מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

שליחה דורך אויס מענטש »

מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?
ביי חסידישע אידן זענען פארהאן 4 ערליי מיני היטן 1) דער ברייטער פלאכער ביבער היט, 2) דער הויכער ביבער היט, 3) דער שטאפענער הוט, 4) און דער קריעת ים סוף הוט {גערופן ביי מאנכע ווינער היט}
די היטן זענען מער ווייניגער איינגעטיילט לויט די חסידות ווי מען באלאנגט, אדער אפשטאם פון ווי מען קומט,

וואלט איך געוואלט אויסשמועסן, אז לכאו' האט דאס בכלל נישט קיין פשט, ווייל מיין טאטע גייט אזא מין היט מוז איך אויך טראגן די היט, צו עס געפעלט מיר יא אדער נישט? וויפיל מאל זעהט מען א נייעם בחור'ל אנגעטון א הוט וואס זעהט אויס אויס ווי א שירעם אדער א הויכער טאפ אויף זיין קליינעם פנים, איך פארשטיי נישט מה נשתנה ? היט, פון רעקל, שיך, וואס יעדער קויפט לויט זיין געשמאק און גוסטע,
און נאכמער מען זאל קענען גיין וועלכע היט מען וויל, ווען מען וויל. פארוואס איז דאס געווארן א גזירה און חוק, און ווער עס טוישט א הוט הייסט ער א גאנצער משוגענער אדער אויבער חכם, און אין בעסטן פאל אביסל פאני,

איך וויל אביסל מסביר זיין ווי אזוי עס ארבעט דער סיסטעם פון היטן.

למשל דער פלאכער ביבער היט: הייסט א פרום היטל, און פילע וואס טראגן דאס בעול ובכפי' זיכן צו זיין היט-לאז ווי מער, און אסאך מאל שטייט עס אויף זיי ווי א "פריזבי" אויפ קאפ ענדערש ווי א הוט, איז אויב אזוי מה חטאתי ומה פשעי אז מיין טאטע וויל אזוי גיין, וואס דארף איך וואס איך בין נישט ראוי איך זעה נישט אויס גוט עס איז מיר נותן טעם לפגם אויף זיך דרייען מיט דעם גרויסען שאטער,
צו איינער וואס קומט פון אר"י, מוזן יעצט אלע זיינע קינדער, גיין מיט ביבער היטן אין אמעריקא, אפי' זיי האבן שוין נישט, און ווילן שוין נישט האבן קיין שום שייכות מיט איזרעאליס?

און דער שטאפענער היט: איז דער אונגארישער באטשי היט, {איך בעט איבער אלע יוצאי אונגארן כבודם במקומם מונח}, דער היט סטעמפעלט אפ גראד וואספארא חסיד דו ביסט פון ווי דו קומסט, עס איז אזוי ווי איך זאל טראגען א שילד אויף מיר איך בין א סאטמארער, פון וומ"ס אדער בארא פארק, און טאמער איינער למשל איז אויסגעוואקסן פון א בעל בתישער משפחה א כלי קודש, צו א דיין, צו א טוען רבני, צו סתם א שיינער איד, טאר ער נישט טוישן היט?!
ער מוז אויס זעהן ווי קאני לעמל? אז ער זעהט אויס מכובד'יגער מיט א הויכער הוט, אדער פלאכער הוט, בכל הכבוד זאל ער מעגן טוישן, און נישט הייסן א כבוד זוכער א אויפגעקלערטער וכו' וכו',

און אפי' ביי די ליטווישע איז דא איין מין היט נישט קיין חילוק ווי ער באלאנגט צו פון ווי ער שטאמט, דאס מאכט סאך מער סענס. אבער איז אויך נישט אינגאנצן לויט ווי אזוי יענער זעהט אויס, גיט א קוק למשל, אויף א קליינעם נייעם ליטוויש בר מצוה בחור, ער גייט מיט א היט וואס באדעקט ראשו ורובו, און זעהט אויס ווי א פולקאמער ראש ישיבה.

תכלית הדברים מיין אין איך, אז עס דארף זיין נארמאל, אז יעדער זאל גיין וועלכע היט אים שמעקט נישט קיין חילוק וואס זיין משפחה גייט, אדער וואס זיינע זיידעס האבן באקומען נא טשויס פון דעם אלטען קרויס היט סטאר,
א איד גייט מיט א הוט אלץ רעספעקט אזוי ווי אלע חשובע גויים פלעגן אמאל גיין, אויב אזוי וואס א חילוק וועלכע סארט היט ער גייט,

אדרבה לאמיר הערן דעם דעת הקהל און נאכדעם וועלן מיר זיך נעמען צו די שייטלעך וואס גייט אויך מיט עפעס אזא בחינה נאר דארטן איז דער חורבן אביסל גרעסער, ווייל דארטן דרייט זיך שידוכים און נאך פיל זאכן נאר אויף דעם ודו"ק
עוד חזון למועד
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.

דער אשכול פארמאגט 189 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר