רייזעס מיטן בעל שם טוב אין די לאנגע ווינטער מוצאי שבת:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

רייזעס מיטן בעל שם טוב אין די לאנגע ווינטער מוצאי שבת:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער זון ווענדעט זיך שוין מיט האסטיגע טריט צום מערב ריכטונג פונעם הימל, און דער פייער-רויטער זון אונטערגאנג-הימל צייגט דייטליך אז דער הייליגער שבת קומט שוין אט אט צו איר ענדע. די אידן פון מעזשעבוזש איילן זיך מיט שנעלע טריט אין שוהל אריין, חלילה נישט צו פארפאסן די שפעטע שבת מיטאג מנחה.

רבי ישראל בעל שם טוב שטייט שוין אויף זיין באשטומטער ארט אין בית המדרש, ווען אן ערענסטע מינע איז אויסגעגאסן אויף זיין הייליגער געזוכט, מ'זעט באשיינפערליך ווי דער הייליגער צדיק שוועבט אצינד אין די העכערע ספערן, און זיין גייסטרייכער נשמה איז פולשטענדיג אנגעבינדן אין די פארבארגענע וועלטן, וועלטן פון וועלכע מיר פארמאגן גארנישט קיין באגריף.

אט קומט שוין צו גיין דער גרייז-גרויער זקן רבי וואלף קיצעס, ער איז טיף פארזינקן אין א טיפער חסידישע דיסקוסיע מיט זיין לאנג-יעריגער בוזעם-פריינד רבי דוד לייקעס. רבי יעקב יוסף דער זאגער פון פולנאה פארנעמט שוין זיין באשטומטער זיך ארט אויף מזרח, און רבי צבי סופר גארטלט זיך שוין אן מיט זיין ברייטען ווייסן גארטל, און רבי נחמן פון הארדענקא ציעט אריין א טיפער שמעק טאביק אזש ס'קיצעלט אים שוין די נאז, רבי בערל דער מגיד פון מעזריטש פארענדיגט אקוראשט זיי טעגליכער תהילים קוואטע, מיטאמאל שרייט דער הייליגער בעל שם טוב אויס וידבר...און דער באשטומטער ש''ץ רבי יעקב קאפל פון ליקאוו טרעט ספאנטאן צו צום עמוד, און מ'שטעלט זיך דאווענען מנחה מיט גרויס מענדעטאַציע.

מ'פאר ענדיגט שוין מנחה, דער בעל שם טוב זעלבסט האט אקוראשט פארענדיגט דעם לעצטן קדיש יתום, און דער עולם וואשט זיך צו שלוש סעודות. א שטאקיגע געהיימפולער פינסטערנישט באהערשט דאס קליין בית מדרש'ל, אזש קיין שטראל פון מאטריאליסטישע ליכטיקייט שפראצט נישט אריין. דער עולם זיצט שטיל און געשפאנט אויף די באשטומטע ערטער, און קיינער וואגט זיך נישט ארויס קיין ווארט פון מויל, דאס הייליקייט פונעם מאמענט שפירט זיך גאר שטארק אין די לופט. דער עולם ברימט זיך שטיל אונטער די הייליגע מענדעטאַציע לידער פון שלוש סעודות, און דער רבי דער בעל שם איז ווי זיין שטייגער אין גאנצן באהאפטן צו די העכערע ספערעס... אט הייבט דער בעל שם טוב אן צו זאגן הימעלישע תורה אויף זיין איינגארטיגן שטייגער, און דער עולם לייגט פארזיכטיג צו די אויערן חלילה נישט צו פארפאסן אפילו קיין איין איינציג ווארט פון זייער הייליגן רבי'ן.

מ'בענטש ברכות המזון און מ'דאווענט אפ מעריב, און דער הייליגער בעל שם טוב מאכט הבדלה מיט הויכע יחודים ווי זיין שטייגער, דאן זינגט רבי יעקב קאפל פאר דעם המבדיל מיט גרויס געפיל, און דער עולם צוגייט זיך מיט געהויבענע געמיטער. אבער נישט אויף צו לאנג...א קנאפע שטונדע נאך הבדלה איז דער עולם שוין צוריק פארזאמלט אין בית המדרש צו מלווה מלכה.

איי איי איי א מלוה מלכה אינאיינעם מיטן הייליגן רבי'ן דער בעל שם טוב... ווער קען דען דאס שילדערן, די דערהויבנקייטן פון די דאזיגע הייליגע גייסטרייכע מאמענטן... אוי... נאסטאלאגיע...
די תלמידים וואשן זיך צו פרישע בילקעס, וועלכע ווערן אראפגעווישט מיט עטליכע עקן געזאלצענע הערינג, די גראנדיעזע פלעשער מעיד ווערן בליץ שנעל אויסגעליידיגט, מ'ווינטש זיך לחיים מיט פרייליכע הערצער, די הייליגע מיסטיריעזע געשיכטעס וואס דער בעל שם טוב פארציילט ברענגט אריין אין די צוהערער א טיפע נאסטאלאגיע און בענקשאפט צום ליכטיגן אמאל, מ'זינגט און מ'טאנצט מיט גרויס דערהויבנקייט ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן. ערשט ווען מ'הערט שוין דעם פרי-מארגן האן קרייען קו-קו-רי-קו... צוגייען זיך די אנוועזנדע מיט גאר געהויבענע געמיטער.

אבער נישט די בעל שם טוב מיט זיינע גאר נאנטע תלמידים... ביי זיי הייבט זיך ערשט די נאכט אן.

דוד...ווענדט זיך דער בעל שם טוב צו זיין נאנטער תלמיד רבי דוד לייקעס, גיי זאפארט רופן אלעקסיי. דער אלעקסיי איז געווען דער לעגאנדארער בעל העגלה פונעם הייליגן בעל שם טוב, ער האט געהאט זיין באשטומטע אויפגאבע צו פירן דעם הייליגן בעל שם טוב אויף זיינע אונטערערדישע געהיימפולע רייזעס איבער די קיטובער בערג...רייזעס וועלכע זענען געווען איינגעהילט אין מיסטיריע. אט קומט דער האלב אנגעטרינקענער אלעקסיי צו גיין מיט זיינע גראבע רוסישע שטיוול, דאא ראבין, זאגט ער מיט א אונטערטעניקטע שטומע. אלעקסיי, שפאן זאפארט איין דעם וואגן מיר לאזן זיך שוין ארויס אויף א אויסנאמליכער לאנגע רייזע, זאגט אים דער הייליגער בעל שם טוב. אלעקסיי איז געווען גוט מושטירט נישט צו פרעגן די ענדגילטיגע דעסטענאציע פון די רייזע. ער שפאנט גלייך איין דעם וואגן, און דער בעל שם טוב מיט זיינע באגלייטער פארנעמען זייערע ערטער אויפן וואגן. און ווען דער עולם איז שוין פולקאם גרייט, גיבט אלעקסיי א געזונטער שמיץ פארן פערד, און היידא...דער פערד הייבט באלד אן צו לויפן אין א ווילדער גאלאפ איבער בערג און טאלן. אלעקסיי זעהט באלד ווי זיין לאנג-יאריגער עקספערטיז אלס א בעל העגלה איז דא אינגאנצן נישט וויכטיג, ווארום ס'האט אויסגעזען ווי די פערד זעלבסט ווייסן גענוי זייער דירעקציע. אלענפאלס, ער הילט זיך באלד איין אין זיין פויערישער מאנטל, ער מאכט זיך צו רעכט די וואנצן מיטן קוטשמע זיינעם, און זינקט באלד איין אין טיפען פויערישער שלאף מיט די באגלייטונג פון הויכע כראפערייען, אזש די הערשן און די שאקאלן מאכן באלד פריי דעם וועג פאר שרעק.

הנה מה טוב ומה נעים ברודער.....שבת אחים גם יחיד ברודער.... הערט זיך א הארציגער געזאנג פונעם וואגן...

די רייזענדער פארברענגן גוטמיטיג אינאיינעם, ס'איז א שטאק טינקעלע קאלטער ווינטער נאכט, און פראסטיגער רעגן שמייסט אין פנים, ס'פילט זיך ווי דער וואגן שוועבט ווירקליך אין די לופטן. דער בעל שם טוב זעלבסט זיצט אויף זיין ארט אין גאנצן אריינגעטאן אין זיינע הויכע געדאנקן, ווען כמארעס פון רויעך גייען נאכאנאנד פון זיין לאנגען לילקע ציבעך...די רייזענדער וואגן זיך נישט צו שטערן זייער הייליגען רבי פון זיינע טיפע געדאנקן... נאך א לאנגע אויסגעמאטערע רייזע איז מען ענדליך אנגעקומען קיין.......

יעדע וואך ערגץ אנדערש וואו.....

ס'וואלט ווען געווען א פאסיגער איינפיר, אז אין די קומענדיגע לאנגע ווינטער מוצאי שבתים...מיט צו נעמען די קינדער אויף אזא בעל שם טוב רייזע, יעדע וואך צו א באזונדערע דעסטענאציע...

סתם א גוטער געדאנק....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר