גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב זיך אביסל געקווענקלט צי איך זאל עפענען דעם אשכול, אבער עס דרוקט מיר שוין אפאר וואכן, איך פיל די צורך ארויסצושרייען מיין בויך-וויי ברבים, החרש לא אוכל...

דעם פארגאנגענעם יוהכ"פ ביי די ערב יוהכ"פ דרשה, האט האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א מעורר געווען איבער דעם גזירת החינוך וועלכע שוועבט איבער אונזערע קעפ.

מיר וועלן איבערגעבן דעם מיקראפאן פאר אונזער אפיציעלער ווארטזאגער בחצר הקודש:

לאקש האט געשריבן:יום הקדוש בצל הקודש:

אום פערטל צו 8 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די דרשה אנגעטון בבגדם של צדיקים, מיטן טלית, בעקישע און קיטל פון רביה"ק זי"ע, מיט די גארטל פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה.
דער רבי איז ארויף אויפ'ן ארון קודש געזאגט א תפילה קצרה, דערנאך אנגעהויבן די דרשה בקול דממה דקה...
במשך די דרשה האט די רבי מעורר געווען אויף די צניעות ביי די נשים, אז די אחריות ליגט אויף יעדע טאטע אכטונג צו געבן, אין עס איז א חלק פון די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך.

דערנאך איז ר' משה גבאי געגאנגען פתיחה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן די ספר תורה פונעם הייליגן צאנזער רב. דער רבי האט מעורר געווען נאכזאגנדיג פון צדיקים אז ווען די שלטון איז גוזר א גזירה איז עס א סימן אז מען איז נכשל אין די זאך, האט דער רבי געזאגט אז מען זעט אז די ממשלה איז גוזר גזירות אויפ'ן חינוך איז א סימן אז אונז האבן מיר א חסרון אין לימוד התורה.


איר לייענט וואס דא שטייט? מהרז"ל טענה'ט אז דער פראבלעם איז א חסרון אין לימוד התורה!

איין מינוט. לאמיר אריינטראכטן. דא רעדט א רבי וואס ער זעלבסט האט איינגעפירט אין זיין קהלה שיעורי תורה לייק נעווער ביפאר. און ער איז נישט די איינציגסטע, אזוי פיל קהלות טוען די זעלביגע, א שטייגער ווי דרשו ארגאניזאציע וכדו', און מען לערנט נישט נאר גמרא, נאר אויך הלכה און מוסר, די שולן זענען געפאקט עד אפס מקום, הונדערטער אידן לערנען און פארהערן זיך, און דער רבי זאגט אז יעצט האט דער רבש"ע געשיקט די גזירה ווייל עס איז פאראן א התרשלות אין לימוד התורה? אתמהה!

אחוץ אויב ער מיינט זיך זעלבסט, אז ער דארף א תיקון אין זיין התרשלות פון לימוד התורה...? דאן פארוואס איז די גזירה אויף גאנץ יהדות אמעריקע? ;)

לאמיר זעהן. השי"ת שיקט זיינע זאכן מדה כנגד מדה. דער רבי אליין האט דאס דערמאנט בתוך דבריו, נאכזאגענדיג "בשם צדיקים" אז ווען די שלטון איז גוזר א גזירה איז עס א סימן אז מען איז נכשל אין די זאך. נו, וואס האט "גזירת החינוך" שייכות מיט לימוד התורה? איז דען דא א גזירה אז אידן זאלן לערנען ווייניגער? מען זאל צענזורירן ספרים? מען זאל פארברענען ש"ס? עס איז דאך א "גזירת חינוך"!

לאמיר אנאליזירן און זעהן וואספארא חסרונות איז פאראן אין אונזער חינוך און וואס השי"ת וויל אפשר פון אונז.

    - אפשר איז עס די ענין פון זיך ווארפן מיט קינדער און בחורים אין די מוסדות וואס דארף א זאפארטיגן תיקון? נאר אננעמען מצויינים אדער בלויז קינדער פון אייגענע קהלות און לאזן אנדערע אויפן וואסער?
    - אפשר איז עס די ענין פון אריינגעבן פאלשע אידישקייט און זיין כסדר ביזי בלויז מיט זייטיגע גדרים ווי צניעות און סמארטפאון'ס, אנשטאט אריינגעבן ווארעמקייט אין אידישקייט, א שבת ויו"ט, אביסל אמונה?
    - אפשר אז מען איז נישט מקפיד אויף "חנוך לנער על פי דרכו" נאר מ'איז מחנך צענדליגער טויזענטער קינדער אין א וואן-סייז-פיט-אלל באקס וואס איז אוממעגליך נישט איבערצולאזן הונדערטער אוועקגעפאלענע און אומצופרידענע קינדער וואס האבן שפעטער פיינט אידישקייט?
    - אפשר די וועג ווי אזוי מען איז זיך מטפל מיט איינעם וואס גייט נישט 100% אין שפאן, ווי מען ווארפט זיך מיט זיי כאילו זיי וואלטן געווען א הונט, און יעדער וואס וואגט זיך צו זאגן א ווארט אנדערש ווי די עסטאבלישמענט ווערן אפגע'פסק'נט לחרפה ולדראון עולם?
    - און אפשר, אפשר, אויב מען מעג זאגן, אפשר די חינוך אליינס איז ליידער נישט כמו שצריך, מיט א פאלשן תירוץ פון נישט משנה זיין די מסורה, לערנט מען בלעטער גמרא א גאנצן טאג פון אלס קינד ביז די חתונה, אן לערנען אזויפיל אנדערע וויכטיגע זאכן? (כ'רעד נישט פון ענגליש, כ'רעד פון לימודי קודש!)

איך פארשטיי אז די אלע זאכן קען מען נישט מעורר זיין ביי א יוהכ"פ דרשה, ווייל דאס איז נישט די דאגה פון די אלע מתפללים, דאס איז די דאגה פון די ראשי עם הקודש, די רבנים און מנהיגים.... און קיינער איז זיי קיינמאל נישט מעורר...
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר