נאך א מזל איך פאר נישט מיט חסידים אויף די טרעין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

נאך א מזל איך פאר נישט מיט חסידים אויף די טרעין

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך פאר יעדן צופרי צו דער ארבעט מיט די טיוב, די טרעין אונטער די ערד. ווי עס איז ביי רוש אווער, ווען יעדער גייט צו דער ארבעט, שטייען מיר אלע שטענדיג צעשטופט. פלעג איך אלעמאל טראכטן, ספעציעל ווען די טרעין שטעלט זיך אפ און איך האלט פאר'ן אויפשטייגן אויף אן אנגעפאקטער טרעין און איך טראכט צו מיר, נו ריק דיך אריין אביסל מער, קוק וויפיל ארט ס'איז נאך דא..., אז די מענטשן ארום מיר בדרך כלל טראכטן נישט גענוג פון אנדערע, מען וואלט נאך היבש מער ארט געקענט מאכן אויב וויל מען, אויב שטייט נישט יעדער מיט די אויגן אריינגעגראבן אין די גראבע טעלעפאן, אויב שטייט נישט כמעט יעדער מיט די עירפאונס אין די אויערן - נישט הערנדיג אדער נישט ווילן צו הערן וואס ס'פאסירט ארום, אויב רוקט מען זיך טיפער אריין צווישן די בענק, אויב איז מען נישט אזוי פאסי אויב עמיצער גיט דיך א שטופ דא א שטופ דארט וכדומה אזעלכע סארט מחשבות. ווען ס'וואלט געווען א טרעין פון חסידים וואלטן פילע מער אריינגעגאנגען און מ'וואלט נישט געדארפט אוועקפארן מיט אזויפיל מענטשן פארבליבן אויף די פלאטפארם.

היינט האט מיר אבער אויפגעבליצט, וואס אן אמת בין איך גליקליך אז איך פאר נישט מיט חסידים. אויב וואלטן עס געווען אלע חסידים, וואלטן געווען טויטע, צעקוועטשטע און פארוואונדעטע יעדן טאג. די ביים טיר, ספעציעל די הויכע גראבע וואלטן געשריגן צו דיע אינעווייניג, ,נו שטופ דיך אריין אביסל מער, אז ס'איז דא פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ אין הויז'. און דארט אראפציהר וואלט א קליינטשיק מיידל צעקוועטשט געווארן צום טויט. דאס אז מענטשן האב זיך זייערע אייגענע ספעיס, ווי קליין דאס זאל נאר זיין, וואס ווי אזוי דו נוצט עס נאר (צו דו האלטסט א טעלעפאן, א קאווע, אדער א צייטונג) דערוואגט מען זיך נישט דאס צו בריטשן, דאס צו ווייאלעיטן, אפילו פארן טובת הכלל (אזויפיל מער מענטשן וועלן האבן פלאץ) איז דאך א געוואלדיגע ברכה, א מענטשליכע שטארקייט, נישט א שוואכקייט פון די ציוויליזאציע. און דאס אפילו אויב די סיבה פארוואס מען בריטשט נישט דעם ספעיס איז צוליב אקווערדנעס אדער צוליב נכריות (פרעמדקייט לעומת אחוה), למשל דאס קוקן א מענטש דירעקט אין די פנים פאר צו לאנג, אדער זיך אריינקלאפן אין דעם שכנ'ס אחור וכדומה, איז די תוצאה למעשה נאך אלס א געבענטשטע.

זכותו יגן עלינו.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר