יעקב בחיר האבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

יעקב בחיר האבות

שליחה דורך קל וחומר »

האלטענדיג ביי די פרשיות וואס דיסקוסירן די אבות, איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק דעם באקאנטן מימרא פון חז"ל אז יעקב אבינו איז געווען די בחיר האבות.
האב איך פראבירט אביסל צו איבערגיין די לעבנס-געשיכטע פון די אבות און זעהן פארוואס טאקע יעקב זאל האבן פארדינט אט דעם טיטל.
אברהם אבינו איז טאקע געווען די טאטע און גרינדער פון אידישקייט אבער ווי נישט ווי איז ער נישט געווען די טיפיקל קינד. ער איז געווען אן אזוי גערופענער אויבער חכם, קלוגער פון אלע זיינע ארומיגע, ער האט פארשטאנען בעסער פון זיין טאטע.
ער איז טאקע געווען שטארק אויסגעצייכנט אין מידת החסד, אבער פארט איז דאס געקומען מיט א פרייז, ער האט געמאכט קומזיצן מיט שוואכע עלעמענטן און עס גע'כשר'ט דורך זינגען דאנק לידער צו גאט.
שפעטער ווען ער איז ארויף קיין מצרים איז געווען א גאנצע סקאנדאל מיט זיין ווייב, ווען טייל באשולדיגען אים פארן נישט אויסזאגן אז שרי איז גאר זיין את חיל.
זיין רייכטום איז אויך געווען א זאך וואס האט פארדראסן פאר אסאך צוקוקער, זיי האבן געהאלטן אז א רבי ברויך נישט האבן אזויפיל געלט.

איבער יצחק טרעפן מיר נישט קיין סאך, חוץ פון זיין שיינע שידוך מיטן דריי יעריג קאזינע, נישט פון די שענסטע משפחה, ער האט זיך טאקע אויסגעשטרעקט דאס האלז פאר גאט'ס וועגן, אבער ווען מען קוקט ביי די קינדער זעהט מען א פיפטי פיפטי, א יעקב מיט אן עשו. נו, וואלט ער דאך געקענט פארטרייבן דעם עשו אזוי ווי דער פאטער האט געטוהן מיט זיין ברודער ישמעאל, לא יעלה על הדעת. און נישט נאר דאס נאר ער האט אים גאר געגליכן מער פון זיין צדיק'ל יעקב! אויף אזוי ווייט, אז ווען ס'איז געקומען צו טיילן ברכות איז זיין החלטה געווען אז עשו איז דער וואס דעזערווד דעם פעקעדש.

יעקב איז שוין אינגאנצן אן אנדערן פרשה, דא זיצט ער און הארעוועט יומם ולילה, דא העלפט ער אינדערהיים מיטן קאכן, ער פארפלאנטערט זיך מיטן ברודער עשו פאר ברכות וואס איז זיך אים סייווי געקומען, און עשו וויל אים גאר הרג'ענען, ער אנטלויפט מיט די נשמה אין די הענט, מ'בארויבט אים פון קאפ ביז פוס, ער גייט לערנען פערצן יאר אין ישיבה! נאכדעם גייט ער צום פעטער לבן טרעפן זיין באשערטע, ער דינט דעם פעטער ערליכערהייט זיבן גאנצע יאר און וואס? מ'פאפט אים אויס מיטן שידוך, ער דארף יעצט ארבעטן פאר נאך זיבן יאר! ער שטעלט אויף א שיינע שטוב בדרך ישראל סבא ער האט איין קינד נאכן צווייטן, אבער די קינדער מאכן אים עגמת נפש, דינה האט זיך געטראפן א בוי-פרענד שכם, און ווען דער פאטער חמור וויל מאכן א פארמאלע חתונה טאקט, קומען צוויי ווילדע קינדער און שחט'ן אויס דעם גאנצן שטאט ווי דער חמור איז געווען מעיאר, נאכן זיי פייניגען מיטן מילה.

ענליך האט ער שוין דעם נחת קינד, א זוהן פונעם באליבטן רחל, הייבט ער אן צו דערציילן חלומות פאר די ברודער, זיי גלייכן עס בכלל נישט, קודם וויל מען אים הרג'ענען, די לעצטע מינוט האט מען מחליט געווען אז מ'פארקויפט אים אלס קנעכט און דעם פאטער לאזט מען איינרעדן אז ער איז א פארציקטער.
ער קומט ענליך אן קיין מצרים וואו ער טרעפט א נשקשה'דיקן שטעלע, וויל מען אים רעיפן, ווען ער אנטלויפט ווערט ער גאר באשולדיגט פאר עטעמפטעד רעיפ קלאגעס און אריינגעשליידערט אין טורמע, ווען ער איז פותר חלום פאר זיינע סעל מעיטס, פארגעסן זיי פון אים שפעטער.
בקיצור, א איד וואס האט מיט געמאכט פון יונגווייז אן און האט אויפגעשטעלט א שיינע שטוב לתפארת, זיך געשלאגן מיט א מלאך, געגאנגען אין גלות, פארלוירן דאס באליבטע צארטע ווייבל באלד נאכן געבורט פון א צווייטן קינד.
יעקב בחיר האבות!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר