אזוי גרינג היינט צו זיין אן ערליכע איד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

אזוי גרינג היינט צו זיין אן ערליכע איד

שליחה דורך מודה בטפל »

א גוטן טאג.

אמאל איז שווער געווען צו זיין א וואוילער אינגערמאן בעל הבית איד. צו הייסן א פיינער ערנסטע איד האט דער באטרעפענדער געברויכט האבן אן ערנסטע מינע. נישט זיצן אין קיפקעס. קומען צייטליך צום דעווענען ווערן געזען יעדן טאג אין ביהמ''ד.

נישט עסן אינדרויסן פון דערהיים. האבן צוויי ערנסטע שיעורים א טאג און א אינגערמאן זיצן אין כולל. האבן א נארמאל ארבעט, האנדלן ערליך. נישט רעדן הויעך און אוודאי נישט זיין פון שמועסער ביים דאווענען. אמאל צו זיין א וואוילער איד האט מען נישט געהאט א קאר אדער נאר א פשוטע. אמאל צו זיין א ערליך וואוילער פיינער אינגערמאן, איד, בעל הבית, האט מען נישט געקענט הערן אלע סארט מוזיק און פאר די קינדער נישט קיין מוזיק אינסטרומנטן. אמאל צו זיין וואוילער איד האט מען קוים בדוחק געלאזט א דיספאזעבל קעמערע, ווידיא איז טרייף. אמאל צו זיין א וואוילער פיינער ערנסטע איד אינגערמאן בעל הבית האט מען נישט געקענט פארברענגן א האלבן טאג קוקן אידישע קליפס אויף א קאמפיוטער.

אמאל אמאל האט מען נאך אסאך זאכן נישט געקענט. זיסער באשעפער ווי גרינג האסטו אונז געמאכט היינט צו זיין א וואוילער פיינער ערנסטע איד אינגערמאן בעל הבית. מ'קען און מ'מעג טון אלעס דערמאנט אויבן.

נאר איין זאך מוזטו היינט טון צו זיין א וואוילער פיינער ערנסטע איד אינגערמאן בעל הבית.

רעדן אויף א פליפ פאון אין ביהמ''ד אינמיטן שחרית מעוטר בטו''ת.

טענק יו השם
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
רעאגיר