העי! כאפ מיר נישט ביים ווארט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

העי! כאפ מיר נישט ביים ווארט!

הודעהדורך שושן פורים » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:34 am

אין די היינטיגע וועלט פון דיפלאמאטיע ווען פילע פרובירן צו גיין צווישן טראפן אדער צוליב סיי וועלכע אנדערע סיבה קומט אסאך מאל אויס זיך צו באגעגענען מיט נייעס שרייבער, באריכטער, רעדנער, מציבות שרייבער, וכדו' וועלכע זעענדיג זיך אין א דילעמא מאיזה סיבה שהוא קומען אויף מיט אייגנארטיגע שעפערישע אופנים צו שרייבן אדער באריכטן.

די ערשטע ביישפיל וואס קומט אויפן געדאנק איז די מציבה פון אדמו"ר מהרנ"ץ מ'באבוב ז"ל וואס על פי צוואתו האט מען נישט געטארט שרייבן קיין שום שבחים אדער טיטלען, זענען די מציבה שרייבער אויפגעקומען אז מען וועט שרייבן פ"נ ר' נפתלי צבי דערנאך בן א טוץ פון טיטלען אויפן טאטן און דערנאך "אבד"ק באבוב" אין גרויס, פארן פשוט'ן אויג קוקט אויס ווי עס גייט ארויף אויף איהם, אבער מהרנ"ץ קען קיינעם נישט קומען אין חלום מיט טענות ווייל הלמאי, מען האט עס בלויז געשריבן אויפן טאטן.

אויסגעשפילט די סיסטעם!

א נישט ממש ענליכע עפיזאד אבער דאך פון די זעלבע קאטעגאריע האב איך נעכטן באמערקט ווען איינע פון די אפיציעלע נייעס באריכטער אינערהאלב די סאטמאר מהר"א פארטיי, "סאטמאר לייוו" אויף טוויטער האט באריכטענדיג איבער די פטירה פון הרב אלי' כ"ץ ז"ל רב אין שיכון קרית יואל ב"ב, זיך געטראפן אין א שטיקל דילעמא, פון איין זייט האט איהם דער אלטער רבי (בעל דבר"י-ויא"מ-על הגאולה-גחלי אש) געשטעלט אלץ רב נאכן פטירה פון זיין טאטן בשנת תשל"ה, פון די אנדערע זייט איז די פנים פון די פארטיי די לעצטע צוויי צענדליג יארן, עכ"פ ביז נישט צו לאנג צוריק הרב חיים צבי מייזליש, הרב כ"ץ האט אין די לעצטערע יארן געטראגן א טיטל אן א מיטל, לויט געוויסע האט ער גאר מער נוטה געווען צו צד מהרי"י אבער מען האט איהם קיינמאל אפיציעל אפגעזאגט פון זיין פאזיציע.

איז מען געגאנגען בשיטת באבוב און געשריבן "בד"ה, הגה"צ ר' אלי כ"ץ, בן הגה"צ ריסקעווע רב, רב קר"י ב"ב, דער טאטע איז דאך כו"ע מודה געווען רב דארט, והכל על מקומו יבא בשלום במהרה ובניקל, ונאמר אמן.

קיינמאל קיין ערגערע דאגות.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:38 am

.
בייגעלייגטע פיילס
bobev-two-w.jpg
מציבת אדמו"ר מ'באבוב
Screenshot_20180920-115646_Twitter.jpg
די סאטמאר לייוו טוויט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 658 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:58 am

ווער האט מספיד געווען?
ר' חיים הערש? ער איז דאך נישט מרבני הקהילה
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט