קומט זיך קרעדיט פאר א חסידישע רבי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

קומט זיך קרעדיט פאר א חסידישע רבי?

שליחה דורך גדליה »

אזוי ווי ס׳האט זיך ערווארבען א שיינע שמועס דא בשכינות וועגען די גאנצע ענין פון תקנות אין אינטערנעט, בנוגע דער בעלזער רב זאל מאריך ימים זיין, אין כ׳האב געהאט די זכיה צו אויסשמועסען זיך אביסעל מיט בעלזע חסידים.
ס׳איז מיך געווען א חידוש ווי א שטארקע רעספעקט א בעלזע חסיד האט פאר זיין רבי׳ן, אין כ׳האב עס אביסעל ארויפגעקוקט. באמת. איך בין אויפגעוואקסען אין א מער פאפא געשטימטע שטוב, אין ביי אונז אין פאפא איז מען נישט געווען אזוי חסידים פון רבי׳ן. אבער דער בעלזער באשיצט זיין רבי׳ן ביז בלוט, אין מיט א אמת׳דיגקייט. ס׳טוהט אים וויי אז איך בארעד זיין רבי׳ן!
ווען כ׳האב פראבירט פרעגען פארוואס מ׳האלט אזוי פון רבי׳ן, איז גלייך די ענפער געקומען די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון רבי׳ן, די שיינע המצאות וואס ער מאכט, פון יונגעלייט חבורות וכדו׳.
במילא וויל איך דא אביסעל אויסשמועסן די גאנצע געדאנק פון רבי׳ס און אויב ס׳קומט זיך זיי קרעדיט.
ס׳איז באקאנט די ווערטעל פון צאנזער רב, מ׳האט נאך קיינעם נישט געשלעפט מיט קייטען צום טיש. דהיינו יעדע רבי איז רבי ווייל ער וויל זיין רבי.
אויב דאס איז געזאגט געווארען דעמאלץ, איז כל שכן היינטיגע צייטען וואס זיין א גרויסע רבי באדייט אז מען געט דיך כבוד מלכים אין מ׳באגילדעט דיך פון קאפ ביז פיס, איז זיכער אז יעדע רבי וויל זיין רבי.
נישט נאר דעס, נאר היינטיגע צייטען אין גאר אסאך פעלער האבען רבי׳ס זיך געדארפט שלאגען פאר זייער שטוהל. דאס מיינט אז מ׳הארגעט זיך ארום (אדער בעסער געזאגט מ׳הארגעט אנדערע) כדי צו קענען ווערען רבי.
אין די סיבה איז ווייל צו זיין רבי איז זייער זייער א געשמאקע און באקוועמע זאך וואס א נארמאלע מענטש פין פלייש און בלוט דארף עס ליעב האבען. אלץ א רבי דארפסטו נישט אפגעבען דין וחשבון פאר קיינעם, האסט קיינמאל נישט קיין עול הפרנסה, מ׳געט דיך כבוד מלכים איבעראל.
אין נאכאמאל, די מציאות איז, אז יעדער וואס האט די מעגליכקייט צו ווערען א רבי, ווערט טאקע א רבי. און אפילו אויב ער דארף זיך צוקריגען מיט א האלבע שטאט אין מיט זיינע אייגענע געשוויסטער, וועט זיך עם די שפיעל נאך אלץ לוינען.
יעצט פארשטייט זיך אז יעדע רבי וויל זיין גרעסער און בעסער ווי א צווייטע, סאו ער גייט מאכען כל מיני זאכען צו הייסען אין די גאס א ״סוקסעספולע״ רבי. צו איז דאס חבורות צו תקנות צי ווייס איך וואס. די מציאות איז אז אויב מאכט ער נישט קיין נויז פארלירט ער זיין שוויות אין די גאס אין אויב געט ער נישט עפעס סערוויס פאר זיינע מעמבערס וועט זיין שווער צו ערווארטען אויף צוריק.

יעצט זייט מיך מסביר פארוואס איך דארף אזוי דאנקבאר זיין די רבי אז ער האט געמאכט אזא שיינע חבורה. צו אזא שיינע חתונה תקנות. אפשר דארף איך דאנקבאר זיין די גוטהארציגע טים קאק פון עפעל וואס ער מאכט אזאלכע גוטע טעלעפאנס פאר מענטשען? אפשר ברויך איך דאנקבאר זיין פאר ביל געיטס פאר׳ן צושטעלען קאמפיוטערס פאר׳ן ציבור ברוח נדיבה?
דארט פארשטייט יעדער איינער אז ס׳קומט זיך פאר מר. געיטס נישט קיין קרעדיט פאר׳ן פירען א ביזנעס. יעדער נארמאלע ביזנעס מאן וואלט זיך געוואלט אויפטוישען מיט ביל געיטס.
קרעדיט קען זיך קומען פאר ביל געיטס אז ער טיילט אוועק פון זיין געלד פאר צדקה. אז איהר זאגט מיך אז א רבי האט אוועקגעגעבען פון זיין אייגען געהאלט פאר ארעמעלייט, דעמאלטץ איז דאס א זאך. אבער אז א רבי האט געעפנט א צדקה קאסע האט ער סתם ערפילט די פונקציעס פין די ביזנעס, וואס אן דעם גייט די ביזנעס קראכען.
מיין נקודה איז נישט מ׳זאל זיי נישט דאנקבאר זיין, פארשטייצעך מ׳זאל ווייטער נישט פארגעסען צו געבען א שכח פאר טים קאק פאר׳ן צושטעלען שיינע פאונס און פאר הרב י. ד. רוקח פאר׳ן צושטעלען א שיינע גרויסע שוהל. (גלייכצייטיג פארגעסס נישט מיך צו באדאנקען פאר א ארטיקעל. כ׳ארבעט נאך אזוי שווער אויף מיינע ארטיקלען ווי בעלזע רבי אויף זיינע שטייעדיגע טוירע).
מיין נקודה איז אז בעלזע רבי אדער סאטמארע רבי אדער באבובע רבי ווערט נישט קיין צדיק אדער א בעל חסד פאר׳ן אנפירען די ביזנעס וואס רופט זיך בעלז, אדער סאטמער, אדער באבוב. די ביזנעס ברענגט אים אריין כבוד און רייכטוהם און ס׳איז גאנץ א פיין געשעפט. כ׳גלויב אז מ׳קען טרעפען א שיינע צאל קאנדידאטען וואס וועלען זיך צוכאפען צו די בעלזע שטוהל אדער צו די סאטמערע שטוהל, אפילו ס׳רעכענט אריין טראגען די עול פון טויזענטער משפחות.
וואס יא? אויב פירט ער א גוטע קהילה, קומט זיך עם קרעדיט פאר אנפירען א שיינע גוטע פירמע ביי כלל ישראל, און אויב טוהט ער גוטע זאכען מיט די געלד ברויך מען אים מכבד זיין גארנישט ווייניגער ווי ר׳ הערשעל שרייבער.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר