מורי ורבותי
ווי יעדער ווייסט איז דא א שרעקליכע פראבלעם אז בחורים אין יונגעלייט גייען אין טמאנעם לייברערי.
לייענט יעדע צייטונגס באריכט פון א אפגעפארענער וועט איהר טרעפען בערך די זעלבע ווערטער, "כ'בין געווען א נארמאלע בחור/יונגערמאן ביז איך האב אפגעשטאטעט א באזיך אין די לאקאלע לייברערי אין פון דארט איז עס געגאנגען א גאנג".
אשר על כן וויל איך בעטען די עסקנים מ'זאל אנהייבען מאכען א אקטיווע קאמפיין קעגען מענטשען וואס טרעטען איבער די שוועל פון א לייבערי. מ'זאל אפהאלטען זייערע זכרים פון צו ווערען גע'מלעט און זייערע פרויען פון צו גיין אין מקוה.
אויב איינער ברויך עפעס וויכטיג (איי וואס דארף שוין א איד פון לייברערי? אבער שוין) קען ער זיך מעלדען צו די גבאים וועלכע וועלען עם מסדר זיין א ספעציעלע רשות קארטל.
געדענקט! זעקס אין זיבעציג פראצענט גיטין קומען צושטאנד פון מענער אדער פרויען וואס גייען אין לייבערי.
די מערכה קעגען לייברעריס
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 616 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל
די מערכה קעגען לייברעריס
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
דער אשכול פארמאגט 14 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן