מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3330 מאל

מען שחט מענטשען - מ'קושט קעלבער.

שליחה דורך קאך_לעפל »

יעדעס יאר איידער יום הקדוש, ווערן די אידישע געגענטער פארפלייצט מיט אנגעבליכע, הומאנעריאיסטישע הינער - פארזארגער. און דאס פאראורזאכט איטליכער יאר א סענזאציע אין די מידיע, וועלכער פארשעהמט גאר שטארק דאס אלגעמיינער ניו יארקער אידענטום.

[justify]ערשט, נאך איידער דער געדאנק פון הומאנעריע און רחמנות האבן נאך בכלל עקזעסטירט ביי די פעלקער, און קאנבאליזם און מענטשען פרעסעריי זענען נאך געווען א העכסט נארמאלער ערשיינונג, און געפארפולע האנד ביי האנד שלאכטן מיט אומשולדיגע חיות און בהמות צו די אויגן פון טויזענטער אנטוזיאסטישע צושויער האבן פארנומען אן היפשער ארט אינעם געזעלשאפטליכער לעבן, און מענטשען זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט אויף די שאטער-הויפענעס, און גייסטיש-באגרעניצטע פארשוינען זענען עמטליך גענוצט געווארן פאר אלערליי אונטערהאלטונגען, האבן אידישע קינדער שוין פראקטעצירט רחמנות, און איינגעהאלטן די פולע הלכות פון די תורה הק' וועלכע שיצן אויף צער בעל החיים. אלזא זאלן נישט קומען די בני נח און אונז לעקציענירן איבער רחמות און צער בעל החיים.[/justify]

[justify]צווייטנס. נישט פאר צי לאנג צוריק, ס'נאך נישט פאראיבער קיין הונדרעט יאר, האט דאס פארגעשריטענער, דערבארמדיגער דייטשער פאלק, דורכגעפירט דער גרעסטער סיסטעמאטישער מארד אפעראציע אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. פיצליך קינדער זענען געקעפעט געווארן, יונגע מאמעס זענען געהאנגן געווארן ביי די הענט און געשאסן געווארן ווי קרעציגע הינט. מ'האט געפליקט בערד אינאיינעם מיט די מארדע, ביז די בלוט האט זיך געגאסן, מ'האט איבערגעלייגט אין געפראקט מענטשען מיט ריטער, ביז דער נשמה איז אנטלאפן פונעם גוף. שווערע מיליאנען מענטשען זענען אינטערנירט געווארן אן די מינומאלע הומאנעריאיסטישע איינריכטונגן. (פול ערגער פון די כפרות) שטעלט אייך פאר בלויז איין הכנה קאסטן, פאר טויזענעט מענטשען. מיליאנען מענטשען האבן זיך געדרייט לייזיג און קרעציג, הונגעריג און באמאכט, אזש מ'קען זיך גאר נישט פארשטעלן. וואו זענען דאן געווען געווען די אלע הומאנעריאיסטישע פארזארגער? ווי איז דאן געווען ענקער רחמנות? קיין פיפס האט מען נישט געהערט פון די בני נח...די מעכטיגער אמעריקאנער עיר פארס האט ניטאמאל געוואלט מנדב זיין איין קליינע באמבעלע צו צושטערן די גריצלדע באן שינעס וועלכע האבן געפירט שווערע טויזענטער מענטשן צו די שחיטה טעגליך.[/justify]

אט איז ווי א חסידישער דיכטער לייגט אראפ דעם גרויסן חורבן, שטייענדיג נאך אונטערן שאטן, פון די שווארצע קומענעס פון די רייכענדיגע קרומעטאריומס פון גרעסטן גיהינום אויפן ערד-קוגל אוישוויטץ

אוי ווי גרויס זענען מיינע וואונדען,
מאמעניו וואו ביסטו פארשוואונדען.
דו ביסט אזוי אהינגעקומען,
אפילו אויפן בית הקברות נישט צו געפונען.

מוצאי שבת קודש ביי בורא מאורי האש,
פאלט פון מיר שטיקער פלייש.
ווי איך טו מיך דערמאנען,
ווי עס האבען געברענט די אוישוויצער פלאמען.

מקנא בין איך א יתומ׳ל וואס שטייט ביי א מצבה׳לע,
און קען זיך דארט אויסגיסן זיין ביטערע הערצעלע.
איך קען נישט זיין אויף קבר אבות,
ווייל דאס פייער איז געווען דער מלאך המוות.

געגאנגען צו די שחיטה ווי די רינדער,
געפאלן א קרבן מיט די קליינע קינדער.
אותו ואת בנו פארברענט אין איין טאג,
מער קיין זכר פון זיי נישט דא.

געבליבען א יתומ׳ל אליין,
קיין מאמע קיין קבר קיין מצבה שטיין.
אוועק גערויבט דאס גאנצע חיות,
נישט דא קיין קדיש און קיין משניות.

אוי וועלן מיר אלע האבן א זכיה,
ווען די אלע קדושים וועלן אויפשטיין צו תחיה.
דעמאלט וועט זיין והשיב לב בנים על אבות,
הקדוש ברוך הוא וועט שעכטן דעם מלאך המוות.

מיט צער בעל החיים זענט איר פארנומען? די גרעסטע נאצישע פירער, זענען אין די סאמע זעלבע צייט ווען זיי זענען געווען העפטיג פארנומען צו צוגרייטן די בוי-פלענער פון טערבלונקע, מיידאנאק, בעלזשיץ און אוישוויץ-בירקאנו, גלייכצייטיג געווען פארנומען מיט צער בעלי חיים קרעפליך. די פארשאלטע נאצישע הינט בארמאן, געבעלס, דער פעטצאו גארונג, דער המן שטרייכער, זענען אלע געווען העפטיג אקטיוו אין גענוי אזעלכע גרופעס ווי ענקערע.

ווי דער אלטער פון קעלעם האט אמאל געטייטש ווען ער האט געזען א דייטש קושן זיין כלב. זבחי אדם עגלים ישקון מ'שחט מענטשען און מ'קושט הונט. סארא היפאקריטיע...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר