שונא אונזערער וויל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:17 am

זיכער איז פארהאן אן אסור פון צער בעל חיים. מיין פוינט איז: אז אין אלגעמיין די וואס זענען פארנומען מיט רחמנות אויף חיות און בהמות, זענען אכזרים אויף די מענטשען....כ'ווייס עס פון עטליכע פון זיי וואס כ'קען פערזענליך....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1711 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:21 am

קאך_לעפל האט געשריבן:זיכער איז פארהאן אן אסור פון צער בעל חיים. מיין פוינט איז: אז אין אלגעמיין די וואס זענען פארנומען מיט רחמנות אויף חיות און בהמות, זענען אכזרים אויף די מענטשען....כ'ווייס עס פון עטליכע פון זיי וואס כ'קען פערזענליך....

אהא, הייסט דער בעל קיצור שולחן ערוך, צום ביישפיל, איז געווען אן אכזרי אויף מענטשן. נישט געוואוסט.
רבי שלמה גאנצפריד האט געשריבן:אָסוּר מִן הַתּוֹרָה לְצַעֵר כָּל בַּעַל חֵי. וְאַדְּרַבָּא, חַיָּב לְהַצִּיל כָּל בַּעַל-חַי מִצַּעַר, אֲפִלּוּ שֶׁל הֶפְקֵר, וַאֲפִלּוּ שֶׁל נָכְרִי.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:24 am

ראובן האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:זיכער איז פארהאן אן אסור פון צער בעל חיים. מיין פוינט איז: אז אין אלגעמיין די וואס זענען פארנומען מיט רחמנות אויף חיות און בהמות, זענען אכזרים אויף די מענטשען....כ'ווייס עס פון עטליכע פון זיי וואס כ'קען פערזענליך....

אהא, הייסט דער בעל קיצור שולחן ערוך, צום ביישפיל, איז געווען אן אכזרי אויף מענטשן. נישט געוואוסט.
רבי שלמה גאנצפריד האט געשריבן:אָסוּר מִן הַתּוֹרָה לְצַעֵר כָּל בַּעַל חֵי. וְאַדְּרַבָּא, חַיָּב לְהַצִּיל כָּל בַּעַל-חַי מִצַּעַר, אֲפִלּוּ שֶׁל הֶפְקֵר, וַאֲפִלּוּ שֶׁל נָכְרִי.


כ'רעד פון בני נח, וואס נעמען נישט זייער ווירדן פון די תורה הק'. נאר זיי שטעלן זיך זעלבסט אוועק זייער ווירדן. רחמנות? אויף בעלי חיים יא און אויף מענטשען ניין! פארוואס זענען מיר ווייניגער ווי בעלי חיים?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1711 מאל

Re: מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:26 am

יעדער נארמאלער מענטש האט רחמנות אויף א באשעפעניש.
מה הוא רחום אף אתה רחום.
ורחמיו על כל מעשיו כתיב.

קען זיין אז אן אכזר זאל רחמנות האבן אויף בע"ח, דאס נעמט אבער נישט אוועק די פליכט פון יעדע רעכטדענקיגער מענטש צו רחמנות האבן.

ר' אברהם גניחובסקי פלעגט אראפטראגן די קריכעדיגע באשעפענישן וואס מ'האט געפונען אין זיין הויז, צום חצר.
ר' אליהו לאפיאן דאכציך איז פארהאן א בילד ווי ער גיבט טרינקן פאר א היימלאזע קאץ.
ר' שלאמקע זוועהילער פלעגט אויך אסאך טוהן פאר די קעץ' וועגן.
וכהנה רבות.

ביז אפאר יאר וועט נאך זיין די מנהג צו מאכן צער בעלי חיים, מ'וועט נאך צו זאגן עפעס א פסוק דערביי.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1863
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:27 am

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'רעד פון בני נח, וואס נעמען נישט זייער ווירדן פון די תורה הק'. נאר זיי שטעלן זיך זעלבסט אוועק זייער ווירדן. רחמנות? אויף בעלי חיים יא און אויף מענטשען ניין! פארוואס זענען מיר ווייניגער ווי בעלי חיים?

אהא, הייסט דו ביסט יעצט געווען אין דער גוסטע צו שרייבן אן ארטיקל, און האסט געפילט אז ס'איז וויכטיגער מוחה צו זיין קעגן 15 בני נח וואס אפשר זענען זיי אכזרים קעגן מענטשן ( :? ), ווי איידער די הונדערטער אכזריות'דיגע כפרות צענטערן אין אלע אידישע שטעט וואו מ'טרעט אויף אונזערע תורה'דיגע און מענטשליכע ווירדן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:35 am

היינו טעמא דערציאונג היינו טעמא דצער בעלי חיים. דער פראבלעים איז דער מעסענזשער.

מ'טאר נישט ח''ו פאראורזאכן קיין צער בעלי חיים. אבער די בני נח האט קיינער נישט געפרעגט, ווייל דיינע ווירדן זענען נישט מאסגעבנד פאר אונז אידן...
מ'דארף געבן פאר קינדער א גוטע ערציאונג ווי דער אמעריקאנער געזעץ שרייבט פאר, די פראבלעם איז נאר אז אפיקורסים און משכילים פארלאנגן דאס...

איך באציה מיך נישט אויף די עצם נושא. נאר אויף די דאזיגע בני נח וואס קעמפן דערפאר אזוי שטארק. כאילו ס'זאל זיי אנגיין די צער פון לעבעדיגע באשעפענישן...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1711 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:19 am

קאך_לעפל האט געשריבן:היינו טעמא דערציאונג היינו טעמא דצער בעלי חיים. דער פראבלעים איז דער מעסענזשער.
מ'טאר נישט ח''ו פאראורזאכן קיין צער בעלי חיים. אבער די בני נח האט קיינער נישט געפרעגט, ווייל דיינע ווירדן זענען נישט מאסגעבנד פאר אונז אידן...
מ'דארף געבן פאר קינדער א גוטע ערציאונג ווי דער אמעריקאנער געזעץ שרייבט פאר, די פראבלעם איז נאר אז אפיקורסים און משכילים פארלאנגן דאס...
איך באציה מיך נישט אויף די עצם נושא. נאר אויף די דאזיגע בני נח וואס קעמפן דערפאר אזוי שטארק. כאילו ס'זאל זיי אנגיין די צער פון לעבעדיגע באשעפענישן...

כ'הער, און דערפאר דארף יעדער ארטיקל וואס רעדט פון כפרות וואס ווערט געשריבן אין דער איד, דער בלאט, די צייטונג, אייוועלט, קאווע שטיבל, מעלות וכו' וכו', זיך ווענדן צו די בני נח, אין דער צייט וואס 99% פון די לייענער פון די אלע אויסגאבעס און סייטס זענען אידן וואס די אכזריות פון די כפרות צענטערן איז זיי נוגע און נישט די כלומר'שטע מענטשן-אכזריות פון די בני נח.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:26 am

יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:37 am

די גאנצע צער בעלי חיים ביזנעס האט גארנישט מיט כפרות שלאגן, דאס גייט אן אגאנץ יאר אויף א פארנעם וואס מ'קען זיך אפילו נישט פארשטעלן. דאס וואס דו זעסט ערב יום כיפור איז א געלעכטער קעגן וואס מ'טוט מיט זיי אין די פאבריקן וואס רופן זיך "פארמס", האסט נאר מזל אז א גאנץ יאר זעסטו עס נישט, ווען יא וואלסטו נישט געקענט שלאפן ביינאכט.

כדי לשבר את האוזן וועל איך ברענגען איין דוגמא מני אלף. די פאבריקן וואס פראדוצירן די הינער וואס לייגן אייער, זענען דאך נאר אינטערעסירט אין די נקבות, כמובן. איז וואס טוט מען מיט די זכרים וואס ווערן געבוירן? מ'לייגט זיי אריין מיסטקאסטן לעבעדיגערהייט!!! פשוטו כמשמעו!!! א מאסן קבר, ממש אזויווי די נאציס האבן געטון מיט אונזערע זיידעס.

not for the faint-hearted
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:52 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

Re: מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:49 am

גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1863
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:49 am

רביה"ק זי"ע
ס'הארץ כאפט א פחד
אפשר גיי מיר וועגי?
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:51 am

קל וחומר האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

ס'יעצט געקומען א מעלדינג פון די טשיקען באהערדע אז זיי זענען מוותר אויף די ריזיגע געבורט ראטעס בתנאי מ'הערט אויף די האלקאוסט
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:52 am

קל וחומר האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

וואס איז די ראיה פון דעם אז וויבאלד מענטשהייט איז אחראי אויף זיי דימעסטיקעטאן קען מען נעמען זייער לעבן אויך אפשר איז מער אויסגעהאלטן טאקע זיי לכתחלה נישט ווען זיי צו דימעסטיקעטאן ווי איידער זיי הרגנ'ן בידים.
מעגן עלטערן הרגנ'ן א קינד וויבאלד זיי האבן אים געברענגט אויף די וועלט ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:56 am

גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות

האט נישט קיין שייכות. אייגנטליך, האט יא שייכות, אבער נישט קיין סך. די צער בעלי חיים וואס גייט פאר ביי די כפרות צענטערן איז בנוסף צו דער געווענליכער צער וואס די טשיקנס גייען דורך אין די פארמס און ביי דער שחיטה. מיר זענען נישט אחראי אויף וואס עס גייט פאר אין דער גאנצער וועלט. אבער מיר זענען יא אחראי אויף דער הוספת צער וואס די טשיקענס מאכן מיט אין אונזערע הענט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

Re: מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:56 am

גדליה האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות
פארוואס?
ווילאנג איך האב איר נישט מצער געווען האב איך א רעכט איר צו עסן.
זי איז נאר געבוירן געווארן א דאנק וואס איך האב אויפגעהאדעוועט איר מוטער פאר דעם צוועק.
איך בין אחראי אויף איר געבורט און אויף איר טויט.
די מין התרנגול וואלט שוין פונלאנג געווען עקסטינקט ווען נישט וואס מענטשן האדעווען זיי לאכילה.

ס'יעצט געקומען א מעלדינג פון די טשיקען באהערדע אז זיי זענען מוותר אויף די ריזיגע געבורט ראטעס בתנאי מ'הערט אויף די האלקאוסט
דאס איז טאקע די תירוץ.
טאקע ווייל זיי קענען נישט טראכטן וועגן נאך זייער טויט און זיי ווייסן נישט פארוואס זיי לעבן, האבן זיי נישט קיין געפיהל איבער דעם.

ענליך צום עפיזאד וואס מען שאלטערט אויס די עלעקטריציטעט פון א וועגעטעבל אדער א מח טויטער מענטש.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1863
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:59 am

ראובן האט געשריבן:די צער בעלי חיים וואס גייט פאר ביי די כפרות צענטערן איז בנוסף צו דער געווענליכער צער וואס די טשיקנס גייען דורך אין די פארמס און ביי דער שחיטה. מיר זענען נישט אחראי אויף וואס עס גייט פאר אין דער גאנצער וועלט. אבער מיר זענען יא אחראי אויף דער הוספת צער וואס די טשיקענס מאכן מיט אין אונזערע הענט.

ביי די כפרות צענטערן גייט נישט פאר קיין מער פייניגן ווי אין די פאבריקן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:02 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:די צער בעלי חיים וואס גייט פאר ביי די כפרות צענטערן איז בנוסף צו דער געווענליכער צער וואס די טשיקנס גייען דורך אין די פארמס און ביי דער שחיטה. מיר זענען נישט אחראי אויף וואס עס גייט פאר אין דער גאנצער וועלט. אבער מיר זענען יא אחראי אויף דער הוספת צער וואס די טשיקענס מאכן מיט אין אונזערע הענט.

ביי די כפרות צענטערן גייט נישט פאר קיין מער פייניגן ווי אין די פאבריקן.

די טשיקענס קומען פון די פאבריקן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:17 pm

ראובן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות

האט נישט קיין שייכות. אייגנטליך, האט יא שייכות, אבער נישט קיין סך. די צער בעלי חיים וואס גייט פאר ביי די כפרות צענטערן איז בנוסף צו דער געווענליכער צער וואס די טשיקנס גייען דורך אין די פארמס און ביי דער שחיטה. מיר זענען נישט אחראי אויף וואס עס גייט פאר אין דער גאנצער וועלט. אבער מיר זענען יא אחראי אויף דער הוספת צער וואס די טשיקענס מאכן מיט אין אונזערע הענט.

די הוספת צער איז פאר די מענטשן. אנשטאט אלעס זאל זיך אפטון אינטער פארמאכטע טויערען בשעת מען דעליווערט טשיקענס צום שעכט הויז, זעט מען אויף די בארא פארקער גאסען פאר אונזערע אויגען וואס דא קומט פאר, טאקע א פראבלעם...
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 943
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:23 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:וויאזוי באשולדיגסטו אין היפאקראטיע אינדווידואלן וואס זענען פאר חיות רעכטן ווען דו ווייסט נישט וואס וואלט געווען זייער אנטווארט ווען מען באגייט זיך צו מענטשן מיט אכזריות. גברא אגברא קרמית ?

נהורא נפישא: ביטע לייג אוועק דיין טעאריע פון ..."גברא אגברא קא רמית"... ווייל איך וועל דיך פרעגן איבער די זעלבע גברי ונשי פון די צער בעלי חיים ארגאניזאציעס. אט די זעלבע בריאה פארשוינען זענען גלייכגילטיג צו די פילע (נישט פולע) גרויזאמע טעראריסטישע רציחות וואס ווערן אפגעטון דורך די פארשאלטענע אראבערס אויף אידן אין ארץ ישראל. אדרבה. זיי געבן נאך גערעכט פאר די רוצחים. און זיי פרייען זיך מיט די מארד פון אומשולדיגע מענטשן/אידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:27 pm

גדליה האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:יעדע מענטש וואס האט שוין אמאל געלאזט קוילען א טשיקען און עס אפגעקאכט און אויפגעגעסן זאל מוחל זיין אויפהערן פארפירן אויף כפרות

האט נישט קיין שייכות. אייגנטליך, האט יא שייכות, אבער נישט קיין סך. די צער בעלי חיים וואס גייט פאר ביי די כפרות צענטערן איז בנוסף צו דער געווענליכער צער וואס די טשיקנס גייען דורך אין די פארמס און ביי דער שחיטה. מיר זענען נישט אחראי אויף וואס עס גייט פאר אין דער גאנצער וועלט. אבער מיר זענען יא אחראי אויף דער הוספת צער וואס די טשיקענס מאכן מיט אין אונזערע הענט.

די הוספת צער איז פאר די מענטשן. אנשטאט אלעס זאל זיך אפטון אינטער פארמאכטע טויערען בשעת מען דעליווערט טשיקענס צום שעכט הויז, זעט מען אויף די בארא פארקער גאסען פאר אונזערע אויגען וואס דא קומט פאר, טאקע א פראבלעם...

אין א נארמאלער שחיטה פראצעס זיצן נישט די עופות פאר 15 שעה אין קליינע שטייגן אונטער דער ברענעדיגער זון אן עסן און טרונקן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2399
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9387 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:35 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:וויאזוי באשולדיגסטו אין היפאקראטיע אינדווידואלן וואס זענען פאר חיות רעכטן ווען דו ווייסט נישט וואס וואלט געווען זייער אנטווארט ווען מען באגייט זיך צו מענטשן מיט אכזריות. גברא אגברא קרמית ?

נהורא נפישא: ביטע לייג אוועק דיין טעאריע פון ..."גברא אגברא קא רמית"... ווייל איך וועל דיך פרעגן איבער די זעלבע גברי ונשי פון די צער בעלי חיים ארגאניזאציעס. אט די זעלבע בריאה פארשוינען זענען גלייכגילטיג צו די פילע (נישט פולע) גרויזאמע טעראריסטישע רציחות וואס ווערן אפגעטון דורך די פארשאלטענע אראבערס אויף אידן אין ארץ ישראל. אדרבה. זיי געבן נאך גערעכט פאר די רוצחים. און זיי פרייען זיך מיט די מארד פון אומשולדיגע מענטשן/אידן...!

ר' בערל קען זיין אז מ'איז טאקע גלייכגילטיג, קען זיין אז יא קען זיין אז נישט, בכלל האט דאך יעדע קאנפליקט צוויי זייטן און ס'איז זייער שווער זיך צו נעמען און זיך אריינצוטאן צו פארשטיין אלע צדדים, ממילא העכסטענס קען זיין אז זיי זענען גלייכגילטיג און אדרבה אויב שטיצט איינער מערדעריי דאן איז טאקע מגוכך דאס זיך נעמען אויף חיות רעכטן.

אבער זענען זיי דען מער גלייכגילטיג ווי א געווענליכער חסידישער איד למשל איז צו די שחיטות און דארפור ווען בעת דער איד קען האבן טענות הלמאי מענטשן זענען געשטאנען גלייכגילטיג אין דער צייט פון די האלאקאוסט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:36 pm

ראובן האט געשריבן:הייסט עס ווייל די דייטשן האבן [געזאגט אז זיי האבן] רחמנות געהאט אויף בעלי חיים, פליט דער איסור פון "צער בעלי חיים" ארויס פון פענסטער? פארוואס דארף יעדע אמת'ע אישו ווערן א פארמעסט מיט אונזערע קריטיקירער? ווען מ'רעדט פון די אכזריות וואס גייט פאר קעגן די עופות האט דאס גארנישט מיט PETA, און ווען מ'רעדט פון דעם אכזריות פון נישט געבן אן עדיוקעישאן פאר אונזערע קינדער האט עס גארנישט מיט YAFFED. פארוואס פארגעסט מען אז מיר אידן האבן א תורה, מיט אונזערע ווירדן, און זאכן ווערן נישט באשטימט צו אייביג זיין דער גענצליכער היפך פון וואס א שונא אונזערער וויל.

ראובן: און אויסער דעם פראבלעם פון צער בעלי חיים. איז דער וועג וויאזוי די כפרות אינדוסטרי פונקציאנירט היינט צו טאג (מיט קליינע אויסנאמען) סיי דורך ביזנעסלייט. און סיי דורך מוסדות. איז נאך דא דער חשש פן איסור גניבה, גזילה און רמאות...!

זאללן די אלע הייליגע אידן וועלכע וויינען ווי אומשולדיגע שעפעלעך אז מ'ווילל זיי בארויבן פון מקיים די הייליגע מנהג פון כפרות, מוחל זיין אריינקוקן אין רמ"א ביי הילכות יוהכ"פ. וואו ער זאגט בפירוש..."ומחלקין אותן לעניים"...אז מ'דארף די געשלאגענע און געשחט'ענע כפרות צוטיילן פאר ארימעלייט. שוין מוחל דאס. אבער געב לכה"פ די הינדל פאר דעם מענטש וואס האט באצאלט א טייערן פרייז דערפאר. (250%)..!

געבענטשט זאלל זיין דער גרויסער געשעפט בינגא אין בארא פארק, וועלכע געט א געלעגנהייט פאר כלל ישראל פאר א קליינעם אפצאל צו שלאגן כפרות. און מקיים זיין דעם מנהג ותיקין. מסתמא פארקויפן זיי די געשחט'ענע און כשר געמאכטע טשיקנס פאר די אידישע קאסטומערס...!

מדי דברי אז מ'רעדט שוין איז כדאי צו דערמאנען די אייגנטומערס פון געשעפט לשבח. זיי זענען אויך מזכה אידן מיט סוכה ברעטער און ארבעה מינים פאר א נארמאלן, צוגענגליכן פרייז...! גערעכט. וואו שטייט אז מ'מוז מאכן די תורה הקדושה פאר א קרדום לחפור בה...אז א פאר אידעלעך, יחידים אדער מוסדות זאללן אריינפאקן געשוואלענע רווחים אין זייער קעשענע אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל וואס מוז אנקומען צו זיי..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט

cron