צי זענען מיר בני מלכים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

צי זענען מיר בני מלכים?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס אז אונז זעמיר בני מלכים. אונז שטאמען פון אברהם יצחק און יעקב. און אונז האבן געהאט אזעלכע קעניגליכע אמהות. ווי שרה, רבקה, רחל און לאה. דאס איז זיכער. נאר די שאלה איז ווען ס'קומט צו ארבעטן. אויב אונז זעמיר גרייט אנצונעמען א יעדע ארבעט וואו מ'קען פארדינען געלט און מאכן שיין פרנסה. אדער האלטן מיר אז געוויסע (רוב) ארבעטן פאסןנישט פאר אונז. ס'איז נישט לפי כבודינו. זיך אנטון א בלויע העמעד און הויזן. און ארויסגיין טון אזעלכע ארבעט ווי קארפענטרי. (קאנסטראקשן) זיין אן עלעקטרישן אדער פלאמבער. אדער דרייוון פאר א קאר סערוויס.

אין די לעצטע פאר יאר האט זיך אריינגעכאפט אזא מין פארקרומטע מיינונג ביים היימישן עולם אז געוויסע ..."מלאכות"...פאסן נישט פאר א בעל בת'ישן יונגערמאן. למשל צו הייסן א ריעל עסטעיט סוחר. אדער צו האבן א פיש געשעפט. דאס פאסט שוין יא. די פראבלעם איז א צו זיין א ריעל עסטעיט סוחר דארף מען צו האבן א רייכן טאטן אדער שווער. און צו ארבעטן אין א פיש געשעפט אז באמת נישט איינס פון די געשמאק'סטע זאכן אין די וועלט. למשל ווען דער פיש סוחר קומט אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב. נאך פאר ער איז אריינגעקומען וויסט שוין דער גאנצער עולם אז ער קומט. אדער ווען ער גייט צו א חתונה. סיי ווער ס'קומט אריין אין האלל ווייסט אז דער פיש סוחר איז דא...!

כ'האב געליינט אמאל ערגעץ אז ביי א חתונה האט א געוויסע אידענע וואס איהר מאן איז געווען אן עלעקטרישן, זיך זייער שטארק געשעהמט ווען דער בדחן האט ביי א חתונה אויסגערופן די מערסטע מענטשן פון זייער משפחה. איינער איז געווען א כולל יונגערמאן. א צווייטער א מלמד. א דריטער א שוחט. אבער איהר מאן איז נאר געווען א פשוטו'ער בעל מלאכה...א לעקטערישן, רח"ל...! איזך האב טאקע שטארק רחמנות געהאט אויף איהר. אבער דער פראבלעם איז אז דער בדחן האט נישט געטויגט. ווייל א גוטער בדחן קען טרעפן שבחים אויף א יעדן איינעם. אפילו א מענטש וואס ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מ'מאכט אויף א גמרא. קעןער אויכעט זאגן אז ער האט א סאך שיעורים. און לא פסק פומיה מגירסא...! אויף א איד א שטיקל בעל גאווה קען ער זאגן. אז ער איז א גרויסער עניו. ...שייף עייל, שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...!

וואס האלט דער עולם? איז געווארן א שטיקל אכשר דרא. אז יונגעלייט זענען גרייט אנצונעמען סיי וועלכע ארבעט וואו מ'קען פארדינען אויף פרנסה. אדער האלט מען זיך נאכאלץ צו די איינגערעדטע חלומות. און מ'פארלאזט זיך אויף לופט געשעפטן און דריידלעך. ווי איידער זיין א נהנה מיגיע כפו. די גמ' זאגט דאך ...,גדול הנהנה מיגיע כפו. יותר מירא שמים!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר