כח הצמצום כיצד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

כח הצמצום כיצד

שליחה דורך קל וחומר »

שטעלט אייך פאר אז איין שיינעם טאג קומט אריין אין די נייעס עפעס גאר מערקווערדיג, נעמליך, ארכעאלאגען האבן באוויזן צו לייגן א האנט אויף א בריוו געשריבן דורך משה רבינו זעלבסט! אלעס שטימט, די יארן, די כתב פון יענעם דור, אינטערגעשריבן דורך דער פירער פון די קינדער פון ישראל וכו', בקיצור א הונדערט פראצענטיג אויטענטישע בריוו פון רבינו משה בן עמרם.
עס איז נישט קיין ספק אז דאס וואלט געצויגען אינטערעסע ביי מיליאנען מענטשן איבערן גארער וועלט, ק"ו ביי אידישע אפשטאמיגע, ק"ו בן בנו של ק"ו ביי פרומע אידן וואס היטן און לערנען תורת משה.

איין פראבלעם נאר, די ארכעאלאגען וואס האבן אנטדעקט דעם בריוו ווילן נישט ארויסגיבן איר אינהאלט כדי נישט צו רעדוצירן איר ווערד.
אזויפיל יא, פאר אן אפצאל פון הונדערט טויזנט דאלאר קען מען כאפן א בליק דערויף פאר בלויז פינף מינוט.
ס'איז קיין ספק נישט אז אסאך מענטשן וואלטן געצאלט פאר דעם, נישט נאר גבירים, נאר אויך פשוטע מענטשן וואלטן אוועקגעלייגט זייערע שווערע געהארעוועטע געלטער צו קענען א בליק טוהן אויף דעם היסטארישן אומשאצבארע אוצר, וואס איז נישט סתם נאך א היסטארישע דאקומענט, נאר גאר נאך א בליק אינעם דמות פון דעם גרעסטען ביי כלל ישראל פון א גאנץ נייעם פערספעקטיוו!

האט איר אמאל אריינגעקלערט אז די חומש וואס מיר לערנען פון יונגווייז אן איז אט דאס?
נו, פארוואס זעהט מען נישט אינגעלייט לויפן צום ביהמ"ד צו גיין מעביר סדרה זיין? פארוואס איז עס א גאנצע אפקומעניש צו ענדיגן חומש רש"י יעדע וואך?

עס איז באקאנט אז נאכדעם וואס הג"ר מאיר שפירא זצ"ל האט אפירגעברענגט דעם רעיון הדף יומי האט ער געבעטן דעם אמרי אמת צו אנהייבן לערנען דעם דף און אזוי ארום וועלן די חסידים נאכטוהן, וכך הוה, ס'דערציילן חסידים וואס זענען געווען דערביי אז עס איז געווען בלויז א מינימאלע צאל פון גמרות לעומת בערג פון חסידים, און יעדער האט געוואלט לערנען דעם זעלביגן בלאט, האט מען געמאכט לאנגע שורות וואו חסידים זענען געשטאנען פאר שעות לאנג צו קענען לערנען דעם בלעטל וואס די רבי לערנט.

עס איז דא א באקאנט ווארט פון הג"ר ישראל סאלאנטער זצ"ל אז ווען א מענטש זעצט זיך לערנען א בלאט גמרא זאל ער מצייר זיין ווי דאס איז דאס איינציגסטע בלאט גמרא, און ער האט בלויז נאך איין שעה צו לעבן און אז ער איז דער איינציגסטער מענטש אויף דער וועלט.

די תירוץ אויף אונזער קשיא איז פשוט, עס ווענד זיך אין סופליי ענד דעמענד.
א בלאט גמרא איז אינטערסאנט ווען זי איז שווער צו באקומען, א טעם אין עוה"ז איז אויך נאר אויב זי איז נישט צו אפט. תענוג תמידי אינו תענוג.

וואס יא?
מען דארף זיך אליינס מאכן גרעניצן און קאנטראלירן לויטן געברויך.

עצות למעשה קענט איר שרייבן אין א תגובה.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר