ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 10:05 pm

ס'איז די לעצטע עטליכע יארן געווארן אין ..."סטייל"... אז ס'איז ארויפגעקומען א גרויסער טייל פונ'ם אידישן פאלק וועמענס מטרה און ציעל איז צו געבן חיזוק פאר צובראכענע הערצער צווישן אחינו בני ישראל...!

ס'זענען בליעה"ר דא א גרויסע צאל פון אט די מענטשן. כמעט ווי שוועמלאך נאך א רעגן. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

לאמיר נאר אננעמען 3 אידן פון אט די גרופ...ה"ה...ר' אלימלך בידערמאן שליט"א (וואס זיין יונגערער ברודער זעהט אז ס'איז א גוטע ביזנעס. הייבט ער אויך זיך אן אריינצולאזן אין אט די ליין. אין פארשידענע פארמס.)...!

הרב בנימין אייזנבערגער שליט"א. וואס ער שטאמט בכלל נישט פון קיין רעבישע אדער רבנ'ישע משפחה. (ס'נישט אז ס'איז א חיסרון. אבער דיבר הכתוב בהווה.). זיין טאטע שליט"א איז א איד א סוחר. ער האנדלט און מענעדזשט ריעל עסטעיט.

הרב יואל ראטה שליט"א. אן אייניקל פון הרב הגאון המקובל. פוסק הדור. ר' יחזקאל ראטה שליט"א. וואס ער איז מתחילה געווען רידזשעקטעד ביי זיין משפחה. ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד. א תלמיד פונ'ם מהרא"ש...!

לפענ"ד טוט ער די מערסטע אויף למעשה. און ער איז די מערסטע צוגענגליך פאר א יעדן איד. נישט דווקא פאר די נשברי לב. און ווער שמועסט נאך פון זיינע געוואלדיגע פעולות לטוב מיט די צובראכענע אידישע נשמות וואס די ..."עיני הדור"...האבן געלאזט ארומוואנדערן אין שמוץ און אין זומפ. און זיי האבן געזאגט אזוי ווי די זקני העיר ביי די פרשה פון עגלה ערופה..."עיננו לא ראו וידנו לא שפכו את הדם הזה"...!

הרב ר' אלימלך בידערמאן שליט"א. אויסער דעם פאקט וואס ער שטאמט פון גרויסן ייחוס. איז ער אויכעט א מענטש מיט זייער א ווארעם הארץ. און ער שפירט דעם צער פון א יעדן איד. זיינע דרשות זענען שוין היינט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט אין עטליכע שפראכן...!

איך קען פערזענליך א איד וואס איז אדורך זייער א שווערע תקופה אין ביזנעס. און ער האט נעבעך געליטן שווערע עקאנאמישע פראבלעמען. אויסער זיין פארלירן די גאנצע פארמעגן. האט ער אויך פארלוירן די דין תורה. און ועל כולם, האט ער געוואלט ווערן א שותף מיט זיין אייגענעם זוהן. מיט וועם ער האטציך שטארק געמוטשעט אלס בחור. (וואס איך בין אן עד ראיה) אין אן אויפגייענדע ביזנעס. און דער זוהן האט איהם ארויסגעווארפן פון שותפות מיט גרויסע בזיונות. אט דער איד שעפט חיזוק פון הרב ר' אלימלך בידערמאן. פון וועם ער באקומט די וועכנטליכע גליונות אנליין...!

הרב אייזנבערגער שליט"א: איך בין נישט צו שטארק באאיינדרוקט פון זיינע מעשים און פעולות. לויט ווי איך בין אינפארמירט איז ער בבחינת א ..."קאנטראל פריעק"...כ'ווייס נישט. אפשר האבן עס זיינע שונאים אויסגעטראכט...! אזויפיהל ווייס איך יא. אז זיינע אנהענגערס מאכן פון איהם א גאנצע..."עבודה זרה"...זיי גלייבן מער אין איהם ווי אין זיין מעסעדזש...!

רבותיי. ווער ס'ווייסט פון נאך אידן וועלכע זענען מחזקים. און זענען אפן אויף די געוועב. (אדער אפילו נישט) זענען געבעטן צו צו לייגן. אויך ביטע קאמענטירן אויף סיי וועלכן פון די מחזקים וואס זענען דא אויסגערעכנט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:48 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

Re: ווער פון די היינטיגע גורו'ס איז די מערסטע צו די זאך?

הודעהדורך טמיר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:30 pm

איז דא איינעם וועם מען קען ריפן און זיך דורכרעדן/ באקומען חיזוק? אומזינסט אהן אן אפוינטמענט. אויב יא, אפשר א טעלעפאן נומער ביטע?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

Re: ווער פון די היינטיגע גורו'ס איז די מערסטע צו די זאך?

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:26 am

אויב מ'רעדט פון קאנטראל פריעק איז ר' יואל ראטה די ערשטע אדרעסס
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:13 am

יהודי פשוט: דיין בילד און דיין חתימה זענען סותר דיין מעסעדזש. זיי מוחל שטיץ אונטער דיין טשארדזש מיט א ביסל פאקטן...! אנישט וועט דער מצב אויסזעהן ווי די נארישע, תמימות'דיגע אונגערישע אידענע אין וויליאמסבורג. וואס האט בשעת די מחאה אקעיגן ר' יואל ראטה געזאגט..."יולי ראוטה, מאח שעמו"...!

די באוואוסטע פאקטן, דערווייל ווייזן פארקערט...אז ער איז מעלה. ער ברענגט ארויף אידישע נשמות. די נדחי ישראל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:15 am

יעצט דערמאנט: דער סטיטשינער רבי, שליט"א. וועלכער האט זיין ביהמ"ד אויף 54 סטריעט אין בארא פארק...אבער, לויט ווי איך הער, איז זייער שווער צו צו קומען צו איהם. מכח כמה טעמים..,!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך גראף » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:28 am

רבי מאטל'ע זילבער'ס שול איז שוין נישט אויף 54 נאר אויף 61 און 17.
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 652 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:30 am

יישר כח. דו האסט נאך עפעס צו צו געבן פרטים. איבער דעם מהות. און אויפטוהען פונ'ם רבי שליט"א...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:39 am

דוכצאך אז אין די לעצטע פינעף צו צען יאהר זענען די משפיעים געווארען וועניקער בעיני הציבור און די גרויסע פירמע רביס זענען געשטיגען עשרת מונים. דער ציבור איז מכיר אז בזמננו, צו נושא בעול זיין מוסדות התורה וחסד, משפיע זיין תורה ויר״ש פאר תלמידים ותלמידות פון אלע יאהרגענג, און אוועקשטעלען כוללים און ערליכע בעה״בים בדרך הממוצע מיט נארמאלקייט כראוי איז אסאך שווערער ווי האלטן דרשות און זיין א צדיק בלויז אין פעלץ. די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים, פינאנציעלע אחריות פאר יחידים און פארן ציבור, און א מאנדטאט פון זייערע חסידים מנהיג צו זיין דאס עדה זייערע. די משפיע מאווומענט איז לדעתי אן עקספערימענט וועלכער האט פאר א וויילע געצויגען אפגעריסענע חסידים און האלבע ליטוואקעס וועלכער האבען ניט קיין מקום. סהאט זיך אויסגעלאזט א בוידעם צוליב דעם אז די משפיעים העלפען ניט די אנהענגער זייערע אין קיין שום הינזיכט נאר חיזוק בדברים אדער וואלקן קראצעדיגע דברי תורה פארלירענדיג די צוויי פיס פון די ערד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:03 pm

עס איז דא אסאך וואס צו טון פאר אידנ'ס וועגן. דער וואס האט די פעהיגקייטען צו בויען בנינים און מוסדות, טוט דאס. דער וואס קען זינגען לידער, טוט דאס. דער וואס קען גייען אין כנסת און עסקנ'ען, טוט דאס. און דער וואס קען הייבען די מוט פון אידן, טוט דאס. עס איז נישט קיין סתירה און נישט קיין מחלוקת צווישן די צוויי.

גראדע וואלט איך געוואלט וויסן צו די משפיעים האבען א לאנג טערמיניגע איינפלוס אויף א מענטש און א ציבור. א מענטש וואס קלינגט אן זיין חבר און רעדט אויס די הארץ אויף זיין ווייב, וועט אפשר הנאה האבען ווען זיין חבר איז מסכים צו אים, אבער העלפען העלפט עס א קאדאכעס. די משפיעים דארפען נישט נאר ווייזען אז זיי קענען סובל זיין מענטשען, נאר אז זייער הילף און חיזוק האלט אן די מענטש און שפעטער איז ער טאקע א געהאלפענער.

מו"ר מוואודרידזש שליט"א זאגט אלץ אז שקר אין לו רגלים, ד.ה. אין די שקר באוועגונגען, האבען זיי שטארק מורא אז די מענטשן וועלען זיי צום סוף אפלאזן, וואס טוט מען? די ערשטע זאך איז אז מ'האקט אפ די פיס, אין לו רגלים, מ'רעדט איין דעם מענטש אז אוועקגיין איז די ערגסטע זאך וואס מ'קען טון, און מ'מאכט זיכער אז יענער בלייבט דא. אמת דארף דאס נישט טון. עס קען שטעלן דעם מענטש אויף די פיס, און ווייטער קען ער אליינס גיין. ודפח"ח.

די פארטייען ארבעטן שטארק אז די משפיעים זאלן נישט מצליח זיין. אין איין פלאץ רודפ'ט מען, אין א צווייטע פלאץ דינגט מען אפ כמו פסיכולוג'ן צו וווייזן אז 'די אלע חברה וואס וואלגערן זענען נישט מצליח', אין א דריטע פלאץ מאכט מען אפ מסורת'ן וכדו'.

לגבי די אחים לבית בידערמאן, איך קען א פאר לעלוב'ער חסידים, וואס זיי זאגן אז לעלוב האט אלס געהאט א שארפקייט און א ביטול, און ר' נחמן פארטרעט דאס פיל מער. ר' אלימלך איז מער פון די היינטיגע סטיל משפיעים. איך מיין אז ר' נחמן האט טאקע בחורים, אזעלכע ר' מאטל זילבער סטיל אויבער-חכמים, אבער דאס איז נאר מיין איינדרוק פון אמעריקא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 12:33 pm

אבער למעשה דאס מאדעלל פון א פארטיי איז שטערקער מיט דעם אז עס ווערט דארט צוגעשטעלט בעיסיק קהלישע סערוויסעס און באדערפענישן פאר חצי חינם, און אויך חינוך און רוחניותדיגע צרכים מיט א מסורה פון ניגונים, נוסחאות, מנהגים, לומדות ,דברי תורה, מעשיות, דף יומי, וכדו׳ אויף א גאנץ א שיינעם אופן. ווען א איד דארף זוכן די אללע זאכען אליין איז ער בדרך כלל אויף געהאקטע צרות. דאס איינציגסטע תנאי וועלכער מוז זיין איז אז דער אדמו״ר זאל זיין א שטיקל ת״ח, א בעל מידות, און נישט מער ווי א דורכשניטליכר ירא״ש. די משפיע׳שע וועלט האלט נאך זייער ווייט פון דעם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 1:53 pm

@תורה ומדע.

איך זעה נישט ווי איינס האט מיטן צווייטן, קיין איינער פון ר' אלימלך בידערמאן'ס צוהערער זענען זיינע חסידים, מ'בלייבט ווייטער א סאטמערער, קלויזנבורגער, ליטוואק וכו' און מ'הערט רבי מיילעך'ן פאר חיזוק און אידישקייט, זאל ר' מיילעך מתיר זיין צו גיין צו די בחירות קלערסטו אז די סאטמורים וועלן אנהייבן גיין אין די מאסן? אדער אפי' רבי יעקב מאיר שליט"א איז גאר שטארק פארהייליגט, האט אויך נישט קיין למעשהדיג השפעה אויף די השקפה פון זיינע קוויטעל געבער אויב ס'איז זיך סותר צו ווי זיי באלאנגען.

געציילטע משפיעם וואס האבן געמאכט די חסידים 'זייערע' מוהרא"ש/ר"י ראטה און העלבראנץ.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:02 pm

תורה ומדע האט געשריבן:דוכצאך אז אין די לעצטע פינעף צו צען יאהר זענען די משפיעים געווארען וועניקער בעיני הציבור און די גרויסע פירמע רביס זענען געשטיגען עשרת מונים. דער ציבור איז מכיר אז בזמננו, צו נושא בעול זיין מוסדות התורה וחסד, משפיע זיין תורה ויר״ש פאר תלמידים ותלמידות פון אלע יאהרגענג, און אוועקשטעלען כוללים און ערליכע בעה״בים בדרך הממוצע מיט נארמאלקייט כראוי איז אסאך שווערער ווי האלטן דרשות און זיין א צדיק בלויז אין פעלץ.

זיסע חלומות, חלומות באספמיא.
דו ביסט טאקע א בעלזער חסיד וואס לעבט אין דיין בעלזער באבעל, אבער הער וואס א נישט-חסיד-פון-קיינעם זאגט דיך: די משפיעים ווערן נאר גרעסער בעיני הציבור פון יאר צו יאר.
ר' מאטל זילבער האט אין די לעצטע פינף יאר זיך אויפגעבויט א ריזן שול, מסתמא גרעסער פון ראכמיסטריבקא, פאר די אומצאליגע מאס אידן ("בארא פארקע" אידן!) וואס ווילן קונה זיין ביי א משפיע. און ער איז שוין א קיצונישע משפיע.
ר' מיילך בידרמן איז אין די לעצטע פינף יאר געווארן אזוי גרויס און זיין השפעה איז אזויפיל געשטיגן, אז נישט נאר חסידישע נאר אויך ליטווישע ישיבות און אפילו שטעט (ווי רכסים) רופן אים צו געבן זיינע שמועסן און אפילו פראווען שבתים מיט זיי. ווען ער וואלט געעפנט א שול, וואלסטו געפאלן חלשות ווי גרויס ער איז געווארן.
ר' מיילך האט געגעבן דעם גרין לייט פאר זיינע ברידער. אויב 10 יאר צוריק האט יעדער געוואוסט אז זיין ברודער ר' נחמן איז א צדיק, איז עס היינט נישט א ידיעה בלבד נאר ער האט א ריזן חסידות'ל וואס איז פארגלייבט אין אים און גיבט ארויס זיינע שיחות וספרים. זיין ברודער ר' חיים יוסף איז נאר באקאנט געווארן די לעצטע פאר יאר און יעצט קומען שוין ארויס אויך זיינע שמועסן. די דריי זענען משפיעים וואס זענען געווארן ריזיג די לעצטע פאר יאר - הגם פון ר' נחמן האט מען שוין געהאט געוואוסט נאך פריער.
יואלי ראטה, וואס פערזענליך גיי איך נישט שטארק פאר אים, איז פארט א געוואלדיגע כח וואס איז געווארן אזוי מאכטפול די לעצטע פאר יאר, אזש די מבצע המיליון אנליין האט קלארגעשטעלט וויפיל חסידים מעריצים און ידידים ער פארמאגט. א יונגערמאנטשיק וואס פירט א ריזיגע עדה, וואס האט אנגעהויבן גע'רודפ'ט אבער איז אריבער א וואונדערליכע רימעיקינג די לעצטע פאר יאר, און האט היינט א כח וואס ער האט נישט גע'חלומ'ט 5 יאר צוריק.
דאס זענען נאר געציילטע דוגמאות, טאקע וואס בערל האט געברענגט בתחילת האשכול, אבער אזוי איז באופן כללי מיט משפיעים די לעצטע פאר יאר. הייב אן מיט י' י' דזשעיקאבסאן ענד די ליסט גאוס אן ענד אן.
קריך ארויס פון דיין באבעל!


תורה ומדע האט געשריבן:די גרויסע רביס (די ערליכע)

די גרויסע רבי'ס די ערליכע? כ'הער גוט?
תרתי דסתרי.


תורה ומדע האט געשריבן:די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים

א מסורה אויף וואס?
מיין טאטע איז געזעצן אויף זיין שטול ללא סיבה און איך זיץ אויפן שטול ללא סיבה
מיין טאטע האט זיך געשלאגן מיט זיין ברודער און איך שלאג מיך מיט מיין ברודער
מיין טאטע האט אונטערדרוקט יחידים און איך אונטערדרוק יחידים
נאך א מסורה? הנהגה? עקספיריענס? (אפשר אין רשעות? הלכות גאלדענע בעקיטשע?) א הארץ? ס'איז נאך דא אזא בריה אין א רבישע גוף? מחזק זיין יחידים? דו ביסט פון קאפ געפאלן?...


תורה ומדע האט געשריבן:די גרויסע רביס (די ערליכע) האבען למעשה א מסורה פון הנהגה, מנהגים, עקספיריענס, א הארץ מחזק צו זיין יחידים, פינאנציעלע אחריות פאר יחידים און פארן ציבור, און א מאנדטאט פון זייערע חסידים מנהיג צו זיין דאס עדה זייערע.

א מאנדאט פון זייערע חסידים האבן זיי נישט. סך הכל האבן די חסידים נישט קיין אנדערע אויסוואל, און זענען מאכטלאז קעגן די פאר קנאקערס אין הויף וואס זענען קובע מסמרים בשטח און דער פשוטער חסיד קען זיך נישט אקעגנשטעלן. אבער אז דער פשוטער חסיד זאל פאקטיש געבן א מאנדאט פאר זיין רבי'ן? לכאורה האט קים יאנג איל געהאט א מאנדאט פון גאנץ צפון קארעא אז ער איז דער רבי פונ'ם לאנד.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1089 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:18 pm

תורה ומדע האט געשריבן:אבער למעשה דאס מאדעלל פון א פארטיי איז שטערקער מיט דעם אז עס ווערט דארט צוגעשטעלט בעיסיק קהלישע סערוויסעס און באדערפענישן פאר חצי חינם, און אויך חינוך און רוחניותדיגע צרכים מיט א מסורה פון ניגונים, נוסחאות, מנהגים, לומדות ,דברי תורה, מעשיות, דף יומי, וכדו' אויף א גאנץ א שיינעם אופן. ווען א איד דארף זוכן די אללע זאכען אליין איז ער בדרך כלל אויף געהאקטע צרות. דאס איינציגסטע תנאי וועלכער מוז זיין איז אז דער אדמו"ר זאל זיין א שטיקל ת"ח, א בעל מידות, און נישט מער ווי א דורכשניטליכר ירא״ש. די משפיע׳שע וועלט האלט נאך זייער ווייט פון דעם.

כבר מלתי אמורה באשכול זו, ולא אמרו רבנן בכפילא.

אבער דיינע פאקטן זענען נישט אזוי קרוב צום אמת. אין ב.פ. איז דא שיעורים אומעטום. ווער האט עס געגרינדעט? נישט פארטיי, נישט קיין צענטראלע ארגאניזאציעס, נאר יעדער וואס האט עס געדארפט, אדער יחידים וואס האבן געוואלט איינקאסירן עוה"ב (אזוי ווי הרב באלד). און אזוי אויך אין לעיקוואד, לאנדאן, ירושלים און מאנסי.

דיין גלויבונג דערמאנט מיר פון א מעשה מיט דער אינגעל וואס האט געהאט אן אויסוואל וועלכע פאך צו לערנען, אדער שניידעריי אדער שוסטעריי. צום סוף האט ער מחליט געווען צו ווערן א שוסטער. נאך פופציג יאר האט ער זיך באטראכט זיין לעבן, און א זאג געגעבן "נאך א מזל איך בין געווארן א שניידער. אין פופציג יאר איז קיינער נישט געקומען צו מיר באשטעלען א פאר שיך. שטעל זיך פאר איך לערן שוסטעריי, וואלט איך דאך אויסגעגאנגען פאר הונגער".

יא, דו זעסט א פארטיי וואס מאכט שיעורים, מיינסטו אז נאר פארטייען שטעלן צו שיעורים (וכו'). דערווייל ווען עס וואלט נישט געווען די פארטיי, וואלט געווען שיעורים און חדרים, כוללים און ישיבות. אפשר ניגונים נישט, הייסט'ס משפחת בידערמאן גיבען חיזוק, און משפחת טברסקי, הלברשטם, טייטלבוים, רוקח, אלתר וכו' שטעלן צו ניגונים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:29 pm

סארי ר׳ לייבל, אבער איר זענט מיסינג מיין פאוינט. די משפיעים כבודם במקומם מונח, (איך אליין האב אסאך יונק געווען פון ר׳ מאטלע׳ן שליט״א). אבער לאחר הכל, אפילו זיי פילען אהן א וויכטיקער נויט אינעם דור, וועלכער ליידט ליידער פון ליידיגקייט, זענען זיי נישט נושא בעול אין די אמתע צרכים הגשמיים והרוחניים. דאס סערוויס זייערס איז א גוטע סאפפלאמענט, אבער דאס פלייש און קארטאפל פון די צרכי הכלל ווערט אהנגעפילט דורך די גרויסע פארטייען, מיט אללע חסרונות. אמת, אויב די בני בידערמאן שליטא, למשל,עפענען אליין פארטייען וועלען זיי טוען א גוואלדיגע טובה פאר דאס עולם וועלכער לעכצן נאך זיי.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:38 pm

רבי צבי מאיר האט טאקע געגרונדעט א פארטיי, די פראבלעם איז אז דער מענטש קען נישט עכט פירען א קהילה אידען, יא ער קען זייער גוט שרייען און קלאטשען אבער פירען קען ער נישט
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 560 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 2:39 pm

תורה ומדע האט געשריבן:סארי ר׳ לייבל, אבער איר זענט מיסינג מיין פאוינט. די משפיעים כבודם במקומם מונח, (איך אליין האב אסאך יונק געווען פון ר׳ מאטלע׳ן שליט״א). אבער לאחר הכל, אפילו זיי פילען אהן א וויכטיקער נויט אינעם דור, וועלכער ליידט ליידער פון ליידיגקייט, זענען זיי נישט נושא בעול אין די אמתע צרכים הגשמיים והרוחניים. דאס סערוויס זייערס איז א גוטע סאפפלאמענט, אבער דאס פלייש און קארטאפל פון די צרכי הכלל ווערט אהנגעפילט דורך די גרויסע פארטייען, מיט אללע חסרונות. אמת, אויב די בני בידערמאן שליטא, למשל,עפענען אליין פארטייען וועלען זיי טוען א גוואלדיגע טובה פאר דאס עולם וועלכער לעכצן נאך זיי.

די סיבה פארוואס די דור ליידט פון ליידיקייט איז טאקע צוליב אט די פארטייען וואס די דערמאנסט.
פלייש און קארטאפעל שטעלען זיי שיין צו, די קרעדיט געב איך זיי. די פארטייען טויגען צו פלייש, בפרט בהמה'שע פלייש. איך קויף אפילו איין מיין ריב סטעיק אין סאטמאר פלייש געשעפט.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 560 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:07 pm

גדליה האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:סארי ר׳ לייבל, אבער איר זענט מיסינג מיין פאוינט. די משפיעים כבודם במקומם מונח, (איך אליין האב אסאך יונק געווען פון ר׳ מאטלע׳ן שליט״א). אבער לאחר הכל, אפילו זיי פילען אהן א וויכטיקער נויט אינעם דור, וועלכער ליידט ליידער פון ליידיגקייט, זענען זיי נישט נושא בעול אין די אמתע צרכים הגשמיים והרוחניים. דאס סערוויס זייערס איז א גוטע סאפפלאמענט, אבער דאס פלייש און קארטאפל פון די צרכי הכלל ווערט אהנגעפילט דורך די גרויסע פארטייען, מיט אללע חסרונות. אמת, אויב די בני בידערמאן שליטא, למשל,עפענען אליין פארטייען וועלען זיי טוען א גוואלדיגע טובה פאר דאס עולם וועלכער לעכצן נאך זיי.

די סיבה פארוואס די דור ליידט פון ליידיקייט איז טאקע צוליב אט די פארטייען וואס די דערמאנסט.
פלייש און קארטאפעל שטעלען זיי שיין צו, די קרעדיט געב איך זיי. די פארטייען טויגען צו פלייש, בפרט בהמה'שע פלייש. איך קויף אפילו איין מיין ריב סטעיק אין סאטמאר פלייש געשעפט.

מהיכי תיתי? איך קען שרייבען תילי תילים פון קריטיק אויף די פארטייען אויב דו ווילסט. אבער ס׳נישט קיין קונץ צו קריטיקירען. כל זמן די משפיעים זענען נאר משפיע, און נישט נושא בעול אין די יסודותדיגע צרכים הרוחניים והגשמיים, הכלליים והפרטיים, פונעם דור, זעה איך נישט דעם אלטערנאטיווער פראדוקט.
וואס מיינסטו, די קאמוירשעל אדמורים וואלטען נישט זיך געקענט דעוועלאפירען צו ווערען משפיעים? אוודאי וואלטען זיי דאס געקאנט, סאיז אסאך לייכטערע ארבייט! ס׳פאדערט נישט קיין גרויס געלט, מדארף נישט העלפען קיין יחידים מיט עצות פון פרנסה, רפואה, חינוך, וכדו׳, מדארף נישט זארגען פאר חינוך פון אללע סוגים פון תלמידים און שטובער. סך הכל דארף מען זיך פארגלייזען די אויגען, אפלאכען פון קוימירשעליזירטע חסידות, און זיך פארקויפן אלץ ״אמת זוכער״. איך ווארט צו זעהן איינע פון די משפיעים זאלען אויפטוען עפעס קראנט פארן דור!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:57 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

הודעהדורך אברך משי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:51 pm

גדליה האט געשריבן:רבי צבי מאיר האט טאקע געגרונדעט א פארטיי, די פראבלעם איז אז דער מענטש קען נישט עכט פירען א קהילה אידען, יא ער קען זייער גוט שרייען און קלאטשען אבער פירען קען ער נישט


דוכט זאך אז דער עולם פארפארט פון די נקודה. רוב פון אונזערע היינטיגע רבי'ס קענען נישט באמת פירן. כבודם במקומם מונח אבער רובא דרובא זענען לוקים בחסר צו ס'איז אין שכל, געלונגנקייט, מענטשליכקייט, הארץ, פארשטענדעניש, ועוד ועוד, גיי אדורך אלע אדמורי"ם איינס ביי איינס וועסטו זען אז זיי זענען נישט נבחר געווארן לעמוד ולשרת בראש העדה הקדושה מחמת זייער שלימות אין הנהגה. נאר וואס דען? דער פאקט האט זיך שוין אזוי אויסגעשטעלט אין אונזער סיסטעם אז אין א פארטיי המכונה "חסידות" זענען פארהאן אסאך אנ"ש וואס זענען מקריב לייב און לעבן און געלט און כח פאר דער מקום שהתפללו אבותי, ולכן אפילו דער רבי איז א מלך אביון וואס דו וואלסט עם נישט אויסגעוועלט אפילו צו זיין א נורסערי מלמד פון דיין יונגל אין חדר, וקל וחומר בן בנו של קל וחומר אז מיט זיין באצויברנדע-צוציאונגס-קראפט וואלט ער נישט געקענט האלטן אפי' א שיעור א' פון א ישיבה קטנה אין די ראמען פאר מער ווי פינעף מינוט, אבער פלוצלינג איז ער א מלך-ביופיו-תחזינה-עינינו און הונדרעטער און טויזענטער אידן שטייען גרייט אויף זיין באפעל און קלאטשן ווען ער קלאטשט און טרינקן מיט דארשט זיין שאלעשידעס-תורה וואס איז עפ"י רוב נישט ראוי לברכה (און ווען יא, האט עס דער פעהיגער חברותא פון דער רבי שליט"א געהאלפן צוגרייטן, און דער רבי האט דאס ביסל שיינקייט אפגעהארגעט מיט זיין שטומפיגע שפראך און ארימע קענטעניס פון ידיעת התורה. בדרך כלל).

לעומת זה ביים "משפיע" וואס דאס איז א פאסטן וואס קען נאר עררייכט ווערן (ע"פ רוב) דורך כשרון, ידיעות, חכמה, געפיל, וכדומה לזה, ווייל אז נישט הערט דיך קיינער נישט אויס, איז אבער נישט דא די גבאים מיט די משרתים ויוצר משרתים אז ס'זאל ווערן עפעס א מענטשליכע קהילה מיט מוסדות און בנינים, טאקע ווייל דער עולם גייט עסן פלייש און קארטאפל ביים רבין זאל זיין געזונד, און מ'קומט צום משפיע נאר אריינטשעקן ווען ס'גלוסט זיך אביסל ווארימקייט אין רוחניות, מ'געט זיך א טובל און ארויס, מהאי טעמא בלייבט דער משפיע וואס איז בדרך כלל א אמת'ער מנהיג מיט אלע קוואליפעקאציעס אויסגעשפילט, און דער רבי וואס טויג אויף כפרות קען טון ככל העולה על רוחו און ס'איז ממש א קב חומטין דהיינו שוואנצאנעס, און המוני אנשי שלומו וואס איז כולל אין זיך אויך תלמידי חכמים ויודעי ספר וואס קענען דעם רבין איינפאקן אין לינקע קעשענע צוויי הונדרעט מאל, זיי שטייען איבערגעבויגן מיט יראת הכבוד א קוש צו טאן די כפות ידיו הקדושות פון דער אומבאלימפערטער רבין, און זיי זענען מבטל זייער חוות דעת צום עומק חכמתו פון דער איד וואס משום מה וועט פסקענען אלע שאלות אין לעבן אנגעהויבן פון א נאמען געבן פארן רך הנולד ביז צו מאכן הארץ אפעראציעס.

וואלט נאר געווען היינט אזויווי אמאל ווען די חסידים זענען געפארן זיך וועלן א רבין וואס זיין דרך אין עבודת ה' איז זיי געפעלן, און דאס געלט און פעהיגקייט וואלט אריינגעפלאסן אין די מאסן צו הרב בידערמאן אדער הרב זילבערבערג וכדומה, נאך ווי ס'וואלטן געווען מוסדות און בנינים און פארטיגע פארטייען מיט אלע פיטשיווקעס, ווייל אויב ס'דא ווער ס'קען פירן און אויפטון איז עס זיי מער ווי אסאך אנדערע. הנלענ"ד כתבתי.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:03 pm

ווען הרבנים זילבערבערג אדער רוט, וואלטן געהייסן טווערסקי אדער טייטלבוים וואלטן זיי אויך נישט עומד געווען אין די אויגען פון די האסיגע מתנגדים. נאר יעצט אז זיי זענען אינעם אנדערן צד זענען זיי פלוצלונג אזעלכע מוכשרים.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:29 pm

איך מיין די סברא זאגט נישט אזוי. זיי קומען דאך מיט עפעס, זייערע מענטשן דארפן נישט רעדען פון 'זיך האלטן צוזאם' אז מ'זאל זיך צוזאם האלטן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8542
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:07 pm

הרב בנימן אייזנבערג שליט"א איז יעצט כהיום מער א משפיע ווי אן אדמו"ר. נאר מיט די צייט (לויט ווי די חסידים לויפן איהם נאך) וועט ער נאך ווערן א פולל-פלעדזש'ד רבי פון א חסידות. מיט פיהרן טישן וואו מ'טיילט שיריים פון קוגל און פירות טישן. א שטריימל קענמען סיי ווען קויפן פאר א 5 אדער 6 אלפים. ס'וועט נאך אפיהר קומען עפעס אן עלטער זיידע פון די מארמאראשער אדער גאליציאנער געגנט וועלכער איז איהם געקומען צו חלום אז ער זאלל אנהייבן נוהג זיין באדמורו"ת. און מ'וועט אי"ה אנהייבן בויען מוסדות. מיט אלע פיטשעוועקעס. דער ניי געקרוינטער אדמו"ר און זיינע אדיוטאנטן וועללן נאך ארויפלייגן א 6 באסעס אויפ'ן ראוד. כדי צו פיהרן די צאן קדשים אין חעידער אריין. און דאס וועט נאך מער פארשווערן און פארשטאטערן דעם אזוי אויך אנגעצויגענעם מצב פו טרעפיק אין די גאסן פון בורא ד'פארקע. (איך נעם א רעדזשיסטער'ד טרעיד מארק אויף אט דעם נאמען). מ'וועט באשטעללן די פאטאגראפיסטן פון די רעבישע פאטא-זשורנאללן זיי זאללן קומען אפפיקטשערן דעם רבי'ן אין אלע מצבים פון אידישן לעבן. למען ילמדו בני ישראל בינה...!

נ.ב.: איך מיין נישט איהם פערזענליך. כ'האב נאר געגעבן א שטיקל בילד וויאזוי א מצב קען זיך אנטוויקלען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:15 pm

@תורה ומדע: למעשה גערעדט, לאמיר זאגן אז די רבי פון לובלין וואלט היינט אוועק, און די חסידים לאזן זיך ארויס זוכן א נייע רבי, צו וועם וואלטן זיי געגאנגען?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2466
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 2:20 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@תורה ומדע: למעשה גערעדט, לאמיר זאגן אז די רבי פון לובלין וואלט היינט אוועק, און די חסידים לאזן זיך ארויס זוכן א נייע רבי, צו וועם וואלטן זיי געגאנגען?
איך גלייב אז זיי וואלטן געקומען צו מיר....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:34 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין די סברא זאגט נישט אזוי. זיי קומען דאך מיט עפעס, זייערע מענטשן דארפן נישט רעדען פון 'זיך האלטן צוזאם' אז מ'זאל זיך צוזאם האלטן.

ליטוואק, מיינסט טאקע אז די רביס פון קאממירשל חסידיות, א שטייגער ווי דער סטאלינער רבי, דער בעלזער רב, דער סלונימער רבי, דער מאדזיצער רבי, דער ראחמיסטריווקער רבי פארקויפען זעראו. איך גלייב נישט אז דו ביזט אזא מצומצם. איוב זיי וואלטן געווען בלויז משפיעים, און נישט רביס, וואלטן זיי געווען וייניגער פון ר יואלי ראט?! ;)
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:34 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום זונטאג דעצעמבער 02, 2018 3:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 563 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט