העי! כאפ מיר נישט ביים ווארט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

העי! כאפ מיר נישט ביים ווארט!

שליחה דורך שושן פורים »

אין די היינטיגע וועלט פון דיפלאמאטיע ווען פילע פרובירן צו גיין צווישן טראפן אדער צוליב סיי וועלכע אנדערע סיבה קומט אסאך מאל אויס זיך צו באגעגענען מיט נייעס שרייבער, באריכטער, רעדנער, מציבות שרייבער, וכדו' וועלכע זעענדיג זיך אין א דילעמא מאיזה סיבה שהוא קומען אויף מיט אייגנארטיגע שעפערישע אופנים צו שרייבן אדער באריכטן.

די ערשטע ביישפיל וואס קומט אויפן געדאנק איז די מציבה פון אדמו"ר מהרנ"ץ מ'באבוב ז"ל וואס על פי צוואתו האט מען נישט געטארט שרייבן קיין שום שבחים אדער טיטלען, זענען די מציבה שרייבער אויפגעקומען אז מען וועט שרייבן פ"נ ר' נפתלי צבי דערנאך בן א טוץ פון טיטלען אויפן טאטן און דערנאך "אבד"ק באבוב" אין גרויס, פארן פשוט'ן אויג קוקט אויס ווי עס גייט ארויף אויף איהם, אבער מהרנ"ץ קען קיינעם נישט קומען אין חלום מיט טענות ווייל הלמאי, מען האט עס בלויז געשריבן אויפן טאטן.

אויסגעשפילט די סיסטעם!

א נישט ממש ענליכע עפיזאד אבער דאך פון די זעלבע קאטעגאריע האב איך נעכטן באמערקט ווען איינע פון די אפיציעלע נייעס באריכטער אינערהאלב די סאטמאר מהר"א פארטיי, "סאטמאר לייוו" אויף טוויטער האט באריכטענדיג איבער די פטירה פון הרב אלי' כ"ץ ז"ל רב אין שיכון קרית יואל ב"ב, זיך געטראפן אין א שטיקל דילעמא, פון איין זייט האט איהם דער אלטער רבי (בעל דבר"י-ויא"מ-על הגאולה-גחלי אש) געשטעלט אלץ רב נאכן פטירה פון זיין טאטן בשנת תשל"ה, פון די אנדערע זייט איז די פנים פון די פארטיי די לעצטע צוויי צענדליג יארן, עכ"פ ביז נישט צו לאנג צוריק הרב חיים צבי מייזליש, הרב כ"ץ האט אין די לעצטערע יארן געטראגן א טיטל אן א מיטל, לויט געוויסע האט ער גאר מער נוטה געווען צו צד מהרי"י אבער מען האט איהם קיינמאל אפיציעל אפגעזאגט פון זיין פאזיציע.

איז מען געגאנגען בשיטת באבוב און געשריבן "בד"ה, הגה"צ ר' אלי כ"ץ, בן הגה"צ ריסקעווע רב, רב קר"י ב"ב, דער טאטע איז דאך כו"ע מודה געווען רב דארט, והכל על מקומו יבא בשלום במהרה ובניקל, ונאמר אמן.

קיינמאל קיין ערגערע דאגות.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר