די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג יאנואר 06, 2019 8:40 pm

אין די לעצטע חדשים איז דא א מבול פון פרעכע און עקעלהאפטיגע שקרים וואס ווערט פארשפרייט דורך די סאטמארע צייטונגען , און אויך זייערע פריינט די שקרנים פון אגודת ישראל. יעדע סארט פראפעגאנדע מיטעל פון די ביך ווערט געניצט אראפצומאלען נפתלי מאסטער מיט די ערגסטע פארבען , און די דעפארטמענט אף עדיוקעישען ווי די גרעסטע המן'ס.

מאסטער האט יעצט געשריבן א ארטיקעל וואס זאגט דברים כהוויתן , די פלעינע אמת , און ווארפט אפ די פיסטע לגיונות פון די קאראפטירטע היימישע אויסגאבעס .

ער פארציילט די גאנצע השתלשות פון יאפפע"ד , ווי ער האט געטרייט צו רעדן צו עסקנים רבנים ווכו' צו טוהן עפעס "פון אינעווייניג" פון ווי מ'האט זיך פשוט נישט צוטוהן געמאכט. ער דערציילט ווי ער האט געוואלט אדווערטייזען אין די היימישע צייטונגען אבער מ'האט אים נישט געלאזט. אלעס באשרייבן קראנאלאגיקעל מיט די דאקומענטען

אין די צייט וואס די אגודה און סאטמער וויל עס אויפבלאזען ווי א "גזירה אויף כלל ישראל" מאכט מאסטער קלאר אז זיין פראבלעם איז בכלל נישט מיט די גוטע ישיבות וואס מ'לערענט נארמאל , נאר די חסידישע ישיבות וואס אונז אלע ווייסן די חורבן וואס ס'גייט פאר , אז סקומען ארויס בחורים וואס ממש קענען נישט ליינען אויף דריטע גרעיד לעוועל. דאס איז זיין ציהל , און דאס איז זיין קאמף .

דא איז די ארטיקעל , ס'איז כדי צו ליינען און אויך ארומצושיקן און אנדערע וואס מ'קלערט אז אפשר זענען זיי אינטערסירט אין די אמת

במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 892
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1042 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1467 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג יאנואר 06, 2019 10:28 pm

מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע. דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע. שנית, סוועט מעורר זיין א ריאקציע אויף פארקערט. עס וועללען זיך דעוועלאפירען פארשידענע גרופעס און מוסדות וועלכער וועלען דווקא ניט מיט גיין מיט די רעגולאציעס במישרין ובעקיפין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:19 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:08 pm

תורה ומדע האט געשריבן:דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע.

נוצן "פרייהייט פון רעליגיע" אין דעם פאל איז פונקט ווי זאגן אז די טעקס געזעצן וועלן נישט ארבייטען אויף אידן וועגן פרייהייט פון רעליגיע. וואס האט איינס מיטן אנדערע? אויב עפעס קען מען זיך סתם אזוי מפלפל זיין אויב די רעגירונג האט א רעכט איינצוטיילן מענטשן וויאזוי צו עדזשוקעיטען זייערע קינדער, פונקט ווי מ'קען זיך מפלפל זיין אויב די רעגירונג האט א רעכט איינצוטיילן מענטשן צו דרייוון מיט א סיטבעלט. וואס האט עס אבער מיט פרייהייט פון רעליגיע? די אידישע תורה פארבאט דען צו לערנען מאטעמאטיק, שרייבן, ליינען און סייענס? און אויב איז דא עפעס אין די עדזשוקעישאן וואס איז יא נגד די רעליגיע, וועט דער תירוץ נאר העלפן אויב אלעס אנדערש לערנט מען יא.

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6478 מאל

Re: די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

הודעהדורך גר ותושב » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:38 pm

תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס פון חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע

לאמיר זיין אביסל אפען וויפיל פערסענט טשענס וואלסטו געגעיבן פאר איינער וואס שיקט יא זיינע קינדער אין היימישע מוסדות און ער איז א היימישער אז ער זאל יא קענען אויפטוהן, אז די זאגסט אז די סיבה פארוואס ער קען נישט אויפטוהן איז.........
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1070 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:46 pm

הוגה האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע.

נוצן "פרייהייט פון רעליגיע" אין דעם פאל איז פונקט ווי זאגן אז די טעקס געזעצן וועלן נישט ארבייטען אויף אידן וועגן פרייהייט פון רעליגיע. וואס האט איינס מיטן אנדערע? אויב עפעס קען מען זיך סתם אזוי מפלפל זיין אויב די רעגירונג האט א רעכט איינצוטיילן מענטשן וויאזוי צו עדזשוקעיטען זייערע קינדער, פונקט ווי מ'קען זיך מפלפל זיין אויב די רעגירונג האט א רעכט איינצוטיילן מענטשן צו דרייוון מיט א סיטבעלט. וואס האט עס אבער מיט פרייהייט פון רעליגיע? די אידישע תורה פארבאט דען צו לערנען מאטעמאטיק, שרייבן, ליינען און סייענס? און אויב איז דא עפעס אין די עדזשוקעישאן וואס איז יא נגד די רעליגיע, וועט דער תירוץ נאר העלפן אויב אלעס אנדערש לערנט מען יא.

.

איה״נ, מיין כוונה איז טאקע כלערליי ציווילע ליבערטיס. א איד איז בארעכטיגט צו וועהלען וואס און וויפיעל ער וויל זיין קינד זאל לערנען. אין אמעריקא איז סיוויל ליבערטיס פון, להבדיל, די יסודות הדת
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג יאנואר 07, 2019 12:08 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:48 pm

תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס פון חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע. דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע. שנית, סוועט מעורר זיין א ריאקציע אויף פארקערט. עס וועללען זיך דעוועלאפירען פארשידענע גרופעס און מוסדות וועלכער וועלען דווקא ניט מיט ג’יין מיט די רעגולאציעס במישרין ובעקיפין.
דו זאגסט אז "מאסטער האט נישט קיין תמיכה פון קיין ארטאדאקסישער ארגאנעזאציע" כ'בין נישט אזוי זיכער, ער האט מן הסתם יא, אנדערש וואלט ער קיינמאל נישט געקענט פירן אזא קאסטבארע קאמף.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 690
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1331 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:48 pm

גר ותושב האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס פון חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע

לאמיר זיין אביסל אפען וויפיל פערסענט טשענס וואלסטו געגעיבן פאר איינער וואס שיקט יא זיינע קינדער אין היימישע מוסדות און ער איז א היימישער אז ער זאל יא קענען אויפטוהן, אז די זאגסט אז די סיבה פארוואס ער קען נישט אויפטוהן איז.........

פון נישט היימיש ביז א מחלל שבת איז דא א ריזיקער ספעקטרום.
לגופו של ענין, ער וועט נישט זיין סוקסעספול מטעמים הנ״ל. סקען זיין אז קיינער וועט טאקע ניט זיין סוקסעספול אין בייטן דעם סיסטעם. ביז עס וועלען זיך אויפשטעללען אלטערנאטיווע חדרים און ישיבות וועלכער וועלען אפערערן בעסערע אפשענס, אזוי ווי אין א פרייע מארקעט סיסטעם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג יאנואר 06, 2019 11:55 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס פון חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע. דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע. שנית, סוועט מעורר זיין א ריאקציע אויף פארקערט. עס וועללען זיך דעוועלאפירען פארשידענע גרופעס און מוסדות וועלכער וועלען דווקא ניט מיט ג’יין מיט די רעגולאציעס במישרין ובעקיפין.
דו זאגסט אז "מאסטער האט נישט קיין תמיכה פון קיין ארטאדאקסישער ארגאנעזאציע" כ'בין נישט אזוי זיכער, ער האט מן הסתם יא, אנדערש וואלט ער קיינמאל נישט געקענט פירן אזא קאסטבארע קאמף.

נו, אוואו באהאלטען זיי זיך?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יאנואר 07, 2019 12:32 am

תורה ומדע האט געשריבן:

כ'ווייס נישט וואו, נאר פארוואס זיי באהאלטן זיך פארשטיי מיר אינז אלע. ס'פשוט נישט מעגליך אז א יחיד זאל האבן די קוראזש און פינאנציעלע מעגליכקייט דורך צו פירן אזא מערכה.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 690
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1331 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג יאנואר 07, 2019 12:55 am

די שונאים האבן גענוג געלד. גיט א קוק וואס זיי טוען למשל אין ארץ ישראל מיט די רעפארמער ביים כותל וכו׳
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:06 am

אינעם שטעטל וואלאזשין וואס געפונט זיך אין ליטא, איז פאר לאנגע יארן געשטאנען א זעלטענע הייליגע ישיבה, וואס איז נאך געגרינדעט געווארן דורך דעם גרויסן תלמוד פונעם הייליגער ווילנער גאון רבינו חיים פון וואלאזשין זי''ע. דארט אין די ישיבה האט דער הילכיגער קול תורה זיך קיינמאל נישט אפגעטאן. אירע תלמידים זענען געזיצן און געהארעוועט אויף די שווערע סיגיות פון אביי ורבא בייטאג און ביינאכט אן קיין אפשטעל. פון צווישן די ווענט פון די דאזיגע הייליגע ישיבה זענען ארויסגעקומען אומצאליגע גדולי ישראל, וועלכע האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער הייליגע תורה ליכט. צום באדויערן זענען אויך ארויסגעקומען פון צווישן אירע ווענט גראנדיעזע משכילים און כופרים וואס האבן פארשפרייט השכלה און פינצטערנישט אויף דער וועלט. א שטייגער ווי די בארימטע אידישע שרייבער שלום אליכם און חיים נחמן ביאליק שר''י.

אין יאר תרנ''ב לפ''ק, האבן שווארצע כמארעס פארטינקלט דעם העלן הימל העכער דעם הייליגע ישיבה. די רשעים און משכילים האבן אריינגעגעבן א נידערטרעכטיגע מסירה פאר די רוסישע באהערדע, אז מ'לערענט נישט קיין רוסיש און קיין וויסנשאפט און די ישיבה. די משכילם וואס האבן זיך געהאלטן פאר די פארזארגערס פונעם כלל ישראל, האבן זיך פשוט געזארגט פאר די צוקניפט פון די טויזענטער תלמידים... ס'האט זיי ווארשיינליך געגבערט אז די צוויי הייליגע תורה ריזן הגה''ק רבי חיים בריסקער און הגה''ק רבי נפתלי צבי בערלין זי''ע פארזעען א דייטליכער גמרא אין מסכת קידושין וואס לויטעט אז לעולם ילמד אדם לבנו אומנות... אין רעזולטאט פון די נאכאנאנדע נידערטרעכטיגע מסירות פון די רשעים און משכלים, די אנגעבליכע פארזארגערס פונעם כלל ישראל, איז דער הייליגער ליכט טורעם וואס האט פאר לאנגע יארן פארשיינט דעם גאנצן כלל ישראל, פארשאלסן געווארן אונטער שלאס און ריגל דורך די גרויזאמע רוסישע זשאנדארן. אצינד האבן די טויזענטער תלמידים נישט באקומען נישט קיין תורה ערציאונג און נישט קיין סעקולארע ערציאונג... און די משכילים האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט ס'האט זיי שוין נישט געגבערט די צוקניפט פון די תלמידים, איינמאל דער הייליגער תורה ליכט איז פארלאשן, איז שוין אלעס גוט...

ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז דער רשע מאנסטער שר''י איז א גילגול פון יענע רשעים און משכילים וועלכע האבן מיט זייער נידערטרעכטיגע מסירות פארשפארט דעם הייליגען וואלאזשענער ישיבה. ער איז א פרייער איד און האלט זיך פאר א משכיל, זיין ציל איז בלויז צו פארלעשן דעם הייליגן תורה ליכט, און אריינצוברענגען א גייסט פון השכלה און וויסנשאפט אין די הייליגע ישיבות. ער מיינט נישט די גוט'ס פון אונזערע קינדער... דער אנגעבליכער משכיל זארגט זיך נישט פאר די צוקניפט פון אונזערע קינדער. ער איז א פאלנער אוכל נבילות וטריפות און בועל נידה. מ'דארף זיין גאר נאאיוו און פלאטשיק צו טראכטן אז דער רשע מיינט דאס גוטס פון אידישע קינדער...

און גענוי ווי דער הייליגער נצי''ב האט געטאן בשעתו. מ'דארף ענדערש פארשליסן די ישיבות מיט שלאס און ריגל, ווי איידער נאכצוגעבן אפילו מיט מיט א קליינע פינגער פאר די רשעים און משכילים. אויב דער געדאנק פון לערנען מער סעקולארע שטודיעס קומט פון אזא נידערטרעכטיגע מאן ווי דער מאנסטאר גייט פון דעם קיינמאל נישט ארויס קומען קיין גוטס! ווי דער משל הקדמני שרייט שוין מרשעים יצא רשע. אפילו ס'זעט אויס ווי ער האט אצינד עטוואס גערעכטע ארגומענטן... פון קיין רשעים איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען קיין גוטס פארן אידשען פאלק
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך צפור בודד » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:19 am

קאך לעפל, נאר פון זיי איז ער א גלגול? איך בין זיכער ער האט אויך אין זיך די ען עי פון ירבעם בן נבט, אלישע בן אבויה, קורח, זמרי בן סלוא און קען אויך זיין אליפז בן עשו נאר איך דארף טשעקן.
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:25 am

צפור בודד האט געשריבן:קאך לעפל, נאר פון זיי איז ער א גלגול? איך בין זיכער ער האט אויך אין זיך די ען עי פון ירבעם בן נבט, אלישע בן אבויה, קורח, זמרי בן סלוא און קען אויך זיין אליפז בן עשו נאר איך דארף טשעקן.

הומאר איז א גוטע זאך, האועבער, ליצנות נעמט ניט אוועק דאס פאוינט וואס ער מאכט. אונטערשטע שורה: כבר היה לעולמים שנה ופירש׳ניקעס וועלכער האבן גענוצט די ריגירונג אפצוהאלטען הרחבת גבולי הקדושה מיטן לפנים׳דיגער זארג פון חינוך פונעם יוגנט. וואס איז געשעהן צום סוף ווייסט יעדער איינער.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך פליישיג » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:40 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
אינעם שטעטל וואלאזשין וואס געפונט זיך אין ליטא, איז פאר לאנגע יארן געשטאנען א זעלטענע הייליגע ישיבה, וואס איז נאך געגרינדעט געווארן דורך דעם גרויסן תלמוד פונעם הייליגער ווילנער גאון רבינו חיים פון וואלאזשין זי''ע. דארט אין די ישיבה האט דער הילכיגער קול תורה זיך קיינמאל נישט אפגעטאן. אירע תלמידים זענען געזיצן און געהארעוועט אויף די שווערע סיגיות פון אביי ורבא בייטאג און ביינאכט אן קיין אפשטעל. פון צווישן די ווענט פון די דאזיגע הייליגע ישיבה זענען ארויסגעקומען אומצאליגע גדולי ישראל, וועלכע האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער הייליגע תורה ליכט. צום באדויערן זענען אויך ארויסגעקומען פון צווישן אירע ווענט גראנדיעזע משכילים און כופרים וואס האבן פארשפרייט השכלה און פינצטערנישט אויף דער וועלט. א שטייגער ווי די בארימטע אידישע שרייבער שלום אליכם און חיים נחמן ביאליק שר''י.

אין יאר תרנ''ב לפ''ק, האבן שווארצע כמארעס פארטינקלט דעם העלן הימל העכער דעם הייליגע ישיבה. די רשעים און משכילים האבן אריינגעגעבן א נידערטרעכטיגע מסירה פאר די רוסישע באהערדע, אז מ'לערענט נישט קיין רוסיש און קיין וויסנשאפט און די ישיבה. די משכילם וואס האבן זיך געהאלטן פאר די פארזארגערס פונעם כלל ישראל, האבן זיך פשוט געזארגט פאר די צוקניפט פון די טויזענטער תלמידים... ס'האט זיי ווארשיינליך געגבערט אז די צוויי הייליגע תורה ריזן הגה''ק רבי חיים בריסקער און הגה''ק רבי נפתלי צבי בערלין זי''ע פארזעען א דייטליכער גמרא אין מסכת קידושין וואס לויטעט אז לעולם ילמד אדם לבנו אומנות... אין רעזולטאט פון די נאכאנאנדע נידערטרעכטיגע מסירות פון די רשעים און משכלים, די אנגעבליכע פארזארגערס פונעם כלל ישראל, איז דער הייליגער ליכט טורעם וואס האט פאר לאנגע יארן פארשיינט דעם גאנצן כלל ישראל, פארשאלסן געווארן אונטער שלאס און ריגל דורך די גרויזאמע רוסישע זשאנדארן. אצינד האבן די טויזענטער תלמידים נישט באקומען נישט קיין תורה ערציאונג און נישט קיין סעקולארע ערציאונג... און די משכילים האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט ס'האט זיי שוין נישט געגבערט די צוקניפט פון די תלמידים, איינמאל דער הייליגער תורה ליכט איז פארלאשן, איז שוין אלעס גוט...

ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז דער רשע מאנסטער שר''י איז א גילגול פון יענע רשעים און משכילים וועלכע האבן מיט זייער נידערטרעכטיגע מסירות פארשפארט דעם הייליגען וואלאזשענער ישיבה. ער איז א פרייער איד און האלט זיך פאר א משכיל, זיין ציל איז בלויז צו פארלעשן דעם הייליגן תורה ליכט, און אריינצוברענגען א גייסט פון השכלה און וויסנשאפט אין די הייליגע ישיבות. ער מיינט נישט די גוט'ס פון אונזערע קינדער... דער אנגעבליכער משכיל זארגט זיך נישט פאר די צוקניפט פון אונזערע קינדער. ער איז א פאלנער אוכל נבילות וטריפות און בועל נידה. מ'דארף זיין גאר נאאיוו און פלאטשיק צו טראכטן אז דער רשע מיינט דאס גוטס פון אידישע קינדער...

און גענוי ווי דער הייליגער נצי''ב האט געטאן בשעתו. מ'דארף ענדערש פארשליסן די ישיבות מיט שלאס און ריגל, ווי איידער נאכצוגעבן אפילו מיט מיט א קליינע פינגער פאר די רשעים און משכילים. אויב דער געדאנק פון לערנען מער סעקולארע שטודיעס קומט פון אזא נידערטרעכטיגע מאן ווי דער מאנסטאר גייט פון דעם קיינמאל נישט ארויס קומען קיין גוטס! ווי דער משל הקדמני שרייט שוין מרשעים יצא רשע. אפילו ס'זעט אויס ווי ער האט אצינד עטוואס גערעכטע ארגומענטן... פון קיין רשעים איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען קיין גוטס פארן אידשען פאלק

פון אייוועלט:

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:ב"ה

די סיבה פארוואס מען האט פארשלאסן די וואלאזשין'ער ישיבה, ווייסט דאך יעדע איינער איז צוליב דאס וואס די רוסישע רעגירונג האט זיי געצווינגען צי לערנען לימודי חול, און דער הייליגער נצי"ב זצוק"ל האט נישט מסכים געווען, ער האט געהאלטן אז ליבערשט זאל די ישיבה פארשלאסן ווערן, און אלע בחורים זאלן נישט ממשיך זיין לערנען, ווי איידער מען זאל דארט חלילה לערנען די רוסישער שפראך.

נישט אזוי?

ווען מען איז מעיין בעיקר אין די כתבים פון מוהר"ר יעקב ליפשיץ ז"ל וועלכע זענען זייער קראנט, זעהט מען אז די מעשה איז גאר אנדערש.

עס האט זיך אנגעהויבען אין יאר תרל"ט, ווען דער רוסישער מיניסטער מאקאוו האט באקומען אן הלשנה אז די ישיבה איז נשיט אינטער די רעגירונג און שטארק מעגליך אז מען בונטעוועט דארט אינטער די רעגירונג.

דער מיניסטער וועלכער איז געווען א חסיד אוה"ע האט עס אבער נישט אזוי אנגעקוקט, נאר פארקערט אז ער האט געוויסט אז די ישיבה איז נתייסד געווארן דורך א אדם גדול (ה"ה מרנא ר' חיים וואלאזשינער זי"ע), און איז שוין עומד על תילה אריבער 80 יאר, און דאך איז נישט ארויס פון דארט קיין שום אויפשטענדלער ודומיהן, ממילא אדרבה, מען זעהט אז אפילו אן די שטרענגע רעגירונג קאנטראל קען מען בלייבען גענוג געטריי צום ממשלה, ממילא האט ער באשלאסן נישט צי אננעמען די הלשנה און געלאזט די ישיבה אפען.

אבער דאך איז ארויס א שטיקל גזירה אז מהיום והלאה וועט די ישיבה מוזען זיין אינטער די רעגירונג קאנטראל, וואס דאס איז געווען א פתח חטאת רובץ צי אלע שפעטערע אומגליקען וואס זענען ליידער געקומען.

מרשעים יצא רעש און די פארשאלטענע משכילים ימ"ש האבן אויסגענוצט די נייע אויפזיכט צי ארויף צווינגען אויף די ישיבה לימודי חול, און דוקא דורך געלערענטע לערער'ס מיט א "צענז" (דיפלאמע).

אויב דאס איז נישט גענוג געווען זענען געווען צווישן די תלמידי הישיבה בחורים וועלכע זענען געווען פארכאפט צי די שעדליכע חובבי ציון גרופע און זיי זענען ארעסטירט געווארן נאך וואס זיי האבן געווען בקשרי מכתבים מיט א יונג פון א ארטיגע אונערוועסיטעט וועלכער איז געפאקט געווארן מיט א פלאן פאר א אויפשטאנד.

נאך שתדלנות זענען טאקע די בחורים געווארן באפרייט, אבער עס איז געווען גענוג צי פארשווארצען די געזוכט פון די ישיבה ביי די רעגירונג באאמטע.
פון די רעגירונג אז ארויס א געזעץ אז מהיום והלאה מוז די ישיבה נאכקומען די פונקטליכע סדרים פון - להבדיל - יעדע נארמאלע שולע, מיט שטאדירטע לערין'ס דוקא, און אז דער ראש ישיבה מוז אויך זיין א שטאדירטער מיט א דיפלאמע.

די נייע רעגולאציעס זענען פארשטייט זיך שווער אויפגענומען געווארן ביי די הנהלת הישיבה, גראדע די חלק פון לימודי חול האבן זיי מסכים געווען, אבער די חלק אז די לערין'ס דארפן זיי מיט א דיפלאמע האבן זיי נישט געקענט מסכים זיי דערצו, ווייל די שטאדירטע זענען אלע געווען משכילים וואס האבן נאר געזוכט צי קאליע מאכן די בחורים מיט זייער שעדליכע גיפט, זיי צי אוועק שלעפן מה' ותורתו, ממילא האבן זיי באשלאסן צי נעמען דוקא גוי'שע לערין'ס, ווי איידער מרשעי עמנו.

בנוגע די פראבלעם אז דער ראש ישיבה דארף אויך זיין א געלערענטער, האט מען מליח געווען צי אפשטיפען די גזירה אויף נאך צוויי יאר.

בתוך די צוויי יאר האט זיך אבער אנטוויקעלט אז דער נצי"ב האט זיך פארעלטערט, און שוין נישט געקענט האלטן אויף זיך דער עול הישיבה, און ער האט עס איבער געגעבן פר זיין זון הגאון ר' חיים זצ"ל, די מינוי האט אבער נישט לייכט אנגענומען געווארן אין ישיבה, און עס האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקת.

דא זענען אריינגעקומען אין די בילד די משכילים וועלכע האבן געזוכט צי נקמה נעמען אין די שישיבה, און האבן איבער גערעדט א פאר פארווייטאגטע בחורים זאלן אראפ שרייבען א כתב מלשינות קעגן די ישיבה, אז די ישיבה פונקאציערט נישט, עס איז א הפקר וועלט פון פאנטישי מיט פרייע אינאיינעם, און אזוי אויך נאך הלשנות קעגן מרנן דער נצי"ב מיט הגר"ח הלוי זי"ע, וועלכע האט ציגעברענגט אז די ישיבה זאל ליידער פארשלאסן ווערן, און מרנן זאלן פארטירבען ווערן פון די גאנצע ווילנא געגנט, און האבן געמוזט פארלאזן וואלאזשין.

די ישיבה איז אגב ווידער געעפענט געווארן עטליכע יאר דערויף נאך די פטירה פונעם נצי"ב.
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

הודעהדורך צפור בודד » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:58 am

תורה ומדע האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:קאך לעפל, נאר פון זיי איז ער א גלגול? איך בין זיכער ער האט אויך אין זיך די ען עי פון ירבעם בן נבט, אלישע בן אבויה, קורח, זמרי בן סלוא און קען אויך זיין אליפז בן עשו נאר איך דארף טשעקן.

הומאר איז א גוטע זאך, האועבער, ליצנות נעמט ניט אוועק דאס פאוינט וואס ער מאכט. אונטערשטע שורה: כבר היה לעולמים שנה ופירש׳ניקעס וועלכער האבן גענוצט די ריגירונג אפצוהאלטען הרחבת גבולי הקדושה מיטן לפנים׳דיגער זארג פון חינוך פונעם יוגנט. וואס איז געשעהן צום סוף ווייסט יעדער איינער.

הומאר איז נישט ווייניגער לעגיטים ווי ימ"ש, שר"י וכדומה. פראסטע קללות ווייזן אויפן שרייבער און מאכן קיין שום דיפערענץ צום ארגומענט. ממילא איז הומאר בבחינת ענה לכסיל כקללתו
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

Re: די אמת וועגן די קאמף פאר עדיוקעישען אין ישיבות

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 07, 2019 11:06 am

קאך לעפל, דיין פאקטן זענען לוקה בחסר ויתר. פון אנהייב מיט שלום עליכם זייענדיג א בוגר פון וואלאזין און ווייטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יאנואר 07, 2019 11:29 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס פון חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע. דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע. שנית, סוועט מעורר זיין א ריאקציע אויף פארקערט. עס וועללען זיך דעוועלאפירען פארשידענע גרופעס און מוסדות וועלכער וועלען דווקא ניט מיט ג’יין מיט די רעגולאציעס במישרין ובעקיפין.
דו זאגסט אז "מאסטער האט נישט קיין תמיכה פון קיין ארטאדאקסישער ארגאנעזאציע" כ'בין נישט אזוי זיכער, ער האט מן הסתם יא, אנדערש וואלט ער קיינמאל נישט געקענט פירן אזא קאסטבארע קאמף.

נו, אוואו באהאלטען זיי זיך?
כ'ווייס נישט וואו, נאר פארוואס זיי באהאלטן זיך פארשטיי מיר אינז אלע. ס'פשוט נישט מעגליך אז א יחיד זאל האבן די קוראזש און פינאנציעלע מעגליכקייט דורך צו פירן אזא מערכה.

דו ווייסט אז זיי בהאלטן זיך, נאר ווייסט נישט וואו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג יאנואר 07, 2019 2:07 pm

תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות, און האט נישט קיין תמיכה אפילו פון א סינגל ארטאדאקסישער ארגאניזאציע. דאס וועט נישט ארבעטן מכמה טעמים. קודם כל ווייל סקען נאר ארבעטן מיט צוואנג און כח, און אין אמעריקע איז פרייהיייט פון רעלייגיע גאר פארהייליגט אפילו ביי די לינקע. שנית, סוועט מעורר זיין א ריאקציע אויף פארקערט. עס וועללען זיך דעוועלאפירען פארשידענע גרופעס און מוסדות וועלכער וועלען דווקא ניט מיט גיין מיט די רעגולאציעס במישרין ובעקיפין.

אין אנדערע ווערטער, אויב וואלטן ווען חרדים געוואלט לערנען מער לימודי חול, וואלטן זיי געלערנט מער לימודי חול, עכשיו אז ממש קיינער פון זיי ווילן נישט לערנען לימודי חול, לערנען זיי נישט לימודי חול. פשי!
יעצט וויבאלד קיינער פון די חרדים האלטן נישט ביים לערנען לימודי חול ברצון, איז געקומען א שגץ מאסטער און אנגעהייבן א קאמף צו צווינגען די חרידים מיט געוואלט צו לערנען לימודי חול, ווי עס קוקט יעצט אויס איז ער שוין אנגעקומען פיל ווייטער ווי געראכטן, און מיר בעטן און האפן אז זיין הצלחה זאל גיין מעלה מעלה.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך יתרו » מאנטאג יאנואר 07, 2019 5:38 pm

תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד, וואס שיקט ניט זיינע אייגענע קינדער אין ישיבות.

דאס דעמאנט מיר די באקאנטע בעלזא ווארט, מען פלעגט זאכן אין בעלזא אז אין בעלזא רעדט מען נישט אויף קיין ערליכע אידן, נאר וואס דען? קודם מאכט מען אים אויס ערליך, דערנאך קען מען אים בארעדן. זאל נאר איינער וואס האט קינדער אין ישיבות אנפאנגן צורידערען, וועט מען אים קודם ארויסווארפן די קינדער פון ישיבות, דערנאך וועט מען קענען זאגן ער שיקט נישט די קינדער אין אונזערע ישיבות, וואס האט ער צורעדן!
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 746
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:50 am

“We write to inform you that the New York State Council of Catholic School Superintendents, representing some 500 Catholic schools, rejects the recently released ‘substantial equivalency’ guidelines and is directing all diocesan Catholic schools not to participate in any review carried out by local public school officials.”

In a letter to New York State Commissioner of Education Mary Ellen Elia, the New York State Council of Catholic School Superintendents declared its refusal to submit to the visitations by public school officials:
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:20 am

תורה ומדע האט געשריבן:מאסטר מאכט איין טעות. ער רעדט זיך איין אז ער איז בכח אויפצוטוהן פאר דאס חינוך פונעם יוגענט בשעת ער איז א פרייער איד

ער איז צימישט, ס'קיקט אויס ער ווייסט דאס אויך, דא האסטו וואס ער אליין שרייבט.
Case in point, my family is concerned that my involvement with Yaffed is harming the reputation of my siblings, who will struggle to find Shiduchim and Yeshivas willing to accept their children. Rather the claim that change must, or will, come from within is being used to indefinitely postpone any change.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:40 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:28 am

המלוכה והממשלה האט געשריבן:אין די לעצטע חדשים איז דא א מבול פון פרעכע און עקעלהאפטיגע שקרים וואס ווערט פארשפרייט דורך די סאטמארע צייטונגען , און אויך זייערע פריינט די שקרנים פון אגודת ישראל.

ס'איז אסך ערגער פין דעם, נישט נאר די סאטמארע צייטונגען!
P.S. I pitched the story to the Jewish Press’ opinions editor as a response to their incessant negative reporting about Yaffed. But consistent with the one-sided reporting we get from Der Yid, Der Blatt, Di Tzeitung, Flatbush Jewish Journal, Yeshiva World News and others, the Jewish Press’ editor refused to even entertain publishing this piece. I therefore ask that you share this far and wide to make up for the extreme censorship we’re facing.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:04 pm

ווען רבי שרגא פייבל זצ"ל האט נאך געמעגט חלום'ן...
בייגעלייגטע פיילס
AHTU2.jpg
AHTU2.jpg (26.97 KiB) געזען געווארן 1973 מאל
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:05 pm

חתימות פון הרב הוטנער הרב מיללער וכו'
בייגעלייגטע פיילס
AHTU1.jpg
חתימות
AHTU1.jpg (26.03 KiB) געזען געווארן 1972 מאל
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

רבי שרגא פייבל'ס חלום

הודעהדורך Buddy » מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:10 pm

American Hebrew Theological University
בייגעלייגטע פיילס
6a00d83451b71f69e201a511780e9d970c-800wi.jpg
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט